מאנטאג אקטאבער 18, 2021 10:08 am#483461
די קינדער פארדאַרבן די קהילות הקודש
די קהילות הקודש זענען אפיציעל אויפגעשטעלט געווארן מפיץ צו זיין תורה וחסידות, און העלפן אידן זיך מחזק זיין אין עבודת השם. די מייסדים פון די הייליגע קהילות זענען געווען גאר הייליגע אידן וואס האבן פון זיך אלעס אוועקגעגעבן צו זיין עבדים לעבדי השם, פשוט לקרב ישראל לאביהן שבשמים.
די סברא וואלט געווען, אז אויב דאס זאל זיין דער עיקר כוונה פון די מייסדים, וואלט יעדער באשלוס וואס זיי וואלטן געמאכט אין דער קהילה געווען צו פאראויסרוקן אט דעם ציל: העלפן די בני הקהילה מיט זייער אידישקייט אויף דעם בעסטן אופן וואס איז שייך. למעשה זעט מען אבער אז די באציאונג פון די רבי'ס צו דער קהילה איז ווי צו זייער אייגנטום. ס'גילט דערביי דיני ירושה, און זיי מאכן זיכער אז זייערע צאצאים וצאצאי צאצאים זאלן ארויסנעמען דעם מאקסימום בענעפיטן פאר א לעבן פון געלט און כבוד.
עס פאנגט זיך אן ביי דעם אז אנשטאט אויסקלויבן דעם חשוב'סטן תלמיד אדער חסיד וואס זאל איבערנעמען די קהילה נאך דעם רבי'נס פטירה, מוז עס זיין א זון פון רבי'ן. אבער אויף דעם אליין קען מען אפשר ענטפערן א דוחק תירוץ אז דער איינגעשטעלטער סיסטעם אז א זון נעמט איבער ברענגט סטאביליטעט צו א קהילה. איך האלט קלאר אז דאס איז נישט קיין גוטער תירוץ מחמת כמה וכמה טעמים, אבער פאר דעם צוועק פון דעם ארטיקל, וויל איך אננעמען אז ס'איז אפשר יא א גוטער תירוץ.
אבער ס'גייט נאך ווייטער ווי דעם ממלא מקום. אין א קהילה באקומען אלע קינדער פון רבי'ן שטעלעס וואס וואלטן געדארפט גיין פאר די וואס זענען די מערסטע מוכשר דערפאר. ס'איז דאך פשוט אז דעם רבינ'ס קינדער און איידעמער זענען נישט פערצופאל די בעסטע קאנדידאטן פאר יעדער חשוב'ער שטעלע אין דער קהילה, ווי דיינות, ראש ישיבה, ראש הכולל, חתן מדריך, וכו'. אבער זיי באקומען דאס אפגעזען פונעם פאקט אז אין גרויסע קהילות פון צענדליגער טויזנטער יראים ושלמים זענען געוויס דא פיל בעסערע קאנדידאטן וואס וואלטן פיל מער ביישטייערט צו דעם רוחניות'דיגן וואוקס פון די בני הקהילה.
די נקודה האט מיך געשלאגן ווען כ'האב געלייענט אין די בלעטער באריכטן איבער די ימים נוראים אין די קהילות הקודש, און איבעראל האב איך געזען אז רוב פון די תפילות זענען פארגעדאוונט געווארן דורך קינדער און אייניקלעך פון רבי'ן. איז טאקע צווישן טויזנטער בעלזער חסידים נישט פאראן קיין ת"ח ונשוא פנים, א ירא שמים וואס קולו נחמד וערב, וועלכער וואלט בעסער מעורר געווען דעם ציבור ווי דעם רבינ'ס 28-יעריגער אייניקל? ווי קומט אזא -- לאמיר עס רופן סעלפישקייט -- אנצולייגן אויפ'ן ציבור בעלי תפילה וואס זענען וואוילע יונגעלייטלעך, און נישט געבן פאר חשוב'ע אויסגעשטיגענע אידן די געלעגנהייט צו דינען אויף אזעלכע פאזיציעס? קומט נישט דעם ציבור צו הערן א תפילה פון א איד וואס האט געהארעוועט און איז אויסגעשטיגן גאר הויעך?
און דאס ווערט נאך ערגער און ערגער. צווישן די באריכטן האב איך געלייענט אזוי:
"צו מנחה דעם ערשטן טאג יו"ט [אין בעלזא] איז צוגעגאנגען הרב שלום שליט"א, איבערנעמענדיג די חזקה פון הרה"ח רבי יצחק לאנדא ע"ה – משב"ק הרה"ק מבעלזא, וואס האט געהאט די חזקה צו דינען אלס שליח ציבור ביי מנחה דעם ערשטן טאג ראש השנה."
"תפלות שחרית [אין באבוב-45] האט געדאוונט בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף שליט"א ר"י קטנה, וועלכער האט איבערגענומען די חזקה פון הרה"ח ר' אברהם קנאבליך ע"ה וואס איז נפטר געווארן דעם פארגאנגענעם זומער."
און נאך ענליכע באריכטן.
דאס הייסט אמאליגע עלטערע פראמינענטע חסידים פלעגן האבן חשוב'ע פאזיציעס אלס בעלי תפילה, אבער ווי זיי גייען פון דער וועלט, ווערט דאס תיכף אנגעפילט דורך די בנים ובני בנים, וועלכע זענען נאר פרה ורבה.
אינעם מאנומענטאלן ארטיקל "וילך שאול ואנשיו", האט זיך אין א הערה'לע (17) באהאלטן א מורא'דיגע אבזערוואציע: די דריי רבי'ס וואס האבן אויפגעשטעלט די גרעסטע קהילות נאכ'ן קריג האבן נישט פארמאגט קיין קינדער: האדמו"ר בעל בית ישראל מגור, האדמו"ר מסאטמאר, און האדמו"ר מליובאוויטש. צו דעם דארף מען צולייגן די פערט-גרעסטע קהילה, האדמו"ר מבעלזא. נישט אומזיסט האבן די פיר רבי'ס אן קיינע קינדער געהאט די גרעסטע הצלחה מיט'ן אויפבויען לגיונות של מלכות, ווייל זייער ציל איז נישט פארדאָרבן געווארן מיט'ן בויען פאר זיך און דער דינאסטיע. זיי האבן אוועקגעגעבן אלעס וואס זיי האבן געהאט פאר זייער קהילה און פאר די צילן וואס זיי האבן געהאט צו בויען די קהילה. אט אזוי זעט מען אזא הצלחה און סייעתא דשמיא.
די היינטיגע ממשיכי דרך פארמאגן שוין ריזיגע באזעס געבויט דורך רבי'ס אן קיין קינדער, אבער זיי אליין פרוכטבארן זיך כדגי הים. און נוצן אט די ממלכת כהנים פאר די אייגענע אינטערעסן און די אינטערעסן פון זייער דינאסטיע. דאס איז א ווייטאג, און די עצה דערפאר האב איך נישט. אבער רעדן דערפון דארף מען.