מצפצףרביה"ק והטהור דו זאגסט דאך אזוי גוט.
איך וויל נאר א טראפ מוסיף נופך זיין אז אין דער מענטשס מוח איז דער unfamiliarity דער זעלבער misery ווי זיין יעצטיגע סיטואציע ממילא פארוואס זאל ער מחליף זיין פרה בחמור.
אין טעאריע זאגסטו גוט, אין רעאליטעט אבער איז עס נישט אמת. די unfamiliarity האלט אן ווינציגער פון א רגע, ס׳איז א קליינע סוויטש אין מוח וואס מ׳דארף געבן א ריק און די פחד פון די unfamiliar ווערט צובלאזן ווי א זייפנבלאז און ס׳עפנט זיך א וועלט פון opportunities צו פארבעסערן דעם לעבנסקוואליטעט, סיי אויף דעם וועלט און ֿסיי אויף יענעם וועלט.
כ׳האב געהאט א חבר אין ישיבה וואס האט ליידער פארפאסט לייגן תפילין איין טאג און ער איז געווען אינגאנצן צושאסן, און איך חכם האב איהם געוואלט בארואיגן האב איך איהם געזאגט אז ס׳נישט אזוי געפערליך, מן התורה דארף מען נישט לייגן תפילין יעדן טאג, ביז׳ן פרי מגדים האט קיינער נישט געוואוסט פון אזא מצוה מן התורה פון לייגן תפילין יעדן טאג, וכו׳ וכו׳. איך חכם האב געמיינט אז ער וועט זיך ארויפכאפן דערויף ביזדערווייל האט ער געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד און מיר אנגעשריגן אז איך בין א כופר וכו׳, כ׳האב ממש נישט געקענט פארשטיין וואס גייט פאר. דא שטייט ער און עסט זיך דאס געזונט, קום איך און געב איהם א וועג ארויס פון זיין קלעם, און גארנישט, דער לאזט זיך נישט העלפן, און ס׳נישט כאילו ער האט געהאט פירכות אויף מיינע ראיות צו וואס אדער ראיות פארקערט, די מושג איז פשוט געווען unfamiliar פאר איהם און ער איז ענדערש געווען גרייט זיך צו פייניגן פאר גארנישט און פאר נישט אבי נישט ארויסצוטרעטן פון זיין comfort zone. ער איז נאר באקאנט מיט א וועלט וואו פארפאסן א טאג תפילין איז א ווייטאג און אין דעם ווייטאג וויל ער זיך ווייקן, דער איז פשוט addicted צו דעם ווייטאג, ער איז addicted צו זיין comfort zone. פרעג איך דיר, וואלט זיין לעבנסקוואליטעט נישט פיל בעסער געווען ווען ער זאל נאר מאכן דעם קליינעם move ארויס צום unfamiliar?
אז מ׳רעדט שוין האב איך מיר דערמאנט פון אן עקספערימענט וואס כ׳האב לעצטנס געמאכט, ס׳געווען ביי א שבע ברכות פון מיין שוועסטער, נאכ׳ן בענטשן האט דער עולם געוואלט טאנצן אביסל און מ׳האט מיר געבעטן אנצוצינדן עפעס פון מיין סמארטפאון, האב איך אויפגעשפילט עפעס א לעבעדיגע קארלינע ניגון וואס איז נישט אזוי באקאנט אינעם אלגעמיינעם חסידישן גאס, איך גלייב נישט אז איינער דארט האט עס געקענט. יעדנפאלס, די קינדער האבן ספאנטאניש גענומען שפרינגען אין די לופטן, די ערוואקסענע ווידער זענען געשטאנען און זיך אנגעכאפט די הענט נישט וואוסענדיג וואס צו טוהן מיט זיך. נאך אפאר מינוט איז מיין פלעיליסט געגאנגען ווייטער צו אן אנדערע לעבעדיגע ניגון וואס איז יא באקאנט און הערשט דאן האט דער עולם גענומען טאנצן ווי ס׳דארף צו זיין. וואס איז פשט? קינדער זענען קאמפליצירט צו פארשטיין, זיי ווערן פרייליך פון לעבעדיגע מוזיק, האבן ליעב עסן וואס איז גוט, וכו׳. ערוואקסענע ווידער זענען זייער סימפל, וואס איז familiar מאכט זיי פרייליך, וואס איז familiar איז געשמאק, אין דעם ווענדט זיך אלעס, ברענג איהם די גרעסטע תאוות עולם הזה אויב איז עס unfamiliar וועט ער נישט וואוסן וואס צו טוהן דערמיט, ער וועט עס ניטאמאל אנקוקן.