Under maintenance
הויפט זייט » "וַתְּהִי הַמַּגֵּפָה בַּעֲדַת ה'" - וועקער 18

"וַתְּהִי הַמַּגֵּפָה בַּעֲדַת ה'" - וועקער 18

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14463
זונטאג פעברואר 14, 2021 1:07 pm#466972
"וַתְּהִי הַמַּגֵּפָה בַּעֲדַת ה'" - וועקער 18
אזוי ווי דער וועקער קומט שוין אן צו די זריזין מקדימין, ווידמען מיר דעם אשכול צו דיסקוטירן דעם קאווער סטארי פון וועקער נומער 18, "וַתְּהִי הַמַּגֵּפָה בַּעֲדַת ה'."

ווי דערמאנט אינעם אריינפיר, האט דער ארטיקל גענומען הונדערטער שעות פון ארבעט, צו זאמלען אינפארמאציע, דורכטון די דאטא, דעזיינען גראפן צו קענען קלאר פרעזענטירן די פאקטן, און אראפשרייבן אויף א פארשטענדליכער שפראך.

ס'איז כדאי דא אראפצוברענגען וואס מיר האבן געשריבן אינעם פארווארט פון דעם יעצטיגן נומער:

עס איז נישט גרינג ארויסצוגעבן א נומער וואס איז ליידער אזוי אנגעפילט מיט בשורות רעות. אזויפיל צער און ווייטאג ליגט אויסגעגאסן אויף די בלעטער פון דעם "וועקער", און שפּיגלט אפּ א ביטערע שווערע יאר פאר דער וועלט, און פאר כלל ישראל.

עס איז ביי אונז נישט געווען קיין ספק אז דער יעצטיגער נומער מוז זיין פאָקוסירט אויף דער קאראנא-ווירוס מגיפה וואס האט שוין ליידער געקאסט מער פון 2.3 מיליאן נפשות איבער דער וועלט, און פילע טויזנטער אידן. חוץ די שרעקליכע פארלוסטן פון נפשות, און די פילצאליגע געזונטהייט-שאדנס פאר איבערלעבער, האט די מגיפה מהפּך געווען סדרי בראשית, און געטוישט דעם גאנצן סדר העולם. נייע מושגים זענען אריינגעקומען אין אונזער לעקסיקאן, און נייע אויפפירונגען זענען געווארן אדאפּטירט ווי דעם נייעם סדר.

אלס דער איינציגסטער זשורנאל וואס איז דא צו ברענגען אמת'ע און אויפריכטיגע ארטיקלען פון דעם חרדישן לעבן, האבן מיר געשפּירט אן אחריות צו ברענגען פאר די לייענער אן אויפריכטיגן באריכט איבער וואס עס האט זיך אפּגעטון ביי אונז, וויאזוי מיר האבן אויפגענומען די מגיפה, זיך אויפגעפירט דורכאויס, און וויאזוי די מגיפה האט אונז אפעקטירט.

ווען מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אין דער רייזע צו צונויפזאמלען אינפארמאציע און דאטא, האבן מיר נאך נישט געוואוסט וואספארא שווארץ בילד עס וועט זיך ליידער אנטפּלעקן. די פאקטן און נומערן ווייזן זייער קלאר, אז מיר האבן געליטן - און ליידן נאך יעצט אין חודש שבט תשפּ"א - פון פיר מאל אזויפיל פארלוסטן ווי דער אלגעמיינער פּאפּולאציע, ה"י.

ווען מ'רעדט פון אונזערע שרעקליכע פארלוסטן, קען מען זיך נישט פארהוילן פון די פאקטן וואס האבן ליידער צו דעם צוגעברענגט. מיר האבן פּרובירט צו געבן אן אויפריכטיגן בליק אויף די געשעענישן, און אפילו פּרובירט צו געבן ערקלערונגען פאר זאכן וואס לייגן זיך פּשוט נישט אויפ'ן שכל.

איבער די צענדליגער בלעטער וועלכע מיר ווידמען פאר דער מגיפה, וועט איר זעט די פּשוט'ע פאקטן אויסגעלייגט מסודר. אלעס פּראפעסיאנאל באשריבן און באגלייט מיט מומחיות'דיגע גראַפן וועלכע גיבן צו ערקלערן די דאטא זייער קלאר. מיר האפן אז איר וועט נעמען די צייט צו לייענען די זעקס ביטערע קאפּיטלען, צוזאמען מיט דעם איינפיר און עפּילאג, און עס זאל ביי אייך אויפוועקן דאס הארץ צו די ביטערע פארלוסטן וועלכע וואלטן געקענט פארמיטן ווערן, און וואס דאס מאנט פון אונזער געמיינדע און פון יעדן יחיד באזונדער.

וּמָחָה ה' דִּמְעָה מֵעַל כָּל פָּנִים - וְחֶרְפַּת עַמּוֹ יָסִיר מֵעַל כָּל הָאָרֶץ.

*
מאנכע וועלן אפשר קריטיקירן פארוואס מיר רעדן נישט צופיל וועגן די אלע חסדים וואס מ'האט געזען און מ'זעט אין אונזער געמיינדע דורכאויס דעם קריזיס. מסירת נפש פון הצלה-וואלונטירן, יחידים וואס האבן געהאלפן קראנקע און שוואכע, ביזנעסלייט וואס האבן ביטער שווער געארבעט - מער ווי זייער ביזנעס פארלאנגט - אז זייערע קאסטומערס זאלן האבן וואס זיי דארפן אויף שבת ויו"ט, מלמדים וועלכע האבן איבערגעשטרענגט זייערע כוחות פארצולערנען אויף "זום" אדער אויפ'ן טעלעפאן, ועוד ועוד. און די אלע זאכן זענען אמת, און דארפן גערעדט ווערן און באשריבן ווערן.

אבער מיר זענען דא אנצופילן א חלל, צו זאגן דעם אמת איבער דער שרעקליכער פארנאכלעסיגונג וואס האט געקאסט נפשות. פאר'ן צוקונפטיגן היסטאריקער וועלכער נעמט דעם "וועקער" אין דער האנט צו באקומען אַן אקוראטן בילד פון וואס עס האט זיך אפּגעטון דורכאויס דער קאראנא-תקופה, זאגן מיר: כלל ישראל איז געבענטשט מיט אסאך אויסערגעווענליכע מענטשן וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט אָן א שיעור חסד דורכאויס דעם קריזיס. דער "וועקער" גיט אייך די פאקטן ארום דער ביטערער פארנאכלעסיגונג וואס האט געקאסט פילע לעבנס, אבער איר דארפט אויך וויסן וועגן די העלדן מיט וועלכע כלל ישראל איז געבענטשט.

דא אינעם "וועקער" וועט איר אויך געפונען וועגן עטליכע אזעלכע העלדן, ווי דער סטאלינער רבי און זיינע חסידים וועלכע ווערן דערמאנט לשבח אינעם "בליצן" רובריק פאר'ן אפּהיטן די רעגולאציעס - און נאך מער, פאר'ן זיך האלטן פעסט קעגן דעם גאנצן שטראם פון פארנאכלעסיגונג. אין אונזער ארטיקל דערמאנען מיר אויך לשבח הגאון רבי אשר ווייס, וועלכער האט זיך ארויסגעוויזן אלס אן אמת'ער מנהיג ביי אידן און א גדול בישראל מיט א שכל הישר און אידישע ווירדן.

פאר'ן צוקונפטיגן היסטאריקער רעקאמענדירן מיר אויך צו לייענען איבער די פּאזיטיווע אספּעקטן פון דער יעצטיגער תקופה. די הערליכע שבתים וועלכע אידן האבן געפּראוועט אינדערהיים אין די צייטן ווען זיי זענען געווען איינגעשפּארט, העלדישע טאטעס און מאמעס וועלכע האבן אלעס אפּגעלאזט זיך אפּצוגעבן מיט זייערע קינדער אין שטוב גאנצע וואכן אין א צי, און פון טייערע אידן וועלכע האבן מחדש געווען צו העלפן אונזערע ברידער און שוועסטער אין די יעצטיגע שווערע צייטן. צום ביישפּיל, מיר רעקאמענדירן דעם ארטיקל "וועלטעב'ס פּיאָנערן" ("מאמענט" פּרשת נצבים-וילך, תש"פּ) וועגן אן ארגאניזאציע געגרינדעט דורך עטליכע חסידישע יונגעלייט צו געבן פאר חולים אין שפּיטאל א קאמוניקאציע-אפּאראט אז די משפּחה זאל זיי קענען זען און הערן.
זונטאג פעברואר 14, 2021 1:28 pm#466975
מיינע איז שוין אנגעקומען און דאס איז געווען דאס ערשטע ארטיקל איך האב געליינט. עס האט נישט דיסעפּוינטעד! איך מוז אויסדרוקן מיין געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די אויסערגעווענליכע סטאטיסטישע ארבעט וואס איז אריין אין דעם ארטיקל. אזא סארט אנאליז איז יחיד במינו אין אונזער געזעלשאפט און דאס עצם ארבעט אליין איז מורא'דיג באגריסענד.

אויך צו באגריסן איז אז הגם עס דערקענט זיך אז עס איז געשריבן מיט ווייטאג און געפיהל איז עס דאך נישט פאלעמיש (לדעתי); עכ"פ שטארק זיכער נישט. (פארגלייכטס עס צו די ארטיקל, וואס איז אויך לדעתי א גאר גוטע און וויכטיגע ארטיקל.)

איך האב געקלערט אז לגבי די דאטא פון ק"י אויב האט מען אויך די דאטא פון אנדערע עידזש קאָהאָרטס דארט, קען מען דאס אפשר פארגלייכן מיט די אלגעמיינע פאפולאציע און טוהן דערויף אן ANOVA טעסט. דאס וואלט געגעבן א שטערקערע איבערזיכט אויף די חילוק. איך היפאטיזיר אז ליידער וואלט דאס נאך מער געשטארקט די מסקנות פונעם ארטיקל. :(

און אזוי ווי ATUB @העניך ATUB האט דא געשריבן איז צו טרעפן נאר שבחים אויף אונזער געמיינדע אן א ברעקל קריטיק קען מען גיין צו די פילצאליגע מעינסטרים [עםם... צענזורירטע...] אויסגאבעס. דער וועקער זוכט אויפריכטיגקייט אפילו אויב עס איז אומבאקוועם.

נאכאמאל, ייש"כ מערכת ATUB @דער וועקער ATUB פאר'ן אונטערנעמען דעם פראיעקט. חזקו ואמצו!
זונטאג פעברואר 14, 2021 4:18 pm#466985
אז דו רעדסט פון היסטאריקער, ווער זאגט אז זיי וועלן ענדערש גלייבן די וועקער איבער דער איד און דער בלאט? אדער קאווע שטיבל איבער אייוועלט?
זונטאג פעברואר 14, 2021 4:36 pm#466986
טאקע וועגן זיי קומען מיט נומערן און דאטא (טאקע מיסודם פון דער איד אליין) וואס באזירן זייערע קלעימס, לעומת די דעמאגאגיע פון די אנדערע.
זונטאג פעברואר 14, 2021 4:42 pm#466989
וואס הייסט מיסודם פון די איד?
זונטאג פעברואר 14, 2021 5:13 pm#466993
די דאטא קומט פון דער איד. ליין די ארטיקל.
מאנטאג פעברואר 15, 2021 3:51 pm#467054
מי אני האט געשריבן:די דאטא קומט פון דער איד. ליין די ארטיקל.

און 'דער איד' דארף צו הייסען קראנט???
מיט וועלכע חלק?
אפשר מיט דעם אז זיי ברענגען 'שאקירענדע נייעס פון ארץ ישראל' וואס יעדע שמויגער בחור'ל וואס לערנט דארט ווייסט אז ס'שטותים מיט לאקשען?
אדער אפשר מיטן פאמפענען שנאה און האס קעגן יעדע חסידות וואס טאנצט נישט מיט, מיט די סאטמארע שדים טאנץ...?
אדער אפשר גאר מיטן נאכשרייבן גאנצע שטיקער פינעם ניו יארק טיים'ס קעגן טראמפ...?
אויב באזירסטו דיינע מיינונגען אויף 'דער איד' ארטיקלען, דאן ביסטו אין גרויסע צרות...
מאנטאג פעברואר 15, 2021 3:59 pm#467055
גיב א שמייכעל האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:די דאטא קומט פון דער איד. ליין די ארטיקל.

און 'דער איד' דארף צו הייסען קראנט???
מיט וועלכע חלק?
אפשר מיט דעם אז זיי ברענגען 'שאקירענדע נייעס פון ארץ ישראל' וואס יעדע שמויגער בחור'ל וואס לערנט דארט ווייסט אז ס'שטותים מיט לאקשען?
אדער אפשר מיטן פאמפענען שנאה און האס קעגן יעדע חסידות וואס טאנצט נישט מיט, מיט די סאטמארע שדים טאנץ...?
אדער אפשר גאר מיטן נאכשרייבן גאנצע שטיקער פינעם ניו יארק טיים'ס קעגן טראמפ...?
אויב באזירסטו דיינע מיינונגען אויף 'דער איד' ארטיקלען, דאן ביסטו אין גרויסע צרות...


ליין די ארטיקל.
מאנטאג פעברואר 15, 2021 4:51 pm#467059
גיב א שמייכעל האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:די דאטא קומט פון דער איד. ליין די ארטיקל.

און 'דער איד' דארף צו הייסען קראנט???
.


ניין, נאר די אויספרעג פון 40% עקספערטן וואס קיינער האט געזעהן איז קראנט.
מיטוואך פעברואר 17, 2021 12:52 pm#467146
די היינטיגע נו יארק טיימס ארטיקל צייגט אז די ציפערן אינעם וועקער ארטיקל זענען ריכטיג?

m https://mobile.twitter.com/ShlomoFelber ... 1795988483 m
מיטוואך פעברואר 17, 2021 1:37 pm#467147
זייער אינטערעסאנט. טיימס ארטיקל איז וועגן א"י און וועקער איז וועגן נ"י, ממילא איז איינס נישט קיין ראיה אויף דער אנדערער. אבער די ענליכקייט פון די צוויי גרעפס איז פלאי פלאים.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:24 am#467184
איך האב ממש יעצט געשריבן א קאמענט אויף די "טובים השנים" מעשה אז ס'איז זייער גראפיש, אבער מ'קען זאגן אז די הויפט ארטיקל איז ליידער נאך מער גראפיש. ליידער ליידער מה נאמר ומה נדבר. די שרייבערס האבן געמאכט א נישט נארמאלע ארבייט צו דאקומענטירן די שרעקליכע פארלוסטן וואס אונז האמיר געליטן. מ'קען עס דרייען וויפיל מ'וויל, אבער די מציאות ווייזט ליידער קלאר אז אונז האמיר געליטן אסאך מער ווי אנדערע, און די איינציגסטע שכל'דיגע עקספלענעישאן איז אז אונז האמיר זיך אויפגעפירט אומ'אחריות'דיג.

ס'קומט יעצט א פורים און ס'קוקט נישט אויס ווי סיי וואס וועט זיך טוישן. אין לאנדאן האבן רבנים גראדע ארויסגעקומען מיט הוראות זיך צו היטן, אבער דא אין ניו יארק איז שא שטיל. אלעס גייט אהן ווי נארמאל. זעענדיג די מציאות אז יעדע וואך דורכאויס די גאנצע ווינטער האמיר אונז פארלוירן אין עוורידזש 4 היימישע אידן צו די וויירעס, איז פשוט אז פורים וועט קאסטען א פאר נפשות. ה"י. אבער קיינער קעירט נישט. איך פאר מיר האב מחליט געוועהן א דאנק דעם ארטיקעל אז דעם פורים גיימיר אונז נישט אין ערגעץ. כ'טוה נישט גענוג אבער כאטש עפעס דארף מען זיך וויסענדיג מאכן. אויב מיינע קינדער האבן נישט געליינט די וועקער ארטיקעל יעצט וועלן זיי עס ליינען אין צוואנציג יאר ארום, און זיי גייען פרעגן, "טאטי, וואס האסטו געטוהן דעמאלטס??"
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 2:11 pm#467196
איך האלט אז די סיבה פאר די גרעסערע פראצענט פון פאטאלען קומט נישט פון מאסקס וכו'

ס'איז פשוט אז ביי אונז איז דער עולם פראצענטווייז מער איבערוואגיג, די עולם מאכט נישט קיין איבונגען. די עולם עסט אסאך נישט געזונטע עסען. סאיז דא א מער ווי נארמאלע פראצענט הארץ קראנקע וכו' מילא איז די פאטאליטעטן פראצענט העכער. אבער די מאסקס לכאורה העלפט נישט פאר קאוויד.

