berlbalaguleh
אבשלום בן מעכה: איך האלט אז דו האסט א טעות איבער דעם גאנצן קאנסעפט. ערשטנס. וואס ס'שטייט אין ברית החדשה איז (עפ"י רוב) געגנב'עט פון אידישע מקורות. נאר זיי האבן עס א ביסל פארדרייט. צווייטנס. ואין בודקין מן המזבח ולמעלה. ס'איז נישט דא אפילו קיין צל של ספק אדער א הווה אמינא אז די חכמי התלמוד האבן עפעס געגנב'עט פון גוי'אישע מקורות. דאס יא. ווען ס'שטייט אין די גמ'..."היינו דאמרי אינשי"...אדער ..."פוק חזי מאי דבר עמא"... קען דאס מיינען די אלעגמיינע, גוי'אישע באפעלקערונג אויך...!
די גאנצע נוסח ברית חדשה גנב'ט קריסטען גנב'ן און פארדרייען איז לענ"ד א טעות, דהיינו ווי ווייט איך פאשטיי האבן די קריסטן קיינמאל נישט געזאגט אז זיי זיינען פון אייביג אהן געווען די זאך, אונז זעמיר די מענטשן און די יודן גנב'ן פון אונז, נאר אדרבא זיי ווייסען און זאגען גאנץ קלאר אז די יודען זיינען געוען די זאך און אדרבא זיי בויען זיך אויף די תורה נביאים וכתובים און אפי' פארשידענע תנאים זענען זיי אויך מחשיב (ובתוכם הלל הזקן, וואס פארדעם זעה איך נישט קיין סיבה זיי זאלן וועלן אוועקגנבנן א מעשה פון אים ווייל הלל איז מאיזה סיבה אויף זייער ווייטליסט ווי מ'רופט עס, זיי האבן אפי' עפעס א מעשה מיט יוזל אלס קינד וכו וזה תשובה למה שכתבת למעלה שגנבו מעשה מהלל)
לפי זה זעה איך נישט קיין סיבה זיי זאלן דארפן "גנב'ן", און מ'זאל זיי בטיטלען "גנבים", אדרבא זיי "נעמען" און זאגן קלאר אז זיי "נעמען" וממילא קומט נישט אריין די אלע קולות מ"גנבט"... פארדרייט... קיינער "גנבט" נישט "מ'נעמט" און מ'גיט קרעדיט און מ'גייט ווייטער, זיי האבן אן א שיעור מעשיות וואס זיי צייכענן צי אונזערע מקורות (וואס פארקערט האב איך נאך קיינמאל נישט געזען ביז דא און קאווע שטיבל...)
(אויב עפעס קען איך עפעס א אנדערע רעליגיע וואס איז פארנומען טאג און נאכט, ווי אר די פיפעל, אלע גנב'ן פון אונז אא"וו וד"ל)
און די אמת איז ס'לייגט זי די מערסטע אויפן שכל ווי
@רביה"ק האט פריער דערמאנט
רביה''ק זי''עבאמת זענען דא אסאך פאראלעלן וואס מ׳קען ציען צווישן די וועלט פון חז״ל און די ברית החדשה, איך מיין אז צו רוב חידושים פון יאשקע וואס שטייט נישט פריער קען מען טרעפן א פאראלעל אין גמרא. די שאלה בלייבט נאר צו די געדאנקען זענען אריגינעל יאשקע׳ס חידושים צו די געדאנקען זענען אלטע וואס צירקולירן ביי אידן שוין פון פאר יאשקע און ביידע האבן עס גענומען פונעם זעלבן פלאץ.
בנוגע חסידות: האט מיר א גלח געזאגט אז יארן צוריק האט ער געזען א ביכל סיפורים און ווערטער פון חסידים ער האט עס דורכגעליינט, זאגט ער מיר בזה"ל: איך האב נישט געזען קיין איין איינציג ווארט וואס זאל זיין א סתירה צו מיין רעליגיע...