Under maintenance
הויפט זייט » שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14598
דאנערשטאג מאי 06, 2021 1:16 am#472551
די עונג שבת קומט נאך ארויס?
דאנערשטאג מאי 06, 2021 7:25 am#472558
און איך האלט אז דורך מתפלל זיין אין מירון אין זכות פין אזא גרויסע צדיק טו איך א גרעסערע טובה פאר מיר אין כלל ישראל ווי זיי דורך וואוינען דארט.
דאנערשטאג מאי 06, 2021 7:59 am#472561
100% גערעכט.

דא אין שטיבעל איז זייער אינטערסאנט,

די מתנחלים/ פאליציי/ מזרחי/ און אלע פארטייען (וואס איך האב ליב זיי און זייער מיינונג) מעגן טון וואס זיי ווילן און *האלטן* וויאזוי עס געפעלט זיי,

אבער תו"א רבי טאר נישט האלטן אז יעצט איז בעסער ער זאל בלייבן אין צפת, מהר"א און די אנדערע טארן נישט האלטן אז לתועלת הציבור און ע"פ הלכה דארף מען יא מאכן א הדלקה,

בכלל ביי אפאר ניקים האט נאך מהר"א קיינמאל נישט געטון א גוטע/גערעכטע זאך, ער וואלט געדארפט זיך איינשרייבן דא (אפשר איז ער) און זען וואס די מיינונג פון די שרייבערס איז נאכצוטון,
דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:15 am#472564
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער..........................................

פארוואס דארף ר' אהרן א ניק, ווען ער האט גענוג און נאך וואס טון זיין ארבעט פאר אים?
דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:52 am#472567
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ע"פ הלכה דארף מען יא מאכן א הדלקה
וואט דע העלל איז ראנג מיט דיר?
דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:56 am#472568
החסיד מווילנא, דו וועסט באמערקן א אינטערסאנטע זאך אז דו וועסט קוקן, רוב פון די וואס קריטיקירן די רביס וכדומה קריטיקירן יעדן איינעם ווען סקומט זיך, אפילו אויף די וואס זיי קוקן ארויף, אבער די אלע וואס זענען דא מיט אגענדעס זיך אנצונעמען פאר געוויסע, וועלן נישט קענען הערן קיין שום קריטיק אויף זיי, אפילו די עוולה אדער היפאקריטסווע שרייעט עד לב השמים, סאיז אלץ דא אויסנאמען, אבער אזוי איז עס בערך, דוק ותשכח.
דאנערשטאג מאי 06, 2021 3:28 pm#472597
איך האב יעצט געענדיגט א ביסל דורכליינען אין דעם אוצר אפטיילונג פון דער בלאט די דברי תוכחה וחיזוק פון רבנים און אדמורי"ם נאכפאלגנדיג די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון ביים ציון הרשב"י.

אלע רבנים, אריינגערעכנט הרה"ג ר' מענדל טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאר, וויליאמסבורג האבן געזאגט זייער שיינע דרשות. און שטארק מעורר געווען דעם עולם צו תיקון המעשים. סי בין אדם למקום. און סיי בין אדם לחבירו.

אט די אלע רבנים האבן צוגעגעבן אז אונז זעמיר נישט אין הימל און אונז האמיר נישט קיין בעלי רוח הקודש אין דעם דור. וועלכע זאללן קענען אנווייזן פונקטליך ..."על מה עשה ה' ככה"...!

אויסער 2 פאבליק פערזענליכקייטן. איין רב פון א קהילה. און איין אדמו"ר. ה"ה. וויזשניצער רבי פון מאנסי און ווינער רב...!

צוערשט וויזשניצער רבי: ער האט געזאגט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליעב דעם חטא וואס מ'(ר' אליעזר נייהויז וסייעתו הי"ו) האט ארויפגעלייגט אויפ'ן אינטערנעט איינס אדער עטליכע פון די ..."אונטער'ן"... שפיעלן. ער רעכנט דערביי אויס וויפיל חטאים דאס האט גורם געווען...!

דער צווייטער בעל מימרא. ווינער רב שליט"א: ער ווייסט גאנץ זיכער אז די טראגעדיע איז געקומען איבער די טמא'נע כלים. אויך די ..."פריצות'דיגע" סטייל פון די ..."לעיס טאפ"... שייטלעך...!

