Under maintenance
הויפט זייט » קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפט"

קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפט"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15207
מיטוואך מערץ 30, 2022 10:00 pm#497272
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:טשאדעלע, איך גיי נישט ציטירן דיינע שטותים אבער פטור בלא כלום אי אפשר
די לייגסט אראפ א הנחה אז קהל רז"ל איז פונקט אזוי א קהילה ווי אין וומסב"ג וכדומה וואס איז 2 קהילות
עס הייבט זיך נישט אן, אפילו ווען מ' האט געגעבן וומסב"ג פאר רז"ל איז געווען די טענה אז מהר"א האט *קרית יואל*, דאס מיינט אז פונקט ווי רז"ל איז רב אין ראדני איז מהר"א אין די שטאדט קר"י, ווען איינער בונטעוועט אין קר"י קעגן מהר"א איז פונקט ווי איינער בונטעוועט אין ראדני אדער אנדערע זאלונישע מוסדות אין וומסב"ג
אמת אז מיט די יארן האט זיך די ניגון געטוישט אבער דאס איז די מציאות
ווען די רעדסט זיך אפ אויף שטערן די זאליס אין קר"י
דערמאן דיך די רדיפות וואס מ' האט אויסגעטיילט פאר די ארונים אין וומסב"ג אזש מ' האט זיי ארויסגעלייגט אויף די גאס אפילו, אין די 2 וואכן וואס מ' האט געבויעט די הופער שול איז אריינגעקומען מער מסירות ווי סיי וועלעכע בנין אין ני
המשך יבא

איר קענט אזא זאך וואס הייסט מציאות?!

דאס מציאות איז אז גאנץ קרית יואל איז פינקט ווי ראדני????

איז מעגליך אז ראדני זאלן וואינען ארונים?
איז מעגליך אז די ארוינים זאלן עפענען בתי מדרשים, מוסדות, חתונה זאלן אין ראדני??

ענטפער ביטע א יא אדער ניין אויף דעי שאלות, דערנאך קענסטי גייען צי דיין המשך,


אוודאי נישט, מ' וועט זיי ארויסווארפן בשן ועין
משא"כ אין קר"י לאזט מען יעדן ביז אינטערהאקן די בעלות פון די הנהגת העיר

הייסט די ארונים זענען פשוט גיטהארציג, פיינע נייעס,

איך הער טאקע אז די זאליס פלאנען צי עפענען צווי בתי מדרשים אין הופער שיל, די נייע עקסטענשן פין די צוועלווער שיל גייט זיין די לאנטש רום פאר ויואל משה חדר, אין בית חיה אין 53 ווערט די נייע חתונה זאל פין די זאליס אין ב"פ, אין 13 אין מאנסי גייט מסתם זיין פאר ר חיים יושע'ס מיידל סקול,

