Under maintenance
הויפט זייט » "גלאָק" נייע חודש'ליכע אויסגאבע פון ר' שמעון ראלניצקי

"גלאָק" נייע חודש'ליכע אויסגאבע פון ר' שמעון ראלניצקי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14361
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 9:58 am#463400
"גלאָק" נייע חודש'ליכע אויסגאבע פון ר' שמעון ראלניצקי
נייע חודש'ליכע אויסגאבע "פעמון" פאנגט אהן ארויסקומען חנוכה דורך שמעון ראלניצקי, וואס פלעגט ארויסגעבן די שטערן.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 12:05 pm#463401
שמעון האט פארלאזט דער שטערן?
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 12:35 pm#463404
Re: "פעמון" נייע חודש'ליכע אויסגאבע
ניי? עס פלעגט ארויסקומען פון צייט צו צייט אן אויסגאבע מיט דעם נאמען, דאכצעך הרב יואל אשר לאבין פלעגט שרייבן דארט אסאך.

l viewtopic.php?t=404 l
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 2:03 pm#463408
Re: "פעמון" נייע חודש'ליכע אויסגאבע
טיכטיגער האט געשריבן:שמעון האט פארלאזט דער שטערן?
דער שטערן האט אים פארלאזט... קומט שוין לאנג נישט ארויס.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 3:12 pm#463415
דאכזעך אז די אלטע פעמון (תורני) קונטרס קומט שוין מער נישט ארויס
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 8:59 pm#463434
אין איי וועלט האט ער מודיע געווען אז ס'קימט א פרישע גלעקל יעצט

חילוק איז פעמון און הפעמון
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 11:56 pm#463442
קאצקע ציקער האט געשריבן:אין איי וועלט האט ער מודיע געווען אז ס'קימט א פרישע גלעקל יעצט

חילוק איז פעמון און הפעמון

גערעכט
נישט משים לב געווען
דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 6:46 pm#463489
פארוואס קען ער נישט ארויסגעבן דער שטערן אז ער גייט ארויסגעבן א נייע?
מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 5:43 pm#463561
ערווארטעט צו זיין אינדרויסן אויף חנוכה.
עס גייט "נישט" הייסן פעמון
מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 6:07 pm#463564
היכי דמי האט געשריבן:ערווארטעט צו זיין אינדרויסן אויף חנוכה.
עס גייט "נישט" הייסן פעמון

נאר וויאזוי ? און אויף וועלכע נושאים ?
מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 6:35 pm#463569
היכי דמי האט געשריבן:ערווארטעט צו זיין אינדרויסן אויף חנוכה.
עס גייט "נישט" הייסן פעמון

נא זאג
מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 3:02 pm#464094
וואס איז געבליבן מיט דעם?
מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 6:52 pm#464250
.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 9:26 pm#464251
איך קען נישט מחליט זיין צו פונעם דעקל זעהט אויס אז עס קומט אן איבערשפיל פון די גאלדענע שטערן יארן אדער שמעון האט גענומען א דריי אויף רעכטס צו זיין מער א פרומערע אויסגאבע.

ימים ידברו.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 9:41 pm#464252
דוכט זיך אז איינע פון די ערשטע נומערן פון "דער שטערן" האט אויך געהאט אן ארטיקל אויף דעם ניו יארקער וואסער-סיסטעם. אפשר גאר די סאמע ערשטע אויסגאבע.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 11:14 pm#464253
יא די ארטיקל פון די ניו יארק'ע וואסער סיסטעם און די איזרעילישע באמבעדירונג אויף די סירישע רעאקטער זענען אור אלטע ארטיקלען פון די שטערן ז''ל.

איך האף אז דא קומט נישט א ריסייקלינג פון די שטערן.
פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 1:17 pm#464314
אויף אייוועלט שרייבט איינער:
"ווי איך האב געהערט פון אומבאשטעטיגטע מקורות האט ער (=שמעון) געמוזט אנהייבן פון פריש צוליב טעמים וואס מען קען נישט שרייבן דא."
אפשר דא אויף קאווע שטיבל קען מען יא?
מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 4:58 pm#464563
נאכדעם וואס שמעון ראלינצקי האט זיך אפגעטיילט פון דער שטערן און ארויסגעגעבען א נייע מעגעזין פעמון
קימט די נייעס אז דער שטערן גייט ווייטער ארויסקומען דורך וואגשאל
סטעי טונד