ספעציעל הר"ר מנחם מענדל טייטלבוים, האט , אזוי ווי זיין טאטע כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א ארויסגעהויבן די שלעכטע זייט פון די אלע פארשידענע וואטסעפפ גרופס. וואו מ'איז עובר אויף די הארבסטע עבירות פון לשון הרע , רכילות און מ'איז גורם הלבנת פנים פאר א סאך יחידים און משפחות. ער האט צוגעגעבן אז כאטש מיר ווייסן נישט פארוואס די טראגעדיע איז געקומען. אבער די זאכן דארפן זיכער א תיקון...!

אבער די 2 אויבנדערמאנטע רבנים (אדמו"ר מ'וויזשניץ-מאנסי ואדמו"ר מ'וויען שליט"א) האבן זיך נישט געקענט ארויסהייבן פון די געוויינליכע, איבערגעקייעטע פוסטע שטותים והבלים מיט וואס זיי פארברענגען א גאנץ יאר. אפילו נישט אין אזא ערנסטן זמן ווי יעצט. וואס דער עולם זוכט א ביסל דברי חיזוק. זיי ווייסן גאנץ זיכער על מה עשה ה' ככה...!

אויפ'ן אדמו"ר מ' וויען שליט"א (אזוי ווי זיינע חסידים האבן אים ליעב אנצורופן) פרעג איך נישט קיין קשיות. ער האט אייביג ליעב צו זיין ..."פאליטיקלי קארעקט"... אזוי צו זאגן. ער ווילל אין א יעדן מצב ארויסקומען אלס דער גרעסטער און גלעצענדסטער קנאי. אויך ווען הרב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן, און ער האט געהאלטן זיין יערליכע ז' אדר דרשה וואו ער האט דערמאנט אלע צדיקים וועלכע זענען נפטר געווארן אין דעם יאר. האט ער בכיוון אויסגעלאזט הרב שטיינמאן. פארוואס?! ווייל ער האט געוואלט געפעללן פאר די קנאים אין סאטמאר. און די נטורי קרתא...!

אבער דער אדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי האטציך שטארק באנארישט. און ר'האט פארלוירן דעם רעספעקט און חשיבות ביים עולם...! מיט זיינע נארישע דיבורים אין אזא ערנסטן זמן...!
דאנערשטאג מאי 06, 2021 3:32 pm#472598
איך געדענק אז הרב עובדי' האט ער יא מספיד געווען
דאנערשטאג מאי 06, 2021 3:41 pm#472599
קומט איהם א יישר כח (אדער א קוש אין פיסקל. ווי מ'האט געזאגט ביי אונז.). הרב עובדי יוסף איז נישט געווען אריינגעמישט אין אזויפיהל קאנטראווערסיעס מיט די קנאים אין סאטמאר. און די נטורי קרתא.

משום איזו סיבה לא נודעת האבן זיך די גרופס נישט פארלייגט אויף איהם. אויסער ..."דער איד"... וואס האט בשעתו געשריבן אויף איהם ..."הרב" אין קוואוטעישן מארקס...!

זיי האבן נישט גענוצט זייערע זיסע און איידעלע לשונות וועלכע זיי האבן גענוצט אויף הרב שטיינמאן, זצ"ל. א איד וואס האט מרביץ תורה געווען פאר איבער פערציג יאר. און פאר זיך האט ער גארנישט געדארפט. נאר א ביסל פת במלח ומים במשורה...! אזוי ווי..."עפרא לפומיה, ימח שמו, אפיקורס, וכו'...! און זיי האבן נאך געמאכט א ..."לחיים"... מיט א רקידה'לע ווען זיי האבן געהערט די בשורה אז ער איז נפטר געווארן...!
דאנערשטאג מאי 06, 2021 3:43 pm#472600
דא קען מען הערן דברי כבושין פין דער גרויסע מקובל הרב יעקב הלל, ווי ער שרעקט זיך נישט צו זאגן אז פין דער צייט ווען עס איז געשעהן ווייזט עס אויף לא נהגו כבוד זה בזה, מען קען זיין מחולק אבער אונטער רייסען אנדערע איז נישט גוט.

מיט א ווערטעל זאגט ער, מחלוקת וואס איז נישט לשם שמים איז נישט אזוי געפערלעך, עס וועט צום סוף בטל ווערן, אין סופה להתקיים, אבער א מחלוקת לשם שמים, איז נאך ערגער, ווייל עס גייט אהן אויף אייביג. השם ירחם.
דאנערשטאג מאי 06, 2021 7:15 pm#472628
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
berlbalaguleh האט געשריבן: אויך ווען הרב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן, און ער האט געהאלטן זיין יערליכע ז' אדר דרשה וואו ער האט דערמאנט אלע צדיקים וועלכע זענען נפטר געווארן אין דעם יאר. האט ער בכיוון אויסגעלאזט הרב שטיינמאן. פארוואס?! ווייל ער האט געוואלט געפעללן פאר די קנאים אין סאטמאר. און די נטורי קרתא...!


