Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

קאווע שטיבל • קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 368 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14883
זונטאג אקטאבער 17, 2021 12:12 pm#483422
קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אין מאנסי טוט זיך טישן אויף בענק די לעצטע וואכן ווען הרב יחזקאל ווייס פירט אן מיט א העפטיגע קאמפיין קעגן די מאנסי פייער דעפארטמענט. ער שרייט אויף די חילול שבת און חילול השם וואס קומט דארט פאר.

ער האט אנגעהויבן די קאמפיין נאכדעם וואס די פייער דעפארטמענט האט אפאלירט צום היימישן ציבור זיך אנצושליסן אין די אגענטור.

ער שרייט אז זיין אנגעשלאסן אין די דעפארטמענט ברענגט ערענסטע פראבלעמען אין שמירת שבת און צניעות.

ער ארבעט צו איבערדרייען די דעפארטמענט צו א גענצליך אידישע פייער סטאנציע וואס וועט זיך פירן פולקאם ע״פ דרך התורה.
זונטאג אקטאבער 17, 2021 12:14 pm#483423
B2CFAA86-73A3-4389-9138-6DA5C8276F1D.jpeg
זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:12 pm#483424
פאר די וואס עס איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס חברה הצלה האט נישט קיין פרויען אפטיילונג, און פארוואס חברה הצלה נעמט נישט אן יעדער וואס וויל א לעלאָ, קען אלעס פארענטפערן מיט די מאנסי פייער דעפט. וד''ל.
זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:15 pm#483425
קורקלענד האט געשריבן:פאר די וואס עס איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס חברה הצלה האט נישט קיין פרויען אפטיילונג, און פארוואס חברה הצלה נעמט נישט אן יעדער וואס וויל א לעלאָ, קען אלעס פארענטפערן מיט די מאנסי פייער דעפט. וד''ל.

ס'איז טאקע אזוי שלעכט ווי ער לייגט עס אראפ? אדער ס'איז טיפיקעל חזקל ווייס - "אישו פון א טישו"...

איך פרעג ווייל כ'ווייס נישט.
זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:31 pm#483426
ר' יחזקאל ווייס איז טאקע אביסל א קוריאזע פערזענליכקייט, אבער "טיפיקל אישו פון א טישו" איז לאו דווקא עפעס וואס קלעבט צו איהם. קענסט אפשר מפרט זיין וואס דו מיינסט?
זונטאג אקטאבער 17, 2021 2:03 pm#483427
yn.NY האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:פאר די וואס עס איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס חברה הצלה האט נישט קיין פרויען אפטיילונג, און פארוואס חברה הצלה נעמט נישט אן יעדער וואס וויל א לעלאָ, קען אלעס פארענטפערן מיט די מאנסי פייער דעפט. וד''ל.

ס'איז טאקע אזוי שלעכט ווי ער לייגט עס אראפ? אדער ס'איז טיפיקעל חזקל ווייס - "אישו פון א טישו"...

איך פרעג ווייל כ'ווייס נישט.

וואו שלעכט לייגע ער עס שוין אראפ? אז מהאט געמאכט א פילם אום שבת ווען דערביי דרייען זיך דארט יידישע קינדער?
שוין געהערט אזאנס, כווייס אפילו נישט צו סאיז אן איסור
זונטאג אקטאבער 17, 2021 2:18 pm#483428
אויב מיינט ער עס לשם שמים ווינטש איך אים הצלחה אויף אלע פראנטן און ער זאל קענען אויספירן זיין מטרה
זונטאג אקטאבער 17, 2021 2:34 pm#483429
פאר די וואס ווייסען נישט דארף מען אביסעלע מסביר זיין, וואס דא גייט פאר (לויט ווי סאך איך ווייס...)

