Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » שרעקליכע מעשה אין קעמפ 'מחנה שלוה' באבוב

שרעקליכע מעשה אין קעמפ 'מחנה שלוה' באבוב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 387 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1436
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:27 am#33269
שרעקליכע מעשה אין קעמפ 'מחנה שלוה' באבוב
הכזונה יעשה את אחותינו?!

דעם פארגאנגענעם נאכט, אין די פריע פארטאגס שעה'ן, איז פארגעקומען א שרעקליכע געשעעניש. א דעליווערי טראק דרייווער האט געענדיגט אראפלאזן זיין לאסט אין א חסידישע קעמפ, און האבענדיג אנגעקומען אביסעל שנעלער ווי געווענליך אויף זיין רוט, און ליידער זעט אויס אז אינטערנעט סערוויס איז דארט נישט ווי ס'געברויך צו זיין, האט זיך אין אים ערוועקט א תאוה צו יונגע בחורים. שפאצירענדיג ארום די קעמפ האט ער געטראפן די צימערן פון די נארוואס בר מצוה געהאטע בחורים און ער איז דארטן אריין און אפגעטוהן מה שלבו חפץ, מיט נישט איינעם, נישט צוויי, און אפשר אפילו נישט דריי – די פונקטליכע ציפער וואקסט נאך. (און יעצט פארטאגס מאכט נאך דער זעלבער דרייווערס דעליוועריס צו היימישע קעמפס)

צו מזל איז דא אין די צימערן קעמערעס וואס דער חשובער מנהל האט בהוראת דעם רב, דארט אריין געשטעלט. ויהי בבוקר און די בחורים זענען געלאפן צום מנהל און געשריגען... דער מנהל האט זיך נישט געפוילט און איבערגעקוקט די ווידעא און ס'האט זיך אים ליידער אויסגעשטעלט אז דאס וואס די בחורים פארציילען איז נאר מקצת שבחו, און די מעשה האט נאך און נאך.

דער מנהל האט באשוואוירען די בחורים נישט פארציילען פאר קיינעם ביז דער רב וועט מחליט זיין וויאזוי דאס צו באהאנדלען. ביזדערווייל איז געווארען אן איבערקערעניש אין בית מדרש. היתכן דער מנהל לאזט נישט מודיע זיין פאר עלטערען? איז ער דען בכלל א מומחה אויף צו רעדען מיט א בחור? די בחורים קענען אים דאך נאר אלץ א מאנסטער, און ער וועט זיין דער וואס וועט פלוצלינג ווערען דער איידעלע טאטע אויס צו הערען טראמאטיזירטע נפשות?

און נאך מער איז דער כעס אין בית מדרש, הלמאי האט דער מנהל אריין געשטעלט קעמערעס אין די צימערן אין ערשטען פלאץ. איז דאס נאר געווען אויף צו טעראריזירן די בחורים? ענדליך איז שוין אנגעקומען דער ריכטיגער צוועק פון די קעמערעס און דער מנהל האט דער העזה צו פארציילן פאר די עלטערן וואס האבן זיך דערפון דערוויסט אז די טעיפס זענען בטעות אפגעמעקט געווארן?

אלזא איז דער פארלאנג פון די עלטערן:
• דער מנהל זאל זאפארט, יעצט איינס דרייסיג ביינאכט, מודיע זיין פאר די עלטערן פון די נפגעים
• דער מנהל זאל זאפארט רופן 911 און איבערגעבן אלע עווידענס אויב וויל ער נישט געקלאגט ווערן פאר טעמפערינג וויט עי קריים סין.
• דער מנהל זאל אין לויף פון די קומענדיגע פאר טעג אריין געבן זיין רעזיגנאציע פאר דעם גרויסן דורכפאל פון לאזן דעם גאנצען מקום הפקר. צוגעשפארט א גאנצען טאג צו טעראריזירען די בחורים, אבער ביינאכט ווען מ'דארף זיין אפגעהיטען פון די מנוולים האט ער זיי געווארפן צו די הינט!        
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:37 am#33273
שרעקליך!!!
אפשר וואלט כדי געווען די זאלסט עפענען א האט ליין און דאס מפרסם זיין
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:39 am#33276
די מעשה איז געשעהן אין קעמפ שלוה.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:42 am#33278
א שרעקליכע מעשה!! וועלעכע מחנה שלוה? 48 אדער 45?
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:44 am#33279
טראכט האט געשריבן:שרעקליך!!!
אפשר וואלט כדי געווען די זאלסט עפענען א האט ליין און דאס מפרסם זיין