ס'דא א גרויסע חילוק פון 'געפעלן' און פון זיך 'פארמיידן קאפוויי',

קענענדיג אים פון דער נאנט איז ער אסאך מער עוסק אינעם צווייטן בחינה..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:36 pm#472633
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ע"פ הלכה דארף מען יא מאכן א הדלקה

וואט דע העלל איז ראנג מיט דיר?

אויב האלטן אנדערש ווי דיר איז ראנג, דאן איז עפעס ראנג.
דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:41 pm#472634
תרמב האט געשריבן:החסיד מווילנא, דו וועסט באמערקן א אינטערסאנטע זאך אז דו וועסט קוקן, רוב פון די וואס קריטיקירן די רביס וכדומה קריטיקירן יעדן איינעם ווען סקומט זיך, אפילו אויף די וואס זיי קוקן ארויף, אבער די אלע וואס זענען דא מיט אגענדעס זיך אנצונעמען פאר געוויסע, וועלן נישט קענען הערן קיין שום קריטיק אויף זיי, אפילו די עוולה אדער היפאקריטסווע שרייעט עד לב השמים, סאיז אלץ דא אויסנאמען, אבער אזוי איז עס בערך, דוק ותשכח.

איך האב אפאר זאכן וואס מהר"א איז נישט גערעכט, למשל לעצטענס זיין מערכה קעגן אורלי שבת (כ'זע נישט די עוולה דערין נאר מעלות אויב איז עס כפי ההלכה), אדער קעגן פארן אויף שבתון'ס (וואס ער אליין טוט).

אבער ביי אסאך דא איז יעדע זאך וואס ער טוט ראנג, כמעט מ'רעדט נישט דא פון אנדערע (אפילו נישט פון די אנדערע סאטמארער רבי).
דאס קען איך נישט צוקוקן און געקומען פון ווילנא צו מבטל זיין די סטיגמא.
פארשטאנען?
דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:35 pm#472643
זייער שווער צו פארשטיין........
דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:42 pm#472646
א חסיד פון ווילנא: מהר"א קר"י שליט"א פארט נישט אויף קיין שבתון'ס דאס איז א ציוניסטישע זאך. אזוי ווי עסן דיפס אום שב"ק האבן אויך די ציונים איינגעפיהרט. ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע האט מען דאס קיינמאל נישט געזעהן. ווייל ער איז געווען אן אונגערישער איד...!

נייערט אין סאטמאר פארט מען אויף שבת התוועדות'ן. און מ'טינקט איין חלה אין קאטשאניא. וואס איז זייער א גוט מאכל. ווייל איך בין אויכעט אן אונגערישער איד...! נאר איך בין אויך א ציוני. ממילא עס איך אויך פארשידענע ערליי דיפס לכבוד שב"ק. אויך זאג איך 3 מאל א טאג..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים"...!
דאנערשטאג מאי 06, 2021 10:43 pm#472651
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ע"פ הלכה דארף מען יא מאכן א הדלקה

וואט דע העלל איז ראנג מיט דיר?

אויב האלטן אנדערש ווי דיר איז ראנג, דאן איז עפעס ראנג.

איך בין גרייט צו צאלן שיין אויב קענסטו מיר אראפשרייבן די ביאור ע"פ הלכה אז עס ליגט א חיוב אויף הגה"ק מהר"א שליט"א צו פייערן אן הדלקה אום ל"ג בעומר.
פרייטאג מאי 07, 2021 1:09 am#472661
רבותי, ביטע זיך האלטן צום טעמע פון אשכול.
פרייטאג מאי 07, 2021 2:23 pm#472713
סטאלינע רבי טוהט למעשה
פרייטאג מאי 07, 2021 6:19 pm#472731
די המודיע האט שוין גערעדט איבער די מירון סכנה אפאר יאר צוריק, אבער גלייך בארואיגט אז "בזכות ר' שמעון" און "בדרך נס" איז אלעס פיין און גוט!


(גענומען פון דא)
זונטאג מאי 16, 2021 12:30 pm#473221
חתם סופר האט געשריבן:סטאלינע רבי טוהט למעשה

קומט אריין באריכטען אז פארענטשעס זענען צוזאמגעפאלן אין סטאלין יעצט שבועות ביינאכט.