Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בין איך דער איינציגסטער?...

בין איך דער איינציגסטער?...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
88 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 518 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1465
זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:30 pm#34312
בין איך דער איינציגסטער?...
1) וואס האט נישט נארמאל וואו צו זיין אויף סוכות שוין זייט איך געדענק מיר? {מיין טאטע איז פון די פראדזשעקטס, און מיין שווער'ס סוכה איז נישט מער פון ראשו ורובו, א דופן עקומה מיט לבוד.}

2) וואס קען נישט דערליידן סעלפ פראקלאמירטע באמעס, אפילו איך בין ווייט פון זיין א יר"ש?

3) וואס קען זיך נישט העלפן נאר שמייכלען ווען איך...... (מחקתי)

4) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}

5) וואס קען נישט איינזיצן אין ביהמ"ד, און זיצן א גאנצער מנין שחרית? ס'נעמט זיך מיר פשוט איבעלען אז ס'נעמט אזוי לאנג {און איך האב זיץ פלייש געווענליך)

6) וואס קען נישט אנהייבן דעם טאג פאר איך נעם א שויער, און ביז דעמאלס בין איך אין א כעס מאוד?
-----------------------------------
ענטפערס ווערן אנגענומען אויך אויף איטליכער פראגעס.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:38 pm#34313
ביזט ווייט נישט דער איינציגסטער אין קיין איין פון די זאכן. פארענטפערט דיין שאלה?
זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:39 pm#34314
ניין, איך דארף רעדן מיט דעם יעניגן.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:40 pm#34315
איך וויל נאר צולייגן איין שאלה און מעגליך דאס וועט פארענטפערן אלע דיינע שאלות.

8) וואס דארף עמערדזשענסי א פול טיים דזשאב זעקס טעג א וואך?

סיז נאר בדרך טשעפע ;) , פליז נעם עס נישט פערזענליך.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:41 pm#34316
איך דארף! אויב האסטע געמיר פליז
זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:46 pm#34319
זר זהב האט געשריבן:איך דארף! אויב האסטע געמיר פליז


טעלל מיט אבאוט איט, און נאר א 7-7 דזשאב מיט א נעסטי מענעדזשער.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:47 pm#34321
עקשועלי א 8-6 דזשאב מיט א מענעדזשער א קאפאו.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:06 pm#34333
8) וואס וועט ספענדען 15 דאללער פאר א צינג סענדוויטש אבער וועט נישט ספענדען 6 דאלאר פאר א אידישן מאגאזין ווייל איך האלט אז סלוינט נישט?
זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:30 pm#34338
א דשאב וואס קאווע שטיבעל איז געבלאקט
זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:55 pm#34358
DotCom האט געשריבן:איך וויל נאר צולייגן איין שאלה און מעגליך דאס וועט פארענטפערן אלע דיינע שאלות.

8) וואס דארף עמערדזשענסי א פול טיים דזשאב זעקס טעג א וואך?

סיז נאר בדרך טשעפע ;) , פליז נעם עס נישט פערזענליך.

איר האלט טאקע ערנסט אז די אישוס פון זר זהב נעמט זיך פון דעם וואס ער האט נישט קיין פול טיים דזשאב?
זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:57 pm#34360
א פחד ווי איינער קען זיך אזוי אויספראקן ברבים. ווי נעמט מען די שטארקייט
זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:03 pm#34363
זר זהב האט געשריבן:5) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}

דו דערמאנסט מיר פון דעם רב וואס צוויי אידען זענען אים געקומען פארלייגן זייער טענות, ער הערט דעם ערשטן צד ער זאגט אים ביזט גערעכט. ער הערט דעם צווייטנ׳ס צד דו ביזט אויך גערעכט. די רעביצין אין דער זייט נעמט זיך מאכן קולות זאג נאר ווי אזוי קענען ביידע זיין גערעכט? גוט געפרעגט זאגט ער איר... ווייסט וואס דו ביזט אויך גערעכט....
זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:04 pm#34364
גוט! שוין געהערט אמאל, אבער שוין געהאט פארגעסן...
זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:06 pm#34365
בין איך דער איינציגסטער...?
8) וואס גלייכט זר זהב'ס מהלך אין ג'ענעראל ?.
Shmilly האט געשריבן:א דשאב וואס קאווע שטיבעל איז געבלאקט

אויף וועמענס חשבון ביסטו א גוטער!?
זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:14 pm#34369
נאכן שרייבן איבער צוויי טויזנט תגובות רעדט מען שוין אביסל אפענער
מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:28 pm#34981
זר'ל, פון 4 און ווייטער שפיריך זעך היימיש.
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:20 am#34993
איך מיין איך קען צולייגן צום ליסטע
בין איך דער איינציגסטע וואס קאווע שטיבל איז אזא עדיקשאן?
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:16 pm#35848
ליידער אויך געווארן א געטראפענער אזוי
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:21 pm#35853
איך קען מיר אביסל טרעפן אין נומבער 4.
און עס קרענקט מיר געפערליך!
ווי אזוי ווער איך פטור דערפון??
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:56 pm#35869
1) די פראבלעם האב איך ב"ה נישט
2)אין דעם ביזטו נישט די איינציגסטע, רוב עולם איז אזוי, איך האב פשוט רחמנות אויף זיי.

4)דאס האב איך נאר אין זאכן וואס איך אליין בין מסופק.
5)מ'ארבעט דערויף
6)גראדע ביי מיר איז פארקערט, במקום ל' בתחילתו נותן ה' בסופו.

8) דאס איז נישט מער ווי פארשטענדליך.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:15 pm#35971
) וואס קען נישט איינזיצן אין ביהמ"ד, און זיצן א גאנצער מנין שחרית? ס'נעמט זיך מיר פשוט איבעלען אז ס'נעמט אזוי לאנג {און איך האב זיץ פלייש געווענליך)

1) דאווען אין א שנעלע מנין
2) נעם מיט א ספר
3) בלו-טוט אונטערען טלית און הער "קול מבשר".
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:23 pm#35975
פונקט ווען איך האב חרטה פאר'ן עפענען דעם אשכול, נעמט זיך דער עולם צו שרייבן...
א מין וועלט!
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:29 pm#35978
9) בין איך דער איינציגסטער וואס האט פיינט קול מבשר?
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:42 pm#35983
זר זהב האט געשריבן:9) בין איך דער איינציגסטער וואס האט פיינט קול מבשר?


כ'האב עס נישט פיינט, איך האב פשוט נישט קיין צייט צו נאך א עדיקשאן.....
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:48 pm#35990
10) בין איך דער איינציגסטער וואס איז אנגעסטאקט מיט צייטונגען און איך פיהל ווי איך מוז אלעס ענדיגן און איך ווער פשוט משוגע!
ס'גייט צוריק נאך פון א יאר!
פרייטאג אוגוסט 05, 2016 7:12 pm#344705
געוואלדיג האט געשריבן:וואס מיינע גויטעס מאכן מיר הארציגע סורפרייזעס?

ווי למשל ווען מען נעמט אראפ די לינען זעהט מען איין אז עס איז הארציג אייגעפאקט געווארן אין צוויי סעט, ווייל די גויטע ווען מען האט איר געהייסן טוישן לינען האט אנשטאט אראפנעמען די גענוצטע ארויף געלייגט די פרישע אויף דעם? שוין געטראפן איינמאל דריי לעיערס...

געוואלדיג: כ'האב געמיינט אז דו וועסט זאגן אז די גוי'טעס מאכן אזאלכע הארציגע סורפרייזעס ווי טרעפן לאטערי טיקעטס פון די פאוערבאלל וואס דו האסט באהאלטן אונטער'ן מאטראץ און פארגעסן דערפון. אדער הונדערטער'ס. איך פלעג באהאלטן הונדערטערס אונטער'ן מאטראץ אדער להבדיל אין א גמרא. ווען כ'האב געדארפט א פאר דאללער אין א עמערדזשענסי ביניך געגאנגען דארט זוכן... :lol:
מוצ"ש אוגוסט 06, 2016 10:23 pm#344709
בין איך דער איינציגסטער?...
וואס איז געווען זיכער אז מיין עונג שבת די וואך גייט זיין די נייע 'דער וועקער' ?

סיריעסלי כ'פלאץ פאר שפאנונג! ס'קומט זיכער איינס און א גוטס... כ'קען שוין נישט ווארטן מער.
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:55 pm#344889
וואס הערט נישט אויף צי ריפרעשן, אולי יחות און עס וועט זיך באווייזן 'דער וועקער',
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 1:14 pm#344897
ביסט ווייט פון דער איינציגסטער! ס'קומט עפעס וואס איז נאך נישט געווען אין היסטאריע..
פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 2:34 am#354299
וואס וויינט נישט אז שש לאזט אונז איבער?
פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 2:36 am#354300
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
שמעון וואלף האט געשריבן:וואס וויינט נישט אז שש לאזט אונז איבער?

