Under maintenance
הויפט זייט » ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענטשליך

ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענטשליך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14474
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 3:17 pm#467200
ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענטשליך
און א היסטארישע מאמענט האט די בריטישע פרעימער מיניסטער באריס זשאנסען שארף ראגירט אויף א באריכט דארוך די ארגעניזאציע ''נחמו'' איבער די חרדישע שידוכים סיסטעם, עס ריפענדיג "despicable, inhuman and an uncivilised practice". די פ''מ ווארטזאגער האט עס פארדאמט זאגענדיג ''עס האט נישט קיין פלאץ אין בריטאניע אדער ווי אימער אין די וועלט''.

https://www.jpost.com/diaspora/boris-johnson-calls-ultra-orthodox-forced-marriages-despicable-inhuman-658762

https://www.telegraph.co.uk/news/2021/02/12/forced-marriage-ultra-orthodox-jewish-community-despicable-says/

https://twitter.com/kann_news/status/1361731228152573959
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 3:28 pm#467201
וואס מיינט ביי אייך 'היימישע' סיסטעם? איר זענט א העלבראנץ חסיד? ער איז אייך היימיש?

ווי ווייט איך ליין רעדט זיך עס פון forced marriages, נו וועלכע היימישע איד האלט אז ס'איז יא יושר און ציוויליזירט צו איינצווינגען שידוכים?!

ביטע נישט פארשמירן א גאנצע געזעלשאפט מיט אומזאכליכע חשדות. אזעלכע גערעדעכץ פאסט פאר צוריקגעשטאנענע אומגעלערנטע. איר קענט טוהן בעסער.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 3:45 pm#467203
יא, דער פרעמיער מיניסטאר איז זיך א שטיקל סותר, היימישע שידוכים זענען נישט געצווינגען (עכ״פ ווי היימישע קוקן עס אן) און געצווינגענע שידוכים זענען נישט היימיש. זענען דא צוויי וועגן עס צו פארענפערן, אדער קען מען זאגן אז ער רעדט טאקע פון העלבראנץ, אדער קען מען זאגן אז ער רעדט פון אן אנדערע סארט ״צווינגען״, ואלו ואלו דברי אלוקים חיים.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 4:05 pm#467204
גערעכט אז מ'קען אויסברייטערן די טערמין פון 'צווינגן'. אבער אויב אזוי איז אין לדבר סוף.... וועלכע סיסטעם צווינגט נישט אין איין וועג אדער א אנדער?
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 4:15 pm#467206
די ווארט איז נישט צו ס׳הייסט געצווינגען צו נישט, ס׳איז נישט קיין סעמענטיקס אישו, די ווארט איז אז ער האלט אז די סארט שידוכים, וויאזוי מ׳זאל עס נאר רופן, איז ״despicable, inhuman and uncivilised״. משום איזה סיבה רופט ער עס געצווינגען אבער די נאמען איז איררעלעוואנט.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 4:59 pm#467209
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
עס איז וויכטיג צו מאכן אן אונטערשיט צווישן "געצווינגען" און "אן הסכמה" ולא הרי זה כהרי זה כאטש ביידע זענען אומלעגאל.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 6:55 pm#467214
עס איז דא אסך פארמען פון באצווינגען (און ניין נישט אלע זענען גלייך). איינער וואס באשליסט צו חתונה מיט א פרוי נאך א האלבע שעה צוזאמנטרעף איז אדער וואנזיניג אדער געצווינגען, אדער איז אזא איינער גאר א טייל פון א וואנזיניגע געזעלשאפט וואס טוט גייסטליך באצווינגען, ווער ווייסט!!!
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 7:17 pm#467215
קורקלענד האט געשריבן:וואס מיינט ביי אייך 'היימישע' סיסטעם? איר זענט א העלבראנץ חסיד? ער איז אייך היימיש?

ווי ווייט איך ליין רעדט זיך עס פון forced marriages, נו וועלכע היימישע איד האלט אז ס'איז יא יושר און ציוויליזירט צו איינצווינגען שידוכים?!

ביטע נישט פארשמירן א גאנצע געזעלשאפט מיט אומזאכליכע חשדות. אזעלכע גערעדעכץ פאסט פאר צוריקגעשטאנענע אומגעלערנטע. איר קענט טוהן בעסער.


בין איך דער איינציגסטער מיט נאנטע פריינט און פאמיליע וואס האבן געזאגט צו זייער שידוך א קלארע ניין! אדער אז איך וויל מיר איבערטראכטן וכדו', און נאר נאך דרוק פון עלטערן, רבנים, עסקנים וואס געבן צו פארשטיין מיט אזאלעכע דברים של טעם ווי די ביזט נאך אינג!!! פארשטייסט נישט וואס חתונה לעבן איז אד''ג האט מען געבראכן טעלער?!

עס איז א פארום אויף אידיש מילא איז נישט דא קיין סיבה צו זיין אפאלאגעטיש, פון א חשש חילול ה' די ארטיקל קימט דאך נישט פון ''דער איד'' און חוץ מזה שמיציגע וועש וואשט מען וואו... אינדערהיים!!!
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 7:19 pm#467216
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, דער פרעמיער מיניסטאר איז זיך א שטיקל סותר, היימישע שידוכים זענען נישט געצווינגען (עכ״פ ווי היימישע קוקן עס אן) און געצווינגענע שידוכים זענען נישט היימיש. זענען דא צוויי וועגן עס צו פארענפערן, אדער קען מען זאגן אז ער רעדט טאקע פון העלבראנץ, אדער קען מען זאגן אז ער רעדט פון אן אנדערע סארט ״צווינגען״, ואלו ואלו דברי אלוקים חיים.


דער פרעמיער האט זיך באצויגן צו א שטודיע פון די נחמו ארגענעזעשאן, זיי אליין שרייבן דארט בפירוש:

All forced marriages are by their nature also arranged marriages, however, not all arranged marriages are forced.

דא איז די גאנצע שטודיע:
m http://nahamu.org/wp-content/uploads/20 ... b-2021.pdf m
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 7:21 pm#467217
אלץ איז די תאגיד שולדיג וואס האט עס געמאכט אויסקוקן ווי די רעדע איז פון ״חרדישע שידוכים״ בכלליות.
פרייטאג פעברואר 19, 2021 9:17 am#467229
איז דא א פשוט'ע עצה, יעדער חתן און כלה זאלען אונטער שרייבן א צעטיל אז זיי האבן חתונה מדעתם ומרצונם הטוב, ושלום על הפרעמיער.
פרייטאג פעברואר 19, 2021 9:42 am#467231
איך מיין אויך מען זאל אראפרוקן די עידזש פון קאנסענט און אונטערשרייבן א צעטל..
פרייטאג פעברואר 19, 2021 10:46 am#467233
אישתישבי האט געשריבן:איז דא א פשוט'ע עצה, יעדער חתן און כלה זאלען אונטער שרייבן א צעטיל אז זיי האבן חתונה מדעתם ומרצונם הטוב, ושלום על הפרעמיער.


פששש! א גאלדענע בייפאל...

נע! ביי אינז צווינגט נישט חתונה צו האבן, מאיז זיי נאר מחייב מדין כיבוד אב ואם צו אינטערשרייבן א צעטל איז וואס?!
פרייטאג פעברואר 19, 2021 11:44 am#467234
במדבר האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער מיט נאנטע פריינט און פאמיליע וואס האבן געזאגט צו זייער שידוך א קלארע ניין! אדער אז איך וויל מיר איבערטראכטן וכדו', און נאר נאך דרוק פון עלטערן, רבנים, עסקנים וואס געבן צו פארשטיין מיט אזאלעכע דברים של טעם ווי די ביזט נאך אינג!!! פארשטייסט נישט וואס חתונה לעבן איז אד''ג האט מען געבראכן טעלער?!

איך פלעג אלץ צוריקענפערן אז זיי זענען גערעכט, זעהט אויס אז איך בין טאקע נאך צו יונג צו חתונה האבן...

אבער ערנסט גערעדט, איינער וואס קומט נאך ארויס נארמאל פון די אלע שידוכים מאניפולאציעס פארדינט זיך א גאלדענעם מעדאל, יעדער איז קעגן דיר און זיי זאגן נאך אז זיי מיינען דיין טובה, די נענטסטע מענטשן צו דיר זאגן דיר בולשיט מיט דמיונות אין פנים אריין מיט א בלעכענעם פנים, ס׳איז א פערזענליכע האלאקאוסט. יא, איינער וואס איז א טיפש און כאפט נישט וואס גייט פאר און קויפט אפ די בולשיט האט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, אפשר נאך ער וועט שוין האבן צוויי דריי קינדער וועט ער כאפן וואס גייט פאר (דאן האט ער שוין א בייעס זיך צו פארענטפערן מיט אפאלאגעטיקע, פשוט זיך נישט צו פילן ווי א שוטה וואס האט זיך געלאזט פארפירן), אבער פאר איינער וואס האט דעם קאפ אויפ׳ן פלאץ און לאזט זיך נישט פארפירן איז עס שבעה מדורי גיהנם, פאר דעם אליינס וואלט עס דשאנסאן געדארפט פארבאטן.
פרייטאג פעברואר 19, 2021 12:02 pm#467235
מען דארף אביסל צונעמען דער זאך וואס דער פרעמיער רעדט, דא זעהט אויס ווי אסאך מיינען אז דער פרעמיער איז אויף זיין זייט קעגען זיין ווייב.
מוצ"ש פעברואר 20, 2021 9:00 pm#467246
ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענטשליך
אונזערע פרומע שידוכים איז אין אסך אופנים ערגער ווי געצווינגענע שידוכים אין די איסלאמישע לענדער וכד׳
ווייל דארטן ווייסן זיי כאטש what they are up against

משא״כ אונז, מ׳האלט אונז אין דער פינסטער פאר 17 יאר, מיר מיינען תמימות׳דיג אז מיר ווילן חתונה האבן און האבן קינדער, ווען אין דער אמת׳ן זענען מיר נישט ראוי דערצו, בשעת דער בחור האט נאכנישט טועם געווען די טעם פון קינדהייט און יוגנט און ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס לעבן איז און ווי די עכטע וועלט זעהט אויס. נישט ער ווייסט וואס מיינט א חתונה לעבן, און נישט ער ווייסט וואס מיינט דערציען קינדער


m https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... source=app m

מיר באגראבן אונזערע קינדער לעבעדיגערהייט, און בשעת מעשה וואס טוען מיר?
מיר וואונטשן זיך לחיים! לחיים!


Sent from my iPad using Tapatalk
מוצ"ש פעברואר 20, 2021 10:33 pm#467250
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
יעדע מאל מ'רעדט פון די נושא זענען אלס דא וואס פארטיידיגן און מאכן עס אויסזען כאילו ממש גארנישט איז א פראבלעם. עס איז נישט ווי דאס און יענץ.... למעשה לעבט מען גוט.... נע אזוי איז עקסטרים און נאר ביי יחידים...

