אוהב ספרים האט געשריבן:ער איז א וואלגארער פערזאן.
און וויי פאר אונזער דור אז ער איז פון די מחנכים פון אונזערע קינדער.
פני הכלב כפני הדור.
אזוי ווי א רב דארף שוין נישט היינט קיין סמיכה אדער כאטש וואלן - אלעס וואס ער דארף איז א לאט און א אייגענע שטעטל - דארף א ראש ישיבה נישט דורכגיין קיין שום פארהער, קיין שום scrutiny זיך צו דערקלערן מחנך. זירא!
דאס איז ליידער די מציאות אין כמה וכמה תחומים, סיי אין ביזנעס און סיי אין אקעדעמיע. ס'איז נישט דא ביי חסידים קיין שום סדר קיין שום דעגרי אז דו ביזט בכלל פעהיג צו דעם פאסטן, א שטייגער ווי YU וכו ס'איז אפגעריסן און צופלויגן... די מער איך טראכט אריין דערין נישט די קאריקילום און נישט די authority טויגט. ס'איז עפעס אזוי נישט valid
ער שטופט אפאר יאר ביי דעם ראש ישיבה, ביי יענע מתיבתא ערגעצוואו קלעבן זיך צו אפאר הייסע פענס פון משנים קדמוניות... ממממידעך זיין אז ער ווייסט וואס ער טוט... און ויהי היום: ער איז אליינס קאפעליטש מאכער! פארוואס? פארווען? וואס ביזטו? ווער ביזטו? איך קען זיי מוחל ליינען דיין רעזומעי? אין דיין אפיס הענגט עפעס א דיפלאומע פון עפעס א institution? האסט אמאל געשריבן א בוק אויף די נושא וואס דו האלסט אז די ספעציאליזירסט דאך אזוי? ATUB @חסיד פון ליטא ATUB זאגט דאך אז ישיבה איז נישט אנדערש ווי סיי וועלכע אנדערע ביזנעס. נא? כ'פרוביר עס אנצוקוקן ווי איינס, און סא-פאר פעלן זייער אסאך וויכטיגע עלעמענטן. פארגעס פון א בוק. האסט ריוויאס אויף יעלפ? ווייסט עמיצער דא פון א BBB.org פאר חסידישע ישיבות? האסט טעסטימאניעלס פון alumni's? כ'קען אפשר גיין צו דיין וועבסייט און ליינען דיין קאריקילום פלאן? וואס איז די סדר? וואס טוט מען אויף דארט א יאר? א זמן? וויפיל דרשנים פלאנט מען אראפצוברענגען אין די צייט פון סדר? נישט ווייל איך קעיר, איך בין פשוט נייגעריג צו "דו" קענסט דיין אייגענע קאריקילום, מהלך החינוך, סטראטעגיעס, און מעטאדן אויפציציען דאס וואס דו שרייסט אז דו ווייסט בעסער ווי מיר... איך דארף נישט קיין פענסי זאכן. פען און פעיפער! סימפל. פארוואס איז דאס נישט בנמצא? ווייל ס'איז בושות צו שרייבן? אדער ווייל דו אליין ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך און דיינע מיטלען טוישן זיך יעדע פאר חדשים?.... פארוואס איז דאס א סוד פון חדר אדער 'אין' חדר?
און מ'קען אזוי גיין צו יעדע שטאפל פון מארקעטינג. האסט אמאל אויפגעטרעטן אויף א פאדקעסט? האסט סאושל מידיע, איך קען קוקן יוטוב קליפס פון דיינע געדאנקען אין חינוך? דיינע שיטות אין אנדערע דרויסנדיגע טעמעס? פארוואס איז אלעס אזוי פנימי בין כותלי הבית מדרש? לאמיר הערן וואס דו פארקויפסט? וואס איז דיין קרעדיביליטי אין דעם פעלד פאר א גוט יאר?
ס'איז איראניש, ווען מ'גייט צו א דענטיסט און מ'באטראכט די גאנצע וואנט פון פרסים, פילט מען זיך אין גוטע הענט, אבער פאר די אייגענע קינדער צאלט מען שווערע אלפים פאר א מענטש מיט זיין סטעף זאלן אויפהאדעווען און ערציען אונזערע טייערע קינדער אן די מינדענסטע השגה וואס דער מענטש איז און פון ווי ער האט זיך געלערנט די פאך... וואס הייסט? איך האב דאך
עקספיריענס! וויאזוי האט טראמפ געזאגט אויף הילערי? She has experience, but it's bad experience
כ'גלייך נישט שטארק טראמפ אבער ס'איז א גוט ווארט.