דינסטאג אוגוסט 31, 2021 10:14 pm#480927
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
דער גאלדענער אדלערדיסקלעימר; איך האב קיינמאל נישט געהאנדעלט מיט דעם רב פינטו, נאר כ'רעד בדרך כלל@אינטערסאנטער
די סיבה פארוואס ס'הייסט א סקעם אין אזא פאל, איז פשוט, ווען איינער פארשטעלט זיך אין א רעבישע/באבא/חאכאם סטייל און נעמט אריין גאט מיט זיך הינטער זיין בעקישע/פראק/פעפעטע הויזן וכדומה, און טוט עס אויף סיי וועלכע אויפן, צו דורך געבן עצות צו ריפערעלס, צו בכל אופן שהוא, און פארקנייטשט זיך די מוח און מאכט הוויית, און ער פארקויפט זיך פאר א גרויסער בעל מדריגה/ מקובל אדער סתם בנש"ק.
בקיצור ער מאכט זיינע קרבנות מאכן טראכטן כאילו מ'האנדעלט דא מיט עפעס העכערס, איז דאס הונדערט פראצענט א סקעם! דער סקעם רופט זיך תמים תהי' עם ד' אלוקיך, און רוב מאל איז עס נישט דעם עושר'ס שולד אז ער האט נישט געמאכט די ריכטיגע ריסערטש, ווייל רוב מענטשן זענען נעבעך איינגערעדט אין אזאנע געשעפטן, נאר די וואס האבן זיך שוין אפגעבריט פון פריער שטייען אוועק דערפון.
גלייב מיר איך ווייס וואס איך רעדט!
אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן!!!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk