Under maintenance
הויפט זייט » ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?

ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14416
זונטאג יאנואר 10, 2021 8:58 pm#465436
ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?
אין די פרעסע איז באריכטעט געווארן אז ביי די געוואלדטאטן אין וואשינגטאן פאריגע וואך איז איינע פון די וואס האבן זיך איינגעבראכן אין די קעפיטאל געטראגן א העמד מיט די אויפשריפט אין ענגליש “קעמפ אוישוויץ” און אינטען איז געשטאנען “ארבעט מאכט פריי”...

איך שריי שוין צו ענק די לעצטע פינף יאהר אז די עקסטרעימע רעפובליקאנער זענען “ווייסע סופרעמיסיסטן” און “אמעריקאנע נאציס”... איך בין ארומגעפארן אין כמעט אלע שטעט אין אמעריקע מיט בערני סענדארס און איך האב גערעדט צו די מענטשען און איך האב מיך עס אליינס איבערצייגט...

היינטיגע צייטן דריי איך מיך טאג טעגליך אויף די עקסטרעימע קאנסערוועטיווע וועבסייטס אויף די “טונקלע-וועב” און סאיז א פחד נורא!!!!
זיי לייקענען די האליקאוסט. זיי שרייבן אז די אידן זענען די ערגסטע מענטשען וואס זענען אין אלע דורות געוועהן די עליטע און באנקירן וואס האבן צוגענומען יעדעמס געלט, הייזער און גערעכענט הויכע פראצענטן. זיי האבן גארנישט געארבעט מיט די הענט און צוגעלייגט צו סאסייעטי. און זיי האבן א ליסטע פון 110 לענדער וואו מהאט ארויסגעווארפן די אידן אין היסטאריע און זיי פרעגן. “איר מיינט טאקע אז די אידן זענען געוועהן אינגאנצן אומשולדיג???”

זיכער נישט אז יעדער רעפובליקאנער איז א נאצי אבער ווען א נאצי זוכט א פארטיי וועט ער קיין דעמאקראט נישט ווערן...
אלע אויף די עקסטרעימע וועבסייטס זענען הייסע טראמפ חסידים...

אז איר וועט פרעגן א היינטיגע איד א ציוני, ווער האט פיינט די אידן די רעכטע אדער די לינקע? וועלן זיי זאגן די לינקע. ווייל זיי זענען קעגן די אקיופאציע!!!! (וואס א גרויס חלק אידן אין מדנ״י זענען קעגן דעם...) אבער ח״ו נישט די רעכטע!!! די רעכטע זענען אידן ליבהאבערס!!!

ווען די רעכטע האבן מארשירט אין שארלאטסוויל האבן זיי געשריגן “Jews will not replace us”...


איין זאך וואס די רעכטע עקסרימיסטן שרייבן אויף זייער וועבזייטל איז מיר זייער געפאלן... ליידער!!!

זיי שרייבן אז היינטיגע צייטן איז דא צוויי מיני אידן אדער דער ציוני וואס האלט אז אידן זענען העכער ווי אלעס אדער דער קאמיוניסט וואס האלטן אז אלע מענטשען זענען גלייך אפילו שווארצע און אידן... גראדע אביסל אמת... און דאס איז די חילוק לויט זיי צווישן די די פרומע און די פרייע אידן...

פאר איר דזשוינט די רעפובליקאנער פארטיי קוקטס נאך מי ומי ההלכים...
זונטאג יאנואר 10, 2021 9:00 pm#465437
Capitol rioter in ‘Camp Auschwitz’ sweatshirt said identified as Virginia man
CNN names Robert Keith Packer, 56, one of dozens who took part in assault bearing anti-Semitic and white supremacist imagery

m https://www.timesofisrael.com/capitol-r ... ginia-man/ m
זונטאג יאנואר 10, 2021 9:18 pm#465438
ס'נאר דא נאציס אויף איין זייט?
זונטאג יאנואר 10, 2021 9:27 pm#465440
קורקלענד האט געשריבן:ס'נאר דא נאציס אויף איין זייט?


אוואדי!

די לינקע אידאלאגיע איז דאך אז אלע מענטשען זענען גלייך!!!

ביטע טרעף מיר א לינקער אויסגעשפראכענער נאצי!!!! ביי קיין איין בל״מ פראטעסט האסטו נישט געזעהן קיין איין פראטסטירער מיט א נאצי סלאגאן אויף זיין העמד!!! ווייל אויב יא וואלטן אים אלע מענטשען ארום פארדאמט!

א נאצי וועט קיין לינקער קיינמאל נישט זיין א רעכטער יא!!! און אלע נאציס אין אמעריקע זענען הונדערט פראצענט רעכט געשטימט!!!!

די KKK אין אמעריקע האט עמטליך קאמפיינט און געארבעט שווער ביידע מאל צו ערוועלן טראמפ פאר פרעזידענט!

לייקענסט איינע פון די זאכן וואס איך האב דא געשריבן???
זונטאג יאנואר 10, 2021 9:28 pm#465441
Re: ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?
איך פארשטייט דיין פונקט. לעומת זה ווען אנטיפא האט געווילדעוועט אין די גאסן אין קאליפארניע האבן געשאלטן אידן און באפאלן אידישע געשעפטן. צופעליג האבן די דעמאקראטן עס פשוט נישט באמערקט.
ביידע האבן אנטיסעמיטן און מען דארף רחמים.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 9:36 pm#465442
גראף האט געשריבן:איך פארשטייט דיין פונקט. לעומת זה ווען אנטיפא האט געווילדעוועט אין די גאסן אין קאליפארניע האבן געשאלטן אידן און באפאלן אידישע געשעפטן. צופעליג האבן די דעמאקראטן עס פשוט נישט באמערקט.
ביידע האבן אנטיסעמיטן און מען דארף רחמים.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


די לינקע האבן נישט באפאלן קיין געשעפטן!!! נישטא קיין שום עוודיענס אויף דעם!

די לינקע האבן פראטעסטירט אז בל״מ. און געוויסע מענטשן האבן אויסגענוצט די גלעגענהייט צו ווילדעווען און בארויבן געשעפעטן בשעת די איבערקערענישן ווען די פאליציי האט זיך נישט געקענט א עצה געבן. די זעלבע איז געוועהן ווען די וואסער האט איבערגערינען אין New Orleans.


איך בין געוועהן ביי אפאר בלמ פראטעסטן איך האב קיין געוואלדטאטן נישט געזעהן!!! פארקערט א פרידלעכער פראטעסט!


קיינער פון די גנבים וואס האבן געווילדעוועט אויף די גאס האבן נישט געקלעימט אז זיי זענען לינקע!!!
הוילע שקר פון טראמפס באבל און פאקס ניוס- פונקט אזא שקר ווי ער האט געוואונען די עלעקשאונס און אלע זייער אנדערע שקרים וכזבים!

פערצופאל קען איך פערזענליך א גוי אין מאנהעטן וואס האט געפלינדערט פון אסאך געשעפעטן און איז א הייסע טראמפ שטיצער און א ווייסע סופרעמיסיסט...
זונטאג יאנואר 10, 2021 9:44 pm#465443
שבת'ל צייגט אייך אליינס איבער.

בנוגע צו דער חבר אייערע וואלט געווען שיין און ריכטיג אויב גיבט איר איהם איבער פאר די פאליציי. בכלל זענט איר דאך א נאבעלער לינקער, וואו קומט אייך זיך צו באקענען מיט אזעלכע נידעריקער ווייסע נאַציס. פּאַסט נישט פאר אזא געטרייע קאַמעראַד ווי אייך.
זונטאג יאנואר 10, 2021 9:51 pm#465444
Re: ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?
בלמ לחוד ואנטיפא לחוד. למעשה בין איך געווען ביי עטליכע בלמ פראטעסט און ס'איז געווען פרידליך.
טוה מיר א טובה ... ס'איז ארום געגאנגן גענוג קליפס וואו די שווארצע ברודער האבן געטשעפעט מיט אידן ביי א פראטעסט. מאך עס נישט פאר א רעכטע/לינקע רויט/בלוי אישו. קוק למשל אמאל וואס די לינקע אין נ.י.סיטי שרייבן וועגן אידן אויף גאטעמיסט וכו'. די גיהנום מיט זיי אלע.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 10:08 pm#465445
פארוואס דארף די אידעלע קוקן מי ומי ההולכים מיט טראמפ? אפשר זאלן די ווייסע סופרעמיסיסטן קוקן מי ומי?

די ווייסע סופרעמיסיסטן וואלטן דען געטוהן פאר אידן וואס טראמפ האט געטוהן? א ודאי נישט! אלא מאי טראמפ איז נישט קיין ווייסע סופרעמעסיסט, און זיינע סופרעמיסיסטן נאכפאלגער זענען זיך טועה אין איהם. נו, דערפאר דארף איך זיך אויך טועה זיין?!
זונטאג יאנואר 10, 2021 10:17 pm#465447
Re: ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?
@שבת אחים פונקט ווי דו זאגסט אז די וואס האבן יא געמאכט צרות זענען נישט געווען בלמ נאר סתם אנדרייער קען מען זאגן אז פון די אלע משתתפים לעצטע וואך אין די.סי. זענען ד עטליכע הונדרעט חיות סתם אנדרייער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 10:35 pm#465448
ר' ATUB @שבת אחים ATUB מאַכט זיך געפּגרט... נאָר באַ די רעכטע איז דאָ אַנטיסעמיטן, די לינקע זײנען אַ טלית שכולה תכלת וואָס האָבן בלויז אַ פּראָבלעם מיט דער אָקופּאַציע. ניטאָ ווער עס זאָל לאַכן.

זאָגט מיר נאָר, דער מושג „וואָרצללאָזע קאָסמאָפּאָליטן” איז אַ רעכטער צי אַ לינקער? ווער איז דער פאַרפאַסער פון דעם אַנטיסעמיטישן ביכל „צור יודענפראַגע”?

בעלגיע, וואָס אסרט שחיטה כאָטש זי דערלאָזט יאַגד, איז רעכט געשטימט צי לינק געשטימט? אגב, ניט נאָר יאַגד מאָג מען פּראַווען אין בעלגיע, נאָר אויכעט דער מיאוסער אַקט פון אָנשטאָפּן ענטלעך און גענז – וואָס איז לכל הדיעות ערגער פאַר שחיטה (און איז אסור לויט אַ פולע פוסקים) – איז דאָרט ניט פאַרווערט.
זונטאג יאנואר 10, 2021 11:09 pm#465450
אלע די וועבסייטס איז אנגעפיהלט מיט פראפאגאנדע און האס
איינע פון זייערע גרויסע טענות אויף אידן וואס זיי שרייבן אויף זייער וועבסייטס למשל איז אז די אידן האבן א קאמיונטי וואס זיי לאזן נישט אריין נאר זייערע מענטשען און פרעדיגן סופרעמעסי (עם הנבחר) פאר יאהרן לאנג. זיי לערנען אויס זייערע קינדער אז גוים זענען די ערגסטע באשעפענישן.
משא״כ טאמער ווייסע ווילן האבן א אייגענע קאמיונטי און זאגן אז זיי זענען העכער. זיי האבן איינגעפירט ציוויליזאציע, לאגיק, מאדערן סייענס וכו׳ און די שווארצע האבן גארנישט געטוהן. דעמאלטס ווערן זיי אנגערופן “ראדיקאלע ווייסע סופרעמיסטן״ און מ׳בלאקירט זיי פון סאושעל-מידיע (ווייל די אידן פירן Silicon Valley).

זיי פרעגן פארוואס טארן אונז נישט זאגן אז אונז זענען די עם הנבחר. אונז זענען העכער ווי שווארצע? נאר די אידן מעגן?