זאג נאר, ווען דו ביסט יעצט א סינגל וואלסטו געוואלט מען זאל דיר אזוי אראנדשירן א שידוך, טאקע אן צווינגען?
יא עס איז א פאקט א גרויס טייל פון חסידים 'צווינגען' אדער שענער געזאגט רעכענען זיך נישט מיט די בחור / מיידל אליין (און פארשטייט זיך אז אלע שידוכים זענען אראנדזשירט, אבער דאס איז אינגאנצן א צווייטע נושא)!

[לערנענדיג אין א"י האב איך איך אמאל געפרעגט א תולדות אהרן בחור וועגן זייער שידוכים סיסטעם, און ער האט מיר באשטעטיגט אז עס זענען דא עטליכע (טאקע ווייניג) וואס ווערן א חתן אן בכלל זען די כלה! זיי זענען מקיים דעם 'אסור לו לאדם לקדש פארן חופה....]
מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:20 pm#467254
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
די סיבה פארוואס דער עולם איז אפאלעגעטיק איז לכאורה ווייל מען איז צופרידן, ווען איך האב חתונה געהאט ביי די ניינצן האב איך געוואלט פונקט אזא ווייב ווי איך האב באקומען, און אזוי איז געווען ביז איך בין ארויס פון כולל און דער קאפ האט זיך מיר אביסל געעפנט, און אפי' יעצט שטערט מיר נאר זייטיגע זאכן, נישט איר עצם מהות און נאטורן.
איי, עס איז דא א קליינע פראצענט וואס איז נישט צופרידן, נו, יעדע סיסטעם האט לעכער, אין די אלגעמיינע וועלט זענען אויך דא אסאך וואס פאלן אריין.
מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:40 pm#467255
פאליטיקאנט האט געשריבן:זאג נאר, ווען דו ביסט יעצט א סינגל וואלסטו געוואלט מען זאל דיר אזוי אראנדשירן א שידוך, טאקע אן צווינגען?

ס'פרעגט זיך זייער גוט נאך וואס מ'איז חתונה געהאט מיט אפאר יאר עקספיריענס און מען ווייסט שוין וואס מ'וויל באמת. אבער פאר סתם א בחור וואס האט נישט קיין חתונה געהאטע עקספיריענס, ווען דו לאזט איהם יא מאכן די אייגענע באשלוסן ווייסט ער יא וואס צו וועלן?
מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:50 pm#467257
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
איך זע נישט דאס אריינצווינגן אלס א לעזונג צום פראבלעם. קענסט מסביר זיין, מייעץ זיין, אבער פשוט לייגן פרעשור און הייסן?

און די 'רוב' וואס לאזן יא די בחור מאכן די ענדגילטיגע החלטה, איז דאס א החלטה? געבויעט אויף וואס זאל ער אפזאגן? אזויווי דו האסט ארויסגעברענגט, ער ווייסט נישט וואס גייט פאר בכלל. נו אז ער ווייסט נישט, לערן עם אויס!

א נארמאלע מענטש וואלט נישט אינוועסטירט קיין געלט אין עפעס וואס ער פארשטייט נישט, אבער ביים מאכן פון די וויכטיגסטע דעסידשענס אין לעבן פארשטייסטו יא אז ער דארף גיין בלינד?
זונטאג פעברואר 21, 2021 12:09 am#467258
וויאזוי לערנט מען אויס איינעם אויף וואס צו קוקן? ס'דא אמאל וואס מ'דארף לעבן מיט עקספעריענס צו וויסן וואס מען וויל. ווען מ'קען ווען חתונה האבן פאר פינף יאר און נאכדעם אויסמעקן די גאנצע זאך און אנהייבן נאכאמאל וואלט געווען א וועלט.... אבער אז מ'קען ממילא נישט טוהן דאס, מיינסטו וואלט עפעס אנדערש געווען בעסער.

איך האלט נישט אז דער סיסטעם איז אויסגעהאלטן. אבער איר האט מיר נישט איבערצייגט אז א סיסטעם וואס איז מער אויסגעהאלטן וועט האבן בעסערע רעזולטאטן.
זונטאג פעברואר 21, 2021 12:55 am#467260
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
מ'דארף נישט קיין בעסערע 'רעזולטאטן' צו טוישן די סיסטעם, דאס אז עס איז מער אויסגעהאלטן (כדבריך) און מענטשליך איז גענוג א גוטע סיבה.
זונטאג פעברואר 21, 2021 1:59 am#467265
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ווארט איז נישט צו ס׳הייסט געצווינגען צו נישט, ס׳איז נישט קיין סעמענטיקס אישו, די ווארט איז אז ער האלט אז די סארט שידוכים, וויאזוי מ׳זאל עס נאר רופן, איז ״despicable, inhuman and uncivilised״. משום איזה סיבה רופט ער עס געצווינגען אבער די נאמען איז איררעלעוואנט.

לעצם הענין וויל איך ניט זאָגן קיין דיעה, ווײלע דער שידוך־סיסטעם ווי עס איז באַ רוב חסידים עקזיסטירט ניט אין חב״ד. מיר איז נאָר ניט קלאָר אַנטקעגן וואָס ווערן די אַרטיקלען געשריבן, מ׳איז דאָרטן בפירוש מחלק צווישן forced marriage און arranged marriage.
זונטאג פעברואר 21, 2021 8:27 am#467268
לדעת הפרעמיער יר"ה איז די ליטווישע סיסטעם בעסער?
זונטאג פעברואר 21, 2021 12:23 pm#467275
פאליטיקאנט האט געשריבן:מ'דארף נישט קיין בעסערע 'רעזולטאטן' צו טוישן די סיסטעם, דאס אז עס איז מער אויסגעהאלטן (כדבריך) און מענטשליך איז גענוג א גוטע סיבה.

אויב די 'רעזולטאטן' פון אן אנדערער סיטעם וואלט געהאט פיל פיל מער הארץ ווייטאג, יגון ואנחה פאר אלע אינוואלווד, איידער טרעפן דעם באשערטן, און די דיווארס רעיט דערנאך וואלט געווען מער ווי 50% (אונזער איז בערך 7-12%)
וואלסט ווען נאך אלס געשטופט די אנדערע סיסטעם אלס מער 'מענטשליך'?!

קורקלענד האט געשריבן:וויאזוי לערנט מען אויס איינעם אויף וואס צו קוקן? ס'דא אמאל וואס מ'דארף לעבן מיט עקספעריענס צו וויסן וואס מען וויל.

די פראבלעם איז וויסן וואס מען וויל איז ע"פ רוב א moving target, וואס מען וויל ביי די 20 מוז נישט די זעלבע וואס מען וויל ביי די 30.
א סיסטעם וואס איז געבויט אויף אן illusion און infatuation ענדיגט זיך רוב מאל מיט גרויס הארץ ווייטאג, און איז נישט מענטשליך!!

פאליטיקאנט האט געשריבן:יא עס איז א פאקט א גרויס טייל פון חסידים 'צווינגען' אדער שענער געזאגט רעכענען זיך נישט מיט די בחור / מיידל אליין (און פארשטייט זיך אז אלע שידוכים זענען אראנדזשירט, אבער דאס איז אינגאנצן א צווייטע נושא)!

די פראבלעם מיט דעם איז, הגם איך גלייב נישט אז דאס איז ביי א "גרויס טייל פון חסידים" דער בחור, אין דעם פאל, וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן דערמיט ווייל ער פילט זיך בא'עוול'ט. ווען ער וואלט געפילט אז ער איז דאס בוחר מדעתו וואלט ער אפשר געווען גאר גליקליך מיט וואס ער האט געטראפן.
זונטאג פעברואר 21, 2021 2:48 pm#467293
במדבר, ביסטו היינט צופרידן מיט דיין ווייב?
זונטאג פעברואר 21, 2021 3:32 pm#467295
l viewtopic.php?p=462082#p462082 l

אגב, ס׳איז ממש צום שטוינען ווי ווייט מענטשן זענען גרייט צו פארקרומען זייער שכל אלץ צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי האבן געטוהן ביי די אכצן יאר, זיי זאלן חס ושלום נישט ארויסקומען ווי שוואכלינגען.
זונטאג פעברואר 21, 2021 3:57 pm#467296
ווי איז דא מער גיטין?
דאס וועט אייך געבען אביסעל קלארקייט!
זונטאג פעברואר 21, 2021 4:27 pm#467297
נו, אז מען רעדט שוין פין שינוים, וואס לייגט מען פאר?

מען זאל מאכן געהעריגער דעיטונג זעהט נישט אויס אז עס וואלט געהאלפען, די מיסטעיקס וואלטן געוועהן פונקט אזוי און ערגער.

מען זאל מאכן אז מען זאל חתונה האבן שפעטער, וואלט נישט געוועהן וועמען חתונה צו מאכען שפעטער, ווייל גאר אסאך ווען איבערגעלאזט אונזער לעבנסשטייגער.

אפשר קען זיין, אז מען זאל מאכן אז מען טאר נישט האבן קינדער פאר דריי יאר, אזוי טאמער איז עס נישט קיין שידוך, איז גרינגער צו מאכען גיטין, און אזוי וועט זיין מער נארמאל זאל צו גט'ן און חתונה האבן נאכאמאל מיט א נארמאלער שידוך. כהיום, איז זייער שווער פאר א גרוש צו טרעפען עפעס בעסער ווי די ערשטער מאל, ווייל ווער גט זיך שוין, און ממילא איז דער אויסוואל גאר קליין.
זונטאג פעברואר 21, 2021 7:05 pm#467320
אפשר קען זיין, אז מען זאל מאכן אז מען טאר נישט האבן קינדער פאר דריי יאר, אזוי טאמער איז עס נישט קיין שידוך, איז גרינגער צו מאכען גיטין, און אזוי וועט זיין מער נארמאל זאל צו גט'ן און חתונה האבן נאכאמאל מיט א נארמאלער שידוך. כהיום, איז זייער שווער פאר א גרוש צו טרעפען עפעס בעסער ווי די ערשטער מאל, ווייל ווער גט זיך שוין, און ממילא איז דער אויסוואל גאר קליין.

עד כאן לשון אשתשבי

חשבתי הרבה על זה באמת זה העצה הנכונה, והם יתחתנו בגיל 14 ועד גיל 20 לא יהיה להם ילדים, אבל לפי ההלכה יש בעיות גדולות עם זה כמעט שאין היתר לעשות את זה לכתחילה.
אבל אם יש פוסק שיכול לברר את זה לפי ההלכה זה יהיה ממש פתרון שכרו הרבה מאוד
זונטאג פעברואר 21, 2021 7:07 pm#467321
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
הקטן האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:מ'דארף נישט קיין בעסערע 'רעזולטאטן' צו טוישן די סיסטעם, דאס אז עס איז מער אויסגעהאלטן (כדבריך) און מענטשליך איז גענוג א גוטע סיבה.

אויב די 'רעזולטאטן' פין אן אנדערער סיטעם וואלט געהאט פיל פיל מער הארץ ווייטאג, יגון ואנחה פאר אלע אינוואלווד, איידער טרעפען דעם באשערטען
און די דיווארס רעיט דערנאך וואלט געווען מער וואו 50% (אינזער איז בערך 7-12%)
וואלסט ווען נאך אלס געשטיפט די אנדערע סיסטעם אלס מער 'מענטשליך' ?!?


