Under maintenance
הויפט זייט » ענטפער פאר פרידא וויזעל

ענטפער פאר פרידא וויזעל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14497
מיטוואך מערץ 03, 2021 10:29 am#467856
ענטפער פאר פרידא וויזעל
אויף א פּאָדקעסט האט פרידא וויזעל קריטיקירט דעם ארטיקל "ותהי המגיפה" וואס ערשיינט אין דעם לעצטן וועקער. דא איז אונזער רעאקציע.
מיטוואך מערץ 03, 2021 2:09 pm#467871
It's getting nasty
מיטוואך מערץ 03, 2021 5:23 pm#467879
אישתישבי האט געשריבן:It's getting nasty

בכלל נישט נעסטי
ענטפערט זייער גוט סטעפ ביי סטעפ
מיטוואך מערץ 03, 2021 9:05 pm#467899
למעשה איז זי גערעכט.

דער מהלך פין אויפווייזן און בלעימען איז נאר ווייל עס הערשט ביי די שרייבער א געוויסע גאות, אדער התבדלות פין דער עולם גולם כלל, וואס זיי ווילען כסדר פראווען פאר זיך און פאר זייערע שמאלע חבורה אז זיי זענען אנדרעש ווי די געווענליכע חסידים וואס זענען פראים און נישט נזהר אין אלע זאכען וואס דער ארטיקעל רעכענט אויס.

איך האב נישט געליינט דער ארטיקל אין וועקער אזוי שטארק, אבער טאמער ווערט דארט אינדארסירט די מסירות וואס זענען געשעהן, איז זיכער אז דאס איז די מטרה.

זיי קענען שרייבען רעספאנסעס פין היינט ביז מארגן, זי האט געלאנדעט א נאגעל אין קאפ, און זיי מעגן איר אויסהערן און אריין קלערען אז אפשר איז זי גערעכט, און אז דער מהלך פין גאות ברענגט זיי נישט קיין גרויסע גליקען.
מיטוואך מערץ 03, 2021 9:30 pm#467901
עטס ברענגטס ארויף וויזעל’ס ווערטער אויף זייער א הויעכע לעוועל, אז איר האט געדארפט שרייבן א ספעציעלן קונטרס’ל איר אפצוענטפערן.
מיטוואך מערץ 03, 2021 9:58 pm#467903
אישתישבי האט געשריבן:למעשה איז זי גערעכט.

דער מהלך פין אויפווייזן און בלעימען איז נאר ווייל עס הערשט ביי די שרייבער א געוויסע גאות, אדער התבדלות פין דער עולם גולם כלל, וואס זיי ווילען כסדר פראווען פאר זיך און פאר זייערע שמאלע חבורה אז זיי זענען אנדרעש ווי די געווענליכע חסידים וואס זענען פראים און נישט נזהר אין אלע זאכען וואס דער ארטיקעל רעכענט אויס.

ס'איז מיר געווען אינטעראסאנט וואו זיי בויען אויף א שטרוי-מענטש ארגיאמענט כאילו איר הויפט פראבלעם מיט די סייקי פין די שרייברס איז זיי ווילען געפעלן פאר די ניא-יארק טיימס ליבערעל.
יא זי דעמאנט אויך די טיימס...אבער די מעין פוינט איז וואו דו שרייבסט
מיטוואך מערץ 03, 2021 10:00 pm#467904
נניח אז זי איז יא גערעכט מיט דעם אז ״זיי טוהן דאס נאר ווייל זיי ווילן זיך האלטן מעכטיג (יא יא, איך נוץ דוקא די לשון פון חדר אינגלעך) און פיהלן גוט אז זיי זענען מער ווי סתם נארישע חרדים (פארשטייט זיך נאר בעצם צו זיך אליין און אפשר געציילטע ארומיגע, ווייל זיי זענען דאך אנאנים)״, פארשטיי איך אבער נישט ווי אזוי די עד האָמינעם ענטפערט כלום צום נידון. בפרט אז ווי עס שיינט מאכט מען דאס אזא צענטראלע פונקט פונעם קאָנטער-ארגומענט. זאת ועוד, טאמער איז מען שוין יא נחית צו עד האָמינעמס קען מען טענה׳ן פארקערט אויף מרת וויזעל. והיינו, אז זי פארטיידיגט די געמיינדע אויף אלע קאסטן כדי צו צייגן אז זי האט נישט פארלאזט די געמיינדע אלס זי איז א ״העיטער״ נאר אלס אביעקטיווע סיבות וכו׳. פּליִז! יעדער פארשטייט ווי זינלאז אזא טענה איז, אויף אפאר לעוועלס.

אפילו אויב דאס איז טאקע נישט איר צענטראלע פונקט איז אבער א שאד אז זי האט דאס בכלל דערמאנט. דאס טוהט נאר אפשוואכן איר גאנצע אנטווארט עז עי האָל. לגבי אירע טענות אויפ׳ן עצם דיון ענטפערן זיי דאך אחת לאחת.
מיטוואך מערץ 03, 2021 10:13 pm#467907
מי אני האט געשריבן:... זאת ועוד, טאמער איז מען שוין יא נחית צו עד האָמינעמס קען מען טענה׳ן פארקערט אויף מרת וויזעל. והיינו, אז זי פארטיידיגט די געמיינדע אויף אלע קאסטן כדי צו צייגן אז זי האט נישט פארלאזט די געמיינדע אלס זי איז א ״העיטער״ נאר אלס אביעקטיווע סיבות וכו׳. פּליִז! יעדער פארשטייט ווי זינלאז אזא טענה איז, אויף אפאר לעוועלס.