איך מיין מהאקט נישט אינטער די הנהגה דערמיט,
מיטוואך מערץ 30, 2022 10:14 pm#497273
עס איז כדאי צי דערמאנען די וויכטיגע נקודה וואס מאנכע ווילן נישט פארשטיין אז על פי הלכה און אויך על פי השקפה האט א קהלה שנתפרדה נישט קיין שום שייכות מיט די מרא דאתרא (אפי' ווען מהר“א וואלט ווען געווען מרא דאתרא אין קרית יואל) און מען דארף אים נישט פאלגען מיט גארנישט כמבואר בשו“ת מהר“ם שיק (יו“ד סי“ד ובאו“ח סל“ד) ובשו“ת מהרש“ג (ח“ה סס“ט) ובשאר פוסקים און אזוי האט מען זיך געפירט און אסאך שטעט אינדערהיים און אזוי האט אויך רביה“ק זי“ע געטוהן און איינער וואס קריגט זיך אויף דעם איז א חולק על רבו כחולק על השכינה
דאנערשטאג מערץ 31, 2022 8:19 am#497285
אזעלעכע שטותים צו רעדן
אויב א קהילה שנתפרדה איז נישט קיין פראבלעם איז דאך קיינמאל נישט געווען קיין כח מרא דאתרא, דער רב געפעלט מיר נישט עפן איך א אנדערע קהלה
די אלע וואס מ' האט מתיר געווען א פילוג איז ווען די שטאטישע קהלה האט זיך נישט געפירט כהוגן, עיין ערך קלויזענבארג ציונות, אדער ווי די רוב האבן געוואלט בלייבן מיט די רעפארמער, אבער ביי ערליכע רבנים וואס פירן זיך ע"פ תורה, איז קיינאל נישט געווען אזא היתר
דאנערשטאג מערץ 31, 2022 8:28 am#497286
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:טשאדעלע, איך גיי נישט ציטירן דיינע שטותים אבער פטור בלא כלום אי אפשר
די לייגסט אראפ א הנחה אז קהל רז"ל איז פונקט אזוי א קהילה ווי אין וומסב"ג וכדומה וואס איז 2 קהילות
עס הייבט זיך נישט אן, אפילו ווען מ' האט געגעבן וומסב"ג פאר רז"ל איז געווען די טענה אז מהר"א האט *קרית יואל*, דאס מיינט אז פונקט ווי רז"ל איז רב אין ראדני איז מהר"א אין די שטאדט קר"י, ווען איינער בונטעוועט אין קר"י קעגן מהר"א איז פונקט ווי איינער בונטעוועט אין ראדני אדער אנדערע זאלונישע מוסדות אין וומסב"ג
אמת אז מיט די יארן האט זיך די ניגון געטוישט אבער דאס איז די מציאות
ווען די רעדסט זיך אפ אויף שטערן די זאליס אין קר"י
דערמאן דיך די רדיפות וואס מ' האט אויסגעטיילט פאר די ארונים אין וומסב"ג אזש מ' האט זיי ארויסגעלייגט אויף די גאס אפילו, אין די 2 וואכן וואס מ' האט געבויעט די הופער שול איז אריינגעקומען מער מסירות ווי סיי וועלעכע בנין אין ני
המשך יבא

איר קענט אזא זאך וואס הייסט מציאות?!

דאס מציאות איז אז גאנץ קרית יואל איז פינקט ווי ראדני????

איז מעגליך אז ראדני זאלן וואינען ארונים?
איז מעגליך אז די ארוינים זאלן עפענען בתי מדרשים, מוסדות, חתונה זאלן אין ראדני??

ענטפער ביטע א יא אדער ניין אויף דעי שאלות, דערנאך קענסטי גייען צי דיין המשך,


אוודאי נישט, מ' וועט זיי ארויסווארפן בשן ועין
משא"כ אין קר"י לאזט מען יעדן ביז אינטערהאקן די בעלות פון די הנהגת העיר

הייסט די ארונים זענען פשוט גיטהארציג, פיינע נייעס,

איך הער טאקע אז די זאליס פלאנען צי עפענען צווי בתי מדרשים אין הופער שיל, די נייע עקסטענשן פין די צוועלווער שיל גייט זיין די לאנטש רום פאר ויואל משה חדר, אין בית חיה אין 53 ווערט די נייע חתונה זאל פין די זאליס אין ב"פ, אין 13 אין מאנסי גייט מסתם זיין פאר ר חיים יושע'ס מיידל סקול,

איך מיין מהאקט נישט אינטער די הנהגה דערמיט,



די פארשטייסט אליין די חילוק, טרייסט נאר יענעם איינרעדן

אין יעדע שטאדט אינדערהיים איז געווען צענדליגע בתי מדרשים און שטיבלעך, דעסטוועגין איז דער שטאדט רב געווען בעה"ב אויף עניני העיר
קרית יואל וואלט געדאפט זיין ווי סקווער, כתר וכדומה, נישט לאזן עפענען קיין שולן? וואלסטו יא געהאלטן אז ער איז בעה"ב?