קלאר אז נישט, אבער אויף דעם הייבט זיך פריש אן פארוואס ביי זיי איז דא מער גיטין?
אפשר פשוט ווייל עס איז נישט אזא בושה פאר אלע ארום משא"כ ביי אונז חסידים?
אפשר וועגן ביי אונז האט מען 'בטבע' שנעלער קינדער ווי ביי זיי...

פארוואס קען מען נישט פארבעסערן אונזער סיסטעם אן ליידן די 'שאדנס' פון זייער סיסטעם? מ'דארף זיי טאקע נישט פונקטליך נאכמאכן.


הקטן האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:יא עס איז א פאקט א גרויס טייל פון חסידים 'צווינגען' אדער שענער געזאגט רעכענען זיך נישט מיט די בחור / מיידל אליין (און פארשטייט זיך אז אלע שידוכים זענען אראנדזשירט, אבער דאס איז אינגאנצן א צווייטע נושא)!

די פראבלעם מיט דעם איז, הגם איך גלייב נישט אז דאס איז ביי א "גרויס טייל פון חסידים" דער בחור, אין דעם פאל, וועט קיינמאל נישט זיין ציפרידען דערמיט ווייל ער פילט זיך בעוולט
ווען ער וואלט געפילט אז ער איז דאס בוחר מדעתו וואלט ער אפשר געווען גאר קליגלעך מיט וואס ער האט געטראפן

מיט א גרויס טייל האב איך נישט געמיינט צו זאגן 30% איך האב געוואלט ארויסברענגען מער ווי 1%....
זונטאג פעברואר 21, 2021 7:20 pm#467323
וויאזוי וואלט איר פארבעסערט אונזער סיסטעם?
זונטאג פעברואר 21, 2021 8:41 pm#467327
פאליטיקאנט האט געשריבן:קלאר אז נישט, אבער אויף דעם הייבט זיך פריש אן פארוואס ביי זיי איז דא מער גיטין?
אפשר פשוט ווייל עס איז נישט אזא בושה פאר אלע ארום משא"כ ביי אונז חסידים?
אפשר וועגן ביי אונז האט מען 'בטבע' שנעלער קינדער ווי ביי זיי...

שוין אסך מאל געהערט די אפאלעגעטיק טענה, לדעתי איז דאס ווייט נישט געניג מסביר צי זיין די גרויסע דיפערנעץ
א. דארט איז זיך געטן אויך א א בושה און ביי אינז איז דאס שוין אויך נישט אזא גרויסע טאבא
איך האב נישט ביי די הענט די נאמבערס אבער מיט קינדער איז אויך דארט די נאמבער אסך גרעסער

'צווינגען' אדער זיך נישט רעכענען מיט די בחור / מיידל איז זיכער ראנג, און האט שווערע נאכווייען וואו במדבר האט שוין געשריבן
די סיבה פארוואס ס'האט די נאכווייען מיז נישט זיין ווייל ס'איז באמת א ווייניגער מעטש וואו די חבר וואס איז יא העפי, די סיבה איז ווייל חתן דינן פילט זיך באקריוועדעד
די אלע וואס האקען אויף "סיסטעם" האבן לכורה אויך א שוואכערע צפרידען ראטע
ער גייט ארים מיט די מחשבה "ס'קען נישט זיין ער האט די בעסטע וואס ער וואלט ווען געקענט האבן" אפשר זאססטו מיר וואו אזוי אזא איינער קען האבן א גליקלעך לעבן?!?


איך וואלט ווען געלאפן אין מדבר...
זונטאג פעברואר 21, 2021 9:46 pm#467335
אישתישבי האט געשריבן:נו, אז מען רעדט שוין פין שינוים, וואס לייגט מען פאר?

אויף אנצופאנגען זאל מען פשוט זיין אמת׳דיג און נישט פרובירן איבעררעדן און מאניפולירן דאס קינד, לאז איהם מאכן אן !!!informed decision. איך שרייב עס אין גרויס ווייל דאס איז א קאנצעפט וואס איז נישט דא אינעם חרדישן לעקסיקאן און דאס איז די שורש פון רוב, אויב נישט אלע, אונזערע פראבלעמען, דאס מוז מען אריינהאקן אין מענטשן׳ס קעפ ביז זיי וועלן עס דערהערן אדער שטארבן, נאכאמאל:
informed decision

פאר די וואס קענען קיין ענגליש:
אינפארמירטע באשלוס
זונטאג פעברואר 21, 2021 11:14 pm#467340
צו מאכן א אינפארמירטע באשלוס, דארף מען קודם זיין אינפארמירט. און אויב דער אינפארמירער (די עלטערן) האבן נישט די נויטיגע אינפארמאציע אין באזיס, דאן זענען זיי פשוט נישט ביכולת צו אינפארמירן די קינדער.

וויאזוי גייט מען אינפארמירן די עלטערן?
זונטאג פעברואר 21, 2021 11:18 pm#467341
ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענטשליך
קורקלענד האט געשריבן:וויאזוי לערנט מען אויס איינעם אויף וואס צו קוקן? ס'דא אמאל וואס מ'דארף לעבן מיט עקספעריענס צו וויסן וואס מען וויל. ווען מ'קען ווען חתונה האבן פאר פינף יאר און נאכדעם אויסמעקן די גאנצע זאך און אנהייבן נאכאמאל וואלט געווען א וועלט.... אבער אז מ'קען ממילא נישט טוהן דאס, מיינסטו וואלט עפעס אנדערש געווען בעסער.