דא קימט די קאנטער עד האָמינעמס ארגיאמענט
רבי זי האט זיך אנגעפאנגען!!!



לגבי אירע טענות אויפ׳ן עצם דיון , די רגע וואס די שרייבער פארלאנגען נישט די זעלבע סארט לאק-דאן וואו אלע אנדערע, קענען זיי סתם שרייבן וואס זיי ווילען - פעלט נישט אויס די סאדא-סייענס
ווייל די נאמבערס איז קאמפערן עפעלעך מיט טענדשערינס מיט א טענה פין מיגו
סך הכול אן עטעמפט אויס צוקיקען מעכטיג
מיטוואך מערץ 03, 2021 10:21 pm#467910
זייער שטארק געענפערט!!

געפעלט מיר די אלע דא וואס פון וואס זיי שרייבען זעהט מען אז זיי האבן נישט געליינט די וועקער און פארשטייען נישט די טאפיק און געבן נישט די שרייבער אפילו די דיסענצי אז יענער האט געשריבן 80 פעידזעס און גע'ארבייט הונדרעטע שעות און די ווילסט עס אפ פרעגן כאטש רעד צו די זאך און באצי דיך צו די ענין אנשטאטס סתם האקן ווי א סוס וחמור
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:02 pm#467912
הייסט אזוי גייט מען פירן א דעבאטע? יעצט איז לכאורה מיין פלאץ צו ענטפערן אז "אלעס וואס ענק שרייבן דא איז צו קענען צוריקלויפן צו ענקערע אייוועלט-נאָרעס און ווייזן פאר די חברה דארטן אז ענק האבן 'צוגעפיקסט' די קאווע שטיבל אויפגעקלערטע."

איז "זייטס מיר און האטס מיר," ווי פרידא וויזעל האט אזוי זיס געזאגט אויף איר פאדקעסט.

ווער עס וויל רעדן אויף דער נושא איז מכובד צו זאגן הערות צו דער זאך, ווי ATUB @תרמב ATUB האט געטון דא, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 12:57 am#467933
גראדע זאגט זי "האטס מיר און זייטס מיר"

מי אני איז גערעכט, עס האט נישט מיט דער עצם דיון. אשר על כן?

און איך זעה נישט וויאזוי עס מאכט ווייניגער זיין ארבעט פין אכציג בלעטער. עס איז גראדע דא דער אנדערע טענה וואס זי זאגט איבער אסאך מאל, וואס דאס מאכט יא שוואכער דער "אכציג בלעטער" טענה, אז די בלעטער וואס דארפען ווייזן ריין חשבונות, זענען אנגעפילט מיט זייער אסאך דעמאגאגיע.

מיין תחושה איז, אז יידל דער בעל החשבונות האט געשריבן א קורצע ארטיקעל מיט זיינע חשבונות, און אבטולמוס דער בעל הטענות אויף די הרחקות כידוע, האט עס צוגעפיקסט מיט דער דעמאגאגיע.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 9:06 am#467944
ווען די ארטיקל וואלט ווען געווען נאר טרוקענע נומבערס וואלט עס נישט געהאט קיין שום טעם.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 9:32 am#467946
אישתישבי האט געשריבן:It's getting nasty

אז דאס איז נאסטי זאג מיר וואס איידל איז.

זי רעדט שטותים און הבלים און זוכט פון אונטער דער ערד מסביר צו זיין אונזערע משונה'דיגע הויכע טויט-נומערן וואס זענען פעסטגעשטעלט אין נ"י, ארץ ישראל, ענגלאנד און בעלגיע. און וואס האט זי צו זאגן? אפשר עקסידענטן ווייל אונז זענען מער ארויסגעגאנגען, און זי האט נאך א שיינע מעשה פון א שרעקליכער קאר עקסידענט. אזא קינדערישע טענה דארף בכלל א תשובה? וויפל פראצענט מענטשן ווערן גע'הרג'ט אין עקסידענעטן? און פארוואס זענען אונזערע טויט נומערן געשטיגן אין פארגלייך מיט אונז אליין פאראיאר?

אויך דערמאנט זי די ען עי. נו, אז אונז האבן א געוויסער די ען עי וואס מאכט אונז מער עלול צו שטארבן דארף מען דאך ערשט זיך היטן נאך אסאך מער ווי אנדערע, איז פארוואס האבן מיר ווי צו להכעיס זיך דווקא איינגעזאמלט? דער וועקער האט אויך בעיקר גערעדט פון טויט. דער פאקט איז דאך אבער אז מיר זענען אויך פיל מער אנגעשטעקט געווארן איז וואס האט דאס מיט די ען עי?