לאנדאן יוכיח, עס איז דא צענדליגער קהילות, קיינער קען נישט מסדר קידושין זיין נאר דער מרא דאתרו אדער ברשותו
ווייל מ' לאזט יעדן דאווענען כאוות נפשו מיינט אז די דארפסט יענעם צוברעכן?
דאנערשטאג מערץ 31, 2022 10:03 am#497293
קודם כל נעם אזא שטאט ווי מונקאטש, ווי בעלזא איז געקומען, און פרעג זיך נאך די מיינונג וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט געהאלטן

יעצט נעם טאקע למשל לאנדאן, שטעל זיך פאר אז הרב פאדווא סאמהאו קומט ארויס, לאמיר אנכאפן אקעגין רביה"ק בעל דבר"י, און די סאטמארע אידן וואלטן אנגעהויבן א מערכה מיט עם, האלטסטו טאקע ער וואלט נאך געווען שטאטס רב? מיינסטו טאקע אז סאטמאר וואלט זיך נישט אפגעטיילט און געווארן א קהלה נפרדה, זיכער אז יא. נאר ווילאנג ער איז א נייטראלע רב, און קיינער האט נישט קיין פראבלעים מיט עם, איז ער שטאטס רב, אבער לאז מיר זען איינמאל אויב האלט ער א דרשה אקעגין ר' אהרן וועסטו שוין זען פונקטליך ווי עס ווערט א קהלה נפרדה

און עניוועי אויב האלטסטו טאקע אז קרית יואל איז אזוי ווי ראדני, ווייס איך אפילו נישט פארוואס איך ענטפער
דאנערשטאג מערץ 31, 2022 10:33 am#497297
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אזעלעכע שטותים צו רעדן
אויב א קהילה שנתפרדה איז נישט קיין פראבלעם איז דאך קיינמאל נישט געווען קיין כח מרא דאתרא, דער רב געפעלט מיר נישט עפן איך א אנדערע קהלה
די אלע וואס מ' האט מתיר געווען א פילוג איז ווען די שטאטישע קהלה האט זיך נישט געפירט כהוגן, עיין ערך קלויזענבארג ציונות, אדער ווי די רוב האבן געוואלט בלייבן מיט די רעפארמער, אבער ביי ערליכע רבנים וואס פירן זיך ע"פ תורה, איז קיינאל נישט געווען אזא היתר

איך קען נישט קיין היסטאריע אבער קראלע האט מען נישט געפענט קיין קהלה נפרדה? און הרה“ק ר' משה משינאוו זי“ע האט נישט געהאט קיין קהלה אין צאנז?
דאנערשטאג מערץ 31, 2022 1:23 pm#497322
איך האב איבערקיקט די מהרש“ג ער זאגט קלאר אז ווען עס איז דא מחלוקת מעג מען זיך ציטיילען ער זאגט אז און אוהעל גאלאנטא קלויזענבורג מישקאלץ האט מען זיך ציטיילט אפילו ביידע זענען געווען ארטהדאקסען
דאנערשטאג מערץ 31, 2022 3:43 pm#497335
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אזעלעכע שטותים צו רעדן
אויב א קהילה שנתפרדה איז נישט קיין פראבלעם איז דאך קיינמאל נישט געווען קיין כח מרא דאתרא, דער רב געפעלט מיר נישט עפן איך א אנדערע קהלה
די אלע וואס מ' האט מתיר געווען א פילוג איז ווען די שטאטישע קהלה האט זיך נישט געפירט כהוגן, עיין ערך קלויזענבארג ציונות, אדער ווי די רוב האבן געוואלט בלייבן מיט די רעפארמער, אבער ביי ערליכע רבנים וואס פירן זיך ע"פ תורה, איז קיינאל נישט געווען אזא היתר

אין אוהעל איז געווען ר' יואל פעלנער פלאס די בנין דוד פלאס ר' ליבוש טייטלבוים פרעג דיך נאך וואס די דבר''י האט געהאלטן
מונקאטש איז ידוע אז סאטמאר האט געשטיצט קהל מחזיקי הדת
קראלי דארף קיינער נישט פארציילן
קלויזענבורג רעד איך נישט אבער אינטערסאנט אבער נאר סאטמאר האט געזען דעם פראבלעם
ועוד ועוד
סאטמאר מיט מחלוקות איז איינס
אין ב''ה די היינטיגע זענען הולכי בדרכי אבות
פרייטאג אפריל 01, 2022 1:12 pm#497373
ייעעקקבב האט געשריבן:די גאר אויפגעכאפטע הערליכע רייכע אויסגאבע די ברייט באקאנטע שופר פין קרית יואל די געלינגענע “קרית יואל וואכנשריפט“ וואס שטייט שוין יארן לאנג אלטס די צענטראלע מערסט אויפגעכאפט צייטונג אין קרית יואל מיט די הערליכע ריינע אויסגעהאלטענע נייעס ארטיקלען בילדער וכו' פין קרית יואל והגלילות און ווערט געליינט דורך גאנץ קרית יואל פין גרויס ביז קליין https://newspaper.kyweekly.com