פארוואס טאקע נישט? האסט נישט הנאה געהאט פון. איהם?
פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 2:56 pm#354324
שמעון וואלף האט געשריבן:וואס וויינט נישט אז שש לאזט אונז איבער?

לכאורה נישט.
פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 4:14 pm#354334
mevakesh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:וואס וויינט נישט אז שש לאזט אונז איבער?

פארוואס טאקע נישט? האסט נישט הנאה געהאט פון. איהם?


איך האב געשריבן באריכות אבער די הנהלה האט עס געמעקט.
סייווי האלט איך אז ער וועט מסתמה מגולגל ווערן אין א צווייטע ניק
זונטאג פעברואר 12, 2017 1:41 am#362525
וואס פלעג גרייזיג זאגן די פסוק: והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ד', אנשטאט יד ד'?
זונטאג פעברואר 12, 2017 10:23 am#362549
ווען קומט אויס אז יעדער זאל זאגן דעם פסוק?
זונטאג פעברואר 12, 2017 12:17 pm#362561
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
ביים זינגען די ניגון
פרייטאג יוני 09, 2017 9:19 am#373965
וואס האט באקומען אן אישי פון איינעם אז ער איז "באמת נייגעריג" וואס איך האלט בנוגע דעם זונטאג'דיגע כינוס?
פרייטאג יוני 09, 2017 9:34 am#373966
ניין ביזט נישט,
פרייטאג יוני 09, 2017 3:48 pm#374011
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:וואס פלעג גרייזיג זאגן די פסוק: והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ד', אנשטאט יד ד'?


ווען קומט אויס אז יעדער זאל זאגן דעם פסוק?


ווען מ'דערציילט נאך וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן ביים רבין'ס טיש
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 12:01 am#383271
וואס פארשטייט נישט קיין ווארט וואס @diff שרייבט?
איי מיען ווי שטייט ער? פיזיקלי ווייס איך ווי ער שטייט, ערגעץ ביי די בני משה די אנדערע זייט סמבטיון... אפשר א גלגול פון @רעינבאו דעש...

אבער אין געדאנקנסגאנג ווי שטייט ער? ער האלט שוין ביי ארום פערצן הונדערט תגובות! אלעס מער ווייניגער אזאנע דצ"ך אד"ש ראשי תיבות'ן... כ'טריי צו פיגערן דורך זען מיט וועם ער אמפערט זיך צו וויסן ווי ער שטייט.

מיט גאנצל שלאגט ער זיך מסתמא איז דיפפף א זאלי, מיט ליטוואק שרייבט ער זיך אהין און צוריק מסתמא איז ער א שטיינמאן ווס' אויערבאך. מיט רעהו לויפט ער אין סורקעלס מסתמא איז ער ארץ החיים ווס' רעהו'ס אתרא קדישא/שמידל פראקציע. אין די בעלזער אשכול שרייט ער אויף יעדן, מסתמא איז ער א מאכניווקער. ער ציטירט שטיקער שאולזאן און אנדערע ציוניסטישע וועב זייטלעך, אפשר איז ער גאר א מזרחיסט. ביי די בד"ץ אשכול טענה'ט ער זיך העפטיג כ'ווייס נאך נישט פונקטלעך אויף וועלכער זייט ער שרייט אבער ס'קוקט אויס ווי ער איז א חסיד פון רבי יצחק טוביה. ווידער ביי מאלעסטעישן און סמארטפאנס שיינט ער צו זיין א ליבערל, אנדערש ביי אבאמא ווי ער שטייט צו זיין א טראמפ אנהענגער... אוי מיין קאפ ספינט ווי א ספינער.

לעצטענס איז דיףף ארויס אין א רענט אנטקעגן די שרייבערס וואס שרייבן נישט קלאר... כ'מוז זאגן ער האט א גערעכטער פוינט.

א באריכט פון גוגל שרייבט, אז לעצטענס ארבעטן זיי אווער טיים נעבן די סמבטיון... זייערע מאשינען ברעכן אונטער.