וואס טענה'ט זי בכלל? אז ס'איז נישטא קיין מגיפה? אז די מגיפה הרג'ט נישט? אז די מגיפה גייט נישט אריבער פון מענטשליכע קאנטאקט? טאמער איז זי נישט מקבל די דריי פאקטן איז זי אינגאנצן מטורף און א שאד דער צייט איר אויסצוהערן. ווייטער אז זי איז דאס יא מקבל איז פארוואס וויל זי נישט מקבל זיין דער פשוט'סטער הסבר פאר אונזערע נומערן? מיר האבן אנגעהאלטן מיט גרויסע זאמלונגען ממילא זענען מיר מער אנגעשטעקט געווארן און ממילא מער געשטארבן. אז דאקטאר פאוטשי איז נישט "תורת משה", איז ווער יא? אירע וועבזייטלעך פון קאנספיראציע מטורפים?

דער אמת'ער ענה לכסיל כאוולתו איז אבער אויף איר פסיכיאנאליז. דער וועקער וויל זיך חנפ'נען צו ליבעראלע ווי דער נ"י טיימס וכיוצא בהם. דאס הייסט אז דער וועקער מיט א צירקולאציע פון, לאמיר זאגן אפטימיסטיש, צוויי אדער דריי טויזנט, געשריבן אויף אידיש און פארקויפט פאר א מיעוט שבמיעוט פון חסידים, האט אפגעשריבן זעקס קאפיטלעך כדי זיך צו מה יפית'ן פאר א צייטונג וואס ווייסט נישט בחייכון פון זיי צו זאגן. און זי האט נאך א תנא דמסייעא פון דזעימס באלדווין וואס ער האט געזאט איבער אפריקאנער אמעריקאנער. יאפ, אין בכלל אלא מה שבפרט, און אומגעפער אזוי שכל'דיג איז דער גאנצער פאדקאסט.

דער וועקער האט איר איידלערהייט געענטפערט. ווייל אז מען גייט שוין פסיכיאנאליזירן, אפשר איז זי ווי דער באקאנטער טיפ וואס קומט צוריק מיט אן "עתה ידעתי", זי האט שוין אלעס געזען און זי די גרויסע מבינ'טע וועט אונז איצט דערציילן ווי געווינטשן מיר זענען. אדער דער תמות נפשי מות ישרים טיפ וואס נאך אונז ווייזן א פייג קומען זיי צוריק ווען זיי ווערן עלטער און ווייזן מיט א כשר חזיר פיסל אז דאס פינטעלע איד פלאטערט נאך ביי זיי. נאר א ביטערער איראניע ווען זי קומט אונז פארטיידיגן אויף אונזער, נישט איר, תמות נפשי וואס אונז און אונזערע מנהיגים האבן גורם געווען בידים.

און אז מיר זוכן מאטיוון, זי האט דאך א טור ביזנעס פון נעמען טוריסטן קיין וו"ב. זי ווייסט פונקט ווי אונז אז די מלאכי חבלה דארט קענען איר שווער מאכן דאס לעבן, איז אפשר דאס שמור לי ואשמור לך. איך וועל ענק באשוצן אפילו ווען ענק האבן אנגעברענגט אז זיידעס זאלן פאלן ווי פליגן און ענק לאטס מיך געמאך ווייל איך בין דאך אויך משלנו.

אז איר האלט דאס איז שוין בגדר קאנספיראציע, האט זי דאך אונז אהערגעברענגט, און אז ס'טויג פאר איר קען עס פונקט אזוי טויגן פאר אונז.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 10:12 am#467948
תרמב האט געשריבן:עטס ברענגטס ארויף וויזעל’ס ווערטער אויף זייער א הויעכע לעוועל, אז איר האט געדארפט שרייבן א ספעציעלן קונטרס’ל איר אפצוענטפערן.

דער וועקער רעספעקטירט מרת וויזעל. מ'קען זיין שטארק קעגן איינעמ'ס ארגומענטן און דאך רעספעקטירן דעם פאקט אז יענער פרובירט במשך 45 מינוט צו מאכן סדר אין זיינע אדער אירע געדאנקען.

פארשטייט זיך אז די פארטיידיגער פון אונזערע רבי'ס/רוצחים - וועלכע וועלן קיינמאל נישט אריינקריכן אין די מנהיגימ'ס מאטיוון מתיר צו זיין טויזנטער מענטשן זיך צוזאמענצושטופן און קלאַטשן פאר זייער כבוד - האבן נישט די אנשטענדיגקייט, אדער אפשר ניטאמאל די מעגליכקייט, צו ענטפערן א צווייטן מיט רעספעקט.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 10:48 am#467949
ס'איז ממש סכנות נפשות צו לאזן זייערע טויזענטער קינדער און מענער אינדערהיים חדשים לאנג אן קיין טעלעוויזיע, מאוויס אדער אנדערע אינטערטעמענט. כאפסט נישט די פראבלעם @העניך?
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 11:11 am#467950
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז ממש סכנות נפשות צו לאזן זייערע טויזענטער קינדער און מענער אינדערהיים חדשים לאנג אן קיין טעלעוויזיע, מאוויס אדער אנדערע אינטערטעמענט. כאפסט נישט די פראבלעם @העניך?
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 11:33 am#467954
צפור בודד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:It's getting nasty

אז דאס איז נאסטי זאג מיר וואס איידל איז.