איך האב נישט קיין שום דאטא אויף מיין טעאריע, אבער איך פיל אז ס'איז אמת.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 2:14 pm#467198
אין ספירה ווען עס זענען נישט געווען קיין חתונות און אין די זוממער ווען די קינדער זענען געווען אין קעמפ זענען די טויפעלער ביי אונז דראסטיש געפאלן. זענען מיר פלוצלינג געווארן געזונטער די פאר וואכן?
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 3:02 pm#467199
זומער איז געווען ווייניגער טויטפעלער אין גאנץ נוי יארק.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 3:41 pm#467202
נישט געליינט געהעריג דא. ערגעץ געדענק איך ליינען אז קאוויד בכלל האט שטערקער אטאקירט די אשכנזישעDNA אויב אזוי דארף מען דאס אויך נאכפארשן....

(אפשר האבן די אזיאנער פראדוצירער וואס האבן דעזיינט די מחלה ספעציעל עס אויסגעשטעלט צו פארמינערן די אשכנזישע דינאסטיע?) #קאנספּיראַציעס
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 4:29 pm#467207
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך האלט אז די סיבה פאר די גרעסערע פראצענט פון פאטאלען קומט נישט פון מאסקס וכו'

ס'איז פשוט אז ביי אונז איז דער עולם פראצענטווייז מער איבערוואגיג, די עולם מאכט נישט קיין איבונגען. די עולם עסט אסאך נישט געזונטע עסען. סאיז דא א מער ווי נארמאלע פראצענט הארץ קראנקע וכו' מילא איז די פאטאליטעטן פראצענט העכער. אבער די מאסקס לכאורה העלפט נישט פאר קאוויד.

איך האב נישט קיין שום דאטא אויף מיין טעאריע, אבער איך פיל אז ס'איז אמת.

כאטש אונזערע אומגעזונטע געוואוינהייטן האבן זיכער נישט געהאלפן, איז אבער קלאר אז דאס איז נישט דער עיקר פאקטאר וואס האט געברענגט אז מיר זאלן שטארבן פיר מאל אזויפיל ווי אין אלגעמיין. צו ערשט איז וויכטיג אנצומערקן אז נישט נאר זענען מיר געשטארבן פיר מאל אזוי סך, נאר מיר זענען אנגעשטעקט געווארן פיר מאל אזוי סך! דער וועקער ארטיקל איז פאקוסירט אויף די טויטע, אבער די נומערן אין לאנדאן, אנטווערפן און א"י האבן געוויזן אז חרדים זענען געווען פיר מאל (אדער מער) אזויפיל אנגעשטעקט ווי אנדערע. און אזוי אויך אנפאנג פון דער מגיפה האט א שטודיע וואס איז געווען באריכטעט אין דעם ניו יארק טיימס געוויזן אז ביי אונז אין ניו יארק איז מען אנגעשטעקט געווארן אסאך מער פון אנדערע.

איינמאל מ'איז אנגעשטעקט וואלט אונזער אומגעזונטער לייפסטייל אונז אפשר געקענט שנעלער אומברענגען, אבער ס'איז נישט פאראן קיין שום באווייזן אז אנגעשטעקטע חרדים און חסידים זענען געשטארבן אויף א העכערער ראטע ווי אנדערע אנגעשטעקטע. די באווייזן זענען אז מיר זענען אנגעשטעקט געווארן פיר מאל אזויפיל, און דעריבער געשטארבן פיר מאל אזויפיל.

וועגן אונזער כלליות'דיגע אומגעזונטהייט נעם אין באטראכט אז די געווענליכע טויט ראטע איז ביי אונז נישט ערגער ווי ביי אנדערע. אין פאקט, בארא פארק האט א דורכשניטליכער לעבנסלענג וואס איז לענגער ווי דער דורכשניט אין ניו יארק. ס'איז דא עפעס וואס מיר האבן געטון אנדערש דווקא ביי קאוויד, וואס האט געמאכט אז דווקא מיר זאלן ליידן פיר מאל אזויפיל ווי אנדערע. און ס'איז נישט שווער צו וויסן וואס מיר האבן געטון אנדערש.

וועגן מאסקעס וואלט איך דיר געפרעגט פון וואנעט נעמסטו אז ס'העלפט נישט ווען יעדער עפידעמיאלאג אין דער וועלט זאגט אז לכאורה העלפט עס יא? אויב דו האלטסט אז ס'העלפט טאקע נישט, דארפסטו זאגן א ביאור פארוואס אלע עפידעמיאלאגן זאגן פארקערט. וואס איז דיין קאנספיראציע-טעאריע, אז זיי האבן אלע אינוועסטירט אין א מאסקע-פירמע און האבן מחליט געווען אויסצונארן די וועלט?

אבער אפילו אויב דו זאלסט זיין גערעכט אז מאסקעס העלפן נישט, איז נישט די נקודה דווקא מאסקעס. ס'איז ברור כשמש אז דער ווירוס גייט פון מענטש צו מענטש, און ווי ווייניגער מ'קומט אין קאנטאקט מיט מענטשן אלס ווייניגער שאנסן האט מען צו ווערן אנגעשטעקט. 1+1=2 זאגט אז א געמיינדע וואס האט זיך אויסגעלאכט פון דעם, און אנגעגאנגען מיט'ן לעבן גענצליך אומגעשטערט מיט ריזיגע שמחות און מסיבות האט געלייגט איר ציבור אין א פיל גרעסערער סכנה.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 5:21 pm#467212
חתם סופר האט געשריבן:איך האב ממש יעצט געשריבן א קאמענט אויף די "טובים השנים" מעשה אז ס'איז זייער גראפיש, אבער מ'קען זאגן אז די הויפט ארטיקל איז ליידער נאך מער גראפיש. ליידער ליידער מה נאמר ומה נדבר. די שרייבערס האבן געמאכט א נישט נארמאלע ארבייט צו דאקומענטירן די שרעקליכע פארלוסטן וואס אונז האמיר געליטן. מ'קען עס דרייען וויפיל מ'וויל, אבער די מציאות ווייזט ליידער קלאר אז אונז האמיר געליטן אסאך מער ווי אנדערע, און די איינציגסטע שכל'דיגע עקספלענעישאן איז אז אונז האמיר זיך אויפגעפירט אומ'אחריות'דיג.

ס'קומט יעצט א פורים און ס'קוקט נישט אויס ווי סיי וואס וועט זיך טוישן. אין לאנדאן האבן רבנים גראדע ארויסגעקומען מיט הוראות זיך צו היטן, אבער דא אין ניו יארק איז שא שטיל. אלעס גייט אהן ווי נארמאל. זעענדיג די מציאות אז יעדע וואך דורכאויס די גאנצע ווינטער האמיר אונז פארלוירן אין עוורידזש 4 היימישע אידן צו די וויירעס, איז פשוט אז פורים וועט קאסטען א פאר נפשות. ה"י. אבער קיינער קעירט נישט. איך פאר מיר האב מחליט געוועהן א דאנק דעם ארטיקעל אז דעם פורים גיימיר אונז נישט אין ערגעץ. כ'טוה נישט גענוג אבער כאטש עפעס דארף מען זיך וויסענדיג מאכן. אויב מיינע קינדער האבן נישט געליינט די וועקער ארטיקעל יעצט וועלן זיי עס ליינען אין צוואנציג יאר ארום, און זיי גייען פרעגן, "טאטי, וואס האסטו געטוהן דעמאלטס??"


אין לעיקוואד האב איך געלייינט זענען די רבנים יא ארויס מיט א רוף אז די בחורים זאלן נישט ארומגיין נאך געלט, און אז די ישיבות זאלן נישט מאכן גרויסע מסיבות
זונטאג פעברואר 21, 2021 5:37 pm#467304
מ'האט מיר עקסטער געבעטן אז איך זאך צוריק קומן באזוכן מיט מיין אבזערוואציעס אויף דער דאזיגע ארטיקל, ואין מסרבין וכו' וכו'. אלזא, דא בין איך.