די תירוץ אויף דעם איז אז רוב אידן האלטן טאקע נישט אז אונז זענען היינט העכער ווי א גוי און מ׳טאר טאקע נישט אויסלערנען די קינדער אז אונז אידן זענען בעסער. אונז האבן טאקע באקומען די תורה פונעם אייבערשטען אבער די גוי איז פונקט אזא באשעפעניש וואס גאט האט באשאפן און ער דארף האבן אלע גלייכט רעכטן....
זונטאג יאנואר 10, 2021 11:11 pm#465451
דוראק האט געשריבן:ר' @שבת אחים מאַכט זיך געפּגרט... נאָר באַ די רעכטע איז דאָ אַנטיסעמיטן, די לינקע זײנען אַ טלית שכולה תכלת וואָס האָבן בלויז אַ פּראָבלעם מיט דער אָקופּאַציע. ניטאָ ווער עס זאָל לאַכן.

זאָגט מיר נאָר, דער מושג „וואָרצללאָזע קאָסמאָפּאָליטן” איז אַ רעכטער צי אַ לינקער? ווער איז דער פאַרפאַסער פון דעם אַנטיסעמיטישן ביכל „צור יודענפראַגע”?

בעלגיע, וואָס אסרט שחיטה כאָטש זי דערלאָזט יאַגד, איז רעכט געשטימט צי לינק געשטימט? אגב, ניט נאָר יאַגד מאָג מען פּראַווען אין בעלגיע, נאָר אויכעט דער מיאוסער אַקט פון אָנשטאָפּן ענטלעך און גענז – וואָס איז לכל הדיעות ערגער פאַר שחיטה (און איז אסור לויט אַ פולע פוסקים) – איז דאָרט ניט פאַרווערט.

בעלגיע שחיטה האט נישט מיט קיין אנטיסמיטישקייט צוטוהן גארניט!

מאך דיין ריסערוטש. זיי האלטן די וועג וויאזוי מהארגעט די בהמות היינטיגע צייטן איז אכזריות. און אז זייער וועג דורך איינשלעפן די בהמה איז מעהר אויסגעהאלטן.

דרייסט סתם א קאפ!
זונטאג יאנואר 10, 2021 11:25 pm#465454
יעדער האט אונז פיינט, די רעכטע ווייל זיי זענען רעכטע, די לינקע ווייל זיי זענען לינקע.

אזוי לאנג ווי זיי שלאגן זיך צווישן זיך וועט זיין גוט פאר אידן.
זונטאג יאנואר 10, 2021 11:29 pm#465455
אישתישבי האט געשריבן:יעדער האט אונז פיינט, די רעכטע ווייל זיי זענען רעכטע, די לינקע ווייל זיי זענען לינקע.

אזוי לאנג ווי זיי שלאגן זיך צווישן זיך וועט זיין גוט פאר אידן.


די לינקע האבן נישט פיינט קיינעם!!!

דאס איז א גראבע ליגענט. געבעסיסט אויף גארנישט.

זאג די אמת זיי האבן פיינט די מדינה... נא נא איך אויך! איך בין נאכנישט קיין אנטיסמיט דערפאר!!!

איך האב פיינט אומרעכטן נישט קיין חילוק צי מיין טאטע האט עס געטוהן צי א שווארצער פון די בראנקס!
זונטאג יאנואר 10, 2021 11:32 pm#465456
און דיין צוגלייכן לינקע צו רעכטע ביסטו א פשוטע פראפאגאנדיסט און א ליגענער!
קיינער ביי די לינקע וועט נישט גייען אפענערהייט מיט נאצי-העמד ביי א בלמ פראטעסט!

קיין איין לינקע וועבסייט איז נישט אנגעפיהלט מיט האס קעגן די אידן!!!

איך קען דיר ווייזן הונדערעטער רעכטע סייטס פיהל מיט גיפט און אנטיסמיטיזם!!!

שקרן וכזבן פונקט ווי אייביג רעדסטו די העכסטע בשעת דו האסט נישט די מינדעסטע אהנונג אין די נושא!

איך טוה דאס טעגליך!
מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:37 am#465458
איינע פון זייערע פראפאגאנדערייען איז אוועקצומאכן יעדען באוואוסטע איד פאר די לעצטע פאר הונדערט יאהר. איינשטיין איז בכלל נישט געוועהן קיין גרויסע סייענטיסט בכלל!!! נאר די “אידישע מידיעא” האבן אים געמאכט פאר א סעלעבערטי.

רעדענדיג פון איינשטיין וואלטן זיי כאטש געדארפט וויסן אז איינשטיין האט קלאר געשריבן אז ער נעמט נישט אן די עם-הנבחר נאראטיוו און איז נישט געוועהן קיין סופרעמיסיסט.

איר הערט? איינשטיין האט בכלל נישט אויפגעלאכטן די וועלט- סאיז פעיק ניוס! די אידן האבן אים גרויס געמאכט!!!

האהא
מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:42 am#465459
Re: ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?
רעדנדיג פון די צווייטע וועלט מלחמה ביי די לינקע...בילדבילד
מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:51 am#465460
וואס איז געשעהן די שרייסט אזוי?

די לינקע האבן פיינט פרומע אידן, ווייל זיי האבן פיינט אלע פרומע, אידן גוים נישט קיין חילוק.

די האבן זיי אפשר ליב.

און די ביסט נישט קיין לינקע, ביסט סתם א חסר דעה ל"ע.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:05 am#465464
ביטע, תשבי. ביז פערזענליך אטאקירן!
ער איז 100% בארעכטיגט צו זיין מיינונג.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 3:33 am#465477
Re: ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?
שמעקעדיג האט געשריבן:ביטע, תשבי. ביז פערזענליך אטאקירן!
ער איז 100% בארעכטיגט צו זיין מיינונג.
אן נעמן א מיינונג

שמעקעדיג, פאר איר זאגט מוסר פאר תשבי, קוקט וויאזוי שבת אחעם האט גערעדט צו אים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 11, 2021 3:35 am#465478
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז געשעהן די שרייסט אזוי?

די לינקע האבן פיינט פרומע אידן, ווייל זיי האבן פיינט אלע פרומע, אידן גוים נישט קיין חילוק.

די האבן זיי אפשר ליב.

און די ביסט נישט קיין לינקע, ביסט סתם א חסר דעה ל"ע.