זי רעדט שטותים און הבלים און זוכט פון אונטער דער ערד מסביר צו זיין אונזערע משונה'דיגע הויכע טויט-נומערן וואס זענען פעסטגעשטעלט אין נ"י, ארץ ישראל, ענגלאנד און בעלגיע. און וואס האט זי צו זאגן? אפשר עקסידענטן ווייל אונז זענען מער ארויסגעגאנגען, און זי האט נאך א שיינע מעשה פון א שרעקליכער קאר עקסידענט. אזא קינדערישע טענה דארף בכלל א תשובה? וויפל פראצענט מענטשן ווערן גע'הרג'ט אין עקסידענעטן? און פארוואס זענען אונזערע טויט נומערן געשטיגן אין פארגלייך מיט אונז אליין פאראיאר?

אויך דערמאנט זי די ען עי. נו, אז אונז האבן א געוויסער די ען עי וואס מאכט אונז מער עלול צו שטארבן דארף מען דאך ערשט זיך היטן נאך אסאך מער ווי אנדערע, איז פארוואס האבן מיר ווי צו להכעיס זיך דווקא איינגעזאמלט? דער וועקער האט אויך בעיקר גערעדט פון טויט. דער פאקט איז דאך אבער אז מיר זענען אויך פיל מער אנגעשטעקט געווארן איז וואס האט דאס מיט די ען עי?

וואס טענה'ט זי בכלל? אז ס'איז נישטא קיין מגיפה? אז די מגיפה הרג'ט נישט? אז די מגיפה גייט נישט אריבער פון מענטשליכע קאנטאקט? טאמער איז זי נישט מקבל די דריי פאקטן איז זי אינגאנצן מטורף און א שאד דער צייט איר אויסצוהערן. ווייטער אז זי איז דאס יא מקבל איז פארוואס וויל זי נישט מקבל זיין דער פשוט'סטער הסבר פאר אונזערע נומערן? מיר האבן אנגעהאלטן מיט גרויסע זאמלונגען ממילא זענען מיר מער אנגעשטעקט געווארן און ממילא מער געשטארבן. אז דאקטאר פאוטשי איז נישט "תורת משה", איז ווער יא? אירע וועבזייטלעך פון קאנספיראציע מטורפים?

דער אמת'ער ענה לכסיל כאוולתו איז אבער אויף איר פסיכיאנאליז. דער וועקער וויל זיך חנפ'נען צו ליבעראלע ווי דער נ"י טיימס וכיוצא בהם. דאס הייסט אז דער וועקער מיט א צירקולאציע פון, לאמיר זאגן אפטימיסטיש, צוויי אדער דריי טויזנט, געשריבן אויף אידיש און פארקויפט פאר א מיעוט שבמיעוט פון חסידים, האט אפגעשריבן זעקס קאפיטלעך כדי זיך צו מה יפית'ן פאר א צייטונג וואס ווייסט נישט בחייכון פון זיי צו זאגן. און זי האט נאך א תנא דמסייעא פון דזעימס באלדווין וואס ער האט געזאט איבער אפריקאנער אמעריקאנער. יאפ, אין בכלל אלא מה שבפרט, און אומגעפער אזוי שכל'דיג איז דער גאנצער פאדקאסט.

דער וועקער האט איר איידלערהייט געענטפערט. ווייל אז מען גייט שוין פסיכיאנאליזירן, אפשר איז זי ווי דער באקאנטער טיפ וואס קומט צוריק מיט אן "עתה ידעתי", זי האט שוין אלעס געזען און זי די גרויסע מבינ'טע וועט אונז איצט דערציילן ווי געווינטשן מיר זענען. אדער דער תמות נפשי מות ישרים טיפ וואס נאך אונז ווייזן א פייג קומען זיי צוריק ווען זיי ווערן עלטער און ווייזן מיט א כשר חזיר פיסל אז דאס פינטעלע איד פלאטערט נאך ביי זיי. נאר א ביטערער איראניע ווען זי קומט אונז פארטיידיגן אויף אונזער, נישט איר, תמות נפשי וואס אונז און אונזערע מנהיגים האבן גורם געווען בידים.

און אז מיר זוכן מאטיוון, זי האט דאך א טור ביזנעס פון נעמען טוריסטן קיין וו"ב. זי ווייסט פונקט ווי אונז אז די מלאכי חבלה דארט קענען איר שווער מאכן דאס לעבן, איז אפשר דאס שמור לי ואשמור לך. איך וועל ענק באשוצן אפילו ווען ענק האבן אנגעברענגט אז זיידעס זאלן פאלן ווי פליגן און ענק לאזט מיך געמאך ווייל איך בין דאך אויך משלנו.

אז איר האלט דאס איז שוין בגדר קאנספיראציע, האט זיך דאך אונז אהערגעברענגט, און אז ס'טויג פאר איר קען עס פונקט אזוי טויגן פאר אונז.


דיין תגובה איז נעסטי.

איך האב רחמנות אויף די אויפגעקלערטע חברה, קענען זיך נישט אן עצה געבן מיט איר נעבעך.