לחיים
מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 7:43 pm#464574
נייע שטערן
מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 7:59 pm#464576
ס'קוקט אויס ווי מ'האט געבּאבּערט די תשפ''א. זעהט אויס ווי ס'איז געוועהן א פי די עף און ווען מ'האט געטוישט די דעיט האט זיך געטוישט די פאנט
מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 8:01 pm#464577
איך בין אינגאנצען צומישט.
שטערן? גלאק? ביטע זיי מסביר.
זעהט אויס פאלש.
מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 8:21 pm#464579
שמעון ראלניצקי איז געוועהן א שותף אין די שטערן מיט ישראל מענדעל וואגשאהל. שמעון האט זיך אפגעטיילט און געעפענט גלאק, און וואגשאהל געט ווייטער ארויס די שטערן.
מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 9:50 pm#464584
סאו די שטערן גייט אויך ארויסקומען איינמאל א חודש אדער אזויווי ביז יעצט איינמאל אין.....
מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 11:58 pm#464590
Re: "פעמון" נייע חודש'ליכע אויסגאבע
חתם סופר האט געשריבן:נייע שטערן
נייע חודש'ליכע קאלום "שפיאנאזש אונטער פיינטליכע ליניעס".

די קאלום איז שוין געלאפן אין דער שטערן תשס"ח.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 2:56 am#464600
Re: "פעמון" נייע חודש'ליכע אויסגאבע
כמעט אלע, אויב נישט אלע ארטיקלען פון די נייע דער שטערן זענען ריסייקעלט, ע"פ רוב איז עס געשריבן דורך שמעון ראלניצקי, עס קוקט אויס ווי א ערענסטע קריג וואס גייט זיך ענדיגן נעסטי

Sent from my SM-G981U using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 8:22 am#464604
אבי גערעדט האט געשריבן:כמעט אלע, אויב נישט אלע ארטיקלען פון די נייע דער שטערן זענען ריסייקעלט, ע"פ רוב איז עס געשריבן דורך שמעון ראלניצקי, עס קוקט אויס ווי א ערענסטע קריג וואס גייט זיך ענדיגן נעסטי

Sent from my SM-G981U using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 8:23 am#464605
.
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 8:31 pm#464664
.
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 8:39 pm#464666
.
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:37 pm#464668
ער האט עמטליך אויסגעלאזט אז דער 'גבר אלים' איז געווען א גלייכער שותף.

שמעון האט זיך געוואלט ארויסזען פונעם געשעפט ווי א שיינער איד און גיין אליין, אבער דער שותף האט אלע רעכטן ממשיך צו זיין און אנהאלטן די ביזנעס.

אין די ארטיקלען זענען אלע גלייכע שותפים, לכאורה מעג דער 'גבר אלים' ענדערש נעמען פון די אלטע ארטיקלען ווייל ער וויל בלייבן מיט די ביזנעס.

קען זיין ס'פעלט מיר פאקטן, אבער אזוי קוק איך עס אן.
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:54 pm#464669
האמיר דורך געליינט דעם ערשטן 'קלאנג' איבער שבת, אט איז מיין איבערזיכט:

די מנורה אינעם שאפינג מאל. גאר אינספערירנד, שטארק הנאה געהאט, ער זאל סטיקען צו איינס אזא פער אויסגאבע, צו האלטן א באלאנס. נישט מער און נישט ווייניגע, לדעתי.

אטאקע אויפן נוקלעארן רעאקטער אין סיריע. עטוואס באקאנטע געשיכטע, אביסל צו בקיצור'דיג געשריבען ס'זעהט אויס ווי ער יאגט זיך ערגעץ. וואס האט מיך בעיקר געבאדערט איז דאס ארום טוישן ג'ענדער ביי די האטעל אין לאנדאן, פון א האני-טרעפ פרוי איז געווארען א מאן, די פרומע/קרומע שטיק דארף זיך ענדיגען, און ניין מוזט נישט ארויס שרייבן ברחל בתך, אבער די זעלבע זאך וואס די מאן האט געטוען, געשמועסט און פארברענגט, האט א פרוי אויך געקענט. חוץ פון דעם, פיין.

נוא יארק וואסער סיסטעם.
זייער אינטרעסאנט און באלערנד, כאטש וואס מאנכע האבן זיך אפגערעדט אז ס'איז ריסייקלט.

