דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 7:20 pm#486146
דאס איז א נארמאלערע סטעיטמענט.
כלבאשבועפעלדהיים אויך
berlbalagulehכלבאשבועפעלדהיים אויך
כלבא שבוע: איך וואלט דיר געדארפט געבן א לייק. נאר אזוי ווי דו געסט נישט קיין לייקס פאר קיינעם. פארדינסטו אויך נישט קיין לייק...!
קאצקע ציקער
ער לייקט מיט זיין צווייטע ניק
קויפעראיך וויל פרעגן די אלע פיין שמעקער׳ס וועלכע קימערען זיך זייער שטארק וועגן due process, איר פארמאגט נישט קיין זעלבסט-שטענדיגע דעה אזש איר ברויכט אנקומען צום געריכט אדער צום פאליציאנט צו דערגרייכן א החלטה?
יעדער מענטש וואס איז א שטיקל בר דעת און לערנט דורך די פאקטן, קען אליין פארשטיין וואס דער אמת איז.
נישט דער שופט און נישט די אינסטאנצן פארמאגן עפעס העכערע קוואליטעט בהירות הדעת, זיי זענען בלויז באגאבט צו נאכפאלגן געזעצליכע פראצעדורן אבער פארט איז דאך מעשים בכל יום ממש אז זיי מאכן שווערע און שרעקליכע טעותים ביים משפט׳ן.
ווען עס קומען ארויס אין דער עפנטליכקייט אזויפיל עדות׳שאפטן, ספעציעל פון באגלייבטע מענטשן וואס האבן נישט קיין אג׳ענדעס, דארף איך נישט קיין פאליציאנט און נישט קיין שופט וואס זאלן מיר העלפן צו ארטיקולירן מיין מיינונג, עס איז ביי מיר קלאר אז יש דברים בגו.
פרימארגעןצוויי פון פראמענירסטע עסקנים אין די נושא צבי גלאק און יעקב הורוויץ האבן ביידע געטוויט און שטיצע פון אייכלער׳ס. אנדערע טרעפען אלס א נייע תירוץ, ס׳איז נישט אמת. סאיז מסירה. זי איז משוגע. ער איז נאך א קטן. זיין זיידע איז געווען א גנב אינדערהיים. זיין מומע גייט מיט די אייגענע האר. ושערי תריצים לא ננעלו הצד השוה שבהם אז די קינדער בלייבען הפקר.
קהל'ס נערשוין די זאגסט קלאר אז די האלסט נישט פון דו-פראסעס, האב מיר און זיי מיר ס'איז א שאד ווייטער צי רעדן אויף די נושא.
אבער קום נישט וויינען אויב איינער גייט אמאל מאכן
פאלשע אלעגעישענס אקעיגן דיר.
ליב צו וויסןס'זעהט אויס אז ביסט אריינגעטוהן ראשו ורובו אין די גמרא, און דו האסט נישט קיין "השגה" וואס טוט זיך אויף דער וועלט.
נעם אזא מעשה פון Kyle Rittenhouse וואס האט פארסירט ממש לעצטע פרייטאג.
דער אינג איז געווארן אפגעסטעמפעלט אלס א ווילדער רוצח און ווייסער סופרעמיסיסט דורך מיליאנען מענטשן, צענדליגער מידיע קאנאלן, און הונדערטער צייטונגען..
די פראבלעם איז, אז סיי ווער עס האט נאר מיטגעהאלטן די קאורט קעיס און געזעהן די ווידעאויס, ווייסט אז לא דובים ולא יער.. די ערגסטע וואס מען קען זאגן אויף אים (איך האלט גראדע נישט אזוי...) איז אז ער האט נישט געהאט וואס צו זוכן דארט.
אונזערע קאורטס האבן זיכער פראבלעמען, אבער די קאורט פון סאסייעטי האט פיל מער... די אמת איז, אז רוב פעלער ווי קאורטס פאסקענען אום ישרות'דיג איז טאקע ווייל זיי ווערן נשפע פון די קאורט אף סאסייעטי....
היסטאריע
ב. אויף באשולדיגונג אליין מאכט נישט קיין סענס צו מאכען החלטות.
קויפערקהל'ס נערשוין די זאגסט קלאר אז די האלסט נישט פון דו-פראסעס, האב מיר און זיי מיר ס'איז א שאד ווייטער צי רעדן אויף די נושא.
אבער קום נישט וויינען אויב איינער גייט אמאל מאכן
פאלשע אלעגעישענס אקעיגן דיר.ליב צו וויסןס'זעהט אויס אז ביסט אריינגעטוהן ראשו ורובו אין די גמרא, און דו האסט נישט קיין "השגה" וואס טוט זיך אויף דער וועלט.

You are both missing the point.
דער געזעצליכער פראצעדור איז נישט ריין פון קיין טעותים, ווייט דערפון, און אויב וויל מען שטארק, קען מען גרינג באגראבן א שונא דורכ׳ן געריכט און דורך due process מיט אלע מפרשים.
איך קען פערזענליך מענטשן וואס זענען פאראורטיילט געווארן אין געריכט דורך 100% פאלשע באשולדיגונגען.