אויף דער קליינע סעמפל פין פופצען מענטשן איז זי נישט גערעכט? אוי צו זי איז גערעכט. מען מאכט תירוצים און מען דרייט א קאשע אז דאס נוצט מען נאר פאר א ראי' אז, אז? אז? אז מען קען שרייבן דעמאגאגיע שרייבט מען ַַדאס איז דער אמת'ער תירוץ.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 12:01 pm#467958
אישתישבי, ביסט א טראל. זוכסט ניטאמאל צו מאכן דעם אנשטעלן אז דו פרובירסט זיך צו טענה'ן מיט סובסטאנץ. אטאקירסט מיט לשונות של גנאי מיט'ן איינציגסטן ציל אויסצושעפּן דעם צד השני. ס'איז נישט פעיר פאר די נושא וואס ווערט דעבאטירט, און ס'איז נישט פעיר פאר דער פלאטפארמע. דאס טוט נאר איינער וואס איז צו שוואך פארצושטעלן א קאָהערענט צד, נאר פרובירט יענעם צו גענוג פארדרייען א קאפ ביז ער וועט האפנטליך שטיל ווערן.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 4:27 pm#467967
אנטשולדיגט, אבער די מעגסט דיך גוט שעמען אז ווען די האסט נישט וואס צו ענטפערן נוצט די דער טראל מהלך.

ביסט א יושב חושך בלייב אין דיין פינסטערניש.

און בדרך אגב, א שקרן

אטאקירסט מיט לשונות של גנאי


נישטא קיין גנאי.

די ניצט לשונות של דופי. ווייל דאס איז וואס די ביסט א ליגנער און א טראל.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 4:45 pm#467972
זייער א גוטע ריספאנס, וועקער סטאנדארט.
פון די אנדערע זייט ברענגט זי למעשה ארויס גוטע נקודות פארוואס די דאטע איז נישט ממש הונדערט פערצענט אקוראט, און ס'איז נישט קיין עכטע פארגלייך צו די דאטע פון די CDC. די חילוקים זענען אבער גענוג גרויס אז מ'זעהט היבש קלאר אז די היימישע עולם האט געליטען אסאך מער פון ניו יארק אין אלגעמיין, וואס כאטש ס'מאכט סענס אז דאס וואס אונז האבן גרויסע משפחות און אונזער אייגנארטיגע לייף סטייל מאכט אויך אסאך אויס, איז שטארק מסתבר אז דאס איגנארירן די מינימום זהירות האט אסאך צוגעגעבען צו אונזער הויכער טויט צאל.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:12 pm#467974
איש תשבי לויפט ארום פון אשכול צו אשכול איינטיילן ווער עס מעג זיך אביסל שעמען און ווער עס מעג זיך גוט שעמען (עי' אשכול קינדליין) און ווער עס מעג זיך זייער גוט שעמען, און נאך דעם ווערט ער באליידיגט ווען מ'זאגט אז ער איז א טראל. ר' איד, קיינער דארף דיך נישט איינצוטיילן ווען און וויפיל זיך צו שעמען, אדער פיר א שמועס ווי אן ערוואקסענער בחור, אדער קריך אראפ פון די געהירן. א דאנק.
לענין, איך האלט אויך אז וועקער האט זייער גוט און רעספעקטפול געענטפערט הגם די שמועסן זענען אויף אנדערע רעלסן, דער וועקער קומט מיט לאגיק און הארטע ציפערן און זי קומט מיט זייער א humane און אפשר אפילו פעמיניען הארציגע צוגאנג (סארי פאר'ן זיין א סעקסיסט) וואס האט ווייניגער מיט שכל און מער מיט הארץ.

צום ביישפיל, ס'איז כדאי אויסצוהערן איר לעצטע פאדקעסט ווי זי רעדט ארום מיט א מורא'דיגע אש קודש (באמת) און געפיל איבער עמפאטיע, זי צענעמט די גאנצע געשיכטע אויפ'ן פראנטעיר עירליין און מאכט א קאמפעלינג און סטאונטש ארגומענט ווי אונזער סוסייעטי ווערט אלץ מער און מער געפילן-לאז און מ'רעכנט זיך נישט מיט קיינעם און גארנישט. זי האט זייער שטארקע טענות פארוואס זי גייט נישט קיין מאסק און ווי די גאנצע סוסייעטי איז נאר דא צו באקריוודען און באצווינגען דעם מענטש צו טון זאכן וואס דער מענטש וויל נישט און האלט נישט פאר ריכטיג און אן קיין שום געוויסן ביסן.
אירע טענות קומען זיכער פון א אמת'ע און עמפאטישע פלאץ און ס'איז זייער שווער זיך צו טענה'ן דערויף. אבער פון דער אנדערער זייט, ווען מ'ברענגט אביסל לאגיק, מוז מען זאגן פאר עמפאטיע פה תהא קאי, דא מוזטו בלייבן שטיין, און ס'איז טאקע זייער טרויעריג ווען אינפארסירן וויכטיגע רעגולאציעס ברענגט צו הארטנעקיגקייט אבער ביז ווי גיי איך נעמען די טענה. דארף איך עמפאטיע צום מענטש וואס וויל נישט אנטון קיין סיט בעלטס אדער דער מענטש וואס וויל דורכפארן דעם רויט לייט?
בכל פנים ואופן, ס'איז זייער שווער צו פירן א דעבאטע ווען צוויי מענטשן קומען פון צוויי אנדערע קוק ווינקלען וואס כ'וואלט יא גע'עצה'ט איז פאר ביידע צדדיים אויסצוהערן מיט רעספעקט וואס דער אנדערער זייט און זוכן פלאכע ערד וואו מ'קען זיך יא פאראייניגן און נענטער קומען ווי איידער זיך דערווייטערן און פארמערן צעטיילונג.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:18 pm#467976
רימון האט געשריבן:דארף איך עמפאטיע צום מענטש וואס וויל נישט אנטון קיין סיט בעלטס?