אנדערש ווי אין די סיטי, איז די פייער דעפארטמענט אין אפסטעיט מער ווייניגער צוזאמגעשטעלט פון וואלונטירן, וואס לויפן צו קאול"ס פונקט אזוי ווי חברה הצלה, מיט זייער אייגענע קארס. (עס ארבעט און א שיפט, ווער ס'דארף קומען קודם צו די גאראדזש און אויפ-פיקען די טראק)
און מאנסי איז דא די Brewer Fire Company וואס איז שוין פאר צענדליגע יארן ליידער געווען אנגעפילט אפגעפארענע בחורים ובחורות וואס האבן פארברענגט אינאיינעם און נישט געהאט קיין פראבלעם מיט חילול שבת וכו.
די לעצטע שטיק צייט האט זיך אבער אריינגעריקט א נייע סטייל ביי אפילו היימישע יונגעלייט וואס זענען אביסעל מער קיל... זיך צו גיין אנשליסן דארט, עד כדי כך אז אפי' די פייער טשיפ'ס זענען היינט צוטאגס שוין היימישע יונגערלייט!
יעצט האט זיך חעזקל ווייס זיך אריינגעריקט דארט (פארוואס, האבעך נישט קיין אנונג...) און ער פרובירט צו מאכן א מצב וועגען די חילול שבת. אין אנהויב האבן די פייער וואלונטירן געבלאזן אויף איהם, אבער יעצט זענען זיי גרייט צו הערן וואס ער האט צו זאגען, און אין פאקט איז היינט זונטאג דא א שיעור אין פאפא ביהמ"ד אין מאנסי דורך די רב פון מצילי אש און קרית יואל, און די מאנסי פייער דעפארטמענט האט געשיקט זייערע וואלונטירן הערן וואס ער האט צו זאגען!
זונטאג אקטאבער 17, 2021 9:12 pm#483439
פארט ארום ווידיאו ווי ר' יחזקאל האט היינט געגעבן א ענגלישע סטעטמענט אין פאפא ביהמ"ד וועגן דעם ענין
ער האט גאנץ א פיינע ענגליש
איינער קען עס ארויףברענגען
זונטאג אקטאבער 17, 2021 10:31 pm#483441
סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
זונטאג אקטאבער 17, 2021 10:46 pm#483443
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
Freedom fighters
פארשייסטו יא?

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 17, 2021 10:50 pm#483444
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?


ווייל באמת וואלט מען זיי געדארפט רופען מכבי אש - נאר וויבאלד אזוי רופט מען די פייערלעשער אין די מדינה - האט מען געטוישט דעם נאמען
ותנוח דעתו דרביה"ק...
זונטאג אקטאבער 17, 2021 11:04 pm#483445
אונז אלע ווייסן מיר די מעשה מיט'ן רעבינ'ס קוה. שוין איבערדערציילט עטליכע מאל דורך בערל בעל עגלה.

דער הרב יחזקאל ווייס שליט"א וועט אזוי לאנג פארפיהרן און מקנא זיין קנאת ה' צבקות, ביז...איין שבת וועט (ה' ישמרנו, רחמנא ליצלן, דער אייבישטער זאל אפהיטן, היו לא תהיה. ס'זאלל נישט אויסגערעדט זיין. ח"ו) אויסברעכן א פייער ביים רעבי'ן שליט"א אינדערהיים. דער טשאלנט אויפ'ן בלעך האטציך אוועקגערוקט און ס'האט איבערגעדרייט א טאפ מיט הייסע אויל וואס איז דארט געשטאנען גרייט פאר'ן קוגל פון די קומענדיגע וואך. וואס די רביצין שתליט"א האט נישט געהאט קיין צייט אריינצולייגן אין רעפרידזשערעיטאר. דער טאפ מיט די אויל האטציך אויסגעגאסן אויף די פלאם פייער פון געז רענטש. און ס'האטצחיך גענומען פלאקערן. אום 3 אזייגער פארטאגס. דער רב שליט"א זיצט אין דיינינג רום. און ער דרימלט האלב. און איז אויך מעביר סדרה. און קוקט זיך פאר דאס ליינען פון די פ' השבוע. פלוצלינג געט ער א שפרונג אויף און ער זעהט דעם פייער וואס פלאקערט אוועק. ער הייבט אויף דעם פאון אין קאך. ער רופט 911. א יונגערמאן הייבט אויף און פרעגט אויף אידיש...וואו איז דער פייער? דער רב שליט"א נעמט זיך שרייען אויף איהם פרעג נישט קיין קשיות. קום שוין אריבער. שיק דעם גאנצן פייער דעפארטמענט. אבער שנעלל...! מ'וועקט אויף די רביצין שליט"א און די קינדער. די גאנצע משפחה לויפט שנעלל ארויס. די רבי דערמאנט זיך אז די לעדערנע בערזל (פול מיט הונדערטערס) ליגט אין בעדרום הינטער'ן מאטראץ. ער הייסט דעם (אידישן) פייערלערשער ער זאלל שוין אריינלויפן און ארויסברענגען די אפותיקי...ער האט נישט געוואלט הייסן פאר דעם גוי דאס טון וועגן 2 טעמים. איינס. אמירה לעכו"ם בשבת (א שבות). 2 ער האט מורא געהאט אז דער גוי וועט אראפנעמען א ביסל מעשר געלט פאר זיך...!