קויפערקהל'ס נערשוין די זאגסט קלאר אז די האלסט נישט פון דו-פראסעס, האב מיר און זיי מיר ס'איז א שאד ווייטער צי רעדן אויף די נושא.
אבער קום נישט וויינען אויב איינער גייט אמאל מאכן
פאלשע אלעגעישענס אקעיגן דיר.ליב צו וויסןס'זעהט אויס אז ביסט אריינגעטוהן ראשו ורובו אין די גמרא, און דו האסט נישט קיין "השגה" וואס טוט זיך אויף דער וועלט.
נעם אזא מעשה פון Kyle Rittenhouse וואס האט פארסירט ממש לעצטע פרייטאג.
דער אינג איז געווארן אפגעסטעמפעלט אלס א ווילדער רוצח און ווייסער סופרעמיסיסט דורך מיליאנען מענטשן, צענדליגער מידיע קאנאלן, און הונדערטער צייטונגען..
די פראבלעם איז, אז סיי ווער עס האט נאר מיטגעהאלטן די קאורט קעיס און געזעהן די ווידעאויס, ווייסט אז לא דובים ולא יער.. די ערגסטע וואס מען קען זאגן אויף אים (איך האלט גראדע נישט אזוי...) איז אז ער האט נישט געהאט וואס צו זוכן דארט.
אונזערע קאורטס האבן זיכער פראבלעמען, אבער די קאורט פון סאסייעטי האט פיל מער... די אמת איז, אז רוב פעלער ווי קאורטס פאסקענען אום ישרות'דיג איז טאקע ווייל זיי ווערן נשפע פון די קאורט אף סאסייעטי....
ריטענהויז האט מזל אז דער שופט איז געווען סימפאטיש גענויגט צו אים און אז Kenosha איז גענויגט אביסל מער אויף רעכט׳ס, אין אן אנדערע קאונטי און מיט אן אנדערן שופט וואלט due process אים באגראבן לעבעדיגערהייט.
קויפערהיסטאריע
ב. אויף באשולדיגונג אליין מאכט נישט קיין סענס צו מאכען החלטות.
באשולדיגונג אליין?
רב העיר צפת וחבר מועצת הרבנות הראשית הרב שמואל אליהו: "הדברים מאוד ברורים, זה לא על סמך כתבה בעיתון הארץ. זה על סמך הרבה מאוד עדויות, מסמכים, תמלילים, פרוטוקולים של בתי הדין. תמונות, הקלטות. דברים חד משמעיים".
ליב צו וויסןYou are missing MY point.... 😂
די נקודה איז בכלל נישט אויב גיין אין געריכט איז "אייביג" די בעסטע סאלושן....
די נקודה איז אז "נישט גיין אין געריכט" איז "פיל" ערגער (דאס איז גראדע די Exact סיבה פארוואס מיר זענען געבענטשט מיט מאלעסטארס... וד"ל)
ליב צו וויסןקענטליך אז דו האסט דעם געריכט פראצעדור נישט געוואטשט.
קויפערליב צו וויסןYou are missing MY point.... 😂
די נקודה איז בכלל נישט אויב גיין אין געריכט איז "אייביג" די בעסטע סאלושן....
די נקודה איז אז "נישט גיין אין געריכט" איז "פיל" ערגער (דאס איז גראדע די Exact סיבה פארוואס מיר זענען געבענטשט מיט מאלעסטארס... וד"ל)
די דעבאטע איז נישט צו מען זאל גיין אין געריכט אדער נישט, מיין נקודה איז אז דא אין וואלדער׳ס פרשה איז דא גענוג ראיות נאמנות אז א בר דעת דארף נישט אנקומען צום געריכט צו פארשטיין דעם אמת, איר קענט מחולק זיין פארשטייט זיך.
נישט יעצטhttps://rotter.net/forum/scoops1/722150.shtml#24
תרמבאיך האב א שטארקע פראבלעם מיט די פרשה, איך פיל ווי מיינע יסודות צופאלט מיר אונטער די פוס, דהיינו איך קוק ארויף א מענטש איך לייען איינעמס ביכער וכדומה און פון איין מינוט אויפן צווייטן ווער איך געוואור אז איך האב געטון עפעס נישט ריכטיג ווייל יענער איז א שייגעץ, איך האב מורא צו האבן טראסט אין מענטשן, ווער ווייסט וואס איך גיי געוואור ווערן מארגן? איך וועל זיך אנווארעמען פאר די חנוכה ליכט מיט א ספר לאמיר זאגן פון ר' אלימלך בידערמאן אדער ר' יוסף חיים גרינוואלד שפירנדיג ווי די ספר רעדט צו מיר און ס'דערהייבט מיר פאר א חנוכה ליכט צינדן און נאך א פאר חנוכות ווער איך געוואור אז זיי זענען חלילה נכשל געווארן מיט א שמץ פון ציונות צוואנציג יאר צוריק, און זייערע ספרים ווערן ארויסגעטראסקעט פון בית הספר און אלע היימישע שמש שטיבלעך, וואס דארף איך שפירן אזא פאל? אז די אלע טרערן וואס איך האב פארלאזט יעדע יאר ביי די סדר אדער יום כיפור ביינאכט זענען עכט געגאנגען צום שטן? איך האב מורא צו עפענען א ספר.....