איך האלט נישט אז דער סיסטעם איז אויסגעהאלטן. אבער איר האט מיר נישט איבערצייגט אז א סיסטעם וואס איז מער אויסגעהאלטן וועט האבן בעסערע רעזולטאטן.


אויב די גאנצע וועלט קען קענען מיר אויך, אויב שמשון הגיבור האט געמעגט מעגן מיר אויך, און אויב אין די צייטן פון בית המקדש האט מען זיך געקענט אליין אויסוועלן א געליבטן קען מען היינט אויך און אויב דער מסילת ישרים האט זיך געמעגט חברן מיט מיידלעך אין זיינע בחורישע יארן, אויב פאר הונדערט יאר צוריק האבן רבנישע און רבישע קינדער פארברענגט צוזאמען אינגלעך און מיידלעך, אויב אינעם מוסד פון רבי שמשון רפאל הירש אין פראנקפורט זענען די קלאסן געווען געמישט (פאר די ערשטע צוואנציג יאר) און אויב אין די ארטאדאקסישע שולעס היינט קען מען דאס טוהן קענען מיר אויך!
דער חלקת יואב איז געווען א גאון אבער זייער אויסגעשאלטעט פון די וועלט. איינמאל זענען געקומען א געליבטע פארל, א בחור און א מיידל, וואס האבן זיך געהאלטן ביים צושיידן, זיך דן זיין וועגן א סיכסוך, האט דער קינצקער רב געזאגט, לאמיר רופן דעם שדכן און הערן פון אים, האבן זיי געענטפערט אז סע איז געווען א ליבע (און נישט קיין שידוך) זאגט דער רב, נו זאל מען רופן די ליבע, מיינענדיג אז ליבע איז דאס נאמען פון די שדכנטע…


Sent from my iPad using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:02 am#467345
נע! ביי אינז צווינגט נישט חתונה צו האבן, מ'איז זיי נאר מחייב מדין כיבוד אב ואם צו אינטערשרייבן א צעטל איז וואס?!


דאס אליין איז איינע פון די פילע שקרים און זיופים וואס מען האט אונז געקארמעט! על פי דין כיבוד אב דארף מען נישט פאלגן די עלטערן.
מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:33 am#467350
קורקלענד האט געשריבן:וויאזוי גייט מען אינפארמירן די עלטערן?

מ׳גייט נישט, די רעדע איז דא פון עלטערן וואס זענען שוין אינפארמירט.
מאנטאג פעברואר 22, 2021 1:33 am#467354
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
קורקלענד האט געשריבן:צו מאכן א אינפארמירטע באשלוס, דארף מען קודם זיין אינפארמירט. און אויב דער אינפארמירער (די עלטערן) האבן נישט די נויטיגע אינפארמאציע אין באזיס, דאן זענען זיי פשוט נישט ביכולת צו אינפארמירן די קינדער.

וויאזוי גייט מען אינפארמירן די עלטערן?
האסט דאך אליינס געזאגט אז א פאר יאר נאכן חתונה פארשטייט מען שוין יא....

און אויב זענען די עלטערן אליין נישט אינפארמירט איז די סיסטעם סתם אזוי נישט רעלעוואנט, ווייל פארוואס זאלן זיי מאכן די שידוך זיי זענען דאך גארנישט מער ווי די בחור / מיידל אליין - ביידע זענען דאך נישט אינפארמירט, אם כן זאלן די בחורים / מיידלעך אליין באשליסן און אזוי איז מער מענטשליך אויך.
מאנטאג פעברואר 22, 2021 11:17 am#467371
פאר די אלע וואס האלטן עס איז נישטא קיין פראבלעם מיט די חסידישע שידוכים סיסטעם, האב איך ענק א מעשה צו פארציילן:

געווען איז א בחור וואס האט געלעבט אין א שטוב וואס מען גייט מיט א שייטל און א העט, וואס דער בחור האט געהאט א סמארטפאון וואס זיינע עלטערן האבן געוואוסט דערפון, דער בחור האט אויך געהאט sexual orientation אנדערש פון אסאך מענטשן וואס זיינע עלטערן האבן אויך געוואוסט (למשל א נידעריגע).

אין די גאס האט דער בחור געהאט א פיינעם נאמען ווייל מיטן סמארטפאון איז דער בחור געזעצן און געלערנט 8 שעה רצופות, מען האט אנגעטראגן א סך פאסיגע שידוכים פארן בחור, פון אויפגעקלערטע מיידלעך אדער וואס קומען פון שוואכערע שטיבער, אבער די עלטערן האבן נישט געוואלט הערן דערפון... איינס ווייל יענע שטוב גייט מיט א אפענע שייטל, איינס ווייל מען גייט מיט א שפיצל, איינס ווייל די גאס שמועסט אז זי איז פארדארבן, און איינס ווייל זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס דער בחור איז צוגעצויגן צו אזא מין פרוי (למשל א נידעריגע - כאטש וואס די עלטערן האבן געוואוסט אז דער בחור'ל האט דווקא דאס ליב).

למעשה דער בחור איז א חתן געווארן צו וועמען?

איך וועל אייך זאגן: א מיידל וואס איז א הויכע, וואס וויל פון קיין סמארטפאון נישט הערן, וואס קומט פון א פרומע שטוב וואס מען גייט מיט די זעלבע לבוש פון די עלטערן... ממש וואס די עלטערן האבן געוואלט!

