Under maintenance
הויפט זייט » ווער איז א בעל מדריגה?! תקפ"ב-תשפ"ב.

ווער איז א בעל מדריגה?! תקפ"ב-תשפ"ב.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14866
מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 9:48 pm#482879
ווער איז א בעל מדריגה?! תקפ"ב-תשפ"ב.
אין דעם יאר תקפ"ב (1821-22 למספרם) איז געווען בלויז עטליכע יאר נאך די פטירה פונ'ם חוזה מ'לובלין (תשעה באב תקע"ה). א סאך פון די תלמידי תלמידים פונ'ם בעש"ט הק' זענען נאך געווען בחיים. דער חת"ם סופר האט נאך געפיהרט זיין קהילה און ישיבה ביד רמה. (כאטש ער איז שוין געווען 59 יאר אלט. וואס האט שוין געהייסן די עלטערע יארן אין יענע צייט.). דער בעל קיצור שולחן ערוך ר' שלמה גאנצפריד איז געווען א בחור פון 18 יאר.

אונזער ציהל דא איז צו ציען א פאראלעל, א פארגלייך צווישן ווער ס'האט געהייסן א בעל מדריגה אין יענע צייט. און ווער ס'הייסט א בעל מדריגה אין אונזערע היינטיגע טעג.

מיר וועללן פרובירן אויסצורעכענען עטליכע זאכן פון דאמאלס און פארגלייכן מיט היינט.

אין יאר תקפ"ב: *ער ברעכט אויף דעם אייז און גייט זיך טובל'ן: * ער פאסט א יעדן בה"ב: *ער זאגט אויס תהילים א יעדן טאג אין די ימי שובבי"ם: *עסט נישט קיין בשר בהמה: *א יעדע שטיקל פלייש וואס ער עסט איז ער צוערשט בודק דעם חלף: *קוקט נישט ארויס פון זיינע ד' אמות:* פוצט נישט די שוך/שטיוול: *גייט נישט מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. נאר בענדליך:

תשפ"ב: *ער האט נישט קיין סמארטפאון. אויב יא. האט ער עס אוועקגעווארפן. * ער/זי האט א פליפ פאון (אויף וואס מ'רעדט א גאנצן טאג בלי הפסק): ער עסט נאר פלייש פראדוקטן פון גרילל אן לי, ווייל ס'האט א השגחה פון התאחדות: *ער פארט נאר קיין פלארידע צו אזא האטעל וואס האט די השגחה פון התאחדות: *ער גייט אויפ'ן ביעטש נאר ביינאכט ווען ס'זענען נישט דא קיין גויים און תערובות: *ער טרינקט נאר אזא .."טרוקענעם"...וויין וואס האט די השגחה פון התאחדות אדער בד"צ העדה החרדית: *ער עסט נאר פיצא און סושי מיט די שטרענגע השגחה פון התאחדות:

ווער ס'ווייסט נאך זאכן וואס מ'קען צו לייגן צו די ליסט (פון תקפ"ב-תשפ"ב) ווערט געבעטן זיך אן צו רופן...!
מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 10:24 pm#482881
תשפ"ב:
ער ניצט נאר התאחדות זאלץ,
זיין ווייב גייט מיט סימס אויפן טייץ,
ער האקט בקר אויף ר' ישעי'לעס חשבון,
זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:09 am#482884
קהל'ס נער: ייש"כ. די זאלץ (און צוקער) פון התאחדות האביך אויך געטראכט שבת נאכמיטאג . ס'איז דאך (דער אשכול) א ביצה שנולדה בשבת. פון די ווייב'ער און מיידלעך טראגן סיעמס און שפיצלעך האביך נישט געהאלטן אז מ'דארף זיין א בעל מדריגה צו דעם...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:50 am#482887
בערל:

שפיצלעך (אר סאמטהינג לייק טהעט) איז מען אויך געגאנגען אין תקפ"ב, משא"כ סימס איז דער רבי זיחרוינע'ס אינווענטשן.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 8:54 am#482905
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער...................................

איך וואלט זייער געוואלט פארשטיין די חילוק צווישן
berlbalaguleh האט געשריבן: *גייט נישט מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. נאר בענדליך:

און
berlbalaguleh האט געשריבן: תשפ"ב: *ער האט נישט קיין סמארטפאון. אויב יא. האט ער עס אוועקגעווארפן. * ער/זי האט א פליפ פאון (אויף וואס מ'רעדט א גאנצן טאג בלי הפסק): ער עסט נאר פלייש פראדוקטן פון גרילל אן לי, ווייל ס'האט א השגחה פון התאחדות: *ער פארט נאר קיין פלארידע צו אזא האטעל וואס האט די השגחה פון התאחדות: *ער גייט אויפ'ן ביעטש נאר ביינאכט ווען ס'זענען נישט דא קיין גויים און תערובות: ער טרינקט נאר אזא .."טרוקענעם"...וויין וואס האט די השגחה פון התאחדות אדער בד"צ העדה החרדית: *ער עסט נאר פיצא און סושי מיט די שטרענגע השגחה פון התאחדות:

עמטליך זענען זיי ביידער די זעלבע נאנסענס. אפשר איז נישט האבן א סמארטפאון אביסל בעסער ווי קנעפליך\בענדליך
זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:24 am#482910
berlbalaguleh האט געשריבן:פון די ווייב'ער און מיידלעך טראגן סיעמס און שפיצלעך האביך נישט געהאלטן אז מ'דארף זיין א בעל מדריגה צו דעם...!