ערשטנס, א מילתא דבדיחתא:
איך האב א שאלה
עס איז דא מענטשן וואס האבן געזאגט אז זיי זענען גרייט צו ריזיקירן זייער געזונט, אבי צו קענן דאווענן מיט מנין.
זייער גוט
דער איזראעלישע רעגירונג גייט באלד נישט לאזן קין אפענע בתי מדרשים, אחוץ מענטשן מיט א גרינע פאס, אז זיי זענען גענצליך וואקסינירט.
לאמיר זאגן אז די וואקסין קען זיין שעדליך צו דער געזונט, לאמיר דאס נאכגעבן. אויף תפלה בציבור לוינט זיך דען נישט צו ריזיקירן דער געזונט? וואס פאסירט יעצט?‎

און יעצט וועגן דער וועקער ארטיקל וואס איך האב דורכגעליינט שבת. איך האב שטארק הנאה געהאט, בפרט פון די וואזשנע עצה פון צושטעלן דער איד פון פאראיאר צו די יאר. האסט געהאט הילף פון א מומחה אין סטאטיסטיק?‎

לגבי די לעצטע טענות, ווי מ'פראבירט צו דערגיין טאקע פארוואס דער עולם האט זיך אויפגעפירט אזוי, כאילו די גאנצע זאך האט נישט מיט אונז. צוויי פון זיי זענען געבויט אויף דעם אז די שטראם איז געווען קעגן נעמן דער קאראנאוויירוס ערנסט, און עס איז שווער פאר א מענטש אנטקעגן צו גיין די שטראם, פאר פארשידענע סבות. אויף דעם פרעג איך, דאס האט דאך גארנישט מיט די עכטע שאלה, פארוואס איז די שטראם געווען אזוי? די זעלבע שטראם וואס האט ליארמעט וועגן א מערדער אין פלארידא, האט גאנץ הויך געשוייגן דא. פארוואס?‎

ולא עוד אלא, די טענה אויף א יחיד איז בכלל נישט אין פלאטץ. כבר מלתי אמורה, אז א יחיד האט דא גארנישט געקענט מאכן. אז קיינער גייט נישט קיין מאסק, וועט עס קיינעם נישט העלפן אז דו אליינס גייסט א מאסק. די תועלת פון א מאסק איז נאר ווען א געזונטע סומע מענטשן נוצן עס.

נאך א הערה. איך זעי נאך א סבה פאר די נאכלעסיגקייט. inertia מיינט אז דער עולם וועט גארנישט טוישן צוליעב עפעס. די שאלה איז אויף די מנהיגים, פארוואס האבן זיי גארנישט איינגעזען. די תירוץ איז, לדעתי, אז זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו מאכן קיין שום עכט קאנסעקווענטשעל החלטות. מ'פרעגט וועגן א שידוך, און ער זאגט וואס די מאמע וויל הערן, און יעדער איז צופרידן. מ'פרעגט אים וואס זאל מען קוקן ערשט אין א שו"ע, צו מ'זאל לערנן דער ט"ז ערשט אדער דער מג"א, און ער קוועטשט די שטערן, קוקט אין די עולמות העליונים, און איז מחליט אז מ'זאל זיי ביידע נישט לערנן נאר ענדערש גיין ארבעטן. עכטע באשלוסן מאכן זיי קיינמאל נישט. יעצט זענען זיי געווען אין אן עכטן פלאנטער, און זיי האבן זיך צוגעכאפט צו די באקוועמסטער זאך; לאזן לויפן און פערטיג‎.
קיין איין רבי איז דאך נישט ארעסטירט געווארן, די מסירות נפש איז געווען יענעמ'ס נפש, הן די קינדער מיט די מלמדים, הן די געשטארבענע קאראנא פאציענטן. קיין עכטע החלטה איז נישט געמאכט געווארן.‎
אפילו דער 'דרייסטע' בעלזער רבי, וואס ער מאכט טאקע ערנסטע החלטות, כלומרש'ט. וואס האט ער שוין געפסקנ'ט אין לעבן? אז מ'זאל האבן פסיכאלאגן אין חדרים? פשיאאא, א מין דרייסטקייט! ער האט געקוקט צו די מאדערנע, און נאך דעם צו די ליטווישע, און איינגעזען אז עכט מאכט עס נישט אויס. און פון דעם האט ער געשפרינגן ווי א 'נחשון'.‎ און טאקע ביי קאראנא, וואס האט ער שוין געפסקנ'ט? גארנישט מיט נישט. געבליבן שטיל, געלאזט אלס אפן, און גיין זאל פנחחס פרידמן און מחדש זיין א טייטש דערין. נו נו, איך בין נישט קיין קלענערע חכם ווי אים, און איך האב מיין טייטש.
(איך הער אז ר' יצחק לאווי שרייבט די זעלבע אין זיין ארטיקל, אבער דאס האב איך נאך נישט געזען)

איך מוז אויך באטאנן אז די מאמר איז געשריבן געווארן אויף אן אופן אז שטילעהייט האט מען אפגע'ענטפערט די אלע מקוה טענות. די אלע 'פירכות' פון צווישן איין זאק און די צווייטע האט מען אוועק געשטופט, אן זיי צו דערמאנן בכלל. זייער גוט געטון‎.

איך האב אביסל פארציילט אין ביהמ"ד שבת נאכמיטאג, גיבט מיר איינער א פרעג, "מ'דארף קוקן די נעקסטע מאנאטן אויך. עס קען גאר זיין אז א חלק פון די טויטע האבן סייוויי געהאלטן ביים שטארבן א פאר מאנאטן שפעטער, און מ'האט זיי סך הכל געהרג'ט א פאר מאנאטן פריער'.
וואס ענטפערט מען צו אזא שטות? אאודאי וועט זיין ווייניגע טויטע אין די נעקסטע יאר, ווארום די חברה זענען שוין נישט דא צו שטארבן!

בקיצור, זייער גוט געפארשט, און זייער שיין געשריבן. אפילו מיין נישט אידיש ליינענדיגע חברים קענען קוקן די טשארטס און כאפן א בילד וואס דא טוט זיך.

(צו דער וואס האט געפרעגט, יא. לעיקווד גייט זיין עטוואס פארמאכט פורים. ד.ה. די גבירים מאכן נישט קיין פארטיס, די ישיבות גיין נישט ארום נאך געלט, און דער גרויסע במ"ג טיש פון ליל פורים גייט נישט פארקומן היי יאר. אוודאי גייט מען דאווענן נארמאל וכו', אבער עפעס א זכר לקאראנא גייט זיין. דער עולם דא איז נישט אזוי קעגן די וואקסינן אויך נישט, דער וואס קען, נעמט עס בדרך כלל.)
זונטאג פעברואר 21, 2021 5:44 pm#467305
אלעס אמת. איך טראכט נאר, וואלטן מענטשן געווען אזוי לייכטזיניג אויב עס וואלט אפעקטירט זייערע יונגע קינדער גאר שווער, און נישט דווקא די עלטערע דור?
מאנטאג פעברואר 22, 2021 10:51 am#467366
בת קול האט געשריבן:אלעס אמת. איך טראכט נאר, וואלטן מענטשן געווען אזוי לייכטזיניג אויב עס וואלט אפעקטירט זייערע יונגע קינדער גאר שווער, און נישט דווקא די עלטערע דור?

גענוי די נקודה מאכט איינע פון די פראפעסארן פון דער Great Barrington Declaration, אין איר אימעיל צו מיר, אויסדרוקנדיג איר שטוינונג אויף אונזער אויפפירונג. זע דעם ארטיקל אינעם וועקער.
מאנטאג פעברואר 22, 2021 1:51 pm#467382
איך האב געהאט געקלערט אז מ׳קען אפשר שטארקן די אנאליז דורכ׳ן רעכענען די סטענדערד דיוויעישאן [נאטירט אלס σ] פון די דורכשניט [עוורידזש] פאר׳ן ווירוס אויסברוך, וואס איז ארום 5 מתים ל״ע פּער וואך. והיינו, דאס גיבט אונז א מארדזשין פון בערך ווי ווייט די אלגעמיינע דאטא אינעם סעט זענען ווייט פונעם עוורידזש/מיִן. דאס ארבעט דורכ׳ן צום ערשט נעמען די וועריענס. דאס איז אז איך נעם די דיפערענס פון יעדעס וועליוּ אינעם דאטא סעט [אין אונזער פאל די צאל מתים פאר יעדע וואל] פונעם עוורידזש און דערנאך סקווער איך עס. דערנאך רעכען איך זיי אלע צאם און איך דיווייד דאס ביי איין ווייניגער ווי די צאל וועליוּס וואס איך האב - דאס איז די וועריענס דערפון פונעם דאטא סעט. ווען איך נעם דערנאך די סקווער-רוּט פון דעם נומער איז דאס די סטענדערד דיוויעישאן דערפון. די פראצעדור טוה איך סיי צו די חרדי׳שע פאפולאציע סיי די צאל טויטע פּער וואך פאר׳ן ווירוס אויסברוך און סיי די צאל טויטע פּער וואך בשעת׳ן וויירוס, ווי אויך טוה/נעם איך דאס פון די אלגעמיינע פאפולאציע פאר׳ן ווירוס אויסברוך און בשעת׳ן אויסברוך אין דעם זעלבן צייט אפשניט [די נומערן מיט די סטענדערד דיוויעישאן פונעם אלגעמיינעם פּאַפּולעישאן קען מען מסתם באקומען און איז עוועילעבּל צום פּאָבּליק]. די זעלבע זאך טוה איך צו די צוויי פאפולאציעס בשעת׳ן ווירוס.