שטייט דער בחור און פרעגט זיינע עלטערן און זיינע מורי דרך, וויאזוי וועל איך וואוינען מיט איר?
וואס מיינט איר ענטפערט מען אים?
עס איז גארנישט... איי דאס וואס דו פילסט? עס וועט אוועקגיין די געפילן, וואס מיינסטו, אונז אלע זענען יא געווען צוגעצויגן צו אונזערע ווייבער פון אנפאנג? און נאך מער, וואס מיינסטו מענטשן ווילן דיר נישט, ווייל די וועג וואס דו קוקסט אויס...

דער בחור האט נאך נישט האבנדיג אין זיין לעבן אראפגעלייגט א פיס פאר וואס ער וויל האט מסכים געווען צום שידוך.

זאגט עטס מיר, איז דאס נישט פאררוקט? ווער ווייסט אלס ווי סך מענטשן זענען אלס דורך די זעלבע מעשה מיט אביסל שינויים...
מאנטאג פעברואר 22, 2021 11:25 am#467374
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
ניין די מעשה האט נישט פאסירט אין דער אלטער היים אדער אין 1980 אדער 2000 עס האט פאסירט אין 2017

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:07 pm#467376
זייער א אינטערעסאנטע מעשה.

דער גרעסטע פלא אז דער עלטערען האבן געוויסט אז אים ציט א נידריגע, וויאזוי האט גיטי געזאגט? וואס ווייסטו בכלל.
מאנטאג פעברואר 22, 2021 2:32 pm#467383
מיר איז א גרעסערע חידוש ווען דער בחור אליין ווייסט וואס ער וויל, איך האב געוואלט חתונה האבן ווייל איך וויל זיך רוקן פאראויס. פונקט ווי נאך כיתה ו' האב איך געוואלט גיין צו כיתה ז', נאך חדר האב איך געוואלט גיין צו ישיבה, נאך ישיבה דארף איך חתונה האבן, גיין אין כולל אביסל, און נאכדעם קען איך גיין ארבעטן. עס איז מיר נישט איינגעפאלן צו טראכטן עס איז דא אן אנדערע ברירה.

פאר די חתונה האט א אינגערמאן געלערנט מיט מיר וואס עס שטייט אין די כתובה... דאס דארף א בחור פארשטיין פאר ער ווערט א חתן. נאך די חתונה האב איך אמאל אריינגעקוקט אינעם תנאים, איך בין געווען סופרייזט וואס דארט שטייט.


די איינציגע וועג א שידוך איז נישט געצוואונגען, ווען די קינד פארשטייט באמת וואס עס מיינט, און ער ווייסט אז ער האט די ברירה. עס איז נארמאל אויב דו פילסט נאכנישט גרייט צו חתונה האבן, עס איז נארמאל צו זיין אן "אלטע" בחור, דו דארפסט נאר חתונה האבן ווען דו ביסט באמת גרייט.

מען קען נישט צולייגן נאך א שרויף אינעם סיסטעם צו "פיקסען" די פראבלעם. למשל מאכן א דרשה אין ישיבה איבער די ענין "יעדע בחור דארף וויסן ווען ער האט חתונה טוט ער עס מרצונו הטוב... ווייל דאס וויל דער באשעפער פון אנז..."

דאס קען מען נאר פארעכטען מיט א פונדעמענטאלע טויש. עס איז נישט קיין עוולה פאר א קינד צו ליינען א מעשה איבער א מאן און פרוי וואס האבן זיך ליב באמת, עס גארנישט ראנג ווען א מלמד רעדט פון די אחריות פון א מאן צו א פרוי, מען מעג שמועס'ען ביי די סעודה וועגן א קאפל וואס האט זיך גע'גט פשוט ווייל זיי זענען נישט געווען פאסיג.

און מען דארף פרעדיגן אז א שידוך זאל מען נאר טון ווען מען האלט באמת דערביי, א שלעכטע שידוך איז די ערגסטע וואס איינער קען טון. א ריכטיגע שידוך, אין די ריכטיגע צייט, איז די הייליג'סטע וואס א מענטש קען טון.
מאנטאג פעברואר 22, 2021 4:54 pm#467388
רוב חרדישע חתן כלה זענען צופרידן פון די שידוך וואס די עלטערן וועלן זיי אויס

קלוגע עלטערן פרעגן די קינד וואס זיין ווילן אפי' אויב עס איז אנדערש ווי זיי וועלן זיי זיך צושטעלן

געוויסע עלטערן נער'ן זיך מיט זייער קינד זיי מיינען אז די קינד איז אין זייער לעוועל די קינד וויל נישט מצער זיין די עלטערן און וויל נישט זיין אנדערש ווי די משפחה סא ער איז מסכים אבער דאס איז נישט וואס ער האט געוואלט לכתחילה
געווענליך מאכט מען שלום מיט די מצב ספעציעל ווען מפאנגט אהן האבן א גרויסע משפחה
אסאך מאל קומט עס אהן צו א גט אדער די קאפעל אליין נעמט שריט

ס'דא ליידער א מיעוט עלטערן וואס צווינגן זייער קינד מיט א שידוך ווייל עס וועט זיין שיין פאר זייערע נאמען
געווענליך לאזט זיך נישט גוט אויס

זייער אסאך מאל וואס אלטס בחור ווייס ער נאך נישט קיין סאך איז ַַפאר אים גוט די שידוך נאך די חתונה ווערט זיין קאפ מער אפן גייט אריין פייגלעך דענמאלס זענען די עלטערן שוין נישט שלידיג
מאנטאג פעברואר 22, 2021 7:57 pm#467418
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
yesiknow האט געשריבן:
אפשר קען זיין, אז מען זאל מאכן אז מען טאר נישט האבן קינדער פאר דריי יאר, אזוי טאמער איז עס נישט קיין שידוך, איז גרינגער צו מאכען גיטין, און אזוי וועט זיין מער נארמאל זאל צו גט'ן און חתונה האבן נאכאמאל מיט א נארמאלער שידוך. כהיום, איז זייער שווער פאר א גרוש צו טרעפען עפעס בעסער ווי די ערשטער מאל, ווייל ווער גט זיך שוין, און ממילא איז דער אויסוואל גאר קליין.

