בעל דרשן האט געשריבן:גרויס פרייד נעמט ארום די חסידים פון הרמ"ד אונגאר שליט"א מבאבוב45 נכד הגה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן נייעם ביהמ"ד
נאך יארן פון ארויסקוק און דינגען די בית יעקב סקול יעדע וואך האט די ציבור אין קהילת באבוב45 אויפגענומען די בשורה מרנינה אז בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט, אויפצובויען דעם נייעם ביהמ"ד וועלכער וועט דינען אלס דער צענטער פאר'ן 45 קרעמעל
מיט עטליכע חדשים צוריק האט די פירער הרמ"ד אונגאר פארופן א דרינגענדע אסיפה פאר די חסידים פון גאנץ ניו יארק, און אויפגעפאדערט די חסידים זיך אונטערצונעמען גרויסע סכומים כדי צו קענען אריינשפרינגען אינעם מאסיוון פראיעקט. אויף זיין רוף איז טאקע אין דער נאכט פונעם אסיפה געשאפן געווארן די היסטארישן און פאנטאסטישן סומע פון אריבער 18 מיליאן דאלער
אין די לעצטע חדשים האבן די עסקנים אינעם וועד קרן הבנין געארבעט אומערמידלעך אויף אלע פראנטן. קודם מיט שאפן נאך נדבות ביי די נדיבים בעם צו קענען אנהייבן דעם פראיקט. און דאן מיט'ן פאראויסרוקן די דעטאלירטע פלענער, און פארזיכערן אז דער בנין דינט יעדן צוועק פון דער קהילה און פונעם חצר.
באזונדער האבן א שטאב פון עסקנים זיך אפגעגעבן מיט'ן ערלעדיגן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אנהייבן די בוי ארבעט, און בס"ד איז עלתה בידם, אינעם פארלאפענעם זומער תשפ"א, צו קריגן די ערלויבענישן פון רעגירונג צו קענען צוטרעטן צום חלק המעשי, און בשטומ"צ זענען די טראקטארן אנגעקומען צום שטח און אנגעהויבן מיט דער פאקטישע ארבעט אנצוהייבן בויען דעם בית המדרש
אין די יעצטיגע טעג האט דער וועד קרן הבנין ארויסגעשטעלט פאר'ן ציבור - וואס פאלגט נאך נאך די בוי ארבעט מיט אינטערעסע און גרויס פרייד - א ספעציעלער לוח וואס טוט אנצייגן דער סדר פון דער ארבעט פאר די קומענדיגע 11 חדשים טריט ביי טריט.
די 45 חסידים פאלגן נאך די פארשריט, און געבן א שבח והודיה פאר הקב"ה וויסנדיג אז מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווערן זיי נענטער צום טאג וואס זיי קוקן שוין יארן לאנג ארויס, צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, און קענען מיטהאלטן די תפילות, די טישן און מעמדים אין א אייגענע בנין
אויך הער איך אז הרבצא"ל האלבערשטאם מבאבוב48 אחי כ"ק הגה"ק מהרנ"צ מבאבוב זי"ע, האט אפגעקויפט א בנין אין סטעטען איילנד, דארט צו טראספירירן זיין ישיבה.
איז עס אמת?
אין קהילת באבוב48 האט מען גוט אויפגענומען די בשורה מרנינה? אדער זענען די 48 חסידים נישט אזוי אנטציקט פון דעם פלאן?
און אז מ'רעדט שוין, צי קומט די געלט פון הגה"צ הנה"ח המגולח שליט"א, יד ימינו פונעם פירער הרבצא"ל?
די ישיבה וועט זיין די פאסיגע 48 קרעמעל?