אן אויספלוג. בבחינת פארוואס נישט, זאל שוין מיטגיין.

עשר תעשר בשביל. גאנץ א שיינע סוקסעס סטארי, איך בין נישט אנטציקט דערפון, אבער נאט בעד.

רב מיט בלוטיגע הענט. דא האט שמעון דעליווערט איינס און א גוט'ס, א פולע פארש ארבעט, (כאטש אייוועלט קלעימט קרעדיט פאר זיך) גאר אינטרעסאנט און שפאנענד, גוט געשריבען און נישט געקארגט קיין דעטאלן.

א געזונטע קריים סטארי איז נישטא, און די זענען מיין פעיוועריט, אבער אפשר נעקסט טיים.

לדעתי זאל ער צולייגן אפאר קאלום'ס, א פארזעצונג און ער האט עס.

אווער אלל, גאר פיינעם דזשאב דעליווערט, ס'זעהט אויס ווי אונז האבן צוריק ר' שמעון מיט די אלטע גוטע צייטן און פענע.
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:01 pm#464670
חד גדיא האט געשריבן:.


עפעס שטימט נישט, וויאזוי פארכאפט מען א ביזנעס?
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:01 pm#464671
טעות
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:18 pm#464672
לייבל שטילער האט געשריבן:
רב מיט בלוטיגע הענט. דא האט שמעון דעליווערט איינס און א גוט'ס, א פולע פארש ארבעט, (כאטש אייוועלט קלעימט קרעדיט פאר זיך) גאר אינטרעסאנט און שפאנענד, גוט געשריבען און נישט געקארגט קיין דעטאלן.

.

אויך זייער הנאה געהאט
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:24 pm#464673
גמליאל האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:שמעון האט פארלאזט דער שטערן?
דער שטערן האט אים פארלאזט... קומט שוין לאנג נישט ארויס.

ווייל עטליכע צודרייטע בע"ת (בי.טי.'ס) פון מאנסי האבן געמאכט א טומל. און מיט די הילף פון ..."רבנים"... האבן זיי געלייגט אין די ערד א מעגעזין וועלכער האט געגעבן וועלטליכע ידיעות און אינטרעסאנטע נייעס אויף א כשר'ן אופן...!
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 11:11 pm#464677
.
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 11:13 pm#464679
וואס לייגסטו נישט Hasidic1'ס ענטפער?

אוי ווי ריכטיג דו זאגסט
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 11:30 pm#464680
ער דארף נאר צולייגן אפאר קאלומס און דאס איז עס
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:21 am#464684
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:וואס לייגסטו נישט Hasidic1'ס ענטפער?

אוי ווי ריכטיג דו זאגסט

ווייל האסידיק1 איז א גנב. נעמט מיינע ווערטער פון דא אהן געבן קרעדיט.
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 1:33 am#464689
חתם סופר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:וואס לייגסטו נישט Hasidic1'ס ענטפער?

אוי ווי ריכטיג דו זאגסט

ווייל האסידיק1 איז א גנב. נעמט מיינע ווערטער פון דא אהן געבן קרעדיט.

חתם סופר:חאסידיק 1איז נישט קיין אפיציעלע וועבסייט. נאר א גאססיפ קאלום. ער האט פון מיר אויך געגנב'עט ווערטלעך אן געבן קרעדיט...!
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 3:29 am#464692
ווייל עטליכע צודרייטע בע"ת (בי.טי.'ס)
אפשר ביסטו מיר אזוי גוט און די ביסט מיר מסביר דעם ראשי תיבות ....
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 3:30 am#464693
berlbalaguleh האט געשריבן:
גמליאל האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:שמעון האט פארלאזט דער שטערן?
דער שטערן האט אים פארלאזט... קומט שוין לאנג נישט ארויס.

ווייל עטליכע צודרייטע בע"ת (בי.טי.'ס)
אפשר ביסטו מיר אזוי גוט און די ביסט מיר מסביר דעם ראשי תיבות ....
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:40 am#464697
איך פארשטיי נישט. פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט פון וואגשאהל? כ'מיין כ'האב געהערט פונ'עם אבער האט ער אויך עפעס געשריבן? וואס האט ער געברענגט צום טיש וואס שמעון האט זיך נישט געקענט אפטיילן ביז היינט? און וואו פיט פנחס גלויבער אריין? האט ער אויך געשריבן? איז עס דער זעלבער גלויבער וואס רעדט אנאליזן אויף קול מבשר? אדער איז דער לעצטער א אינגערער ברודער?