יא! וואס גייט דיר אן וואס איך טוה ביי מיר אין קאר?
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:19 pm#467977
עובדיה האט געשריבן:פון די אנדערע זייט ברענגט זי למעשה ארויס גוטע נקודות פארוואס די דאטע איז נישט ממש הונדערט פערצענט אקוראט

זי ברענגט ארויס שטארק' אויב די נאמבערס זענען נישט statistically significant איז דאס נישט נאר "נישט ממש הונדערט פערצענט אקוראט"
נאר פשוט ליצנות געמאכט פין די ליינער!

די ריספאנס:
תירוצים שונים פארוואס מיר האבן נישט געקענט טון בעסער!
מיר האבן נישט פארלאנגט א טאטל לאק-דאן!
אינז האמער גארנישט מיט די טיימס
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:41 pm#467978
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:דארף איך עמפאטיע צום מענטש וואס וויל נישט אנטון קיין סיט בעלטס?

יא! וואס גייט דיר אן וואס איך טוה ביי מיר אין קאר?

איז נישט די דעפיניציע פון עמפאטיע דאס גופא אז עס גייט מיר יא אן וואס יענער טוט ביי זיך אין קאר און איך פראביר אים צו העלפן אפילו ווען ער פארשטייט נישט?
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:49 pm#467979
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:דארף איך עמפאטיע צום מענטש וואס וויל נישט אנטון קיין סיט בעלטס?

איך ווינדער זיך אויף רביה"ק איך פה קדוש יאמר דבר זה? די וואונדן און נאכפאלגען פון א עקסידענט וואס וואלט געקענט פארמיטען ווערן מיט א סיעט בעלט, אפעקטירט ערשטע הילף, האספיטאל איינגעשטעלטע, פאמיליע, פריינד, ועל כולם סיטיזענס שטייערן געלטער וואס גייט פאר די מעדיקעל סערוויס אין הילף פאר נויט באדערפיגע.
און עולם התיקון וואלט מען ווען מען געמעגט מער זיך רעכענן מיטן יוצא מן הכלל, ביי איינעם למשל וואס גייט נישט אן די אויבענדערמאנטע חששות, פארדעם זעמער דאך מתפלל אור חדש על ציון תאיר.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:53 pm#467981
דרך אגב, איינער האט מיר געשיקט א אינטרעסאנטע באריכט פין ני"ט אז אנדערש ווי אנגענומען זענען נישט געווען ווייניגער עקסידענטן ווי געווענליך, פארקערט עס איז געווען א דראסטישע אויפשטייג פון טויטפעלער.
לויט זיי איז בשעת די לאקדאון טאקע געווען פיל ווייניגער מאטאריסטן אויף די שאסייען, אבער אנדערע האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט צו פליען אויף די ליידיגע שאסייען ווי ווילדע חיות, צוברעגענדיג צו "מער" טויטפעלער ווי געווענליך.

בלייבט נאר איבער פאר פראפעסארין ווערטהיימער צו קלארשטעלן וויפיל פון די ווילדע חיות זענען געווען פון קרית יואל.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 6:22 pm#467983
שמערל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:דארף איך עמפאטיע צום מענטש וואס וויל נישט אנטון קיין סיט בעלטס?

יא! וואס גייט דיר אן וואס איך טוה ביי מיר אין קאר?

איז נישט די דעפיניציע פון עמפאטיע דאס גופא אז עס גייט מיר יא אן וואס יענער טוט ביי זיך אין קאר און איך פראביר אים צו העלפן אפילו ווען ער פארשטייט נישט?

יא, די שאלה איז נאר צו דו וואלסט געוואלט אז ISIS זאל דיר איינטיילן וואס צו טוהן ווייל דו פארשטייסט נישט אליינס וואס איז גוט פאר דיר...
m https://youtu.be/u1uBfCKLNrI m
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 7:42 pm#467986
דו פארקריכסט. עס קען זיין אז עמפאטיע איז נישט גוט און מען ברויך נאר גיין מיט לאגיק, און אין לאגיק גופא קען מען דן זיין וואס איז מער לאגיש, צו געבן מענטשן א פרייע בחירה ער זאל אליין מחליט זיין וואס צו טוהן, אדער די כלל זאל צווינגען די פרט וויאזוי זיך אויפצופירן וכו'.
אבער דאס איז קלאר אז אויב גייט מען יא מיט עמפאטיע איז נאכאלס דא שטארקע סיבות יענעם איינצוטיילן וואס צו טוהן.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 7:49 pm#467987
ניין, עמפאטיע איז טוה פאר יענעם וואס דו וואלסט געוואלט מ׳זאל טוהן פאר דיר, דו וואלסט נישט געוואלט אז יענער זאל דיר איינטיילן וואס צו טוהן איז טייל נישט יענעם איין וואס צו טוהן.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 8:38 pm#467991
רוב מענטשן וואס פאררעכענען זיך עמפאטיש, האלטן אז עמפאטיע מיינט פילן פאר א צווייטן וואס ער אליין פילט. עס קען זיין אז מען ברויך גיין טיפער און פילן פאר א צווייטן וואס יענער פילט איז גוט, אבער די פאקט איז אז רוב מענטשן זענען נישט אזוי.

