רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך טענה אז אימיגראציע אין אמעריקע איז פון די איינציגסטע זאכן אויף וואס ביידע זייטן עגריען.
ביידע זייטן האלטן אז וואונען אין א לאטיין אמעריקאנער קולטור איז נישט גוט....
![לאכט :lol:]()
כ׳האב מורא אז דו האסט מיר שלעכט פארשטאנען, כ׳האב חס ושלום נישט געמיינט אוועקצומאכן ספרדים. אז מ׳רעדט פון קולטור האב איך מער ליעב די ספרדישע פיקאנטע און שארפע עסן ווי די אשכנזישע זיסע עסן, ווי אויך איז די בריסקע דרך הלימוד גארנישט עפעס אויסטערליש אז א ספרדי זאל זיך פילן מינדערוויכטיג פאר דעם. אויסער דעם זעה איך נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט די לאטיין-אמעריקאנע קולטור און וואו ס׳קומט אהער, סך הכל וואס זיי האבן איז קארופטירטע רעגירונגען וואס אמעריקאנע אויסערן-פאליסיס האבן געברענט צו די מאכט און די קלוגע ספאניאלאס טראכטן אז אויב אמעריקע איז אזוי מעכטיג זיי צו קענען אזוי חרוב מאכן זייערע לענדער זענען זיי אויך גענוג מעכטיג זיי צו קענען העלפן פון די זעלבע מכה וואס אמעריקע אליינס האט אויף זיי אנגעברענגט, ואם אתה מאמין שאפשר לקלקל וודאי אפשר לתקן. סך הכל וואס כ׳האב געזאגט איז אז איינער וואס אקצעפטירט נישט ווער ער איז קען ער נישט פארלאנגען אז אנדערע זאלן איהם אקצעפטירן, איך זאג פאר׳ן בעל תשובה, אויב ווילסטו נישט חתונה האבן מיט א בעל תשובה איז דאך א קל וחומר אז אן FFB וויל נישט חתונה האבן מיט א בעל תשובה. מה נפשך, אויב אקצעפטירסטו וואס דו ביזט קענסטו זיך דאך משדך זיין מיט דיינ׳ס גלייכן, אז נישט וואס ווילסטו פון יענעם? און איך האב עס צוגעגליכן צו געוויסע ספרדים וואס פרובירן געפעלן פאר אשכנזים. ס׳דא אסאך בעלי תשובה וואס האבן טאקע איינגעזעהן אז זיי באלאנגען נישט צווישן היימישע אידן און זיי האבן זיך געמאכט אייגענע קהילות, אליעזר ברלנד צ.ב., דערנאך איז ער געווארן אזוי פאפולער אז אפילו היימישע גייען זיך בוקן צו איהם, אזא מענטש קוק איך ארויף.
איי איי איי האסטו/איך אריינגעביסן...
מען קען עפענען א באזונדערע אשכול דערויף.
אין א Nutshell:
ס'איז זייער גרינג און געשמאק צו באשולדיגן די אמעריקאנער רעגירונג אויף אלע פראבלעמען אין דרום אמעריקע..
ס'איז אבער זייער א קורצזיכטיגע טענה, און ענדלט שטארק אין די טענות וואס אונזער עולם האט אויף די עסקנים ביי סיי וועלכע פראבלעם.
די (כלליות'דיגע) קולטור אין לאטיין אמעריקע איז גאר א קאלעקטיווע און נישט אידווידואליסטיש, דאס
איז גורם מערערע פראבלעמען (אריינגערעכנט די מאפיא ואכמ"ל).