אזא חלום האביך געהאט די פארגאנגענע וואך פ' לך לך תשפ"ב לפ"ק...!)
זונטאג אקטאבער 17, 2021 11:06 pm#483446
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?


ווייל באמת וואלט מען זיי געדארפט רופען מכבי אש - נאר וויבאלד אזוי רופט מען די פייערלעשער אין די מדינה - האט מען געטוישט דעם נאמען
ותנוח דעתו דרביה"ק...


אויב מען האט א פראבלעים מיטן ציוניסטישע מכבי אש (אגב, לויט דעים דארף מען אויפהערן צילייגן תפילין, ווייל ס'דא ציונים וואס לייגן תפילין) זאל עס כאטש זיין לוחמי אש .

מצילי אש מיינט אז די פייער פייטערס קימען און זיי פרובירן צי פארלעשן די פייער, קומען אן די מצילי אש זיי ראטעווען די פייער פון די שונא די פייער פייטערס וואס ווילן מיט זייער רשעות הרג'נען די פייער, און די מצילי אש זאגן היל"ת אונז וועלן מיר העלדיש ראטעווען די פייער.

אזא אמעראצעס האב איך נאך נישט געזעין זייט הורקנוס.

(ווען סקווירא גייט עפענען א פייער דיפארטמענט, גייט עס הייסן פייער שלעגער :lol: )
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:10 am#483450
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?


גראדע "מציל אש" מיינט וואס די זאגסט, מצילי מיט א י צום סוף מיינט ראטעוועט "פון" פייער,
סווערט אנגערופן אין די דקדוק רש"י וואס מלאזט אויס אין חדר, לשון דבוק, אזוי ווי אלקי אברהם מיינט די גאט פון אברהם.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:28 am#483451
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
פיקח עצום האט געשריבן:גראדע "מציל אש" מיינט וואס די זאגסט, מצילי מיט א י צום סוף מיינט ראטעוועט "פון" פייער,
סווערט אנגערופן אין די דקדוק רש"י וואס מלאזט אויס אין חדר, לשון דבוק, אזוי ווי אלקי אברהם מיינט די גאט פון אברהם.
וואו האסטו מיר געמאכט לאכן..
אלוקי אברהם = גאט פון אברהם
מצילי אש = ראטעווערס פון פייער.

אליבא דאמת איז די חילוק פון 'מציל' און 'מצילי' צו מ'רעדט פון א יחיד צו א רבים.

צום עצם נאמען איז עס טאקע זייער מאדנע, און ברענגט ארויס די מצב פון אונזער לשה''ק, ווי ס'ממש נישט מעגליך צו טרעפן א צעטל אין ביהמ''ד אן זיבעציג גרייזן, א מישעניש פון יחיד/רבים, זכר/נקבה, עבר/הווה/עתיד, נסתר/נוכח ווי נאר ס'גייט.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:41 am#483452
פיקח עצום האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?


גראדע "מציל אש" מיינט וואס די זאגסט, מצילי מיט א י צום סוף מיינט ראטעוועט "פון" פייער,
סווערט אנגערופן אין די דקדוק רש"י וואס מלאזט אויס אין חדר, לשון דבוק, אזוי ווי אלקי אברהם מיינט די גאט פון אברהם.


אזוי זעיט מען אויס ווען מען לערנט נישט קיין דיקדוק אין חדר.

פון אויף אידיש האט צוויי מיינונגען, וואס אויף לשה"ק איז דא צוויי באזינדערע ווערטער פאר זיי דאס איז של און מ'.

אזוי ווי עס איז דא הגדה של פסח און נישט הגדה מפסח.
און מזאגט הגר"א מוילנא אין נישט הגר"א של וילנא.

לענינינו אלוקי אברהם איז פשט אלוקי של אברהם.
און מצילי אש איז פשט מציל של אש.

אבער ווייל אין אידיש מיינט פון אויכעט מ' מיינען מענטשן אז דאס מיינט מציל מאש, וואס דאס איז אזוי ווי צו זאגן אלוקי מאברהם.