עס ליגט שוין דארט די הערליכע וואכנשריפט פין פרשת תזריע מיט צענדליגע אדווערטייזמענטס
פרייטאג אפריל 01, 2022 2:44 pm#497374
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אזעלעכע שטותים צו רעדן
אויב א קהילה שנתפרדה איז נישט קיין פראבלעם איז דאך קיינמאל נישט געווען קיין כח מרא דאתרא, דער רב געפעלט מיר נישט עפן איך א אנדערע קהלה
די אלע וואס מ' האט מתיר געווען א פילוג איז ווען די שטאטישע קהלה האט זיך נישט געפירט כהוגן, עיין ערך קלויזענבארג ציונות, אדער ווי די רוב האבן געוואלט בלייבן מיט די רעפארמער, אבער ביי ערליכע רבנים וואס פירן זיך ע"פ תורה, איז קיינאל נישט געווען אזא היתר

פארוואס זאגסטו אז עס איז קיינמאל געווען אזא היתר, ער האט געשריבן מראי מקומות וואס מקען נאכקוקן און איך האב טאקע נאכגעקוקט די מהרם שיק און ער שרייבט טאקע אזוי איך לייג דא די לינק קוק אריין אין סי' י"ד m https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=16 m
זונטאג אפריל 03, 2022 2:02 am#497395
בן עיר האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אזעלעכע שטותים צו רעדן
אויב א קהילה שנתפרדה איז נישט קיין פראבלעם איז דאך קיינמאל נישט געווען קיין כח מרא דאתרא, דער רב געפעלט מיר נישט עפן איך א אנדערע קהלה
די אלע וואס מ' האט מתיר געווען א פילוג איז ווען די שטאטישע קהלה האט זיך נישט געפירט כהוגן, עיין ערך קלויזענבארג ציונות, אדער ווי די רוב האבן געוואלט בלייבן מיט די רעפארמער, אבער ביי ערליכע רבנים וואס פירן זיך ע"פ תורה, איז קיינאל נישט געווען אזא היתר

פארוואס זאגסטו אז עס איז קיינמאל געווען אזא היתר, ער האט געשריבן מראי מקומות וואס מקען נאכקוקן און איך האב טאקע נאכגעקוקט די מהרם שיק און ער שרייבט טאקע אזוי איך לייג דא די לינק קוק אריין אין סי' י"ד https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=16

וואס דרייסטי א קאפ מיט פאקטן ווען ס'שטימט נישט מיט זיין אג'ענדע
דינסטאג אפריל 05, 2022 3:27 pm#497608
.
דינסטאג אפריל 05, 2022 4:22 pm#497612
די אלטע וועלט בארימטע קרית יואל טעראר גייט אן בתוקפו, דאסמאל זענען נעבעך די געשעפטן די מאנקי אין די מידל, צי זעטיגן דעם אלטן נארסיסט'ס תאוות השררה,

האפנטליך וועלן מחותנים אין משפחה יעצט קענען אפ אטעמען, ווען דעי טעראריסטן זענען פארנומען אויף א צווייטע פראנט,
דינסטאג אפריל 05, 2022 5:28 pm#497622
כולל שומרי החומות טאר מען שוין לאנג נישט שטיצען ווייל עס איז נתיסד געווארען דורך די תלמידי החת“ס און די חת“ס שרייבט (שו“ת חו“מ סי' קס“ג) אז סידור קידושין האט גארנישט מיט די מרא דאתרא
דינסטאג אפריל 05, 2022 6:28 pm#497626
איך וויל נישט דא אריינרעדן צופיהל ווייל כ'זעה רוב שרייבער {ניקס} דא זענען אזווי אויף אייוועלט פין די זאלוינישע לאגער, נאר איין שטיקעל וואלטעך יא געוואלט ארויפשטעלן, אזווי די וואכענשריפט לייגט יעצט אריין עדס בחינם האט איינער געמאכט א שטיקל אין אריינגעשיקט א פאלטשע עד וואס זיי האבען פארשטייט זיך אריינגעלייגט אין זיך געפרייט אז זיי דארפן עס נישט קאפיען פין די באלעבוסטע אדער זשורנאל
דינסטאג אפריל 05, 2022 6:30 pm#497627
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:גאנץ קינדעריש געווען פון די וואכנשריפט זיך אזוי אראפצולאזן, אבער נאכמער איז נאריש די רעאקציע פון דעם קריטישן בית דין וואס מען האט געשטעלט אים אונטערצוברענגען.