עד כאן לשון אשתשבי

חשבתי הרבה על זה באמת זה העצה הנכונה, והם יתחתנו בגיל 14 ועד גיל 20 לא יהיה להם ילדים, אבל לפי ההלכה יש בעיות גדולות עם זה כמעט שאין היתר לעשות את זה לכתחילה.
אבל אם יש פוסק שיכול לברר את זה לפי ההלכה זה יהיה ממש פתרון שכרו הרבה מאוד
הפוסקים הליטאים התירו וכן עמא דבר


Sent from my iPad using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 22, 2021 9:21 pm#467420
ניתי ספר ונחזי, אם לאו זה דאמירן בעלמא עם קדיש שלום צריכים לבדוק בויקפידיא אני בטוח שיש שם הרבה חומר על זה....

זה מהמצוות הראשונות והתכלית של בריית העולם, אין יכולים לסמוך סתם פה על דבריך שמתירים את זה, וגם קשור בעבירות שאין להם תשובה. "וכן עמא דבר", על איזה עם אתה מכוון? עם ישראל? תלך לבית החולים ותבדוק באיזה גיל נשים שלנו מולידים, אחר כך נמשיך לדבר
דינסטאג פעברואר 23, 2021 1:34 pm#467465
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
yesiknow האט געשריבן:ניתי ספר ונחזי, אם לאו זה דאמירן בעלמא עם קדיש שלום צריכים לבדוק בויקפידיא אני בטוח שיש שם הרבה חומר על זה....

זה מהמצוות הראשונות והתכלית של בריית העולם, אין יכולים לסמוך סתם פה על דבריך שמתירים את זה, וגם קשור בעבירות שאין להם תשובה. "וכן עמא דבר", על איזה עם אתה מכוון? עם ישראל? תלך לבית החולים ותבדוק באיזה גיל נשים שלנו מולידים, אחר כך נמשיך לדבר
עם ישראל זה דבר אחד ונשים שלנו זה דבר אחר. אפילו אצל החרדים משתמשים באמצעי מניעה רוב הליטאים והרבה חסידים


Sent from my iPad using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 23, 2021 3:54 pm#467481
דאס איז באקאנט אז מען איז מתיר אויף פעלער וואס איינער וויל זיך גט'ן ווייל זיי זענען נישט זיכער אויב זיי ווילען לעבען מיט דער בן-בת זוג אגאנצן לעבן, איז מען מתיר גאר גרינג צו מאכען בורט קאנטראל ביז זיי זענען באקוועם צו בלייבן לעבן צוזאמען און האבן קינדער.

צו ניצען דער זעלבער היתר פאר יעדן, וועט נישט ארבעטען, ווייל ווען מען זאגט איך וויל זיין פין די וואס האבן נישט קינדער גלייך, לייגט עס אריין פייגל אין קאפ פין דער קאפל, און זיי פארלירן א געוויסע רצון פין עס פרובירען צו מאכען ארבעטען.

דער איינציגסטער וועג איז צו מאכען א תקנה כללית אז קיינער זאל נישט האבן קינדער גלייך. אבער אין אמת, זעה איך נישט קיין מהלך אז דאס זאל אמאהל ווערען אנגענומען.
דינסטאג פעברואר 23, 2021 4:37 pm#467482
אזא שאד אז ערעב באריס דזשאנסאן ליינט נישט קאווע שטיבל....
עקשאל"י אפשר ליינט ער עס יא???
ווער ווייסט?
און פאר אינטרעסאנטקייט, ווער איז די נחמו אינסטוטוציע וואס האט איהם אזוי אויפגערעגט? וועמען רעפראזענטירן זיי?
מיטוואך פעברואר 24, 2021 1:33 am#467502
אישתישבי האט געשריבן:נו, אז מען רעדט שוין פין שינוים, וואס לייגט מען פאר?

מען זאל מאכן געהעריגער דעיטונג זעהט נישט אויס אז עס וואלט געהאלפען, די מיסטעיקס וואלטן געוועהן פונקט אזוי און ערגער.

מען זאל מאכן אז מען זאל חתונה האבן שפעטער, וואלט נישט געוועהן וועמען חתונה צו מאכען שפעטער, ווייל גאר אסאך ווען איבערגעלאזט אונזער לעבנסשטייגער.

אפשר קען זיין, אז מען זאל מאכן אז מען טאר נישט האבן קינדער פאר דריי יאר, אזוי טאמער איז עס נישט קיין שידוך, איז גרינגער צו מאכען גיטין, און אזוי וועט זיין מער נארמאל זאל צו גט'ן און חתונה האבן נאכאמאל מיט א נארמאלער שידוך. כהיום, איז זייער שווער פאר א גרוש צו טרעפען עפעס בעסער ווי די ערשטער מאל, ווייל ווער גט זיך שוין, און ממילא איז דער אויסוואל גאר קליין.

חומר למחשבה אם לכל אחד יהיה שתי נשים, זה יכול להיות פתרון לכל הבעיות.

קודם כל יהיה לך אישה כל החודש לא רק שתי שבועות בחודש, ואם משם איזה סיבה אחת מהם עושה לך בעיות אתה יודע בדיוק מה לעשות וכו' וכו'