די ברעינגסט ארויף א שטארקע קשיא וואס כ'האב שוין לאנג ציריק געטראכט,

וואס איז פשט אז מען קען זעין פרויען אין סאטמאר (וכל שום וחניכא דאית ליה) וואס זיי האבן גאנץ א קליינע פראבלעים מיט צניעות, אפגערעדט פון די סאטמערע סטענדערט, נאר אפילו זאכן וואס רוב פוסקים האלטן איז א פראבלעים פון צניעות (כ'קען נישט אריין גיין אין פרטים מפני ה...), אבער די הייליגע סים וואס די רבי זיכרוינע האט מייסד געוועין, פון דעים רירט זי זיך נישט אוועק, אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיט די סימס וועט די רבי איר ארויס שלעפן פון שאול תחתית,

די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס,

וואס איז פשט אין די תופעה?
זענען זיי סתם טיפשים, פאדרייטע קעפ, אדער ווייסען זיי עפעס וואס איך ווייס נישט?
זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:30 am#482912

די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת

באמת?
זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:07 pm#482916
קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פון די ווייב'ער און מיידלעך טראגן סיעמס און שפיצלעך האביך נישט געהאלטן אז מ'דארף זיין א בעל מדריגה צו דעם...!

די ברעינגסט ארויף א שטארקע קשיא וואס כ'האב שוין לאנג ציריק געטראכט,

וואס איז פשט אז מען קען זעין פרויען אין סאטמאר (וכל שום וחניכא דאית ליה) וואס זיי האבן גאנץ א קליינע פראבלעים מיט צניעות, אפגערעדט פון די סאטמערע סטענדערט, נאר אפילו זאכן וואס רוב פוסקים האלטן איז א פראבלעים פון צניעות (כ'קען נישט אריין גיין אין פרטים מפני ה...), אבער די הייליגע סים וואס די רבי זיכרוינע האט מייסד געוועין, פון דעים רירט זי זיך נישט אוועק, אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיט די סימס וועט די רבי איר ארויס שלעפן פון שאול תחתית,

די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס,

וואס איז פשט אין די תופעה?
זענען זיי סתם טיפשים, פאדרייטע קעפ, אדער ווייסען זיי עפעס וואס איך ווייס נישט?

קהל'ס נער: ווען איך קען געב איך דיר 6 לייקס פאר די תגובה. דו האסט ממש ארויסגעברענגט וואס איך טראכט. אין ביידע קעיסעס. איז וואס דו זאגסט אמת ויציב...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:07 pm#482917
קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פון די ווייב'ער און מיידלעך טראגן סיעמס און שפיצלעך האביך נישט געהאלטן אז מ'דארף זיין א בעל מדריגה צו דעם...!

די ברעינגסט ארויף א שטארקע קשיא וואס כ'האב שוין לאנג ציריק געטראכט,

וואס איז פשט אז מען קען זעין פרויען אין סאטמאר (וכל שום וחניכא דאית ליה) וואס זיי האבן גאנץ א קליינע פראבלעים מיט צניעות, אפגערעדט פון די סאטמערע סטענדערט, נאר אפילו זאכן וואס רוב פוסקים האלטן איז א פראבלעים פון צניעות (כ'קען נישט אריין גיין אין פרטים מפני ה...), אבער די הייליגע סים וואס די רבי זיכרוינע האט מייסד געוועין, פון דעים רירט זי זיך נישט אוועק, אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיט די סימס וועט די רבי איר ארויס שלעפן פון שאול תחתית,

די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס,

וואס איז פשט אין די תופעה?
זענען זיי סתם טיפשים, פאדרייטע קעפ, אדער ווייסען זיי עפעס וואס איך ווייס נישט?

וואס זאל ער טוהן, ער זאל גיין אן הויזן אויפ'ן גאס?

זייער אסאך זאכען וואס אונז זענען רגיל אוועק צומאכן קומט פון ריסענטמענט אדער ווייטאג, און מ'איז גאר גערעכט מיט דעם. אבער אז מ'טראכט פראקטיש איז עס גארנישט אזא געוואלד. נעם די סיעמס, אדער בעלזע זאקען וואס די דערמאנסט, דער וואס טראגט דאס, טראגט עס ווייל ער/זי איז א פארשטענדליכע מענטש און גייט אנגעטוהן לפי זיין סביבה אדער קהילה. אויב פאר זיי פערזענליך שטימט נישט די מנהגים און תקנות פון זייער סביבה, פארוואס זאלען זיי איבערדרייען זייער לעבן, אפי' ביי זאכען וואס גייט זיי נישט און לעבן, אדער ס'איז צו א גרויסע מערכה אויב מ'טוט דאס בריש גלי.

ביים בעלזער באדערט דיך שווארצע זאקען, איז פארוואס באדערט דיך נישט די בעקיטשע פון א גרויסע חלק פון חסידישע יודן וואס האלטן נישט דערביי, תירוץ איז ווייל פאר דיר איז דאס "נארמאל", און אין בעלזא איז שווארצע זאקען נארמאל, אין סקווירא שטיוועל און סאטמאר סיעמס.

נעם א סטאלינער וואס האט נישט קיין ערענסטע אמונה, ווען ער קומט אין בית מדרש זאל ער דאווענען דוקא שטיל כדי צו זיין א דובר אמת בלבבו?

ס'נישט דא א טענה פון היפאקריסי. מ'קען זיין אן איש אמת און אויף איין מאל אויס טוהן די אלע חסיד'ישע מלבושים. מ'וועט זיין גערעכט, און דאס איז די ריכטיגע מושג פון אמת און אויפריכטיגקייט, אבער אמאל איז בעסער צו ניצען פראקטישע שכל און נאר טוישען זאכען וואס האבן א מעגליכקייט צו געטוישט ווערען. אפי' פאר זיך איז נישט אייביג א חכמה צו זיין גערעכט. אפי' אז מ'פלאנט יא צו טוישן די דברים שבגלויַ, איז אמאל בעסער און אכט נעמען ווי אזוי און ווען מ'טוט עס.

איך האב נישט קיין שייכות מיט בעלזא, אבער וואס די שרייבסט וועגען חילול שבת וכו', איז איינסט פון די צוויי, אדער לשון הרע, אדער מוציא שם רע. בכל אופן, טראכט אליינס פון די זאכן וואס די האלטס נישט דערפון, אבער דאך שלינגסט עס אראפ לעת עתה, נוץ די זעלבען קנה מידה פאר יענעם אויך.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:53 pm#482922
כפול
זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:02 pm#482924
וואלווי האט געשריבן:
איך האב נישט קיין שייכות מיט בעלזא, אבער וואס די שרייבסט וועגען חילול שבת וכו', איז איינסט פון די צוויי, אדער לשון הרע, אדער מוציא שם רע. בכל אופן, טראכט אליינס פון די זאכן וואס די האלטס נישט דערפון, אבער דאך שלינגסט עס אראפ לעת עתה, נוץ די זעלבען קנה מידה פאר יענעם אויך.

איך רעדט פון א מיעוטא דמיעוטא וואס רעפרעזענטירט נישט בעלזא, אדרבא בעלזא עס עי קאמיוניטי איז זייער א ערליכע חסידות.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:32 pm#482929
וואלווי האט געשריבן:
איך האב נישט קיין שייכות מיט בעלזא, אבער וואס די שרייבסט וועגען חילול שבת וכו', איז איינסט פון די צוויי, אדער לשון הרע, אדער מוציא שם רע. בכל אופן, טראכט אליינס פון די זאכן וואס די האלטס נישט דערפון, אבער דאך שלינגסט עס אראפ לעת עתה, נוץ די זעלבען קנה מידה פאר יענעם אויך.

א פאון איז לויט רוב פוסקים נישט קיין חילול שבת, אזוי ווי די עירוב אין וויליאמסבורג.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:41 pm#482942
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער...................................

איך וואלט זייער געוואלט פארשטיין די חילוק צווישן
berlbalaguleh האט געשריבן: *גייט נישט מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. נאר בענדליך:

און
berlbalaguleh האט געשריבן: תשפ"ב: *ער האט נישט קיין סמארטפאון. אויב יא. האט ער עס אוועקגעווארפן. * ער/זי האט א פליפ פאון (אויף וואס מ'רעדט א גאנצן טאג בלי הפסק): ער עסט נאר פלייש פראדוקטן פון גרילל אן לי, ווייל ס'האט א השגחה פון התאחדות: *ער פארט נאר קיין פלארידע צו אזא האטעל וואס האט די השגחה פון התאחדות: *ער גייט אויפ'ן ביעטש נאר ביינאכט ווען ס'זענען נישט דא קיין גויים און תערובות: ער טרינקט נאר אזא .."טרוקענעם"...וויין וואס האט די השגחה פון התאחדות אדער בד"צ העדה החרדית: *ער עסט נאר פיצא און סושי מיט די שטרענגע השגחה פון התאחדות:

עמטליך זענען זיי ביידער די זעלבע נאנסענס. אפשר איז נישט האבן א סמארטפאון אביסל בעסער ווי קנעפליך\בענדליך

אויסער געוויינטליך: איך בין אויסער געוויינטליך צופרידן אז איך האב (ב"ה) די זכי' דיר צו ענטפערן.