די לינקע האבן פיינט פרומע אידן? פארדעם האבן זיך אלע פרומע אידן באזעצט אין לינקע שטחים. און אין די ערשטע מאל וואס אידן האבן געוואלט בויען א קאמיונטי אין פאסטוויל אייאווע האבן זיי פאר גארנישט און פאר נישט צוגרונד געלייגט שלום רובאשקין זיין פאמילע און די גאנצע ביזנעס. די גאנצע קאמיונטי.

יעדער קען ליינען די היסטאריע פון א דזשורנאליסט א פרייע איד וואס האט עס באשריבן...

m https://www.amazon.com/Postville-Clash- ... 0156013363 m

הער אויס שרייען חסר דעה קענסטו ביז מארגן. אבער דו רעדסט אייביג גרויס אן קיין וויסן קיין שום דיטעילס. די זעלבע האסטו געטוהן ביי סאדיגורער פרשה וכו׳ וכו


איך האב נאכנישט דורך געליינט אלע תגובות דא.

אבער איך גיי מיטן אמת און ענק זאלן מיר אלע אנטשולדיגן איך האלט אז אלע ״טראמפ שטיצער״ זענען נאצי סימפאטייזערס אסאך אפען און אסאך שטילערהייט. אפילו די חרדישע אידן! ענק קענען אלע שרייען “סעלף העיטינג דזשאו”... ווער סהאט געשטיצט א אדמינסטראציע וואס האבן אפגעטיילט קינדער פון עלטערן, אריינגעלייגט שפאנישע קינדער אין קעידזעשס און האט עס נישט פארדאמט, זענען נאצי סימפאטייזערס...


די וועלט האט געשוויגן? די חרדים האבן געשוויגן!!! נישט נאר געשוויגן- נאר געהאלפן די אדמינסטראציע ליידער ליידער נאר אידן לשיטתם טאר מען נישט ח״ו פייניגן... אבער ברוינע שפאנישע גוים פארוואס נישט?

אנטשולדיגט איך גיי מיטן אמת און נישט מיט מיינע פערזענליכע פילינגס!!!

ענק אלע וואס האבן געשטיצט טראמפ זענען נאצי סימפאטייזערס און די גרעסטע היפאקריטן וואס איז פארהאנען!!!

די גאנצע פרייע וועלט האט עס פארדאמט!!! אפילו א גרויס חלק פון די מעסיגע רעפובליקאנער!

ענק אלע האבן בלוט אויף ענקערע הענט! פארן שטיצן א רשע מרושע א ארכי-מערדער און רודף ווי טראמפ וואס האט אפען געפייניגט מינארטיס פאר פאליטיקס..

ענק קענען אויסמעקן וואס כהאב געשריבן דא. אבער די אמת קענט איר נישט אויסמעקן
מאנטאג יאנואר 11, 2021 3:35 am#465479
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז געשעהן די שרייסט אזוי?

די לינקע האבן פיינט פרומע אידן, ווייל זיי האבן פיינט אלע פרומע, אידן גוים נישט קיין חילוק.

די האבן זיי אפשר ליב.

און די ביסט נישט קיין לינקע, ביסט סתם א חסר דעה ל"ע.


די לינקע האבן פיינט פרומע אידן? פארדעם האבן זיך אלע פרומע אידן באזעצט אין לינקע שטחים. און אין די ערשטע מאל וואס אידן האבן געוואלט בויען א קאמיונטי אין רעפובליקאנער שטאט ווי פאסטוויל אייאווע האבן די רעכטע רעפובליקאנער פאר גארנישט און פאר נישט צוגרונד געלייגט שלום רובאשקין זיין פאמילע און די גאנצע ביזנעס. די גאנצע קאמיונטי.
געגעבן פאר א טאטע מיט צעהן קינדער דרייסיג יאהר פאר א ווייט קאלער קריים! אומדערהערט....
יעדער קען ליינען די היסטאריע פון א דזשורנאליסט א פרייע איד וואס האט עס באשריבן...

m https://www.amazon.com/Postville-Clash- ... 0156013363 m

הער אויס שרייען חסר דעה קענסטו ביז מארגן. אבער דו רעדסט אייביג גרויס אן קיין וויסן קיין שום דיטעילס. די זעלבע האסטו געטוהן ביי סאדיגורער פרשה וכו׳ וכו איך קען אויך שרייען חסר דעה בד״וו...


איך האב נאכנישט דורך געליינט אלע תגובות דא.

אבער איך גיי מיטן אמת און ענק זאלן מיר אלע אנטשולדיגן איך האלט אז אלע ״טראמפ שטיצער״ זענען נאצי סימפאטייזערס אסאך אפען און אסאך שטילערהייט. אפילו די חרדישע אידן! ענק קענען אלע שרייען “סעלף העיטינג דזשאו”... ווער סהאט געשטיצט א אדמינסטראציע וואס האבן אפגעטיילט קינדער פון עלטערן, אריינגעלייגט שפאנישע קינדער אין קעידזעשס און האט עס נישט פארדאמט, זענען נאצי סימפאטייזערס...


די וועלט האט געשוויגן? די חרדים האבן געשוויגן!!! נישט נאר געשוויגן- נאר געהאלפן די אדמינסטראציע ליידער ליידער נאר אידן לשיטתם טאר מען נישט ח״ו פייניגן... אבער ברוינע שפאנישע גוים פארוואס נישט?

אנטשולדיגט איך גיי מיטן אמת און נישט מיט מיינע פערזענליכע פילינגס!!!

ענק אלע וואס האבן געשטיצט טראמפ זענען נאצי סימפאטייזערס און די גרעסטע היפאקריטן וואס איז פארהאנען!!!

די גאנצע פרייע וועלט האט עס פארדאמט!!! אפילו א גרויס חלק פון די מעסיגע רעפובליקאנער!

ענק אלע האבן בלוט אויף ענקערע הענט! פארן שטיצן א רשע מרושע א ארכי-מערדער און רודף ווי טראמפ וואס האט אפען געפייניגט מינארטיס פאר פאליטיקס..

ענק קענען אויסמעקן וואס כהאב געשריבן דא. אבער די אמת קענט איר נישט אויסמעקן
מאנטאג יאנואר 11, 2021 3:47 am#465482
בד״וו די גרויס מויל מאכער איש. דו שרייעסט אז די לינקע האבן פיינט פרומע אידן?

איך מאך מיט דיר א דיעל:

איך ברענג דיר הונדרעט ״רעכטע קאנסערוועטיווע וועבסייטס״ אנגעפיהלט מיט האס און אנטיסימיטיזים און דו ברענג דריי וועבסייטס וואס זענען לינקע (שטיצן ביידען אדער סענדערס) וואס שרייבן קעגן אידן... (נישט אריינגערעכענט וועבסייטס וואס שרייען אויף די מדינה וועגן די אקיופאציע)

א אנטיסמיט מיינט איינער וואס האט פיינט א איד ווייל ער איז א איד און נישט קיין חילוק וואס יענער וועט טוהן וועלן זיי אים פיינט האבן. נישט ווען איינער האט פיינט די מדינה פארן זיך אויפפירן אומריכטיג אבער האט נישט קיין האס קעגן אידן בכלליות.

דיעל?

און דערנאך קענסטו מיך איבערבעטן פארן שרייבן “חסר דעה” ווייל איך פארצייל די אמת...
מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:26 am#465483
Re: ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?
לגבי דאס וואס דו טענה'סט אז עס איז נאר דא האס אויף רעכטע זייטלעך, קען זיין ווייל דארט מעקט מען עס פשוט נישט אויס (אלס פרידאם אוו ספיטש), משא"כ די לינקע זייטלעך מעקט מען בגדול.
אגב, כ'מיין אז טוויטער איז גאנץ לינק, און זיי לאזן צו אנטיסעמיטישע פאוסטס גאנץ אפט.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:44 am#465485
פאליטיקאנט האט געשריבן:לגבי דאס וואס דו טענה'סט אז עס איז נאר דא האס אויף רעכטע זייטלעך, קען זיין ווייל דארט מעקט מען עס פשוט נישט אויס (אלס פרידאם אוו ספיטש), משא"כ די לינקע זייטלעך מעקט מען בגדול.
אגב, כ'מיין אז טוויטער איז גאנץ לינק, און זיי לאזן צו אנטיסעמיטישע פאוסטס גאנץ אפט.



סהאט גאר ווייניג מיטן אויסמעקן. קיינער מעקט גארנישט אויס אויף די “טונקעלע געוועב”... שקר!

רוב פון די קאנסערוועטיווע וועבזייטלעך זענען אויף די טונקלע געוועב!

נאך איינמאל:

וואלט געקענט געשעהן אז ביי א בל״מ פראטעסט זאל איינער ארומגיין מיט א נאצי העמד און קיינער ארום זאל אים נישט פארדאמען?

האבן די לינקע אמאל מארשירט אין אמעריקע אין די מאדערנע צייטן און אפען געשריגן נאצישע סלאוגאנס קעגן אידן ווי אין שארלאטסוויל???

האבן די לינקע אמאל געפייניגט און באשמיצט אפען א מינארעטי ווי טראמפ מיט זיינע מענשטען האבן געטוהן צו די שפאנישע די לעצטע פינף יאהר?

האבן די לינקע אין די מאדערנע צייטן אמאל געהאט שייכות מיט די KKK?

האבן די נאציס אין אמעריקע אמאל אפענערהייט קאמפיינט פאר א דעמאקראטישע קאנדידאט???

פארוואס האבן ענק נישט פארדאמט אז די נאציס האבן ענק געהאלפן אריינוויילן טראמפ???

איך האב מיך געדרייט אין אלע שטאטן אין אמעריקע. נישט געטראפן קיין לינקע נאציס... נישטא אזא זאך! א לינקער איז א גלאובליסט. ער האלט אז אלע מענטשען און אפילו אלע באשעפנישן ווי חיות זענען אייניג!!!

שא עניך וראה!!!

זיי נישט קיין נער! אפען דיינע אויגן און ראו מה בין בני לבן חמי...

די לינקע שרייען קולות וברקים אז אלע מענטשען אין אמעריקע זענען גלייך!!!

די רעכטע זאגן אפען אז זיי זענען דא צו פייניגן מינארטיס.

וואס מיינסטו איז די גאנצע זאך אז זיי האבן איבער הונדערט מאל געוואלט אראפווארפן 25 מיליאן ארימע מענטשען פון זייער העלטקעיר??? בשעת יעדע ארימע מדינה היינט גיבט דאס פאר אלע בירגער??? אמעריקע האט ביליאנען צוטיילן פאר ישראל, מצרים וכו׳ פאר מלחמות אין איראק און האבן נישט קיין געלט פאר זייער אייגענע בירגער פאר א דאקטער???

נאר דאס איז פשוט צו פייניגן די מינארטיס!!! קלאר! מיין טעקס דאללער זאל גייען פאר א שחור און א איד????


וואס מיינט איר איז געוועהן די war on drugs וואס די רעכטע האבן איינגעפירט??? פאר אביסל מאריוואנע האבן זיי אנגעפילט זייער תפיסות מיט מיליאנען שחורים און שפאנישע און זיי געפייניגט און צובראכן זייערע משפחות על לא דבר...



טוויטער איז נישט רעכט געשטימט אדער לינק געשטימט בכלל! זיי פארטערטן נישט קיינעם... ליגענט! און זיי ווארפן אראפ כסדר מענטשען וואס האלטן נישט זייערע רעגיולאציעס. לויט טוויטער מעג יעדער רעדן קעגן סיי וועמען, ווייל סאיז פרידאם אף ספיטש ווילאנג ס׳ברענגט נישט קיין ראאיטן, געוואלדטאטן. אדער אויב איינער פארשפרייט מיס-אינפארמאציע פון די עלעקשאונס וואס איז קעגן די Constitution. א שטייגער ווי דער היינטיגער פרעזידענט פון אמעריקע וואס פארשפרייט ליגענט און פרובירט אריינצושלעפן אמעריקע אין א צווייטע civil war...
מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:52 am#465486
שבת אחים האט געשריבן:בעלגיע שחיטה האט נישט מיט קיין אנטיסמיטישקייט צוטוהן גארניט!