#מיסטעריע
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 1:12 am#383278
איך האב אויך געהאט אלע דיינע קשיות אויף אים. ביז אונזער חתן דינן האט געשעירט א קליפ פון דעם אומסטאבילן מייקל סעוועדזש איז מיר פלוצלינג גארנישט שווער געוועהן מעהר. אלעס איז פארענטפערט. סעוועדזש איז דאך א הייבריד פון א צומישטע עווענדזשעליקול קריסט מיט פון א פרייע פרומע קאנסערוועטיו ניו יארק ליבעראל JEW צאמגעמישט מיט טראמפס חזרת, קריס קריסטי'ס זרוע און זשוליאני'ס האלבע פארלוירענע ביצה.

דיףף און כמעט אלע פרומע חרדישע אידן האלטן דאך אז אבאמא איז עפעס א שונאי ישראל און ווידער טראמפ איז א איד ליבהאבער. למעשה איז טראמפ א ראסיסט בן בנו של א ראסיסט. ער וואלט פארברענט זעקס מיליאן אידן רח"ל נישט נאר ווייל ער האסט זיי, נאר פאר זיין איגאו אליינס. קושנער וואלט ער אפשר געלאזט לעבן אויב זיין טאכטער-ווייב איוואנקא וואלט אים געבעטן שיין און זיך געביקט צו אים.

ווידער אבאמא וואלט געראטעוועט נישט נאר אידן אין א צרה רח"ל. נאר אפילו א קאץ פון די גאס. 'דער שחור' איז דאך א מוסלים. (אזא מוסלים ווי איך א העלבראנץ געצן דינער), און ער האלט אז די ישראלים טארן נישט דערשטיקן די מיליאנען פאלעסטינער וואס זענען געשטראנדעט אונטער א אנגייענדיגע איליגעאלע בלאוקעיד וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן פאר טויזנטער יאהרן. אלזא מוז זיין אז ער איז א שרעקליכע אנטיסעמיט. ווייל אלעס וואס ביבי און די ישראלים ווילן, מוזן דאך די אמעריקאנער בעל כרחך יענה אמן. און נאכדערצו אז ער איז א שחור און טראמפ א לבן הארמי...



גיי אין יעדע מקוה מאך א אנקעטע. די אויטמאטישע רעזולטס:

טראמפ= אוהב ישראל

אבאמא=שונא ישראל

Little do they know אז טראמפ׳ס בלוט איז דורכגעווייקט פון ווייסע סופרעמיסטן און ער שטאמט פון גאר גרויסע ראסיסטישע בעיקראונד. און ער האט פיינט יעדען איינעם חוץ ווער ס׳דינט אים בלינדערהייט און טאנצט נאך זיינע משעוגעתן, גלייבענדיג יעדע ליגענט וואס קומט ארויס פון זיין מויל.

טראמפ טראמפ טראמפ

מיין מאמע טראמפ...! :P וואס טראמפ? ווען טראמפ?
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 4:27 am#383281
רוב אידן זיינען הייברידס. טאטע איטאליענער מאמע אינגערישער וכו' זיידעס באבעס. בקיצור צוויי יודען דריי דיעות

מאיז געבליבן סטאק מיט די נאציס און מזעט נישט אז מיר האבן נייע שונאים
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 8:04 am#383283
diff האט געשריבן:רוב אידן זיינען הייברידס. טאטע איטאליענער מאמע אינגערישער וכו' זיידעס באבעס. בקיצור צוויי יודען דריי דיעות

מאיז געבליבן סטאק מיט די נאציס און מזעט נישט אז מיר האבן נייע שונאים

א פלעינע טראלל......
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 8:37 am#383286
דער איזרעלי בלאקעיד מוז ווייטער אנגיין. אז דער וועלט זאל נישט צירוק ווערן ראסיסטיש
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 8:43 am#383287
די סופרעמיסיסט "פראבלעם" איז פין די נאציס, און דיפפ זאגט אז מען איז געבליבן סטאק מיט די נאצי פראבלעם. ער איז נישט קיין טראל, נעקסט טיים פראביר צו פארשטיין אביסל בעסער.

טראמפ איז בעסער פאר ישראל, אבאמא איז א שונא ישראל, טוען טראמפ וואלט פיינט געהאט אידען, ביליוו מי, וואלסט שוין געוויסט. ווייל אבאמא האט געמאכט א שיינע פנים, מיינט נישט ער איז א אוהב ישראל, דארף מען טאקע דערמאנען וואס ער האט געטוהן אין זיינע לעצטע טעג אין די יו ען?
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 9:59 am#383296
אישתישבי האט געשריבן:די סופרעמיסיסט "פראבלעם" איז פין די נאציס, און דיפפ זאגט אז מען איז געבליבן סטאק מיט די נאצי פראבלעם. ער איז נישט קיין טראל, נעקסט טיים פראביר צו פארשטיין אביסל בעסער.

