דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 9:06 pm#548898
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פרי עץ הדר #רבותי היקרים! איך בין נישט א וויזניצער, נישט מאנסי, נישט סערעט, נישט בני ברק, נישט מרכז. אבער מיין שאלה איז, איז טאקע אויס וועלט? קען טאקע א רבי זיין אזוי משוגע ואין פוצה פה ומצפצף? איז דאס טאקע אמת? מעג דאס אזוי אנגיין, די וועלט איז הפקר?
איך בין געווען לעצטע וואך ביי א חופה ווי א ציבור צוואנציג אידן מיט פארגלייזטע אויגן האבן געזינגען די ניגון וכולם מקבלים שיטת ישועות משה שוואנצנות קב חומטין, איך ווייס נישט די טייטש פון די ווערטער, אבער איין זאך, מיט די בוכ"ע האט דאס נישט, דאס איז זיכער... וואס גייט דא פאר? ווען א איד וויל אז מען זאל זינגען יעדע חופה די ניגון פון וטהר לבנו לעבדך באמת, כאטש הער איך אז ער וויל מען זאל זיין דבוק מיט'ן בוכ"ע, החרשתי, אבער ווי קומט אריין ביי א חופה, ווען מען דארף דאס מאכן כדת משה וישראל, מיט א אומגעשטויגענע שיטה וואס האט נישט מיט די שו"ע, מיט די תורה, סתם אויסגעטראכט פון א רומענער עם הארץ א בור ריק, זאל זיין ער דאווענט א יעדן טאג, אבער די ווערטער האט דאך נישט מיט דעם באשעפער צו טון, וואסערע שיטה וואסערע אידיעלאגיע איז דען דאס? הוילע אני ואפסי, הוילע בהמ'ישקייט און פערדעריי!
זאג נאר ר' איד: איר גייט מיט א שטריימל שבת? טאמער יא זענט איר דער זעלבער (אדער גאר א פילפאכיג גרעסערער) שוואנץ!!
וויאזוי שרייבסטו נאר? "מיט'ן בוכ"ע האט עס גארנישט איינגעלייגט" דאס איז זיכער... ווי קומט אריין [שבת א שטריימל] ווען מען דארף [רוען]? מיט א אומגעשטויגענע שיטה וואס האט נישט מיט די שו"ע, מיט די תורה, אויסגעטראכט פון א [גוי'שער הערשער], זאל זיין ער דאווענט א יעדן טאג, אבער די [שטריימל] האט דאך נישט מיט די באשעפער צו טהון, וואסערע שיטה וואסערע אידעאלאגיע איז דען דאס? הוילע אני ואפסי הוילע בהמישקייט און פערדעריי".
קוק דיך אין שפיגל (מיט'ן שטריימל אויפ'ן קאפ) און זעה וויאזוי דו האסט פארהייליגט א שוואנץ אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט! ס'האט נישט קיין שייכות מיט תורה/שו"ע אדער דעם באשעפער, ס'איז א מלבוש וואס מענטשן פלעגן אפ'חוזק'ן דערפון אין די בראשית יארן סאך מער ווי דו חוזק'סט אפ פון שוואנצאנות, און דאך האט עס אויפגעפיקט ביים חרדיש'ן ציבור, דאגעגן ווען ס'קומט צו א נייע פרישע twist אין חסידות ווערסטו אויס מענטש! הלמאי ס'האט נישט קיין פשט? ר' איד וועק דיך אויף! ס'האט 10 מאל מער פשט ווי גיין מיט א שטריימל!
פרעג נאר א גוי: וואס איז מער פאני און משוגע: גיין מיט א שטריימל? אדער זינגען א ניגון ?....
און וויאזוי שרייבסטו? "אין פוצה פה ומצפצף!", קיינעם גייט עס נישט אהן, יא, אנהייב לאכט מען דערפון, און דערנאך ווערט עס הייליג און א חוב קדוש!, היסטאריע חזר'ט זיך איבער! גיב עס אפאר יאר און שוואנצאנות וועט זיין פונקט אזוי "נארמאל" ווי צו גיין מיט א שוואנץ [שטריימל] אנגעטון!.