יעצט, דערנאך קען איך מאכן א קאנפידענס/היפאטעזיע טעסט דערויף צו זעהן צו ס׳איז טאקע דא א סטאטיסטישע חילוק צווישן די צוויי פאפולאציעס. דאס ארבעט אז איך (למשל) שטעל אראפ אלס וואס ווערט גערופן דעם נול היפאטעזיע אז די חילוק אין ראטע צווישן די צוויי פאפולאציעס איז בעצם 0 און דאס זיך איך אפצוווארפן. אין אונזער פאל (פאר אן אָלטערנעט היפאטעזיע), וואו אונז האבן מיר צוויי פאפולאציעס וואס אונז ווילן קאמפּערן, מאך איך צום ערשט א סטענדערד עראָר פון די חילוק צווישן צוויי מיִנס/עוורידזשעס. דאס הייסט אז איך נעם די וועריענס פון די ערשטע דאטא סעט און איך דיווייד דאס ביי די צאל פונעם סעמפּל [אין אונזער פאל די טאטאל צאל פטירות], און איך טוה די זעלבע זאך צום צווייטן דאטא סעט, איך עדד זיי צאם, און דערנאך נעם איך די סקווער-רוּט פון עס. איינמאל איך האב די נומער נעם איך די חילוק צווישן די צוויי עוורידזשעס, איך נעם אוועק דערפון 0 און איך דיווייד דאס ביים אויבנדערמאנטן סטענדערד עראָר פון די חילוק צווישן צוויי מיִנס. דאס גייט מיר געבן דעם z-סקאָר דערפון.

א z-סקאָר מיינט וויפיל סטענדערד דיוויעישאנס א געגעבענע וועליוּ אינעם דאטא סעט איז ווייט פונעם עוורידזש. אין אונזער פאל מיינט דאס וויפיל די חילוק פון די עוורידזש וועליוּס וועט זיין ווייט פון די עוורידזש מיִן פון ביידע מיִנס; עס וועט זיין פאזיטיוו טאמער איז דאס מער פונעם עוורידזש און נעגאטיוו טאמער איז דאס ווייניגער. (עפ״י טשעבּישעוו׳ס טעארעם וועלן (ביי א נארמאלע דיסטריבּיוּשאן) 68% פון די וועליוּס זיין ביז 1 סטענדערד דיוויעישאן פונעם עוורידזש [34% צו די מער/פאזיטיוו זייט און 34% צו די ווייניגער/נעגאטיוו זייט], די איבעריגע 28% זיין ביז 2 סטענדערד דיוויעישאנס ווייט פונעם עוורידזש [אויך צוטיילט כנ״ל], און די איבעריגע ביז 3 און מער [אויך צוטיילט כנ״ל].) די z-סקאָר וואס מ׳באקומט קען מען דערנאך פארוואנדלען אין צו א פּראבּעבּיליטי אין די מעגליכקייט אז איך זאל טרעפן א וועליוּ וואס איז אזוי ווייט אפגערוקט פונעם עוורידזש - ווי גרעסער די z-סקאָר אלס קלענער די פּראבּעבּיליטי.

יעצט, ווען איך וויל אפווארפן א נול היפאטעזיע און אננעמען במקומה דעם אָלטערנעט היפאטעזיע זענען דא צוויי פארקערטע סארט טעותים וואס קענען צושטאנד קומען. דאס ערשטע איז א טייפּ 1 עראָר וואס באדייט אז איך ווארף אפ דעם נול היפאטעזיע ווען עס איז באמת נאך וואליד. די פּראַבּעבּיליטי וואס איך רעכען אז דאס זאל פאסירן פאר א געוויסע אנאליז ווערט נאטירט אלס׳ן גריכישן אלפא α [דעם קריטישן z-סקאָר]. דערנאך איז דא פארקערט א טייפּ 2 עראָר וואס איז ווען איך ווארף נישט אפ דעם נול היפאטעזיע און איך דארף עס באמת יא אפווארפן. די פּראַבּעבּיליטי אז דאס זאל פאסירן פאר א געוויסע אנאליז ווערט נאטירט אלס׳ן גריכישן בּיתא β. פאר א זעלבע סעמפּל צאל, ווי ווייניגער די וועליוּ פון α איז אלס מער איז די וועליוּ פון β. ווי גרעסער די צאל פונעם סעמפּל ווערט אלס ווייניגער ווערן ביידע צוזאמען. ביז אז מ׳האט די גאנצע פּאַפּוּלעישאן זענען ביידע 0.

די z-סקאָר וואס מ׳באקומט פונעם אויבנדערמאנטן חשבון אין אונזער פאל וועט אונז געבן דעם p-וועליוּ דערפון. דאס באדייט אז צום ווייניגסטענס דארף די פּראַבּעבּיליטי און קאנפידענס וואס איך געב דא פאר א טייפּ 1 עראָר, דעם α, זיין מער ווי דעם כדי אז איך זאל טאקע אפווארפן דעם נול היפאטעזיע.

מ׳קען מאכן די חשבון ביי אונז מיט א נול היפאטעזיע אנדערש ווי 0 [למשל טאמער רעכענט מען ראטעס און אונז מאכן דעם חשבון פון טויטע לעומת די פּאַפּולעישאן], מיינענדיג אז אונז ווילן אננעמען א העכערע נול היפאטעזיע און זאגן אז די חילוק צווישן די צוויי פּאפולעישאנס איז נאך מער ווי דעם. דעמאלטס אבער פארשטייט זיך וועט די z-סקאָר וואס מ׳באקומט דערפון זיין קלענער וממילא וועט מען באקומען א גרעסערע p-וועליוּ וואס באדייט אז כדי דאס אפצושלאגן דארף מען אויפגיבן און האבן נאך א גרעסערן α און פּראבּעבּיליטי אז מ׳קען טאקע באגיין א טייפּ 1 עראָר; אונז זע׳מיר ווייניגער קאנפידענט דערין.

‏(דא מאכט מען אן איין-טעילד טעסט וויבאלד די נול היפאטעזיע איז ל״ד אן איקוועל; עס קען מצידינו זיין ווייניגער אויך. אונזער אָלטערנעט היפאטעזיע איז נאר אז ס׳איז מער ווי דעם. אויב איז דאס יא א צוויי-טעילד טעסט, מיינענדיג אז עס איז אויך שייך צו זיין סטעטיסטיקעלי ווייניגער/צו די נעגאטיווע זייט פונעם עוורידזש איינס פונעם צווייטן, דעמאלטס צוטייל איך דעם α אין האלב; האלב פאר׳ן גרעסערן/פאזיטיוון זייט און האלב פאר׳ן קלענערן/נעגאטיוון זייט, מאכענדיג נאך שווערער אפצוווארפן דעם נול היפאטעזיע, ווייל די p-סקאָר איז דאך מער עלול צו זיין מער ווי דעם כנ״ל.)

צו מאכן דעם חשבון ביי אונז קען עס אבער האבן א שטיקל פראבלעם. והיינו אז די צוויי פּאפולעישאנס זענען נישט ממש אינדעפּענדענט: די חרדי׳שע פטירות ווערן אריינגערעכענט אין די אלגעמיינע טויטע פון די אלגעמיינע פּאַפּולעישאן.

אולי.