מאך דיין ריסערוטש. זיי האלטן די וועג וויאזוי מהארגעט די בהמות היינטיגע צייטן איז אכזריות. און אז זייער וועג דורך איינשלעפן די בהמה איז מעהר אויסגעהאלטן.

דרייסט סתם א קאפ!

איר האָט בכיוון איגנאָרירט דאָס וואָס איך האָב געשריבן וועגן יאַגד און אָנגעשטאָפּטע גענז?

שוין אָפּגערעדט אַז איר האָט בכלל פאַרזען די ערשטע העלפט פון מײן הודעה.

שבת אחים האט געשריבן:קיינער ביי די לינקע וועט נישט גייען אפענערהייט מיט נאצי-העמד ביי א בלמ פראטעסט!


פּונקט אַזוי וועט איר קיינמאָל ניט טרעפן באַ די רעכטע אַ האַמער און סערפּ...
מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:58 am#465487
איך וואלט געדארפט אינגאנצן איגנארירן דיין תגובה ווייל כ׳זעה נישט וואס איז איך דארף דיר ענטפערן דארט ווייל דו האסט גארנישט געזאגט...

יא יא די ליבעראלע בעלגישע וואס שרייען חי וקים אז יעדע באשעפניש איז אייניג זענען שרעקליכע אנטיסמיטן. משא״כ דיינע רעכטע קאנסערוועטיווע גרופעס וואס גייען ארום אפען מיט נאצישע סלאוגאנס אויף זייערע העמדער. האבן הונדערטער וועבסייטס וואס פארשפרייטן האס קעגן אידן שווארצע און מינארטיס און דו שטיצט זיי- זיי זענען די אידן ליבהאבערס...

טוה מיר א טובה!?

ווען האבן די בעלגישע לעצטענס מארשירט אין די גאסן און געשריגן ”Jews will not replace us”???

אויב וועסטו טרעפן אין בעלגיע אנטיסמיטן וועסטו זעהן אז זיי זענען רעכט געשטימט! נישט לינק! א לינקער געווענטליך האלט אז אלע מענטשען זענען אייניג.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:18 am#465488
דאָס וואָס אַ פולע רעכטע זײנען אַנטיסעמיטן בין איך לחלוטין אײנשטימיק מיט אײך. אָבער מיט דערויף וואָס עס לאָזט זיך פאַרשטיין פון אײך אַז די לינקע זײנען ריין ווי אַ איד צו יום כיפור, מיט דערויף בין איך ניט מסכים.

איך האָב געבראַכט אויף דערויף עטליכע דוגמאות, איר האָט זייער עלעגאַנט אויסגעמיטן אַדרעסירן די עיקרדיקע.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 8:02 am#465489
דוראק האט געשריבן:ר' @שבת אחים מאַכט זיך געפּגרט... נאָר באַ די רעכטע איז דאָ אַנטיסעמיטן, די לינקע זײנען אַ טלית שכולה תכלת וואָס האָבן בלויז אַ פּראָבלעם מיט דער אָקופּאַציע. ניטאָ ווער עס זאָל לאַכן.

זאָגט מיר נאָר, דער מושג „וואָרצללאָזע קאָסמאָפּאָליטן” איז אַ רעכטער צי אַ לינקער? ווער איז דער פאַרפאַסער פון דעם אַנטיסעמיטישן ביכל „צור יודענפראַגע”?

בעלגיע, וואָס אסרט שחיטה כאָטש זי דערלאָזט יאַגד, איז רעכט געשטימט צי לינק געשטימט? אגב, ניט נאָר יאַגד מאָג מען פּראַווען אין בעלגיע, נאָר אויכעט דער מיאוסער אַקט פון אָנשטאָפּן ענטלעך און גענז – וואָס איז לכל הדיעות ערגער פאַר שחיטה (און איז אסור לויט אַ פולע פוסקים) – איז דאָרט ניט פאַרווערט.

אויב עפעס איז די פארבאט אויף שחיטה אין בעלגיע געצילט קעגן די מוסלמענער וועם זיי האבן פיל מער פיינט און זענען צען מאל אזוי גרויס ווי די ידן.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 10:48 am#465493
Re: ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?
real fake news האט געשריבן:
דוראק האט געשריבן:ר' @שבת אחים מאַכט זיך געפּגרט... נאָר באַ די רעכטע איז דאָ אַנטיסעמיטן, די לינקע זײנען אַ טלית שכולה תכלת וואָס האָבן בלויז אַ פּראָבלעם מיט דער אָקופּאַציע. ניטאָ ווער עס זאָל לאַכן.

זאָגט מיר נאָר, דער מושג „וואָרצללאָזע קאָסמאָפּאָליטן” איז אַ רעכטער צי אַ לינקער? ווער איז דער פאַרפאַסער פון דעם אַנטיסעמיטישן ביכל „צור יודענפראַגע”?

בעלגיע, וואָס אסרט שחיטה כאָטש זי דערלאָזט יאַגד, איז רעכט געשטימט צי לינק געשטימט? אגב, ניט נאָר יאַגד מאָג מען פּראַווען אין בעלגיע, נאָר אויכעט דער מיאוסער אַקט פון אָנשטאָפּן ענטלעך און גענז – וואָס איז לכל הדיעות ערגער פאַר שחיטה (און איז אסור לויט אַ פולע פוסקים) – איז דאָרט ניט פאַרווערט.

אויב עפעס איז די פארבאט אויף שחיטה אין בעלגיע געצילט קעגן די מוסלמענער וועם זיי האבן פיל מער פיינט און זענען צען מאל אזוי גרויס ווי די ידן.
הייסט די לינקע האבן פיינט מוסלעמענער?
מאנטאג יאנואר 11, 2021 11:44 am#465495
און נישט צו פארגעסן, עס איז געוועהן א באקאנטע ווידעא ווי ביי א בל"מ פראטעסט נעמען זיי זיך צו אפאר אידישע בחורים, און זיי זענען קוים ארויס מיטען לעבען.