און אויף דעם ארויף האב איך מיך אויסגעדריקט אז...
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 1:05 am#483453
דווקא אין די שטאט ווי וויזניצער רבי ז"ל האט געהאקט קעגען די הייליגע חברה הצלה ארגענעזאציע ווייל ער האט מורא געהאט אויף חילול שבת וואס פארשטייט זיך ער איצט זעעט יעדער אז ליידער האט ער געהאט א טעות. דווקא אין זיין שטאט איז דא אפענע חילול שבת דורך מצילי א"ש און ער מוז נעבעך זעען פון אויבן אז סגייט זיין א היימישע פייער דעפארטמענט בנוסף צו די הייליגע חברה הצלה. אלעס צו ראטעווען די כבוד פון שבת.

עולם הפוך, אויבן זעעט ער אז ער האט עס געהאט upside down.

הרינו כפרות משכבו.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 8:13 am#483458
קהל'ס נער האט געשריבן:אזא אמעראצעס האב איך נאך נישט געזעין זייט הורקנוס.

וואס איז געוועהן ביי הורקנוס?
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 8:34 am#483460
קהל'ס נער: דו ביסט בעצם גערעכט (מיט'ן דיקדוק פארט). אבער עכט אויב איינער האט (ח"ו) א פייער ביי זיך אין הויז איז ער זייער שטארק צופרידן אז די פייערלעשערס קומען. וויאזוי דו זאלסט זיי נאר נישט אנרופן. וכל שום וחניכא דאית להו...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה מיט א משל וואס דער חפץ חיים האט פארציילט. ס'איז געווען ווען דער אינערן (אדער עדיוקעישן) מיניסטעריום האט געוואלט ארויסגעבן א גזירה אז מ'מוז לערנען (אויף) פויליש/רוסיש אין די חדרים און ישיבות. איז געפארן א דעלעגאציע פון חשוב'ע רבנים און עסקנים אפצושרייען די גזירה. דער ח"ח האט געוואלט זיך נעמען רעדן. האטציך אנגערופן איינער פון די דעלעגאציע אז ער זאלל נישט רעדן ווייל ער קען נישט אזוי גוט די שפראך. האט איהם דער ח"ח געענטפערט מיט א משל...ס'איז געווען אין פוילן/רוסלאנד פון אמאל איינגעפיהרט אז אויב ס'האט אויסגעבראכן א פייער אין שטעטל האט מען גערופן אלע איינוואוינערס פון שטעטל אז זיי זאללן קומען העלפן לעשן דעם פייער. אויף פויליש/רוסיש הייסט א פייער..."פאזשאר"... מיט א פ"א דגושה. איז געווען א מענטש וועלכער האט נישט גוט ארויסגעזאגט דאס ווארט. ער האט עס געזאגט מיט א פ"א רפה אזוי ווי ..."עף"...האטציך איינער (א חכם) אנגערופן..."דו זאגסט נישט גוט"...ארויס דעם ווארט.! האבן איהם די מענטשן אנגעשריגן...וואס איז א חילוק וויאזוי ער זאגט ...ווען ס'ברענט דארף מען רופן מענטשן אז זיי זאללן קומען לעשן די פייער...! דאס איז דער נמשל---זאגט דער חפץ חיים. ווען ס'איז דא א גזירה דארף מען שרייען. נישט קיין חילוק וויאזוי מ'זאגט עס...!
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:05 am#483464
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 1:14 pm#483469
גראדע מצילין מפני האש איז דירעקט היימיש לשון המשנה. מכבי אש איז א מאדערנישע איבערטייטש. באמת וואלט די דעפט געדארפט הייסן מצילים מפני האש, נאך מחמת חביבות הקיצור.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 1:40 pm#483470
קהל'ס נער האט געשריבן:(ווען סקווירא גייט עפענען א פייער דיפארטמענט, גייט עס הייסן פייער שלעגער :lol: )

אדער שפיצערס פייער סערוויסעס.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 2:00 pm#483471
חתם סופר האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:אזא אמעראצעס האב איך נאך נישט געזעין זייט הורקנוס.

וואס איז געוועהן ביי הורקנוס?


ער איז געוועין א שווערע אמארעץ ווען כ'וועל האבן מער צייט וועל איך ברעינגען די מעשה.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:41 pm#483516
עדיאל האט געשריבן:גראדע מצילין מפני האש איז דירעקט היימיש לשון המשנה. מכבי אש איז א מאדערנישע איבערטייטש. באמת וואלט די דעפט געדארפט הייסן מצילים מפני האש, נאך מחמת חביבות הקיצור.