***

ובסתם געבט די גאנצע קאנטראווערסיע א נייעם באדייט צו פּאַסקאַל׳ס מימרא:
‏All of humanity's problems stem from man's inability to sit quietly in a room alone
דינסטאג מערץ 02, 2021 2:11 pm#467780
א פאר זאכן וואס שטייט אינעם ארטיקל זענען פשוט זאכן ארויס פון קאנטעקטס אזוי ווי טאטע שיק מיר הויזן און ס'איז נישט ריכטיג איין דוגמא ער שרייבט א ראיה אז יעדער האט געשריגן " אז יעדער האט עס שוין געהאט" שרייבט ער אז הרב האראוויטץ האט געשריבן אויף זיין סטעטוס אז יעדער האט עס שוין . דאס איז נישט ריכטיג הרב האראוויטץ האט נישט געוואלט ארויסברענגען אז יעדער האט עס שוין ממילה דארף מען זיך נישט וואטשן ער האט געמיינט צו זאגן אז יעדער האט עס שוין סא נישט ער האט עס אנגעברענגט נאר מען האט עס שוין ווייל סדרייט זיך שוין ארים איבעראל און ס'איז געווען אמת
דינסטאג מערץ 02, 2021 3:35 pm#467793
יא, אבער זיי זענען אויפגלעקערטע חברה און טיפע מאטעמאטיקער און ווער זענען אונז צו קענען בכלל קריטיקירן דער מייסטער ארבעט ַ
דינסטאג מערץ 02, 2021 4:02 pm#467799
איך האב א אינטערסאנטע קשיא אויף די ארטיקל,
די גאנצע ארטיקל איז געבויעט אויף דער איד, וואס זיי האבן באריכטעט מער טויטע, אפשר איז דא א סיבה וואס האט געמאכט אז ס'זאל צוקומען מער באריכטן, ווי למשל אז זיי האבן אפגעמאכט צו פארגרעסערן די קריטעריע ווער ס'הייסט א היימישער, אדער זיי האבן אויפגענומען נאך א שרייבער וואס זאל מער נאכגיין די נייעס איבער די אלוועלטליכע חרדישע וועלט האט עס אוטאמאטיש געהויבן די סכום באשריבענע, והא ראיה אז ס'איז דא אזא מעגליכקייט איז, אז בעפאר קורונא זעהט מען א לייכטע העכערונג פון א יאר בעפאר, (ס'איז לאו דווקא א ראיה ווייל ס'איז א יאר שפעטער, אבער מעגליך איז עס), וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז ס'איז אפשר דא נאך זאכן וואס מ'דארף רעכענען.
מיטוואך מערץ 03, 2021 1:29 am#467849
בת קול האט געשריבן:אין ספירה ווען עס זענען נישט געווען קיין חתונות

א געווענליכע טאג אין בהמ"ד קימט פאר וואס קימט פאר ביי א חתונה, מער ווייניגער

בת קול האט געשריבן:אין די זוממער ווען די קינדער זענען געווען אין קעמפ זענען די טויפעלער ביי אונז דראסטיש געפאלן. זענען מיר פלוצלינג געווארן געזונטער די פאר וואכן?

זעט מען דאך קלאר אז די קינדער זענען די הויפט פארשפרייטערס פין די ווייראס!!!

און דאך האט קאמא געוואלט האלטן פארשפארט אינזער קעמפס
מיטוואך מערץ 03, 2021 6:16 am#467852
איך האב געזעהן אויף טוויטער האט איינער געשריבן א אינטערסאנטע טענה, אז די חרדישע עולם יאגט זיך חתונה צו מאכן פאר פסח אפילו ס’קען זיין א סכנה, היות מ’קען נישט חתונה מאכן נאך פסח, ווייל צוויי טויזענט יאר צוריק איז געווען א מגיפה.
מיטוואך מערץ 03, 2021 10:49 am#467857
תרמב האט געשריבן:איך האב א אינטערסאנטע קשיא אויף די ארטיקל,
די גאנצע ארטיקל איז געבויעט אויף דער איד, וואס זיי האבן באריכטעט מער טויטע, אפשר איז דא א סיבה וואס האט געמאכט אז ס'זאל צוקומען מער באריכטן, ווי למשל אז זיי האבן אפגעמאכט צו פארגרעסערן די קריטעריע ווער ס'הייסט א היימישער, אדער זיי האבן אויפגענומען נאך א שרייבער וואס זאל מער נאכגיין די נייעס איבער די אלוועלטליכע חרדישע וועלט האט עס אוטאמאטיש געהויבן די סכום באשריבענע, והא ראיה אז ס'איז דא אזא מעגליכקייט איז, אז בעפאר קורונא זעהט מען א לייכטע העכערונג פון א יאר בעפאר, (ס'איז לאו דווקא א ראיה ווייל ס'איז א יאר שפעטער, אבער מעגליך איז עס), וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז ס'איז אפשר דא נאך זאכן וואס מ'דארף רעכענען.

גוטע הערה. דער ענטפער אויף דעם איז:

א. דער ארטיקל ווייזט אז די דעמאגראפיק פון די היימישע טויטפעלער אין 'דער איד' האט זיך נישט געטוישט בשעת דער מגיפה. דאס ווייזט אז דער איד האט זיך נישט פלוצלינג גענומען באריכטן מער טויטע פון פלעטבוש אדער שיקאגא.

ב. די היימישע טרענדס לויפן נאך די אלגעמיינע ניו-יארקער טרענדס. ווען עס גייט ארויף אין ניו יארק גייט עס ביי אונז אויך ארויף. ווען עס גייט אראפ, גייט עס ביי אונז אויך אראפ. נאר ווען עס גייט ארויף, גייט עס ביי אונז ארויף אסאך אסאך ערגער.

ג. די לעצטע פאר וואכן, ווען טויטע האבן זיך היבש בארואיגט, זענען די ציפערן אראפ כמעט צום שטאפל פון פאר דער מגיפה.
מיטוואך מערץ 03, 2021 1:58 pm#467869
בת קול האט געשריבן:אין ספירה ווען עס זענען נישט געווען קיין חתונות און אין די זוממער ווען די קינדער זענען געווען אין קעמפ זענען די טויפעלער ביי אונז דראסטיש געפאלן. זענען מיר פלוצלינג געווארן געזונטער די פאר וואכן?

פשוטע ליגנט.

די ערשטע כוואליע - פון נייע קעיסעס - האט זיך אויפגעהערט פסח, נישט ספירה. דורכאויס פסח איז די נאמבער פון נייע פעלער און נייע שפיטאליזאציעס געווען גאר נידריג. עס איז געבליבן אזוי ביז חודש תמוז.

צווייטע ליגנט: די צווייטע כוואליע האט זיך אנגעהויבן זומער, ווי נאר די קינדער זענען געפארן אין קעפ. (איך געדענק ווייל מיינס א נאנטע קרוב האט זיך דעמאלטס צוריק איינגעשפארט) און ס'האט זיך דראסטיש פארמערט דורכאויס צווייטע העלפט זומער, ווען ס'איז נישטא קיין חתונות און קינדער זענען געווען אין קעמפ.

טויטפעלער הייבן זיך אן נאך א כוואליע פון נייע קעיסעס, און ענדיגן זיך נאך די כוואליע ענדיגט זיך.

די ערשטע טויטפעלער כוואליע האט זיך געענדיגט אנהייב אייר, נאך אפאר וואכן פון גאר ווייניג נייע קעיסעס.

די צווייטע כוואליע פון טויטע האט זיך אנגעהויבן תשרי, אפאר וואכן פון די אנהייב פון צווייטן כוואליע, פון צווייטע העלפט זומער. תשרי האט זיך געעפנט די אשכול פון חתם סופר, איבער נפטרים פון צווייטן כוואליע.
מיטוואך מערץ 03, 2021 2:35 pm#467873
מפיל קינד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:אין ספירה ווען עס זענען נישט געווען קיין חתונות און אין די זוממער ווען די קינדער זענען געווען אין קעמפ זענען די טויפעלער ביי אונז דראסטיש געפאלן. זענען מיר פלוצלינג געווארן געזונטער די פאר וואכן?

פשוטע ליגנט.

די ערשטע כוואליע - פון נייע קעיסעס - האט זיך אויפגעהערט פסח, נישט ספירה. דורכאויס פסח איז די נאמבער פון נייע פעלער און נייע שפיטאליזאציעס געווען גאר נידריג. עס איז געבליבן אזוי ביז חודש תמוז.