ער האט שוין לאנג א האט ליין... שלוחו של אדם כמותו.
דער וואס פארשטייט פארשטייט!!
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:46 am#33280
ראשעקאל האט געשריבן:א שרעקליכע מעשה!! וועלעכע מחנה שלוה? 48 אדער 45?

איך ווייס נישט. איך האב נאר געהערט אז ס׳געוועהן מחנה שלוה דבאבוב.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:48 am#33281
שלום עליכם נחום ראז... אנטשולדיגט, געמיינט צו זאגן שלומכון יסגא...
שיינע זאך פון דיר. זיך ספעציעל אויפגעסיינט אינמיטן נאכט צו באריכטן די טראגעדיע

קיינער ווייסט נאכנישט פון די מעשה בכלל, אפילו נישט די טאטעס פון די נפגעים רח"ל. בלויז דא ווייסט מען שוין אלע פרטי פרטים, און אז די מנהל דארף פליען, וכו' וכו'...???
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:53 am#33282
שמיטה האט געשריבן:שלום עליכם נחום ראז... אנטשולדיגט, געמיינט צו זאגן שלומכון יסגא...
שיינע זאך פון דיר. זיך ספעציעל אויפגעסיינט אינמיטן נאכט צו באריכטן די טראגעדיע

קיינער ווייסט נאכנישט פון די מעשה בכלל, אפילו נישט די טאטעס פון די נפגעים רח"ל. בלויז דא ווייסט מען שוין אלע פרטי פרטים, און אז די מנהל דארף פליען, וכו' וכו'...???

ער איז געווען אין אזא ראש אז ער האט ניטאמאל געהאט צייט צו טראכטן א געהעריגע ניק
שלומכא יסגי וואט עי נעים!!
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:55 am#33284
מ'רעדט דא פון א היימישן דעליווערי בוי?
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:55 am#33285
פון אזויפיל הערן נחום האט ער זיך דערלערנט די שפראך......
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:00 am#33286
האלאו חברה. נחום איז טאקע משוגע! אבער פונקט ווי מ׳מיינט אז נאר דער רבי ז״ל איז געוועהן קעגן ציונות אין די צייט וואס אלע ערליכע גדולי ישראל זענען געוועהן דערקעגן, אזוי טאר מען נישט פארגעסן אז נישט נאר נחום ראזענבערג איז קעגן מאלעסטארס. מיר אלע זענען!!
די מעשה האב איך געהערט בערך צוויי שעה צוריק פון גאר א קרנטע מקור. כמעט גענוי ווי שלומכן דערציילט עס. איך האב נישט אויפגעפאסט צו מ׳רעדט פון באבוב 45 אדער 48, אבער איך קען דאס מברר זיין אינדערפרי.

איינער ווייסט פאר ווען דער דרייוער דרייווט?
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:04 am#33291
ראשעקאל האט געשריבן:א שרעקליכע מעשה!! וועלעכע מחנה שלוה? 48 אדער 45?


48
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:10 am#33293
מי יודע אין וויפיל נאך קעמפס דער משחית האט געטשעפעט קינדער.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:12 am#33295
רואיק האט געשריבן:מי יודע אין וויפיל נאך קעמפס דער משחית האט געטשעפעט קינדער.