ווי ס'זעהט אויס ווייסט דו נישט די היסטאריע פון בענדליך/קנעפליך. ס'איז א דבר ידוע אז אין בעלזא איז מען אייביג געווען אקעגן התחדשות. האטציך געמאכט אמאל ביים מיטל'ן רב (ר' יהושע מ'בעלזא זי"ע) איז איינער פון די יושבים (דאס איז א פרשה וואס ס'איז כדאי צו לערנען דערוועגן.) אין ביהמ"ד אריינגעקומען מיט קנעפלעך אויף זיין העמד. וואס איז בשעתו געווען א מאדערנע זאך. האט איהם דער רב געזאגט מוסר איבער דעם. האט זיך דער חסיד פארענטפערט...."וואס איז דען אז איך לייג מיר קנעפלעך אויף מיין העמד? האט דער רב איהם געזאגט אז ווען דו צלאסט נאך פון אידישקייט, שמד'ט זיך א איד (ר"ל) אין פאריז. ער האט עס מסביר געווען מיט א פסוק..."יעקב חבל נחלתו. דאס אידישע פאלק איז אזוי ווי א שטריק. אויב איינער אויבן לאזט נאך פאלט דער גאנצער שטריק אראפ...ודפח"ח...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:45 pm#482943
berlbalaguleh האט געשריבן:

ווי ס'זעהט אויס ווייסט דו נישט די היסטאריע פון בענדליך/קנעפליך. ס'איז א דבר ידוע אז אין בעלזא איז מען אייביג געווען אקעגן התחדשות. האטציך געמאכט אמאל ביים מיטל'ן רב (ר' יהושע מ'בעלזא זי"ע) איז איינער פון די יושבים (דאס איז א פרשה וואס ס'איז כדאי צו לערנען דערוועגן.) אין ביהמ"ד אריינגעקומען מיט קנעפלעך אויף זיין העמד. וואס איז בשעתו געווען א מאדערנע זאך. האט איהם דער רב געזאגט מוסר איבער דעם. האט זיך דער חסיד פארענטפערט...."וואס איז דען אז איך לייג מיר קנעפלעך אויף מיין העמד? האט דער רב איהם געזאגט אז ווען דו לאזסט נאך פון אידישקייט, שמד'ט זיך א איד (ר"ל) אין פאריז. ער האט עס מסביר געווען מיט א פסוק..."יעקב חבל נחלתו. דאס אידישע פאלק איז אזוי ווי א שטריק. אויב איינער אויבן לאזט נאך פאלט דער גאנצער שטריק אראפ...ודפח"ח...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:12 pm#482948
קהל'ס נער האט געשריבן:די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס

מ'פארציילט אויף א יונגערמאן א באוואוסטע געוועזענע בעלז'ער וואס האט אפגעלאזט אידישקייט צוזאמען מיט זיין ווייב און אלע קינדער אפאר יאר צוריק אז זיין ברעיקינג פוינט איז געווען ווען איינמאל איז ער געגאנגען שבת מיט זיין פאון אין טאש און ער האט זיך צוגעשטופט צו זיין נאנט צום רב און די רב האט עם גארנישט געזאגט און נישט מרגיש געווען.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:20 pm#482950
קלונימוס: ס'איז דא אן ענליכע מעשה. געווען באשריבן אין א פרייע צייטונג אין ארץ ישראל. אבער שוין. וואס לאמיר רעדן...?! ווייל דאס איז נאר א תירוץ פאר די או.טי,.די.'ס אייביג צו בלעימען א צווייטן. נאר נישט זיך אליין...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 4:46 pm#482965
קלונימוס האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס

מ'פארציילט אויף א יונגערמאן א באוואוסטע געוועזענע בעלז'ער וואס האט אפגעלאזט אידישקייט צוזאמען מיט זיין ווייב און אלע קינדער אפאר יאר צוריק אז זיין ברעיקינג פוינט איז געווען ווען איינמאל איז ער געגאנגען שבת מיט זיין פאון אין טאש און ער האט זיך צוגעשטופט צו זיין נאנט צום רב און די רב האט עם גארנישט געזאגט און נישט מרגיש געווען.