געווענליך זענען עס די לאגישע מענטשן וואס פארשטייען אז מ'ברויך מיטפילן מיט א צווייטן אפילו ווען ער אליין פילט דאס פארקערטע.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 8:41 pm#467992
שמערל האט געשריבן:רוב מענטשן וואס פאררעכענען זיך עמפאטיש, האלטן אז עמפאטיע מיינט פילן פאר א צווייטן וואס ער אליין פילט.

יא, און וואס איז ווען דער צווייטער האט נישט ליעב ווען דו טיילסט איהם איין וואס צו טוהן ווייל דו האסט אפגעמאכט אז ער פארשטייט נישט כלומפרשט וואס איז גוט פאר איהם?
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 10:16 pm#467995
ביטע זיך האלטן צום ענין.
פרייטאג מערץ 05, 2021 12:25 am#468001
עובדיה האט געשריבן:זייער א גוטע ריספאנס, וועקער סטאנדארט.
פון די אנדערע זייט ברענגט זי למעשה ארויס גוטע נקודות פארוואס די דאטע איז נישט ממש הונדערט פערצענט אקוראט, און ס'איז נישט קיין עכטע פארגלייך צו די דאטע פון די CDC. די חילוקים זענען אבער גענוג גרויס אז מ'זעהט היבש קלאר אז די היימישע עולם האט געליטען אסאך מער פון ניו יארק אין אלגעמיין, וואס כאטש ס'מאכט סענס אז דאס וואס אונז האבן גרויסע משפחות און אונזער אייגנארטיגע לייף סטייל מאכט אויך אסאך אויס, איז שטארק מסתבר אז דאס איגנארירן די מינימום זהירות האט אסאך צוגעגעבען צו אונזער הויכער טויט צאל.

קיין שום דאטא איז נישט הונדערט פראצענט אקוראט, און אוודאי איז דאטא אלס מער אקוראט ווי מער דאטא מ'האט. די דאטא אויף איין געמיינדע וועט קיינמאל נישט זיין אזוי אקוראט ווי די דאטא אויף מיליאנען מענטשן. אבער אזוי ווי דו זאגסט, די פאקטן רעדן פאר זיך אליין. ווען מ'זעט ביי יעדער פאזע פון דער מגיפה אז מיר האבן געליטן פיר אדער מער מאל אזוי שלעכט ווי אין אלגעמיין, און דאס איז קאנסיסטענט איינמאל און נאכאמאל, דארף מען זיין בלינד און טויב צו לייקענען דעם פאקט אז מיר האבן ליידער שרעקליך געליטן א דאנק אונזער אומ'אחריות'דיגער אויפפירונג.
פרייטאג מערץ 05, 2021 1:13 am#468004
און פארוואס גייסטו אהן א מאסק?
פרייטאג מערץ 05, 2021 1:17 am#468006
אישתישבי האט געשריבן:און פארוואס גייסטו אהן א מאסק?

ווייל ער וויל נישט מ'זאל וויסן אז ער איז העניך.
פרייטאג מערץ 05, 2021 1:25 am#468009
קורקלענד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:און פארוואס גייסטו אהן א מאסק?

ווייל ער וויל נישט מ'זאל וויסן אז ער איז העניך.

און וואס איז מיט מסירות נפש? און וואס איז מיט אלע דעמאגאגיע פין דער הייליגע וועקער?

עס איז דא פיר ערליי רעספאנסעס צו געזעצען
1. די וואס פאלגען אהן קשיות.
2. די וואס פאלגען דוקא נישט.
3. די וואס זוכן צו מאכן יעדער זאל פאלגען.
4. די וואס ווילען אויסניצן דער געזעץ לטובתם.

די וועקער חברה זענען לכאורה אין דער פערטער קאטעגאריע.
פרייטאג מערץ 05, 2021 10:23 am#468019
העניך האט געשריבן:קיין שום דאטא איז נישט הונדערט פראצענט אקוראט, און אוודאי איז דאטא אלס מער אקוראט ווי מער דאטא מ'האט. די דאטא אויף איין געמיינדע וועט קיינמאל נישט זיין אזוי אקוראט ווי די דאטא אויף מיליאנען מענטשן. אבער אזוי ווי דו זאגסט, די פאקטן רעדן פאר זיך אליין.
דאס איז אלס פיין נאך וואס די דאטא קימט נאך א מינימאם טרעש-האלד, פין דארט און ווייטער איז מער געווענליך בעסער


דערנאך איז דא דאטא וואס זאגט גארנישט!, statistically insignificant, און מען קען פין דעם גארנישט ארויסנעמען, קיין שום מסקנה אדער פאקט...

אויב נאכאלץ זעסטו פאקטן, אן האבן דאטא דאס צו בעקען, דאן לאז דיינע "פאקטן רעדן פאר זיך אליין"!
קאכן די ביכער, מיט ליידיגע נאמבערס, איז מאראליש באנקראט!
זונטאג מערץ 07, 2021 1:19 pm#468114
זייער א שיינע שמועס געווארן דערפון, בעיקר וואס איך וויל צולייגן, לאמיר עס נישט נעמען אזוי ערנסט. דער ענין איז טאקע גאר אן ערנסטע ענין, אבער מען קען נישט פירן קיין אויפריכטיגער שמועס ווען מען שטעלט זיך אויף יעדע ווארט.