ר״ל!! מרעדט פון א דעליווערי מאן וואס פארט פון קעמפ צו קעמפ!!!
ה״י. לאמיר האפן אז מ׳וועט טוהן די ריכטיגע שריט.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:18 am#33299
איך גיי רופן מארגן אויב זיי טוהן גארנישט. כ׳האב אפאר קינדער אין קעמפ. כ׳בין גענוג נערוועיז אזוי אויך זיי זאלן אהיים קומען שלם בגוף ובנפש.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:19 am#33301
קען מיר איינער מסבר זיין מיט א משל וואס אזא איינער קען טן אין באנג פיל מיט בחורים?? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 8:30 am#33309
קאמפיאטער האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין מיט א משל וואס אזא איינער קען טון אין באנג פיל מיט בחורים?? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל

סטעי טונד..!
אפשר וועט אין די וועכנטליכע היינטיגע בילדער אויפ[ס]גאבע'ס אריין פאלן אומצענזורירטע בילדער פונעם נארוואס געשאפענעם סצענעזאציע, אינעם קינדער קעמפ אפטיילונג דעפט.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 8:56 am#33311
קאמפיאטער האט געשריבן:קען מיר איינער מסבר זיין מיט א משל וואס אזא איינער קען טן אין באנג פיל מיט בחורים?? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל


די משל איז אז עס איז געווען א קעניג און ער האט געהאט איין איינציג זוהן, און דער זוהן האט אמאל אריינשפאצירט אין א באנק מיט בחורים און האט געטאן כל מה שלבו חפץ.
די נמשל האט פאסירט נעכטן נאכט.
דו פרעגסט וויאזוי מען מעכו דאס אין גאנצע באנק מיט בחורים?, קודם כל האט ער דאך נישט אויפגעוועקט דעם גאנצן באנק, ער איז אריין אין א שטוב און געטאן וואס ער האט געטאן, דא צווייטענס מ’רעדט פון נארוואס בר מצוה געהאטע בחורי חמד, וואס האבן פון גארנישט געוויסט און פארשטאנען. דער ביליגער דרייווער נישט נאר וואס ער האט זיי אויפגעקלערט אז זיי דארפן יעצט גיין פאר פסיכאלאגישע העלפ, וועט דאס זיי נעבעך בלייבן א טראומע אגאנץ לעבן
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 9:00 am#33312
אינטרעסאנט, די זעלבע וואס שרייען נחום רז"ב ווייסען נישט וואס שלומכן יסגא איז טייטש, מעגליך אז ביידע זענען סימפטאמען פון קליינקעפיקייט.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 9:07 am#33313
מחנה שלוה האט שיון יארן לאנג א נאכט וועכטער וואס דרייט זיך א גאנצע נאכט

זעהט אויס מען דארף טהון מער
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 9:14 am#33315
וואס גייט פאר מיט אונז??

איך גלייב אבער נישט אז מע גייט עס טאקע ריקן אונטערן קארפעט. נישט מעגלעך היינט אזוי צו באהאלטען. די עלטערן וועלן זיכער נישט לאזן, פארשטייצעך אויב די מעשה איז טאקע אמת.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:22 am#33331
דער דרייווער איז פון גאלדען פלאו.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:24 am#33334
געפילטע פיש האט געשריבן:אינטרעסאנט, די זעלבע וואס שרייען נחום רז"ב ווייסען נישט וואס שלומכן יסגא איז טייטש, מעגליך אז ביידע זענען סימפטאמען פון קליינקעפיקייט.


ילמדינו רבינו וואס שלומכן יסגא איז טייטש? און ווי זעהסטו אז די אלע וואס שרייען ווייסן נישט די טייטש?
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:33 am#33341
זיידעטשקע האט געשריבן:דער דרייווער איז פון גאלדען פלאו.

אוי וויי! האט נישט א גאלדען פלאו אויך געמאכט די פייער אין דינוב/באר התורה ישובות אין וומ"ס? וואס גייט דארט פאר?
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:39 am#33342
דער דרייווער איז א יוד?