מענדל וועכטער איז געווען א ר"מ אין א פריוואטע ישיבה אין וויליאמסבורג, ווי די בעסטע קינדער פון סאטמארע עלטערן האבן דארט געלערנט ער איז א גוטע קאפ און א טיפער מוח, עס איז געווען א כבוד צו לערנען אין זיין ישיבה, ער האט טאקע געהאט מסלתה ומשמנה פון סאטמאר.
ער האט מיט זיי געלערנט גמרא תוס' און הלכה און בנוסף לזה אטיעפן שיעור אין חסידות בעיון, און געגעבן א ביסל א טעם צו שפירן די טיפקייט פון חסידות, זיינע מקורות זענען געקומען פון די מפיצי החסידות ליובאוויטש, און ער אליינס האט אסאך קונה געווען פון זייערע גרויסע קעפ, ווי דעם ליבאוויטשער רבינ'ס חוזר ר' יואל כהן און נאך.
נאך א שטיק צייט וואס זיי זענען געווארן צוגעבינדן צו חסידות, האט מען אנגעהויבן שטילערהייט פארן קיין קרוינהייטס, ווי זיי זענען געווארן זייער איבערגענומען פון די גאנצע ווירטשאפט און הפצת החסידות, און בכלל האט זיך פאר זיי {וויליאמסורגער סאטמארער בחורים} געפענט א נייער וועלט, זיי זענען אלע ליבאוויטשער עד היום הזה און ווי אינטרעסאנט איז אז דער רבי פון ליובאוויטש, האט זיי באפוילן נישט צו טוישן זייער לבוש, איר קענט כסדר טרעפן די חברה, זיי זעהן אויס ווי רעגולער סאטמארע ביז די הייבסט אן צו רעדן מיט זיי.
זייערע שטובער ווענדט זיך שוין, ביי איינעם איז עס שוין אינגאנצן א ליבאוויטשער שטוב, מיט די לבוש און שידוכים, וכו' און ביי טייל איז יא מער היימיש.
נחזור לענינינו, ווען דער זאך איז ארויס אויף דער גאס און די עלטערן האבן אנגעהויבן שמעקן וואס דא גייט פאר, {מען דארף וויסן אז ממש א פאר יאר פאר דעם בשנת תשל"ז איז געווען א ערענסטע מערכה צווישן חב"ד און סאטמאר, ווי מען האט זיך געשלאגן מיט הענט און פאשקעווילן לרחצה, דער רבי מה"מ האט געשאטן פייער אויף סאטמאר און התאחדות הרבנים, און ווידער סאטמאר בראש ר' סענדר דייטש און די אנדערע רבנים האבן גערעדט און געשריבן קונטריסים און אין דער איד מאמרים פייער קעגן חב"ד, מען זאגט א ווערטל אז סענדער האט פיינט געהאט די ציונים דערפאר ווויל די ליבאוויטשער זענען אויך ציונים...
מרן הברך משה בימים ההם סיגעטער רב, האט אויך גערעדט אפר דרשות קעגן חב"ד, אבער דאס אלעס האט מען זיך געשלאגן מיט אינדרויסענדיגע ביי די פרשה פון מענדל וועכטער איז די מערכה געווען מיט אינענווייניג עס האט נישט עכט געהאט מיט חב"ד חוץ די פאר שיחות פון דעם רבין מה"מ קעגן סאטמאר,}
{במאמר המוסגר מען זאגט אז דער רבי מה"מ האט דעמאלט געזאגט, אז זיי וועל נאך ארויס גיין קריגן קעגן די אייגענע רביים... חכם עדיף מנביא הא?
![לאכט :lol:]()
}
בקיצור די זאך איז געווארן א מוראדיגע איברעדרייעניש און קאך, די עלטערן זענען געווען געפערליך אויפגעברויזט און פארווייטיגט, און דאן האט איינער פון די עלטעןר אפגעטון די מעשה מיט אים פארכאפן און אפשניידן די בארד וכ'ו כו'
חב"ד אין זייער ארגאן דער אלגמיינער דזשורנאל האט טרומפירט און געמאכט שטירמער נוסח העדליינס {קען זיין מיט רעכט לא על זה אנו דנין} און באגלייט מיט בילדער פון מענדלן אין שפיטאל בעט, און עס איז געווען שמח.
אין סאטמאר זענען געווען בחורים וואס האבן נישט געלערנט דארטן ביי אים אין ישיבה, אבער זיי זענען געווען מיטגעכאפט מיט זייערע חבירים, וואס האבן יא דארט געלערנט, און אויף זיי האט זיך אנגעהויבן א טעראר, עצום ונורא, אבער עס האט גארנישט געהאלפן עד היום הזה איז קיינער נישט צוריק געקומען זיי זענען שוין חבדסקער מסתמא עד יומם האחרון
דער ברך משה זצ"ל האט דאן געהאלטן א דרשה געדרוקט אין מהר"ם ט"ב, אז מען טאר נישט מאכן חבורות, אין תניא, נאר איינער ער האט געזאגט א נאמען פון אבחור וואס איז געווען פארכאפט ער מעג לערנען אין ער האט אנגעווארנט די בחורים נישט זיך צוטשעפען מיט אים,ער הטא געזאגט ווער עס טשעפעט מיט אים טשעפעט מיט מיר
עס איז דא א גאנצע קליפ אויף חב"ד אינפאו ווי מענדל וועכטער פארציילט די גאנצע מעשה {פארשטייט זיך פון זיין זייט } שמעו ותחי נפשכם.