יא די איד הייסט א. פ. (אויב מען מעיג דא זאגן נעימען וועל איך זאגן די גאנצע נאמען)

דעיס איז סתם א תירוץ, (כמו שכתב בערל) עס ווייזט איינס פון די צוויי זאכן, אדער אז אדמו"ר מבעלזא האט נישט קיין רוח הקודש, אדער אז די הלכה איז אז מען מעיג האבן א פאון אין שבת אזוי ווי אסאך פוסקים האלטן,

אזוי צי אזוי, ווייזט עס עפעס צי ס'דא א אייבישטער, אדער צי תורת משה מסיני, ניין.

אמתלא בעלמא היא.

איך האב אמאל געליינט פון א או טי די, אז זיין ברעיקינג פוינט איז געוועין ווען ער האט גערייכערט א ציגערעטל אין שבת, און...האלטס ענק געשפאנט.....ער איז נישט געשטארבן, זאג ס'שטייט ערגעץ אז אויב מ'איז מחלל שבת שטארבט מען? אלא כדאמרינן לעיל.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:37 pm#482986
קהל'ס נער: דעיס אז אדמו"ר מ'בעלזא שליט"א האט נישט... שוין...!

ועוד: די אפיקורסים זאגן אז אויף דעים דארף מען נישט קיין מופת...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:13 pm#482995
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: דעיס אז אדמו"ר מ'בעלזא שליט"א האט נישט... שוין...!

בערל: איך גלייב אז עס זענען דא רבי'ס וואס האבן רוח הקודש, פאר די סעים ריזען פאר וואס די גלייבסט אין תורה מסיני.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:17 pm#482998
קהל'ס נער: ביטע שיק מיר אריין די ליסט. אויב האסטו נישט גענוג פלאץ אויף איין זייט. קענסטו ניצן די צווייטע זייט פון פעידזש...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:26 pm#483000
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ביטע שיק מיר אריין די ליסט. אויב האסטו נישט גענוג פלאץ אויף איין זייט. קענסטו ניצן די צווייטע זייט פון פעידזש...!

זעיט אויס האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג.
איז אזוי, פארוואס גלייבסטו (און איך) אין תורה מסיני כאטש ס'נישט דא קיין שום ראיה צי דעים, ווייל מיין טאטע האט מיך אזוי געזאגט. פינטל מיט א פ"א.
אט די זעלבע טאטע האט מיך געזאגט אז מיין רבי האט רוח הקודש, אפילו ס'איז נישטא קיין ראיה צי דעים.

אדער קען איך ביידע נישט גלייבן, אדער קען איך ביידע יא גלייבן, איך האב געטשוסט די צווייטע.

פארשטאנען?
זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:36 pm#483011
תקפ״ב: קאפל און ציצית. תשפ״ב: ברייטע הוט, בעקישע (ריפס בדוחק), קורצע הויזן מיט לאנגע זאקן דייקא שווארץ, אומבאקוועמע שיך, פאות שאין להם שיעור, רירט נישט צו די בארד. שבת קומט צו: שטריימל, רעזוואלקע (ח״ו נישט קיין געהעריג מאנטל).

תקפ״ב: די ווייב גייט אין מקוה איין מאל א חודש. תשפ״ב: בנוסף גייט אויך דער מאן מינימום איין מאל א טאג.

תקפ״ב: האט געלערנט ביים מלמד ביז די זעקס יאר. תשפ״ב: קוועטשט די באנק מיט בויך סברות ביז׳ן שטארבן.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:55 pm#483012
קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ביטע שיק מיר אריין די ליסט. אויב האסטו נישט גענוג פלאץ אויף איין זייט. קענסטו ניצן די צווייטע זייט פון פעידזש...!

זעיט אויס האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג.
איז אזוי, פארוואס גלייבסטו (און איך) אין תורה מסיני כאטש ס'נישט דא קיין שום ראיה צי דעים, ווייל מיין טאטע האט מיך אזוי געזאגט. פינטל מיט א פ"א.
אט די זעלבע טאטע האט מיך געזאגט אז מיין רבי האט רוח הקודש, אפילו ס'איז נישטא קיין ראיה צי דעים.

אדער קען איך ביידע נישט גלייבן, אדער קען איך ביידע יא גלייבן, איך האב געטשוסט די צווייטע.

פארשטאנען?

אז מ'איז שוין פארפארן וועל איך נאר צולייגן מיינע עטליכע שירות.
איך גלייב אין תורה מסיני ווייל אזוי האט איך מקובל פון מיין טאטע וואס האט עס געהערט פון זיין טאטע און ער פון זיין טאטע ביז די עלטער עלטער עלטער.......... זיידע וואס איז אליין געווען ביי מתן תורה. משא"כ דאס אז דיין רבי האט רוה"ק, דאס האט דיין טאטע אדער זיידע אפגעמאכט און דאס איז נישט עפעס וואס איז מקובל פון דורי דורות
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 5:00 am#483024
שמעון וואלף האט געשריבן:

l viewtopic.php?p=479129#p479129 l
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:34 am#483030
קהל'ס נער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
איך האב נישט קיין שייכות מיט בעלזא, אבער וואס די שרייבסט וועגען חילול שבת וכו', איז איינסט פון די צוויי, אדער לשון הרע, אדער מוציא שם רע. בכל אופן, טראכט אליינס פון די זאכן וואס די האלטס נישט דערפון, אבער דאך שלינגסט עס אראפ לעת עתה, נוץ די זעלבען קנה מידה פאר יענעם אויך.