עס איז א ריכטיגע נקודה אז די דאטא איז נישט פערפעקט, איך אליין האב אויך געטראכט בשעת'ן ליינען די נקודה אז אונזער משפחות זענען גרעסער, און דאס וואלט געקענט גורם זיין מער נפטרים ביי אונז אפילו אויב מען זאל יא אויספאלגן פונקט ווי ביי אנדערע. מאכט דאס איינעם טראכטן אז אפשר האבן אונז זיך יא אויפגעפירט פונקט ווי יעדעם..? אין מיין מיינונג זענען די נאמבערס גענוג שטארק אז אפילו מען רעכנט צו אומפונקטליכקייט אין די סטאטיסטיק'ס פארציילט עס עפעס. (אדרבה, אויב וועט אמאל זיין בעסערע נאמבערס עוועילעבל וויל איך הערן דערפון).

די נקודה ווי זי רעדט אזוי סאך פון די נפטרים אין קרית יואל, איז טאקע אביסל מאדנע. בשעת די ארטיקל אליין האט דאס גענוצט אלס משל פון נישט צו גוטע דאטא.


עס איז מיר אינטערסאנט אז אין מיין ערשטע תגובה דא האב איך געשריבן אז איך פארשטיי נישט פארוואס פרידא וויזעל נעמט זיך אזוי צום הארצן די פראבלעמען פון אונזער קהילה, און יעצט איז די תגובה טאקע אריין אלס בריוו אינעם וועקער. איך מיין עט דיס פוינט איז זי שוין פשוט טיף אינעם דיטש.

בנוגע וואס זי זאגט וועגן אונז, לגבי מיר איז עס גראדע יא אמת. איך פיל מיר גאנץ גוט אז איך פארשטיי בעסער ווי דער געווענליכער חסידישער אינגערמאן, דאס מיינט נישט אז איך קום נישט אן צום אמת, איך פיל מיר פשוט גוט אז איך זוך דווקא יא דעם אמת. (און יעצט פיל איך מיר נאך בעסער אז איך האב עס אפילו ארויסגעשריבן...)


איין זאך וואס איך נעם יא ערנסט ווען מענטשן רעדן אריין אינמיטן א שמועס וואס זיי האלטן נישט מיט, איינער דא האט אפילו געשריבן אז ער האט נישט געליינט די ארטיקל. קאם אן, אויב דו ווילסט רעדן וועגן קאראונע און איבער די קאמיונעטי איז דא א גוט ביסל אשכולות צו גיין. זאג דיין מיינונג איבער דער ענין דא נאר אויב דו ווייסט וואס דער רעדע איז.

האטס מיר און זייטס מיר...

ביידעוועי, וואס איז דער פונקטליכער באדייט פון טשינאש?
זונטאג מערץ 07, 2021 2:48 pm#468124
סקיני בלע"ז נהניתי מאוד לקרוא את התגובה שלכם!
זונטאג מערץ 07, 2021 3:09 pm#468128
טשינאש
פון פריידעלע'ס בלאג:
Chinush– Hungarian term for skinny, nice, and fit
m https://friedavizel.com/2020/07/18/glos ... ish-terms/ m

אינעם אונגערישן אשכול l viewtopic.php?f=7&t=499 l שרייבט איינער:
קוקי האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???

דזשאָדאַש - צוקער זיס


מער פאָרש-אַרבעט נויטיגט זיך..
מאנטאג מערץ 08, 2021 10:41 am#468185
מאנטאג מערץ 08, 2021 11:23 am#468186
בקיצור, די פרויען זענען טשינאש און די מענער נישט.
דינסטאג מערץ 09, 2021 12:05 am#468250
Re: ענטפער פאר פרידא וויזעל
לענ''ד ברענגט די ענטפער צו מרת וויזל ארויס די עיקר פוינט
אז אמת די דאטא איז פעלערהאפטיג (גרויסע משפחות, רעלאטיוו קליינע נומערן,)
און מעגליך 'גארנישט ווערט' אויב וואלט איינער געוואלט פון 'דעם' ארויסנעמען אז מאסקעס העלפט, גרויסע פארזאמלונגען ברענגט אנשטעקיגע, היגיענע/מאסקעס פארמינערן שאנסן פון ווערן אנגעשטעקט אא''וו.
אבער געוואלד און געשריגן דאס אלעס 'ווייסן מיר דאך' און ניין נישט פון דאקטאר פאוטשי'ס 'תורת משה' נאר פון פשוט'ע מוכרח'דיגע סייענס
און וואס נאך מיר 'ווייסן' איז, אז סאיז פארגעקומען ריזיגע פארזאמלונגען, זירא באשיץ מיטלען, זירא היגיענע...
(און דאס אליינס!!! איז איבער גענוג צו באשולדיגן אונז אלע און בפרט ווער עס באטראכט זיך אלס 'מנהיג' ווייניגסטענס ב'המתה בקלות דעת')
אלזא סך הכל בלייבט איבער צו זעהן במבחן התוצאה וואס אונזערע נומערן זענען און מיר קענען היפש זיכער אננעמען אז דאס איז א רעזולטאט פון אונזער פארנאכלעסונג

און איין ווארט נישט אונזערע נומערן זענען די 'פראוו' אז אונז זענען געווען פארנאכלעסיגט, נאר אונזער קלארע פארנאכלעסונג איז מסביר אונזערע נומערן

Sent from my KFDOWI using Tapatalk