די מעלה איז אז קהל ייטב לב ד׳מאנרא והגלילות דרייט זיך ווידעראמאל מיט אראפגעצויגענע הויזן.


אפשר ביסטו מסביר וואס איז נאריש צו אפשטעלן א צייטונג פון חוזק מאכן פון די הנהגה, אפילו זאכן וואס איז ביי די שרייבערס הייליג, (זמן ר"ת, די תקנת העיר) מאכט מען ליצנות ווי די אמאליגע משכילים

עס ווייזט נאכאמאל אז רז"ל און זיינע מענטשן וואס זענן די אזויגעריפענע נועם המדות פארטיי, גייען נאך אן אויפ'ן זעלבן וועג ווי די אמאליגע בלאט/איד/אלגעמיינער/פנים חדשות און נאך, בשעת ווען צד מהר"א האט שוין יארן לאנג ניטאמאל א פיפס געגעבן וועגן צד שכנגד

יא, ווען יענער פרובירט אינטערברעכן דיין הנהגה, מעג מען און מ' דארף ע"פ תורה טון וואס מ' קען, פונקט ווי צד רז"ל וואלט געטון ווען צד מהר"א וואלט אריינגעקומען אין ראדני אדער עני אנדערע מקום וואס איז ברשות רז"ל, אבער פאשקעווילן וכדומה זעט מען נאר ביי זאליס

דרך אגב, די לעצטע מאל וואס זיי האבן אונטערגענומען א מערכה קעגן דער איד און בויקאטירט, האט עס פיין געהאלפן, עד היום שרייבן זיי שוין נישט ווי אמאל, איך קויף און לייען דער איד יעדע וואך עס איז אמחי', דאס וועט זיין דא אויך מסתמא, סא טשאדעלע פריי דיך נישט

עני אנדערע קהילה וואלט אזוי געטוהן ווי א צווייטער גיבט ארויס א פאשקעוויל קעגן זייער רבי,
דינסטאג אפריל 05, 2022 6:53 pm#497633
signout האט געשריבן:איך וויל נישט דא אריינרעדן צופיהל ווייל כ'זעה רוב שרייבער {ניקס} דא זענען אזווי אויף אייוועלט פין די זאלוינישע לאגער, נאר איין שטיקעל וואלטעך יא געוואלט ארויפשטעלן, אזווי די וואכענשריפט לייגט יעצט אריין עדס בחינם האט איינער געמאכט א שטיקל אין אריינגעשיקט א פאלטשע עד וואס זיי האבען פארשטייט זיך אריינגעלייגט אין זיך געפרייט אז זיי דארפן עס נישט קאפיען פין די באלעבוסטע אדער זשורנאל

עס מוז נישט זיין אז די וואס שרייבן אקעגן ק"י זענען זאלונים, נאר פאר די סיבה וואס די עולם גלייכט נישט דא גור און סקווירא פארן טערארזירן די וואס ווילן זיך נישט מכניע זיין צו זייער הנהגה גלייכט מען אויך נישט די ק"י הנהגה
דינסטאג אפריל 05, 2022 6:59 pm#497634
ששון ושמחה האט געשריבן:.

מיר איז נאר אינטערסאנט וויאזוי האבן זיי די היי-רעיז עדס אויב די געשעפטן האבן זיי עס נישט געגעבן.
בכלל גייען זיי צום דריק נאך בעפאר די באלעבאסטע איז ביי די געשעפטן, און קומען אן אויף די פאסט בעפאר די דזשורנאל און היימשטאט.
אלא מאי...
בכלל איז עס גאנץ א גוטע וועג ארויס פאר די געשעפטן, מען קען אדווערטייזן און זאגן אז עס איז געווען אומזיסט...
(אפשר זאל מען אויפשטעלן א וועד פאר רשות... איך מיין אז אלישע הורוויץ האט נאך צייט אין זיין טאג).