טראמפ איז בעסער פאר ישראל, אבאמא איז א שונא ישראל, טוען טראמפ וואלט פיינט געהאט אידען, ביליוו מי, וואלסט שוין געוויסט. ווייל אבאמא האט געמאכט א שיינע פנים, מיינט נישט ער איז א אוהב ישראל, דארף מען טאקע דערמאנען וואס ער האט געטוהן אין זיינע לעצטע טעג אין די יו ען?


אבאמא איז נישט קיין שונא ישראל, קיינמאל נישט געוועהן. ער איז געוועהן זייער גיט פאר ישראל ביז ביבי האט פרובירט צושטערן די איראן דיעל האבן זיי זיך פארפלאנטערט.

טראמפ איז אזוי גיט פאר ישראל ווי מעקסיקא גייט באצאלן פאר די וואנט...

די נאציס אין אמעריקע האבן זיך געהויבן די קאפ זינט טראמפ איז אין אפיס. און ער זאגט נאך אז ״ביידע זייטן״ זענען שולדיג? מיט אזעליכע ״אוהבי ישראל״ ווי טראמפ וואס ליבט אזוי שטארק איוואנקא :o מיט קושנער ווער דארף נאך שונאים?
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:24 am#383298
@שבת. פארוואס האט ביבי געבאדערט די איראנער אפמאך?
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 11:38 am#383301
שבת אחים: ביניך דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך אויב אונזער טייערער חבר, דער נעא-אינטעלעקטואל. אדער פסעוודא-אינטעלעקטואל זעהט זאכן מיט די ראנג סייז פארגרעסערונגס גלעזער.טראמפ איז נישט אזא נאצי ראסיסט און אבאמא (און, לאמיר נישט פארגעסן פון דיין רבי'ן, בערני סאנדערס ע"ה,זצ"ל תמ"ל.) איז נישט אזא פערפעקטער אלטרואיסט. און דאס וואס די איזראעליס האלטן אן די ..."שרעקליכע"..בלאקאדע אויף די טמא'נע, רוצח'ישע הערצעלעך פון די פאלעסטינער איינוואוינערס פון עזה, זאלל דיר נישט אזוי שטארק וויי טון. ווייל דיינע וואוילע , אומשולדיגע פאלעסטינער אראבערס, ימ"ש וועללן דיך דערשטעכן אדער דערשיסן נאך פאר דו וועסט האבן א טשענס צו זאגן פאר זיי אז דו נעמסט דיך אייביג אן פאר זיי. און דו ביסט אקעיגן די פאליסיס פון די אכזריות'דיגע איזראעליס. (דעיס אז דו גייסט אין די שיטה הקדושה פונ'ם רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע האביך נישט דערמאנט ווייל דו ביסט דאך נישט רעלידזשיעס.)...!
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 1:42 pm#383314
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
שבת אחים האט געשריבן: . .
און ער האלט אז די ישראלים טארן נישט דערשטיקן די מיליאנען פאלעסטינער וואס זענען געשטראנדעט אונטער א אנגייענדיגע איליגעאלע בלאוקעיד וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן פאר טויזנטער יאהרן.

טויזנטער יארן? מיליאנען יאר!

#_אהבת_ישראל
פרייטאג אוגוסט 25, 2017 3:56 am#383370
מפוזרי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: . .
און ער האלט אז די ישראלים טארן נישט דערשטיקן די מיליאנען פאלעסטינער וואס זענען געשטראנדעט אונטער א אנגייענדיגע איליגעאלע בלאוקעיד וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן פאר טויזנטער יאהרן.

טויזנטער יארן? מיליאנען יאר!

#_אהבת_ישראל


פון א אידשע פרומע שטאנדפונקט:

דער הייליגער רבי דער אהבת ישראל איז ארויס זייער שארף אזויווי אלע ערליכע רבנים קעגן די רעיון הציוני. ער האט געשריבן מזאל זיך דערוואטערן פון זיי ווייל זיי ווילן אויסרייסן יעדע פארום פון אידישקייט. ער האט אסאך גערעדט און געשריבן דערוועגן. פארשטייט זיך אויב א ציוני האט זיך באוויזן ביי זיין טיר האט ער יענעם אויפגענומען מיטן גרעסטן כבוד און מכבד געוועהן פונקט ווי יעדעם איינעם, ער האט קיינעם נישט אוועקגעווארפן און מיט קיינעם זיך געקריגט אדער גע׳טענהט דערוועגן.

