דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:22 pm#478194
מיט א הונדערט דאללערדיגע קנס איז דער געזעץ נישט ווערט די פאפיר אויף וואס עס איז געשריבן געווארן.
שמעקעדיגאויסער ביי היימישע אידן, זענען דא נאך אנדערע וואס מאכן חתונה די קינדער אונטער 18?
סאנטיאגאוואס ריפסטו "נישט גוט" נישט בלייבן ציזאמען פאר אייביג?
קוק אויף די סטאדיס! ארום 80 פראצענט פון טשיילד מערידזשעס ענדיגן זיך נישט גוט. אין פארגלייך צו 50 פראצענט פון אדאולט מערידזשעס
סאנטיאגא[ציטאט אראפגענומען]
דו סאונדסט ווי די בעלי דגש וואס מוטשענען זיך ארום מיט די סאושל דיסטענסינג צו ס'איז טאקע 6 פיס וואס מאכט עס צו ס'קען זיין ווייניגער... א גדר איז א גדר, קום נישט מיט די ליטווישע סחיטה סברות..

הקטןסאנטיאגאוואס ריפסטו "נישט גוט" נישט בלייבן ציזאמען פאר אייביג?
קוק אויף די סטאדיס! ארום 80 פראצענט פון טשיילד מערידזשעס ענדיגן זיך נישט גוט. אין פארגלייך צו 50 פראצענט פון אדאולט מערידזשעס
רביה''ק זי''עסאנטיאגא[ציטאט אראפגענומען]
דו סאונדסט ווי די בעלי דגש וואס מוטשענען זיך ארום מיט די סאושל דיסטענסינג צו ס'איז טאקע 6 פיס וואס מאכט עס צו ס'קען זיין ווייניגער... א גדר איז א גדר, קום נישט מיט די ליטווישע סחיטה סברות..
די דשאוק איז נאך אז דווקא די לומדים וואס וועלן דיר קענען מסביר זיין אז איינמאל חז״ל האבן עס ״אוועקגעשטעלט״ ווערט עס ״א דין אזא״ פונקט זיי זענען די וואס ווען ס׳קומט צו ענינים אינדרויסן פון די ד׳ אמות של הלכה ווערן זיי א תם ומתממם עם תמימים און מוטשען זיך באמת(!) צו פארשטיין. אמאל פלעג איך ממש שטוינען פון דעם ערשיינונג, היינט פארשטיי איך אבער אז אינטעלעקט איז נישט מער ווי א tool וואס ווערט באנוצט דורך די געפילן און אז מ׳פארשטייט פארוואס דער מענטש פילט אזוי זענען די אלע ארגומנטן ממש נישט אין פלאץ. די תורות פון מח שליט על הלב וכו׳ איז א דשאוק וואס איז נישט געהערט געווארן זייט דעם וועלט באשאף, ס׳איז זעלבסט א פראדוקציע פונעם לב השליט על המח, און איז אויך די גרעסטע ראיה דערויף.
yatzmachpדי דזשאוק איז מען קען לעגאל פארן צו אן אנדערע סטעיט און מאכן מערידזש לייסענס און נאכדעם צוריק קומען קיין ניו־יארק און זיי וועלן עס מוזן אננעמען.
תרמבyatzmachpדי דזשאוק איז מען קען לעגאל פארן צו אן אנדערע סטעיט און מאכן מערידזש לייסענס און נאכדעם צוריק קומען קיין ניו־יארק און זיי וועלן עס מוזן אננעמען.
די קאר סערוויסס וועט שוין קאסטן מער ווי די טיקעט