צווייטע ליגנט: די צווייטע כוואליע האט זיך אנגעהויבן זומער, ווי נאר די קינדער זענען געפארן אין קעפ. (איך געדענק ווייל מיינס א נאנטע קרוב האט זיך דעמאלטס צוריק איינגעשפארט) און ס'האט זיך דראסטיש פארמערט דורכאויס צווייטע העלפט זומער, ווען ס'איז נישטא קיין חתונות און קינדער זענען געווען אין קעמפ.

טויטפעלער הייבן זיך אן נאך א כוואליע פון נייע קעיסעס, און ענדיגן זיך נאך די כוואליע ענדיגט זיך.

די ערשטע טויטפעלער כוואליע האט זיך געענדיגט אנהייב אייר, נאך אפאר וואכן פון גאר ווייניג נייע קעיסעס.

די צווייטע כוואליע פון טויטע האט זיך אנגעהויבן תשרי, אפאר וואכן פון די אנהייב פון צווייטן כוואליע, פון צווייטע העלפט זומער. תשרי האט זיך געעפנט די אשכול פון חתם סופר, איבער נפטרים פון צווייטן כוואליע.


זעהט אויס דו וואוינסט אויף אן אנדערע פלענעט ווי מיר.
פסח האבן עס געהאט רוב מענטשן וואס איך קען.
זוממער האב איך נישט געהערט פון קיין איין פאל ביז שמואלי אונגאר איז צוריק געקומען פון א רייזע.
אלול ווען די קינדער זענען אהיים געקומען און מענטשן זענען צוריק געקומען פון טרעוועל וואקאציע האב איך געהערט פון נאך אסאך פעלער.
מיטוואך מערץ 03, 2021 2:45 pm#467874
פסח איז נאך געווען אסאך קראנקע און אסאך טויטע, אבער גאר ווייניג נייע פעלער.

אנהייב זומער האט מען געבלעימט די אידן וואס זענען געקומען פון פלארידע און משולחים פון ארץ ישראל אז זיי האבן געברענגט א שטיקל אויפשטייג.

צווייטע העלפט זומער - חודש אב - איז געווען א שטארקע אויפשטייג, דער אנהייב פון די צווייטע כוואליע.

מען האט געבלעימט א חתונה ווי ס'געקומען אסאך געסט פון באלטימאר. געדענקסט טאקע נישט? מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז א גאנצע קאנטרי האט זיך געפאקט פעק און אהיים צוליב גאר אסאך קעיסעס.

איך האב משפחה קרובים וואס זענען געווארן אנגעשטעקט זומער, חצי אב, בשעת די קינדער זענען געווען אין קעמפ.
פרייטאג מערץ 05, 2021 2:17 pm#468035
Re: "וַתְּהִי הַמַּגֵּפָה בַּעֲדַת ה'" - וועקער 18
זעהט אויס אז די דעפארטמענט פון עדיוקאציע איז מחולק מיט'ן וועקערבילד
פרייטאג מערץ 05, 2021 2:21 pm#468036
אנבעליוויבעל ארטיקל! נישט נארמאל גוט! איך וועל ענק זאגן דעם אמת, ווען איך האב געזען די מעין ארטיקל רעדט זיך פון קאוויד בין איך נישט געווען אזוי פרייליך, אבער איך האב גארנישט געשריבן דא פארן ליינען די ארטיקל ווייל איך האב געוואוסט דער וועקער איז ווערט די בענעפיט אויף די דאוט, און זיי האבן נישט אנטוישט.

די געדאנק וויאזוי צו טרעפן די ציפערן איז גאר שעפעריש, איך שטעל מיר פאר די ארבעט איז נישט געווען גרינג און פארלאנגט א סאך געדולד, אבער עס איז ווערט בלי שום ספק. עס גאר געשמאק אראפגעלייגט, און די טשארטס און דאטא זענען אהערגעשטעלט פראפעסיאנאל.

די ארטיקל איז געשריבן קלאר, און איז מחלק צווישן דקות'דיגע נואנסען. למשל די ארטיקל ברענגט ארויס דעם פאקט אז פאריאר פורים האט שוין יעדער געוואוסט די מצב, און יעדע אחריות'דיגער מענטש וואלט געדארפט טון וואס מעגליך צו אפהיטן זיך און אנדערע. דאך איז נאך הארבער ווען די רעגולאציעס זענען שוין געווען אין פלאץ, און מען האט שוין נישט געדארפט אליין פארשטיין, נאר פשוט פאלגן וואס די מומחים זאגן.

די זייף איז א טראגי-קאמישער בילד... איך וויל נאר זאגן אז איך פערזענליך זייף מיר אפט אינדערהיים, אבער נישט און ביהמ"ד, איך ווייס נישט פונקטלעך פארוואס, עפעס אן עקל האב איך פאר די אלע סערוויסעס אין ביהמ"ד... קען זיין עס איז דא נאך אידן ווי מיר. (אז איך טו אזוי מיינט בכלל נישט עס איז ריכטיג).


איך וויל מיר באציען צו די "פארוואס?". צו האפן פאר עפעס א טויש צו פאסירן, מוז מען פארשטיין פארוואס אונזער געזעלשאפט פירט זיך אזוי אויף. די ארטיקל שרייבט עטליכע גוטע נקודות, איך וויל נאר מוסיף זיין. איך האלט אז דער אמת איז א קאמבינאציע פון אסאך סיבות צוזאמען.

דאס וואס איר שרייבט נאמבער 5, נישט זיין רגיל צו פארשטיין סטאטיסטיקס, דאס איז אויך מסביר פארוואס עס איז געווארן אזוי שטארק אנגענומען אין די קאמיוניטי אז "יעדער האט עס שוין געהאט" נאך אזוי פרי ווי פאריאר ניסן. למשל אויב 25 פראצענט האבן עס באמת דעמטלטס געהאט, מיינט עס אז וואו מען גייט און שטייט האבן עס מענטשן געהאט, יעדער האט געהאט נאנטע חברים און משפחה מיט די וויירוס, פון דעם קען גאר גרינג ארויסקומען דער געפיל "יעדער האט עס שוין".

ביי אונז איז דא זייער שטארק דעם געפיל פון זיין דעם עם הנבחר, אסאך גוים ווילן טון גוטע מעשים, אבער עס קומט נישט צו צו די מצוות און מעשים טובים וואס אונז טוען. אסאך גוים מאכן זיך א ציל און לעבן צו טון דאס אדער יענס, אבער עס קומט נישט צו צום הייליגען ציל פארוואס אונז זענען דא אויף די וועלטעל. דאס איז גורם אז אונז זאלן שפירן אז דער לעבן מוז אנגיין ווייטער יהי' מה שיהי'. עס ווערט אביסל דערמאנט אין נאמבער 12, און דאס גייט אויך צוזאמען מיט די נקודה פון שווארץ און ווייס, איינמאל מען האט שוין מחליט געווען אז מען קען נישט טון די פעולות וואס וועלן שטערן די לעבן פון אנגיין, דארף מען שוין גארנישט טון.

אויך בין איך שטארק מסכים מיט וויאזוי @ליטוואק האט מסביר געווען די ענין פון מנהיגים, ליידער זענען זיי פשוט נישט געוואוינט צו מאכן קיין עכטע החלטות. יעדער פארט מיט מיט זייער באן, און זיי לאזן די באן פארן פון זיך אליין.

עס ווערט נאר דערמאנט די ענין פון אמונה לגבי אמונות טפילות, אבער עס איז אויך דא דער ענין פון אמונה אז נישט אלעס איז אין מיין קאנטראל. איך דארף טון וואס איז ריכטיג, און דער באשעפער וועט שוין טון דאס זייניגע. עס איז קלאר א ריכטיגע נקודה, פארשטייט זיך די שאלה איז אייביג וואס איז די חלק וואס איך דארף יא טון.


