Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • לעקציע: שעפֿערישקײט אױף ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים

קאווע שטיבל • לעקציע: שעפֿערישקײט אױף ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14667
מיטוואך יוני 02, 2021 10:33 pm#474542
לעקציע: שעפֿערישקײט אױף ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים
נעקסטע וואך קומט פאר א לעקציע דורך אונזער באקאנטן ATUB @פראפעסאר ATUB ד"ר יעקב ירון לואיס, וועלכער האט געשריבן עטליכע הערליכע ארטיקלען אינעם וועקער, אריינגערעכנט אין דער לעצטער אויסגאבע "געדאנקען וועגן טויט".

די לעקציע איז ארגאניזירט דורך יידישיסטן אין טאראנטא און איז בעיקר פאר זיי, אבער מסתמא וועט עס אויך זיין אינטערעסאנט פאר אונזער ציבור.

שעפֿערישקײט אױף ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים
א לעקציע פון ד"ר יעקב ירון לואיס

זונטיג, 6 יוני, 2 א זייגער מזרח-צייט (טאראנטא / ניו יארק)

אידיש לעבט און לאכט צווישן היינטיקע חסידים. לייענען און הערן דערציילונגען, דעבאטעס, אדער פאעזיע פון דער היימישער וועלט קען בארייכערן מאמע-לשון ביי נישט-חסידים אויך. איך וועל באשרייבן א פאר ביישפילן פון חסידישער שעפערישקייט אין אינטערנעט פארומס, "פאדקעסטס", און געדרוקטע אויסגאבעס, כולל "דער וועקער" וואו איך בין אויך א שרייבער.



רעגיסטרירט אייך דא
m https://us02web.zoom.us/webinar/registe ... cyAGUcvQug m
זונטאג יוני 06, 2021 3:13 pm#474823
די לעקציע האט זיך יעצט געענדיגט. יעקב ירון רעדט מיט א געוואלדיגע חיות, עס איז געשמאק צו זען א מענטש וואס לעבט אזוי אין זיין ארבעט.

בלייבט נאר איבער צו זען אויב אונזער שפראך וועט ווערן שטערקער מיט די צייט, אדער פארקערט.
דינסטאג יוני 08, 2021 12:33 am#475028
די לעקציע אויף יו-טיוב / א בקשה
יישר כח ATUB @אבטולמוס ATUB און ATUB @יעקב מעקסוועל ATUB !

מ'קען יעצט זען די לעקציע אויף יו-טיוב, דא:

[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=Cbdt6RoRBXc[/youtube]

וויבאלד איך רעד אין דער לעקציע איבער מיין חשק צו לערנען רעדן אידיש אויף א חסיד'ישע שטייגער, וועל איך בעטן (נאכאמאל) ביי אייך אלעמען, קאווע-שטיבל-ניקעס: וואלט עמעצער מיר געוואלט העלפן, פארבעסערן מיין אידיש סע זאל ווערן מער חסיד'יש?
איך האב געקלערט אז מיר וואלטן למשל געקענט לייענען ארטיקלען פון "וועקער" צוזאמען (אויף זום אדער סקאיפ אדער סתם אויפן טעלעפאן), וואלט איר מיר געקענט העלפן מיט דער ארויסרייד און אויך מיט פארשטיין געוויסע ווערטער און די קולטורעלע קאנטעקסט, וואס איך כאפ נישט אלעמאל.

יעקב
דינסטאג יוני 08, 2021 1:03 am#475030
Re: לעקציע: שעפֿערישקײט אױף ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים
געערטער @פראפעסאר, איך קלער אז די גלייכסטע/גרינגסטע וואלט געווען צו ניצן קלאבהויז אויף צו שמועסן און פארברענגען אויף מאמע לשון. דארט קענט איר טרעפן צענדליגער חסידישע אידן מיט וועמען איר קענט פארפירן א שמועס לויט אייער באגער.
דינסטאג יוני 08, 2021 8:46 am#475037
פראפעסאר האט געשריבן:יישר כח @אבטולמוס און @יעקב מעקסוועל!

מ'קען יעצט זען די לעקציע אויף יו-טיוב, דא:



וויבאלד איך רעד אין דער לעקציע איבער מיין חשק צו לערנען רעדן אידיש אויף א חסיד'ישע שטייגער, וועל איך בעטן (נאכאמאל) ביי אייך אלעמען, קאווע-שטיבל-ניקעס: וואלט עמעצער מיר געוואלט העלפן, פארבעסערן מיין אידיש סע זאל ווערן מער חסיד'יש?
איך האב געקלערט אז מיר וואלטן למשל געקענט לייענען ארטיקלען פון "וועקער" צוזאמען (אויף זום אדער סקאיפ אדער סתם אויפן טעלעפאן), וואלט איר מיר געקענט העלפן מיט דער ארויסרייד און אויך מיט פארשטיין געוויסע ווערטער און די קולטורעלע קאנטעקסט, וואס איך כאפ נישט אלעמאל.

יעקב

כ'האב דורכגעקוקט די לעקציע, און כ'האב זייער הנאה געהאט פון די אידיש אבזערוואציעס אין דער חסידישער וועלט. ספעציעל איז מיר געווען אן אנגענעמע איבערראשונג אז דער געערטער ATUB @פראפעסאר ATUB האט באריכות אויסגעשמועסט מיין דערציילונג טובים השנים. יישר כוח!