אזוי אויך האט אפשר איינער די נעמען פון די געשעפטן וואס זענען דא פארמעקט פון צעטיל, איך וויל זיי גיין ספעציעל שטיצן!
דינסטאג אפריל 05, 2022 7:06 pm#497635
signout האט געשריבן:איך וויל נישט דא אריינרעדן צופיהל ווייל כ'זעה רוב שרייבער {ניקס} דא זענען אזווי אויף אייוועלט פין די זאלוינישע לאגער, נאר איין שטיקעל וואלטעך יא געוואלט ארויפשטעלן, אזווי די וואכענשריפט לייגט יעצט אריין עדס בחינם האט איינער געמאכט א שטיקל אין אריינגעשיקט א פאלטשע עד וואס זיי האבען פארשטייט זיך אריינגעלייגט אין זיך געפרייט אז זיי דארפן עס נישט קאפיען פין די באלעבוסטע אדער זשורנאל

אין וויאזוי פינקטלעך האט ער אויפגעוויזן אז סאיז אימזינסט????

נניח אז ער לייגט אריין אימזינסט, האט ער נאך 100 פאפולערע סטארס אין מאנרא אריינצילייגן, וואס קען עם הייבן די סטאקס, ברויך נישט צי קימען צי עפעס א נארישע סערוויס,

קאממאן סענס זאגט אז דאס איז פול פעיד עד,

מעגליך אז יענער גייט דיספיוטן קרעדיט קארד טשארשעס, דאס מאכט שוין יא סענס ביי דעי ארונישע באקאנטע טעראריסטן,

טיפיקעל עקזעמפעל וואס מיינט פארדרייען א קאפ מיט שקרים, שטעלט אראפ אן אייגענע הנחה אלס פאקט, לייגט צי לויט דעם א מעשה, תמצית, אז יעצט איז שוין דער אראפגעשטעלטע פאקט זיכער אמת, ווייל די מעשה שטימט דאך זייער גיט אזוי,
דינסטאג אפריל 05, 2022 8:34 pm#497640
@kollelniyes “קרית יואל וואכנשריפט“ איז א טריפה'נע משכיל'ישע צייטונג פון די ערגסטע פארנעם איבערשטייגנדיג “פארווערטס“ און “דער מארגן דזשורנאל“!
אנאנסן און די “וואכנשריפט“ איז פאלש און נישט באצאלט!
ביזנעסער וואס אדווערטייזן יא אין די “וואכנשריפט“ זענען געהעיגע נעאלאגן און מ'ברויך זיי אקטיוו באויקאטן!
נחום היימליך איז דער היינטיגער משה מענדלסאן!
בנציון גאלדמאן און יואלי עפשטיין מיינען נישט קיין געלט דא, בלויז לשם שמים!
מ'קען ר“ל אינגאנצן אפפארן פונעם אידישן וועג דורכן לייענען די “וואכנשריפט“!
דינסטאג אפריל 05, 2022 11:32 pm#497653
C/P
מודעה מהוועד למען הצלת כלל ישראל נגד הכפירה ומינות של הוואכענשריפט

מיר ווילן קלארשטעלן אז היות מארגן מיטוואך איז געפלאנט צו געבן תיקון אין אלע בתי מדרשים לכבוד די באפרייאונג פון ר' מרדכי יצחק סאמעט און היות עס איז געווען אדווערטייזט אין די גע'אסרטע וואכנשריפט זאל מען זיין זייער געווארענט נישט עסן דערפון ווייל מ'קען ח"ו אריינעמען די כפירה ומינות וואס זיי טוען אריינלייגן אין דעם