איך רעדט פון א מיעוטא דמיעוטא וואס רעפרעזענטירט נישט בעלזא, אדרבא בעלזא עס עי קאמיוניטי איז זייער א ערליכע חסידות.

קהל'ס נער: די זעלבע אין סאטמאר. וואס א פאר יחידים טוען אלס יחידים רעפלעקטירט נישט אויפ'ן גאנצן חסידות...!
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:47 pm#483084
berlbalaguleh האט געשריבן:
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער...................................

איך וואלט זייער געוואלט פארשטיין די חילוק צווישן
berlbalaguleh האט געשריבן: *גייט נישט מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. נאר בענדליך:

און
berlbalaguleh האט געשריבן: תשפ"ב: *ער האט נישט קיין סמארטפאון. אויב יא. האט ער עס אוועקגעווארפן. * ער/זי האט א פליפ פאון (אויף וואס מ'רעדט א גאנצן טאג בלי הפסק): ער עסט נאר פלייש פראדוקטן פון גרילל אן לי, ווייל ס'האט א השגחה פון התאחדות: *ער פארט נאר קיין פלארידע צו אזא האטעל וואס האט די השגחה פון התאחדות: *ער גייט אויפ'ן ביעטש נאר ביינאכט ווען ס'זענען נישט דא קיין גויים און תערובות: ער טרינקט נאר אזא .."טרוקענעם"...וויין וואס האט די השגחה פון התאחדות אדער בד"צ העדה החרדית: *ער עסט נאר פיצא און סושי מיט די שטרענגע השגחה פון התאחדות:

עמטליך זענען זיי ביידער די זעלבע נאנסענס. אפשר איז נישט האבן א סמארטפאון אביסל בעסער ווי קנעפליך\בענדליך

אויסער געוויינטליך: איך בין אויסער געוויינטליך צופרידן אז איך האב (ב"ה) די זכי' דיר צו ענטפערן.

ווי ס'זעהט אויס ווייסט דו נישט די היסטאריע פון בענדליך/קנעפליך. ס'איז א דבר ידוע אז אין בעלזא איז מען אייביג געווען אקעגן התחדשות. האטציך געמאכט אמאל ביים מיטל'ן רב (ר' יהושע מ'בעלזא זי"ע) איז איינער פון די יושבים (דאס איז א פרשה וואס ס'איז כדאי צו לערנען דערוועגן.) אין ביהמ"ד אריינגעקומען מיט קנעפלעך אויף זיין העמד. וואס איז בשעתו געווען א מאדערנע זאך. האט איהם דער רב געזאגט מוסר איבער דעם. האט זיך דער חסיד פארענטפערט...."וואס איז דען אז איך לייג מיר קנעפלעך אויף מיין העמד? האט דער רב איהם געזאגט אז ווען דו צלאסט נאך פון אידישקייט, שמד'ט זיך א איד (ר"ל) אין פאריז. ער האט עס מסביר געווען מיט א פסוק..."יעקב חבל נחלתו. דאס אידישע פאלק איז אזוי ווי א שטריק. אויב איינער אויבן לאזט נאך פאלט דער גאנצער שטריק אראפ...ודפח"ח...!

געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער....................................

יעצט האסטו צוגעלייגט די ווארט בעלזא צו די מעשה. קיין חילוק זעי איך נאכנישט. וואס איז די חילוק צווישן 'חבל נחלתו' פון בענדליך און 'חבל נחלתו' פון סושי מיט אן אנדערע הכשר. ווען א מענטש אין וויליאמסבורג עסט פיצא און סושי אן די שטרענגע השגחה פון התאחדות, עסט דער בעלזער חסיד בעלזער פלייש רח"ל.
ביי מיר זענען ביידע די זעלבע ניווא.
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 5:16 pm#483094
אויסער געוויינדליך: דו האסט נישט געכאפט די מיין פון ..."יעקב חבל נחלתו"... געוויינליך ביניך נישט מסביר ווען איינער רעדט שטותים. נאר יעצט וועל איך אויסער געוויינליך מסביר זיין.