איבערחזר'ן ארטיקלען איז א מיאוסע זאך אפילו אויב ס'איז אייגנס. בכל אופן, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז נאך איינער אחוץ שמעון שרייבן אויף א רעגולער בעיסעס. ס'איז שוין צייט צו פטור ווערן פון [פאלשע] פענע נעמען. פארוואס דארף איך מיך שטענדיג קראצן אויף די ראשי תבות, סופי תבות, רמזים, גימטריאות און שטריכן אין די שרייבן-סטייל צו געסן ווער עס איז דער שרייבער??
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 6:32 pm#464738
טאמבל סאס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט פון וואגשאהל? כ'מיין כ'האב געהערט פונ'עם אבער האט ער אויך עפעס געשריבן? וואס האט ער געברענגט צום טיש וואס שמעון האט זיך נישט געקענט אפטיילן ביז היינט? און וואו פיט פנחס גלויבער אריין? האט ער אויך געשריבן? איז עס דער זעלבער גלויבער וואס רעדט אנאליזן אויף קול מבשר? אדער איז דער לעצטער א אינגערער ברודער?

וואגשאהל ווייס איך נישט. איך וויס ער שרייבט אין zman אין ענגליש קען זיין ער טויג אין אידיש אויך
פינחס פלעגט אויך שרייבן אין דער שטערן און ער איז דער זעלבער פון קול מבשר. זיי פלעגן האבן שמועסן אויף קול מבשר צוזאמען ביז פינחס האט זיך געצויגן קיין אר"י

טאמבל סאס האט געשריבן:איבערחזר'ן ארטיקלען איז א מיאוסע זאך אפילו אויב ס'איז אייגנס. בכל אופן, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז נאך איינער אחוץ שמעון שרייבן אויף א רעגולער בעיסעס. ס'איז שוין צייט צו פטור ווערן פון [פאלשע] פענע נעמען. פארוואס דארף איך מיך שטענדיג קראצן אויף די ראשי תבות, סופי תבות, רמזים, גימטריאות און שטריכן אין די שרייבן-סטייל צו געסן ווער עס איז דער שרייבער??

זאג, און ווער ביסטו?
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:47 pm#464758
דער שטערן איז געווען עפעס גאר ספעציעל: רייכע ארטיקלען, און גוט אראפגעשריבן (לענ"ד צו פארדאנקן ר' שמעון).

העמיר זעהן צו ער העט איבערחזר'ן די הצלחה מיט'ן גלעקל, אדער ס'העט ארויסקומען אן "איסור" נאך פאר ער וועט זיך קענען בויען.
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 11:23 pm#464760
אין זיין פאדקעסט "א טראפ טיפער" אויף קול מבשר, ווערט היינט ר' שמעון געפרעגט וועגן 'דער שטערן', ער זאגט דארט אז ס'איז נישט קיין שום מחלוקת.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 3:48 am#464776
לייבל שטילער האט געשריבן:אין זיין פאדקעסט "א טראפ טיפער" אויף קול מבשר, ווערט היינט ר' שמעון געפרעגט וועגן 'דער שטערן', ער זאגט דארט אז ס'איז נישט קיין שום מחלוקת.

עס איז נישט קיין פאדקעסט אויב די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען עס הערן איז קול מבשר
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 10:43 am#464781
פ"וו נישט? קול מבשר האט א עפפ.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 6:55 pm#464827
לייבל שטילער האט געשריבן:פ"וו נישט? קול מבשר האט א עפפ.

א פאדקעסט איז אפען סאורס מיט א RSS
דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:12 am#464850
חתם סופר האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:
רב מיט בלוטיגע הענט. דא האט שמעון דעליווערט איינס און א גוט'ס, א פולע פארש ארבעט, (כאטש אייוועלט קלעימט קרעדיט פאר זיך) גאר אינטרעסאנט און שפאנענד, גוט געשריבען און נישט געקארגט קיין דעטאלן.

.

אויך זייער הנאה געהאט

ער שרייבט אין די ארטיקל אז עס איז פארהאן א דאקומענטרי פון די מעשה איינעם ווייסט וויאזוי עס הייסע און וואו מען קין עס זעהן