שבת מיינט נעבעך אז ער האט אפאר פריינט דארט ביי די לינקע. גיי טרינק מיט זיי לחיים, איך בין זיכער אז די ביסט שוין געווארן אויסגעשלאסן פון טוויטער סייווי.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 8:08 pm#465515
אלעס אין דער וועלט מאכט פראגרעס, אריינגערעכענט די אנטיסעמיטן, און אידן האסער.

אויב אמאל האט א אידן האסער אין אלגעמיין געמיינט א נאצי, סקין העד, אדער א KKK מיטגליד. מיינט עס היינט א געפאלישטער פאליטיקאנט, א פראגרעסיוו, אדער א אויפגעקלערטע ליבעראל, וועלכע שרייט אז ער אקצעפטירט יעדער וויאזוי ער איז.

א פאליטיקאנט וועלכע שטעלט זיך אפן ארויס קעגן מדינת ישראל אויף יעדע זאך איז נישט קעגן אקופאציעס, ער\זי איז קעגן אידן.
ווילסט שרייען אויף לענדער וועלכע פארלעצן מענטשן רעכט געזעצן? מאך דיר א ליסטע אנגעהויבן ביי כינע, איראן, צפון קארעא, און יא... פאלעסטינע, און "אויך" מדינת ישראל.
אויב סיי וואסערע אישו אין יענעם ראיאן איז מדי"י אויטאמטאטיש שולדיג, איז דאס עכ"פ ביי מיר אנטיסעמיטיזם.
זאגן אז אידן האבן "דו-לאיעלטי" איז ביי מיר אנטיסעמיטיזם.
אז א קאנגרעס מיטגליד האט פארבינדונגען מיט חיזבאלא איז דאס ביי מיר אנטיסעמיטיזם.
דאס אז אזעלכע אפפאל ווי די "סקוואד", האט א פלאץ אין די דעמאקראטישע פארטיי אן קיין ערענסטע פארדאמונגען און אפשאקלענישן פון די פירערשאפט, איז די דעמאקראטישע פארטיי די ניי געוואראנע "אנטיסעמיטישע פארטיי" אין אמעריקע, און די לינקע עלעמענטן בכלל איבער דער וועלט.
אמאל איז דאס געווען די רעכטע און היינט איז עס די לינקע
--------------------------------
@שבת אחים, די ביסט בעקדעיטעט. סליגט ביי דיר טאטואירט אין מח אז נאציס זענען רעכטע, און רעכטע זענען נאציס. אמת, נאציס זענען (אין אלגעמיין) רעכטע, אבער רעכטע מוזן נישט זיין קיין נאציס.
און דאס זעלביגע פארקערט, לינקע מוזן נישט זיין אנטיסעמיטן, אבער היינט זענען אנטיסעמיטן לינקע, גענוי ווי זיי פלעגן זיין רעכטע.
דער היינטיגער אנטיסעמיט האט זיך געבויעט זיין נעסט אויף די לינקע צווייג פון בוים,
דער היינטיגער אנטיסעמיט האט א נייע בוך מיט טענות אנטקעגן אידן. אמאל איז דאס געווען אז אידן קאנטראלירן די וועלט, (און ווי דו זאגסט זענען נאך פארהאן אזעלכע וואס שרייען דאס) און היינט באשטייט דאס פון אזעלכע פראזן ווי אקופאציע, מינאריטעט אונטערדריקונג, און ענליכעס.
אמאל האט דער אנטיסעמיט געפאדערט טויט צו אידן, פארניכטן דעם יודע. און היינט פאדערן זיי אפטרעטערשאפט פון פארטיידיגונג, און פארדאמונגען אין דער יו ען.

גערעכט, זיי מוזן נישט שרייען אנטקעגן אידן דירעקט, אבער דאס אז זיי שרייען אויף מדינת ישראל מיינט, אז אויף ישראל "מעג מען שרייען". וואלט מען געמעגט אויף אידן דירעקט, וואלט ער דאס אויך געטוהן.
דער רעכטער ווידער האט נישט דער פאלטשע שטיק ווי דער לינקער, און ער שרייט אפן. און לדעתי איז דער צווייטער א קלענערע געפאר פאר אידן. ווי דער ווערטל לויטעט "קען דיינע פיינט". ואכמ"ל

און יעדעס פאל או לנו מהבריות, נישט דער רעכטער איז גוט, און נישט דער לינקער. אונזער תפילה איז הַשְּׂמֹאל וְאֵימִנָה וְאִם הַיָּמִין וְאַשְׂמְאִילָה
------------------------
אבער רעדענדיג פון אט דער ארגומענט האלט איך אז @שבת אחים האט ארויסגרוקט דאס מערסטע אזוי גערופענע אנטיסעמיטישע טענות
דער תגובה דארף פארדאמט ווערן אויפ'ן שארפסטן.
איך האלט נישט אז דאס איז דער לעזונג צו אומלעגאלע אימיגראנטן, און טראמפ האט נישט גוט געטוהן מיט זיין האנדלונג. (און פאקט האט ער פשוט ממשיך געווען די פאליסי פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע) אבער אט די שורות
אבער איך גיי מיטן אמת און ענק זאלן מיר אלע אנטשולדיגן איך האלט אז אלע ״טראמפ שטיצער״ זענען נאצי סימפאטייזערס אסאך אפען און אסאך שטילערהייט. אפילו די חרדישע אידן! ענק קענען אלע שרייען “סעלף העיטינג דזשאו”... ווער סהאט געשטיצט א אדמינסטראציע וואס האבן אפגעטיילט קינדער פון עלטערן, אריינגעלייגט שפאנישע קינדער אין קעידזעשס און האט עס נישט פארדאמט, זענען נאצי סימפאטייזערס...
איז א שאנדע פאר א איד פארשוואנגערט דורך איינער וואס האט מיטגעמאכט דעם האלאקאוסט!
נעמסט איין פינטעלע פון דער טייך בלוט, דאס אז מען האט צוטיילט עלטערן פון קינדער, און די שלאגסט דערמיט פאליטיק, און דו אפאלירסט פאר סימפאטיע...
איך וויל דיר נישט ענטפערן דערויף און זיך אריינשטעלן און חילוקים צו פונאנדערשיידן צווישן די צוויי, ווארשיינליך אז די האלטסט שוין אזוי נידעריג ווייסטו שוין פון די אלע חילוקים, און די האסט ליבערשט זיך פארקויפט פארן שטן.
איך האב נישט מער וואס צו זאגן נאר בוז יבוזו לו! שעמט אייך! ווי זענט איר געפאלן?