איך וויל מיר נאכאמאל באדאנקען פאר די גאר אינהאלטסרייכע ארטיקל, עס איז געווען א געשמאק צו ליינען, דאס האב איך געליינט די ערשטע. אגב, ווער זענען די 3 שרייבער? איך וויל אויפזוכן זייער תגובות און געבן לייקס.
פרייטאג מערץ 05, 2021 2:38 pm#468037
איינע פון די 3 שרייבערס איז ארויסגעשריבן מיטן נאמען העניך, און מ’קען גלייך כאפן פון זיינע תגובות דא אז ער האט געארבעט אויף די ארטיקל.
פרייטאג מערץ 05, 2021 3:27 pm#468041
.
מוצ"ש מערץ 06, 2021 11:29 pm#468055
א''י
זונטאג מערץ 07, 2021 9:31 pm#468152
מיר פערזענליך האט געבאדערט די (אמת'ע אבער) שפיזיגע פיילן דירעקטירט צו אונזער ציבור. ווי למשל (נישט ווארט פאר ווארט) "א ציבור וואס איז מקפיד אויף געשיר וואס האט אנגערירט א נאסע מצה פאר א ספק ספיקא אז א פייער פון הימל האט אפגעבאקן בדרך נס די מעל" און נאך אנדערע .

מ'מעג מוסר'ן, אבער דאס שיינט מיר אגענדע געטריבן,ַַ ס'איז קיינמאל נישט הילפבאר צו שטעכן סארקאסטיש ווי ס'טוט וויי. די שרייבער וואלטן געמעגט אננעמען א מער צוגעלאזענער טאון.
מאנטאג מערץ 08, 2021 9:48 am#468184
אויף דער בקשה פון פילע לייענער וועלן מיר בע"ה אין די קומענדיגע מינוטן אַרויפשטעלן אויף אונזער טעלעגראַם טשענעל דעם גאַנצן אַרטיקל וואו איר וועט קענען לייענען וואָס די גרויסע עקספּערטן פונעם 'גרעיט בערינגטאָן דעקלערעישאן' האָבן געזאָגט פאַר'ן וועקער – כדי צו קענען שיקן ווייטער די וויכטיגע אינפאָרמאַציע צו קרובים און פריינט.

לינק פאר'ן טשענעל:
m https://t.me/derveker m
מאנטאג מערץ 15, 2021 3:42 am#468537
איך בין איבערגעגאנגען דעם ארטיקל, און ווי ס'זעהט מיר אויס זענען די נומערן אביסל גרייזיג.
קודם כל ענק שרייבן אז "ביים הויכפונקט פון דער מגיפה זענען אין ניו יארק געשטארבן 214 פראצענט מער מענטשן ווי געווענליך" דאס באדייט בפשטות אז די איבעריגע טויטפעלער האבן באטראפן די סכום פון 214 פראצענט פון די ערווארטעטע טויטפעלער, דהיינו חוץ פון די נארמאלע ערווארטעטע טויטפעלער. און נאכדעם שרייבן ענק אז "די ערגסטע וואך פון דער ערשטער כוואליע איז געווען אום פסח, ווען אין ניו יארק זענען באריכטעט געווארן 12,523 טויטפעלער, ארום זעקס טויזנט מער ווי ערווארטעט" וואס לפי"ז מיינט עס אז ס'איז נאר ארויף מיט 100 פראצענט, דהיינו אז 6,000 פון די 12,000 זענען געווען איבריג, מיינט עס אז ס'איז געווען ערווארטעט 6,000 און ס'איז צוגעקומען איבריגע 6,000 וואס דאס איז 100 פראצענט איבריגע טויטפעלער. אבער נאכדעם שרייבן ענק אז "וואלט ווען דער ניו יארק אויפשטייג אין טויטפעלער געלאפן לויט דעם זעלבן פראצענט ווי אין דער היימישער גאס וואלט דער נומער געווען א שטוינענדער דרייסיג טויזנט טויטפעלער אין בלויז איין וואך" און ווי ענק שרייבן פריער איז די נומער ביי אונז געווען 1100 פראצענט מער ביים הויכפונקט, לויט דעם אויב וואלט ווען געווען ערווארטעט 6,000 טויטפעלער, וואלט די נומער געדארפט זיין ביי זיבעציג טויזנט אויב זאל עס ווען ארויפגיין מיט 1100 פראצענט, נישט דרייסיג טויזנט. אבער ווי ענק שרייבן אליין נאכדעם "נעמט עס געווענליך צוויי א האלב חדשים אנצוקומען צו דעם נומער" דהיינו 10 וואכן פאר 30,000 טויטפעלער, דאס מיינט אז יעדער וואך איז ערווארטעט 3,000 און נישט 6,000 און ממילא אויב וואלט עס ארויף מיט 1100 פראצענט וועלט עס טאקע געהאלטן ביי 30,000 (אויך נישט פונקטלעך נאר 36,000) אבער לפי"ז מיינט עס אז אויב ס'איז געווען 12,523 טויטפעלער, זענען געווען איבער 9,000 טויטפעלער מער ווי ערווארטעט נישט 6,000 און ס'זענען געשטארבן איבער 300 פראצענט מער מענטשן ווי געווענליך, נישט 214 פראצענט.

האב איך נאכגעקוקט די דאטע פון די CDC און ווי איך זע איז די זאך נישט אזוי פשוט. די CDC משום איזה סיבה שיהיה, רעכענט די נומערן פון ניו יארק סיטי, און די נומערן פון די איבריגע חלק סטעיט (דהיינו חוץ די סיטי) עקסטער. (משא"כ אלע אנדערע סטעיטס וואס זיי רעכענען די גאנצע סטעיט) אבער ווי ס'זעהט מיר אויס האט די ארטיקל יא גערעכנט די נומערן פון די גאנצע סטעיט צוזאמען (קען זיין די CDC פלעגט בעבר יא רעכענען די נומערן פון גאנץ ניו יארק צוזאמען) ווייל ביים הויכפונקט זענען געווען און די סיטי אלעס צוזאמען 7,861 טויטפעלער, און אין די איבריגע חלק סטעיט 4,666 טויטפעלער, וואס צוזאמען באטרעפן זיי טאקע 12,527 טויטפעלער, כמעט אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אונעם וועקער 12,523 (קען זיין די CDC האט אפדעיטיט די נומערן מיט דע משהו) אבער בנוגע איבריגע טויטפעלער קומט אויס, לויט זייער דאטע אז ס'איז געווען ערווארטעט 3018 טויטפעלער אין די גאנצע סטעיט פאר יענער וואך, איז צוגעקומען 9,509 טויטפעלער נישט 6,000 ווי געשריבען אין וועקער. און דאס מיינט אז ס'זענען געשטארבן מיט 315 פראצענט מער מענטשן ווי ערווארטעט, נישט 215 ווי געשריבן אין וועקער.

אבער דער עיקר נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז לדעתי איז בכלל א טעות צו קוקען אויף די נומערן פון די גאנצע סטעיט און דאס צושטעלן צו די נומערן פון די היימישע עולם. ווייל אונז זעמער בעיקר קאנצענטרירט און די סיטי, ווי ענק שרייבן אליין אונעם ארטיקל, קאנצענטרירט זיך דער איד מער ווייניגער אויף בארא פארק און וויליאמסבורג. און אפילו די פון אפסטעיט זענען גאר נאנט פארבינדען מיט די עולם אין די סיטי. און קוקענדיג אויף די נומערן פון די סיטי אליין שטעלט זיך ארויס גאר אן אנדערע בילד, אז ביים הויכפונקט פונעם ווירוס דהיינו די וואך פון אנפאנג פסח, זענען געווען 7,861 טויטפעלער, וואס לויט די די דאטע פון די CDC אז ס'איז געווען ערווארטעט 1,052 טויטפעלער, איז דאס 6,809 איבריגע טויטפעלער, וואס דאס איז א שוידערליכער 646.9 פראצענט מער טויטפעלער פאר יענער וואך. לויט דעם קומט אויס אז די היימישע נומערן זענען נישט אזויפיל ערגער, כאטש ס'איז נאכאלץ לכאו' אינדערויסען פון די מארזשין אף עראר, איז עס נישט אזוי שרעקליך אפגעריקט, און מ'קען עס נאך פארענטפערן באיזה אופן שיהיה.
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 8:58 am#469443
משפחה מעגעזין
פרייטאג אפריל 09, 2021 10:17 am#469569
די פרעזטיזשפולע מאגאזין "די אטלאנטיק"
פרייטאג אפריל 09, 2021 11:59 am#469573
ראובן האט עס געמאכט!!
פרייטאג אפריל 09, 2021 3:44 pm#469589
ולא יאמר עוד שמו ראובן כי אם אבטולמוס שמו.

והמכנה שם לחבירו...