ר׳ חיים מאירל האט געהאלטן פונקט ווי זיין טאטע און אינטערגעשריבן יעדע קול קורא קעגן ציונים נאך אינדערהיים ווען ער איז געוועהן רב אין ווילחאויץ. ער האט טאקע געהאלטן אז די מדינה איז נישט אויסגעהאלטן ע״פ תורה. אבער היות די מדינה איז יא אויפגעשטעלט געווארן, און די צוריקהאלטונג פון אויפשטעלן א אידיש לאנד איז נישט געוועהן בידם האבן זיי געהאלטן אז די בעסטע וועג פאר די פרומע אידן איז צוזיין א חלק פון זיי, ווי למשל האבן אייגענע פרומע מאנדאטן וואס וועלן פרובירן צומאכן די חוקים און משפטים פונעם לאנד די מערסטע צו זייער זייט וואס זיי האבן געהאלטן איז ריכטיג.

שטעל דיך פאר אז די פאלעסטינער צי די ישראלדיגע אראבער וואלטן געקענט האבן דרייסיג אדער מעהר בענקעלך אין כנסת? די זעלבע האבן די פרומע אגודיסטישע רבנים געהאלטן אז דעס איז א בעסערע צוגאנג ווי די סאטמארער רב וואס האט געהאלטן אז מ׳דארף שרייען פון אינדורסן און נישט האבן די מינדסטע שייכות מיט זיי. ר׳ חיים מאירל, ר׳ אהרן בעלזער, די בית ישראל, קלוינבורגער, וכו׳ האבן געהאלטן אז מדארף זיי פייטן פון אינעווענדיג.

פון א וועלטליכע פרייע שטאנדפונקט:
די הקמת המדינה איז געוועהן א ביטערע טעות פאר די אידן. משלאגט זיך שוין דארט פון די טאג די מדינה האט זיך געפענט עד היום הזה nonstop און פאר גאר אסאך אנדערע סיבות וואס איך כהאב נישט קיין געדולט יעצט אריינצוגיין אין דעם.

קען זיין ביסט גערעכט אז די ישראלים האבן זייערע סיבות פארוואס זיי בלאוקירן. מיינט נאכנישט אז איינער וואס איז עגריט נישט מיט דעם ווערט אויטאמאטיש א שונא ישראל און אנטיסמיט, איך למשל בין א אוהב ישראל און איך בין קעגן די בלאוקיעד.

די וועלט קוקט עס אן אזוי:
די ישראלים האבן נישט קיין רעכט צונעמען מיליאנען מענטשען און זיי ארומרינגלן און קאנטראלירן פאר אזויפיל יאהרן. זיי שיסן? שיס צוריק, אזויווי זיי האבן געטוהן מיט לבנון, און אזויווי יעדער איינער האט געטוהן פאר די לעצטע דריי טויזנט יאהר. זיי קענען נישט נעמען מיליאנען מענטשען און זיי פארשפארן. ס׳ארבעט נישט אזוי. וואס זענען די אלע פאלעסטינע יונגענטליכע וואס זענען דארט געבוירן שולדיג?

די בלאוקעיד איז נישט אויסגעהאלטן. NO DOUBT דער אהבת ישראל וואלט געוועהן קעגן דעם. אידן טארן זיך נישט רייצן מיט קיינעם. ער שלאגט? גיי וואוינען קיין אמעריקע, קאנדא, בעלגיע, אוסטראליע. ווי מ׳הייבט הענד דארף מען הייבן פוס. סאיז נישט קיין שום מצוה צו וואוינען היינט אין ישראל, און מדארף זיך נישט מוסר נפש זיין פאר דעם, און מ׳מעג האלטן קעגן ״ביביס רעיון״ אויכעט. מ׳ווערט נישט אפגעפרעגט צי א אנטיסמיט דערפאר. ביבי איז נישט קיין נביא פון נ״ך. ער איז סה״כ א פראפעגאנדע מיניסטער, צי א פריים מיניסטער, מ׳מעג האלטן אז סאיז בעסער פאר ״די אידן״ אויב סאיז נישטא קיין בלאוקעיד. און אזוי האלטן טאקע זייער אסאך אידן. זיי זענען אפיקורסים? ווייל זיי זאגן אנדערש? פון וועם פונקטליך?