מיט אזעלכע אמת ווער ברויך שקר.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 9:56 pm#465518
עטליכע נקודות וואס פארנעפלן די עיקר:

איינס, די טראמפ פרשיות זענען נישט סתם ווילדע יונגען אין גאסען, אדער אפי' בלויז מעמבער'ס פון א פאליטעשע ארגעניזאציע, נאר זיי זענען געשטיצט דורך פרעזידענט פון לאנד בכבודו ובעצמו.

צוויי, זיי זענען אפענע העיט גרופס, נישט פאליטעשע אקטאוויסטס, זייער אפיציעלע לאזונגען זענען העיט. והטעם, די ווייסע סופרעמעסיסטס זענען נאציאנליסטס, וואס מיינט בעסיקלי אז זיי האסן מינאראטיס און אימיגרענטס.

דריי. ווען מ'האנדעלט מיט העיט און אנטיסעמטיזם, מיינט עס נישט פאליטעשע חשבונות. ס'האט גארנישט מיט אהבת אדער שנאת מדינת ישראל. אזוי ווי ביי פרעזידענט אבאמא, ער איז נישט געווען אזוי פרא איזריעל, אבער א מענטשען האסער איז ער קיינמאל נישט געווען.

פיר. פרידאם אוו ספיטש פאר העיט? וואס עפעס. אינסייטמענט איז נישט פראטעקטעד ביי די קאנסטיטושען. די קשיא בלייבט אבער, פארוואס מ'האט אזא איינעם ווי טראמפ נישט אויסגעשלאסן פון סאשעל מידיע פונף יאהר צירוק? נאר זעהט אויס ס'נאך קיינעם נישט איינגעפאלן אין די ווילדסטע חלום, נאך דעמאלטס ווען ער האט אנגעהויבן מיט זיין מעקסיקען העיט, אז צום סוף וועט ער גאר פירן נאציאנליסטן צום עפענעונג פון א בירגער קריג.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 10:37 pm#465519
שבת אחים האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ס'נאר דא נאציס אויף איין זייט?


אוואדי!

די לינקע אידאלאגיע איז דאך אז אלע מענטשען זענען גלייך!!!

ביטע טרעף מיר א לינקער אויסגעשפראכענער נאצי!!!! ביי קיין איין בל״מ פראטעסט האסטו נישט געזעהן קיין איין פראטסטירער מיט א נאצי סלאגאן אויף זיין העמד!!! ווייל אויב יא וואלטן אים אלע מענטשען ארום פארדאמט!

א נאצי וועט קיין לינקער קיינמאל נישט זיין א רעכטער יא!!! און אלע נאציס אין אמעריקע זענען הונדערט פראצענט רעכט געשטימט!!!!

די KKK אין אמעריקע האט עמטליך קאמפיינט און געארבעט שווער ביידע מאל צו ערוועלן טראמפ פאר פרעזידענט!

לייקענסט איינע פון די זאכן וואס איך האב דא געשריבן???

שבת אחים: בל"מ און די אנדערע גרופס וועלכע האבלן געבראכן געשטאכן און געפלינדערט און פארברענט זענען אלע אויסגעשפראכענע אוהבי ישראל.

די אידן אין דייטשלאנד האבן אויך אין אנהייב געטראכט אז די נאציס מיינען נישט זיי. ס'קען דאך נישט זיין. זיי זענען דאך פאטריאטן און אלטע איינגעזעסענע בירגער. שפעטער האבן זיי געחלומ'ט אז די קאורטס וועללן זיי באשיצן. ביז... ס'איז געקומען קריסטאל נאכט. דאמאלס האבן זיי זיך אויפגעוועקט פון זייער חלום. אבער דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט...!
מאנטאג יאנואר 11, 2021 11:49 pm#465520
וואלווי, איך האב אויסגעהערט טראמפּ'ס גאנצע רעדע לייוו און איך האב נישט געזען קיין שום אינסייטמענט. אין וועלכע חלק פון זיינע ווערטער האט איר געהערט אדער געזען אינסייטמענט?
דינסטאג יאנואר 12, 2021 12:44 am#465522
קורקלענד האט געשריבן:וואלווי, איך האב אויסגעהערט טראמפּ'ס גאנצע רעדע לייוו און איך האב נישט געזען קיין שום אינסייטמענט. אין וועלכע חלק פון זיינע ווערטער האט איר געהערט אדער געזען אינסייטמענט?


ווען די האסט אן איבעריגע מינוט

m https://www.justsecurity.org/74138/inci ... e-capitol/ m
דינסטאג יאנואר 12, 2021 11:48 am#465527
וואלווי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:וואלווי, איך האב אויסגעהערט טראמפּ'ס גאנצע רעדע לייוו און איך האב נישט געזען קיין שום אינסייטמענט. אין וועלכע חלק פון זיינע ווערטער האט איר געהערט אדער געזען אינסייטמענט?


ווען די האסט אן איבעריגע מינוט

https://www.justsecurity.org/74138/inci ... e-capitol/

איך האב געליינט צוואנציג פראצענט און איך זעה די מהלך דארט. שטארק פארפירעריש און בלויז אפיניאן. ביטע ברענגן פאקטן. אביזריהן איז נישט אינטערעסאנט.

אויב יענע משלים זענען א פרעצעדענט שטייען די דעמאקראטן אויף די זעלבע לעוועל.