אויב א בעלזא'ער אדער א וויזשניצער חסיד עסט סושי אדער טשיקן קאטלעטס איז א קליינער נפקא מינה. נאר (און דאס איז געווען די תשובה פון בעלזער רב) אויב א חסיד, א יושב וועלכער איז אן עובד ה' לאזט נאך א ביסל פון זיין אידישקייט, האט דאס א השפעה אויף דעם גאנצן כלל ישראל. און א נישט רעליגיעזער איד וועלכער וואוינט אין פאריז לאזט אויך נאך א ביסל פון זיין אידישקייט. און ער שמדט זיך (רח"ל)...!
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:40 pm#483181
שמעון וואלף האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ביטע שיק מיר אריין די ליסט. אויב האסטו נישט גענוג פלאץ אויף איין זייט. קענסטו ניצן די צווייטע זייט פון פעידזש...!

זעיט אויס האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג.
איז אזוי, פארוואס גלייבסטו (און איך) אין תורה מסיני כאטש ס'נישט דא קיין שום ראיה צי דעים, ווייל מיין טאטע האט מיך אזוי געזאגט. פינטל מיט א פ"א.
אט די זעלבע טאטע האט מיך געזאגט אז מיין רבי האט רוח הקודש, אפילו ס'איז נישטא קיין ראיה צי דעים.

אדער קען איך ביידע נישט גלייבן, אדער קען איך ביידע יא גלייבן, איך האב געטשוסט די צווייטע.

פארשטאנען?

אז מ'איז שוין פארפארן וועל איך נאר צולייגן מיינע עטליכע שירות.
איך גלייב אין תורה מסיני ווייל אזוי האט איך מקובל פון מיין טאטע וואס האט עס געהערט פון זיין טאטע און ער פון זיין טאטע ביז די עלטער עלטער עלטער.......... זיידע וואס איז אליין געווען ביי מתן תורה. משא"כ דאס אז דיין רבי האט רוה"ק, דאס האט דיין טאטע אדער זיידע אפגעמאכט און דאס איז נישט עפעס וואס איז מקובל פון דורי דורות

די כאפסט נישט אז די זעלבע זיידע וואס האט אפגעמאכט אז די רבי האט רוה"ק, האט פינקט אזוי געקענט אויפמאכן די מעשה פון מעמד הר סיני.
איך זעי נאך נישט פארוואס מעמד הר סיני איז ביי דיך מער באגלייבט ווי רוה"ק.
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:44 pm#483184
berlbalaguleh האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
איך האב נישט קיין שייכות מיט בעלזא, אבער וואס די שרייבסט וועגען חילול שבת וכו', איז איינסט פון די צוויי, אדער לשון הרע, אדער מוציא שם רע. בכל אופן, טראכט אליינס פון די זאכן וואס די האלטס נישט דערפון, אבער דאך שלינגסט עס אראפ לעת עתה, נוץ די זעלבען קנה מידה פאר יענעם אויך.

איך רעדט פון א מיעוטא דמיעוטא וואס רעפרעזענטירט נישט בעלזא, אדרבא בעלזא עס עי קאמיוניטי איז זייער א ערליכע חסידות.

קהל'ס נער: די זעלבע אין סאטמאר. וואס א פאר יחידים טוען אלס יחידים רעפלעקטירט נישט אויפ'ן גאנצן חסידות...!

בערעלע: ביסט גערעכט.
וואלווי האט געהאט טענות אז איך בארעד בעלזא, האב איך פארענטפערט בעלזא.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:30 am#483206
קהל'ס נער האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ביטע שיק מיר אריין די ליסט. אויב האסטו נישט גענוג פלאץ אויף איין זייט. קענסטו ניצן די צווייטע זייט פון פעידזש...!

זעיט אויס האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג.
איז אזוי, פארוואס גלייבסטו (און איך) אין תורה מסיני כאטש ס'נישט דא קיין שום ראיה צי דעים, ווייל מיין טאטע האט מיך אזוי געזאגט. פינטל מיט א פ"א.
אט די זעלבע טאטע האט מיך געזאגט אז מיין רבי האט רוח הקודש, אפילו ס'איז נישטא קיין ראיה צי דעים.

אדער קען איך ביידע נישט גלייבן, אדער קען איך ביידע יא גלייבן, איך האב געטשוסט די צווייטע.

פארשטאנען?

אז מ'איז שוין פארפארן וועל איך נאר צולייגן מיינע עטליכע שירות.
איך גלייב אין תורה מסיני ווייל אזוי האט איך מקובל פון מיין טאטע וואס האט עס געהערט פון זיין טאטע און ער פון זיין טאטע ביז די עלטער עלטער עלטער.......... זיידע וואס איז אליין געווען ביי מתן תורה. משא"כ דאס אז דיין רבי האט רוה"ק, דאס האט דיין טאטע אדער זיידע אפגעמאכט און דאס איז נישט עפעס וואס איז מקובל פון דורי דורות

די כאפסט נישט אז די זעלבע זיידע וואס האט אפגעמאכט אז די רבי האט רוה"ק, האט פינקט אזוי געקענט אויפמאכן די מעשה פון מעמד הר סיני.
איך זעי נאך נישט פארוואס מעמד הר סיני איז ביי דיך מער באגלייבט ווי רוה"ק.