עדיאל: אויב דו ווילסט דווקא קען איך מיך דינגען מיט דיר. מצילין מפני האש מיינט אז מ'ראטעוועט ארויס זאכן פונ'ם פייער. אבער לעשן דעם פייער אליין נישט. וועגן דעם זאגט די גמרא (אדער תוספות) אז מ'רופט די פייערלערשער מכבי אש. אדער כבאים...לאל
דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:52 pm#483574
ריכטיג האט געשריבן:ר' יחזקאל ווייס איז טאקע אביסל א קוריאזע פערזענליכקייט, אבער "טיפיקל אישו פון א טישו" איז לאו דווקא עפעס וואס קלעבט צו איהם. קענסט אפשר מפרט זיין וואס דו מיינסט?

כ'האב נישט געמיינט אראפצורייסן ר' חזקל (וועלכע קוקט אויס צו זיין א וואוילע איד מיט גוטע רצונות), מיין שאלה איז נאר אויב ווען מ'פארפירט אויף "חילול שבת" מיינט עס אז מ'עסט חלילה די פיש מיט א גאפל אדער אז ס'ליגט נישט קיין ווייסע טישטוך אויפ'ן טיש בשעת'ן עסן פאפקארן וכדו'...
מיטוואך אקטאבער 20, 2021 3:34 am#483583
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?

רביה"ק זי"ע: אזוי ווי מ'האמיר שוין געשמועסט. ..."מכבי אש"... אדער ..."כבאים"...קענמען זיי נישט אנרופן. ווייל דאס איז דאך ליידער, בעוה"ר ציוניסטיש. אזוי הייסן זיי נעבעך אין די (טמא'נע) מדינה הציונית, רחמנא ליצלן מהאי דעתא (ומדעתא בכלל)... נאר איך בין זיכער אז דער גרעסטער קנאי און מבני היואל'ים אויב האט ער ח"ו א פייער אין זיין הויז וועט ער זאגן און שנעלל...!...נישט קיין חילוק וויאזוי עטץ רופטס ענק. נאר קומטס
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 12:44 am#483623
איך האב געמיינט אז מצילי אש האט עפעס מיט א שניצל סענדוויטש.

איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן גענומען א פאוקוס גרופ און זיי האבן מציע געווען די נאמען..

אגב: זיי פארדינען שוין צו ווערן אנגערופן א "הייליגע" ארגענעזאציע?
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:09 am#483639
כפתור: יא. וויבאלד זיי הייסן נישט א ציוניס'טישן נאמען זענען זיי שוין הייליג. כל הכופר בעבודה זרה, זאגט די גמרא. נקרא יהודי...!וועגן דעם האט מרדכי הצדיק געהייסן איש יהודי...!
זונטאג אקטאבער 24, 2021 12:06 pm#483783
E8EF1689-EF95-44FE-9138-71E8C5BF5B70.jpeg


57996BA1-BBF3-478C-B5CC-12D1FEE95361.jpeg


11B35D8E-A7BA-485E-9270-FCA9A5252926.jpeg


F9FFBFB7-8568-47C3-BE70-4A41BD55E4D4.jpeg
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 2:10 pm#488044
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
עס טוהט זיך היינט אין מאנסי וועגן וויילן פאר א וויזניצער יונגערמאן יאנקי פליגמאן פאר א פייער קאמישענער. האט ער מיט די יחזקאל ווייס סומאכטע מיט די פייער דעפארטמענט?בילד

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 2:40 pm#488046
ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 4:24 pm#488050
ער האט אויסגערופן ווי די אייער ליגט און מ'זאל נישט ווארפן....?
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 4:55 pm#488052
לויט די וועג וויזאזוי די צעטל איז אויסגעשטעלט, קוקט עס אויס אז ס'האט מיט איהם
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 5:13 pm#488055

ווער איז די בעל ה'אינטערוויו?
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:31 pm#488065
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
הוגה האט געשריבן:אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...


כאש תבער עיר וכלהבה תלהט ערים. כן תרדפם בטראקעך ובפלעי מאביל תבהלם

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:33 pm#488067
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:43 pm#488068
נפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6


מצילי אש ווייס איך נישט צו ער איז געווען, אבער דעם זעקסטן איז ער געווען. קענסט טרעפן אפילו א בילד פון איהם אויף די געוועב.
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:54 pm#488070
נפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6


די מצילי אש חלק האב איך געזעהן אויף אייוועלט. די בילד האב איך געזעהן בשעתו. דו ווייסט קראנט אז ס'נישט אמת? (נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 7:47 pm#488080
הוגה האט געשריבן:(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)


מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 7:51 pm#488081
הוגה האט געשריבן:
נפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6


די מצילי אש חלק האב איך געזעהן אויף אייוועלט. די בילד האב איך געזעהן בשעתו. דו ווייסט קראנט אז ס'נישט אמת? (נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)

די בילד ווייס איך נישט איבער מצילי אש ווייס איך אויף קראנט אז ער האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 7:52 pm#488082
וואלווי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)


מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .


Pure nonsense.
מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 7:49 am#488101
yn.NY האט געשריבן:

ווער איז די בעל ה'אינטערוויו?

ר' מאיר טויבער פון מעטרעקס ריעלטי
דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:18 am#488166
הוגה האט געשריבן:
נפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6


די מצילי אש חלק האב איך געזעהן אויף אייוועלט. די בילד האב איך געזעהן בשעתו. דו ווייסט קראנט אז ס'נישט אמת? (נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)

איך מיין אז דו מישט אויס לגבי זיין א מצילי אש וואלונטיר, זיין קעגנער דאכט זיך ער הייסט אונגער איז געווען א מצילי אש וואלונטיר.

סאיז דא אסאך בילדער און ווידיא'ס פון פליגמאן ווי ער איז ל"ע לוחם מלחמת השם אויף יאנואר דעם זעקסטן....
דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:52 am#488167
רבינו הקדוש פרעגט א באמבע קשיא, דער גאנצע שטאט איז פארנומען מיט דער קשיא. הלמאי, וואס איז פשט? ווי איז דער שכל? אזא עמיראצות? מצילי אש? וועלכע פייער ראטעווען זיי? דער פייער פין דער בוילער? דער נועם אלימלך זאגט טאקע אש שורף אש מחמם, אבער ווען ברויך מען ראטעווען א פייער? אפשר פרייטאג ביינאכט ווען דער בלעך פייער האלט ביים אויסגיין. אבער א גאנצע חברה ברויך מען אויף דעם?
ויש ליישב, מצילי מיינט נישט ראטעווען!! עס איז פין דער לשון וינצלו את מצרים, זיי ליידיגען אויס, נוצען אויס דער פייער!! אויף וואס? וואס הייסט אויף וואס!! צו זיין פעסט!!! והכל מיושב בס"ד.
דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 9:47 am#488176
וואלווי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)


מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .

וואלווי: ווייל דעמאקראטן און ליבעראלן האבן אפגעפסק'נט אז יאנואר 6 איז די גרעסטע אומגליק וואס האט באטראפן אמעריקע אין איהר היסטאריע, מיינט נאכנישט אז ס'איז טאקע אזוי...! פון די ראיאטן וואס זענען זיך פארלאפן א גאנצן זומער, אנגעפיהרט דורך די שווארצע און ווייסע ליבעראלן רעדן זיי בכלל נישט...!
פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 3:50 am#488354
אביסל היסטאריע. זייט די ענגלישע האבן פארברענט די ווייט האוז אין די מלחמה פון 1812 איז נאך נישט געווען קיין שום אטאקע אויף די seat of government. די חילוק איז אבער, אז די ענגלישע זענען די געווען די שונאים פון אמעריקא, און דא רעדט מען פון די פרעזידענט גופא. ס'נישט געבליבען אנדערש ווי צוזאגן אז דאס איז די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען. מ'דארף נישט די דעמאקראטן דאס צו פסק'ענען, ופרשו את השמלה איז פונקט גענוג.

אינטערעסאנט צו זעהן אז די טראמפייטערס געבן נישט אויף.
פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 9:54 am#488368
ניין. אונז געמיר נישט אויף. מ'קען נישט טוישן די פאקטן אז די דעמאקראטן האבן אוועקגעגנב'ט די עלעקשן... דורך דעם נייעם טריק... עבסענטי בעלאטס...! זיי האבן אנגעברענגט מער (עבסענטי) בעלאטס ווי ס'איז דא איינוואוינערס אין אמעריקע...!
פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:25 pm#488382
אין 1812, האבן די בריטישע אויך גע'טענה'ט אז מ'האט זיי אוועקגענומען דאס לאנד. א ברירה האבן זיי געהאט? זיי האבן געמוזט ראטעווען אמעריקא, איז ווי אזוי האבן זיי געקענט נישט פארברענען דאס ווייסע הויז? טאקע וועגען דעם פייערט מען יעדעס יאר די טאג וואס אמת איז אוועקגעשטעלט געווארן, און אמעריקא האט זוכה געווען צו זיך צו לאזן פארברענען למען האמת והצדק...