berlbalagulehנפה: איך האב (נאך) א סאך צו זאגן איבער די מערכה אקעגן הרב שטיינזאלץ בכלל און הרב ש"ך בפרט. נאר איך ווילל נישט אז דער אשכול זאל פארפארן . עמיר עס לאזן ביי דעם דערווייל. ועוד חזון למועד...!
berlbalagulehפיניע: דאס איז דאך געווען דער פאל מיט הרב עדין שטיינזאלץ ז"ל. צוערשט האט מען אין וויליאמסבורג געכאפט נאך זיינע גמרות. (אפשר וועגן די שיינע,קאלירפולע פיקטשערס). כאטש אן אונגעריש יודל וועלכער קען נישט רעדן און פארשטייט נישט מאדערן עברית האט נישט קיין שום ניצן פון די גמרות. אזוי ווי הרב שטיינזאלץ אליינס שרייבט אין די הקדמה אז ער האט געמאכט זיין פירוש (אויף גמ') פאר די מענטשן וועלכע וויללן לערנען און פארשטיין גמ'. אבער זענען אין קיין ישיבות נישט געגאנגען. און די לשון פון די גמ' איז אינגאנצן אומפארשטענדליך פאר זיי. פונדעסטוועגן איז עס געווען א מין סטאטוס סימבאל אין וומסבג. שפעטער ווען די ביד"צ אין ארץ ישראל זענען ארויסגעקומען מיט בויך גרימענישן אז מ'האט געטראפן אפיקורס'ישע ווערטער און אויסדרוקן אין הרב שטיינזאלץ'ס (אנדערע) ספרים. האט ער געטענה'ט אז ער האט נישט געשריבן די ווערטער. נאר מ'האט אפגעכאפט א רעקארדינג פון איהם ווען ער האט געהאלטן א דרשה פאר נישט רעליגיעזע מענטשן. און מ'האט נישט ריכטיג אפגעשאצט זיינע אויסדרוקן. אבער בכל אופן. ווער ס'האט סיי וועלכע פון די ספרים זאלל עס ברענגען צו איהם. און ער וועט צוריקגעבן די געלט...! ס'האט אבער גארנישט געהאלפן. וכבר יצא הקצף. דער עולם אין וויליאמסבורג האט אנגעהויבן אין מאסן אוועקווארפן די גמרות. עפ"י פקודת רבני ההתאחדות...! טייל האבן עס געלייגט אין שמות. הטובים שבהם. יא. פשוטו כמשמעו...! פארשטייצעך. מ'האט שוין געטראפן פעילערס און חסרונות אויף די גמרות אליינס אויך. כאטש. מתחילה איז נישט געווען קיין פראגע אויף די גמרות. אפילו לפי שיטת הביד"צ של העדה החרדית...!
לענייננו. מ'האט געהאנדלט ריכטיג אין ארויסווארפן און באזייטיגן חיים וואלדער'ס ביכער. ווייל מ'האט געטראפן א שחץ פסול. אין דעם מענטש אליינס. (נישט אזוי ווי די גמ' זאגט אין אנהייב מס' פסחים). אז מ'האט געטראפן א שמץ פסול אין דעם כהן וואס האט גערעדט נישט שיין...!
נפהפון ווי נעמסטו אז ער האט גענוצט זיינע ביכער? ער שרייבט זייער שיין וועגן מוגנות.
לפי די חשדות האט ער גענוצט זיין פאזיציע פון יועץ חינוכי אנצוקומען צו די קינדער.
פיניענפהפון ווי נעמסטו אז ער האט גענוצט זיינע ביכער? ער שרייבט זייער שיין וועגן מוגנות.
לפי די חשדות האט ער גענוצט זיין פאזיציע פון יועץ חינוכי אנצוקומען צו די קינדער.
ער האט גענוצט זיין שטעלע אין די פעים פין זיינע ביכער.
אגב, הארץ אינעם ערשטן ארטיקל וואס האט פאבליצירט די באשולדיגונגן, ברענגט אראפ ווי פאלגענד:
"He said that she deserved credit for sleeping with him, because the sexual encounters with her gave him the power to write to the children of Israel."
<a class="postlink" href="https://www.haaretz.com/israel-news/chaim-walder-acclaimed-israeli-author-accused-of-sexually-abusingultra-orthodox-girls-1.10383509">https://www.haaretz.com/israel-news/cha ... 1.10383509</a>
berlbalagulehקהל'ס נער: איך זעה נישט וואס איז ארויס פון קאנטעקסט. די שאלה איז נאר אויב מ'גלייבט פאר די אלע באשולדיגערינס.
אויך. אויב ס'זענען דא מערערע באשולדיגערס, מוז דאך עפעס זיין אמת...!
סעגאלהאב איך געזען היינט אז די עדה האט אויפגעהאנגען קול קורא'ס אנטקעגן ליינען זיינע בוקס אפילו די וואס מען האט איבערגעשריבן אין אידיש.