א גאונות'דיגע צאמשטעל.

לאמיך טרייען נאכאמאל. מעמד הר סיני האט מיין זיידע נישט אפגעמאכט אז דאס איז געשען. ער האט דאס געהערט פון זיין טאטע און זיין טאטע פון זיין טאטע און אזוי ווייטער ביז די דור וואס האט עס אליין געזעהן. איך טראכט נישט אז איינער אין די טשעין איז געווען סתם א ליגנער וואס האט געבאקן די מעשה.

יעצט זיי מסביר וויאזוי מ'קען זאגן די זעלבע לגבי צו א רבי האט רוח הקודש
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 6:03 am#483212

איך האב געלינקט אויבן א אשכול ווי די קענסט פארשטיין די צושטעל
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 7:46 am#483214
שמעון וואלף האט געשריבן:א גאונות'דיגע צאמשטעל.

לאמיך טרייען נאכאמאל. מעמד הר סיני האט מיין זיידע נישט אפגעמאכט אז דאס איז געשען. ער האט דאס געהערט פון זיין טאטע און זיין טאטע פון זיין טאטע און אזוי ווייטער ביז די דור וואס האט עס אליין געזעהן. איך טראכט נישט אז איינער אין די טשעין איז געווען סתם א ליגנער וואס האט געבאקן די מעשה.

יעצט זיי מסביר וויאזוי מ'קען זאגן די זעלבע לגבי צו א רבי האט רוח הקודש

יעצט לאז מיך טרייען נאכאמאל.

אט די זעלבע זיידע וואס די האלסט אז ער איז א ליגענער פארן אויפמאכן אז די רבי האט רוה"ק, האט פינקט אזוי אויפגעמאכט אז ער האט געהערט פון זיין טאטע, און זיין טאטע פון זיין זיידע וכו' אז ער איז געוועין ביי מתן תורה.

אין קורצן אויב די האלטסט אז דיין זיידע איז א ליגענער, דאן קענסטו זיך נישט וועילן וואס צי גלייבן.

אויף דעים ארויף האב איך געזאגט אדער גלייבסטו אלעס וואס דיין זיידע זאגט, אדער גארנישט.

אין ישיבה וואלט מען עס אפגעלערנט אזוי.
מה ראית להרבות את מתן תורה ולהוציא רוח הקודש?
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:20 am#483215
קהל'ס נער: מזל טוב. דו האלטסט שוין ב"ה ביי איבער 100 תגובות. כה יתן ה' וכה יוסיף. געזונטערהייט. ס'איז א נחת (ספעציעל פאר מיר) צו זעהן דיך דרייען זיך דא אין קאווע שטיבל.לאורך ימים ונשים...!
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:00 am#483235
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: מזל טוב. דו האלטסט שוין ב"ה ביי איבער 100 תגובות. כה יתן ה' וכה יוסיף. געזונטערהייט. ס'איז א נחת (ספעציעל פאר מיר) צו זעהן דיך דרייען זיך דא אין קאווע שטיבל.לאורך ימים ונשים...!

שקויעך בערי:

איך האף גראדע נישט צי דא זיין פאר צי לאנג, נאר יעצט האב איך א דזשאב וואס איז בארינג עס העלל (נישט טוביה מאיר'ס), איינמאל איך גיי אריין אין ביזנעס אי"ה וועל איך שוין נישט האבן קיין צייט צי פארברעינגען דא.

אבער ווי לאנג מען קען, ענדזשוי איך דא יעדע מינוט
דינסטאג אקטאבער 19, 2021 9:40 am#483529
מעניין לעניין האב איך געהערט א אינטערסאנטע אנעקדאט, אז ס’איז געווען אין איינע פון די בעלזא בתי מדרשים בשעת סאיז געווען א שמחה ביים רבין איז געווען א ריזיגע סקרין אין בית מדרש מיטצוהאלטן די שמחה פון די ווייטנס, האט זיך א עלטערע איד אויפגעשטעלט און באדעקט די זייגער פון די סקרין ווייל אין בעלזא האט מען מקפיד געווען נישט צו הענגען קיין זייגערס אין בית מדרש.......
דינסטאג אקטאבער 19, 2021 9:46 am#483530
תרמב: דאס דערמאנט מיך די מעשה פונ'ם חלום וואס בערל בעל עגלה האט פארציילט אז ער האט געחלומ'ט ווי די רבי האט געהייסן פאר איד צו טון א מלאכה אום שבת (ביי די פייער) נישט פאר א גוי. ווייל אמירה לעכו"ם שבות...לאל