אין אנשי שלומינו משתתפים
מיטוואך אפריל 06, 2022 7:24 am#497667
קקודם זאגט מען אז ס'איז דא טרעיקינג אין די וואקסינאציעס נאכדעם אפיקורסות אין די תיקון.
מיטוואך אפריל 06, 2022 9:54 am#497671
די ארונים נעמען צופיל מלחמות וואס זיי קענען נישט געווינען אין די לאנג ראן, אפגעזעהן ווער עס איז גערעכט.
מיטוואך אפריל 06, 2022 10:45 pm#497709
.
דאנערשטאג אפריל 07, 2022 10:30 pm#497765
.
מיטוואך אפריל 13, 2022 1:40 am#498048
מיליאנער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, די ארוינים זאגן אינעם בריוו אז די סיבה פארוואס זיי קומען ארויס אזוי שארף איז ווייל דעי מאגאזין צילט אז ס'זאל הערשן א הפקירות אין קרית יואל און ער מאכט ליצנות פון יעדע גוטע זאך וואס מהר''א טוט, צו מזוזות, רבינו תם, צניעות, וכו'.

איז דעיס נישט אמת? אויב יא ווי קומט דא אריין דער בלאַט? ווילסט די ארוינים זאלן הענדלען די וואכנשריפט אזויווי די זאליס האבן דעמאלטס געהענדעלט דער בלאט? אה, דעיס ווילסטו שוין נישט....

טריי זיך צו האלטן צום נקודה אויך וויפל ס'איז שייך.

דריידיל אין דריידיל אין דריידיל....

מהאט שוין די אלע טענות הונדערט מאל אויסגעדראשן אין דעם אשכול זעלבסט, פלאס דעם שוועסטער אשכול,

פאר אלע דיינע קשיות ליין פין דא אין ווייטער ביז די קימסט אן צי דיין תגובה, אין גיי צוריק אהין... 101 איין מאל, אויב סאיז נאך אלס עפעס שווער קענסטי גיין לייענען דעם אנדערן אשכול אויך 101 מאל,

איז לאמיך דיך בעטן א טובה. די ארוינישע בריוו איז געווארן ארויפגעלייגט דא נעכטן נאכמיטאג, ביז דעמאלטס איז א גאנצן צייט געווען די טענה אז מ'האט זיך גענומען צו די וואכנשריפט'ס ביינער צוליב'ו ליצנות מאכן פון מהר''א אין א פורים אפטיילונג, און זיך באניצן מיט הומער פאר די רדיפות וואס זיי מאכן מיט.

למעשה ווער איך געוואויר אז דאס איז אינגאנצן א צווייטע זאך, ער איז שוין פארנומען די לעצטע יאר צייט צו אראפרייסן און ליצנות מאכן פון יעדע איינציגע זאך וואס מהר''א טוט, אפילו עס האט נישט קיין שייכות מיט די זאליס ווי למשל די מזוזות, ממילא האט קהל אפגעמאכט אז ווילאנג זיין ציל איז אינטערצוברענגען זייער קהילה וועלן זיי זיכער מאכן אז ער האט נישט קיין איינפלוס.

איך האב פרובירט צו זיכן א זאלישע ענטפער דא און איך האב נישט געטראפן, מער ווייניגער איז די תירוץ 'סידור קידושין, בעל גאווה, דער בלאט אא''וו.

איך וויל וויסן, איז אמת אז די וואכנשריפט רייסט אראפ וועכענטליך די ארוינים פאר יעדע איינציגסטע זאך וואס זיי טוען? אויב יא, פארוואס טארן זיי נישט פרובירן צוצומאכן דעי צייטונג? פארוואס טארן זיי נישט זאגן אז איינער וואס אדווערטייזט אין א צייטונג וואס וויל מיך זען אין די ערד געב איך נישט א פלאטפארמע ביי מיר?

ענטפער מיך נישט אז מרודפט די זאליס (לו יציור) ווייל דעיס נעמט נאך אלס נישט אוועק די רעכט פון די ארוינים זיך צו באשיצן פון איינעם וואס לאזט זיי נישט אנגיין און טרייבט ליצנות פון יעדע פריוואטע אויפטו אין זייער קהילה.

קענסט מיך ענטפערן אז ס'נישט אמת, און אז די וואכנשריפט האט קיינמאל נישט געמאכט ליצנות פון די ארוינים, איך וועל דיר גלייבן, איך האב נאך קיינמאל נישט געליינט די וואכנשריפט חוץ דעי פון פורים וואס מ'האט דא ארויפגעלייגט, אבער ביטע טו מיר א טובה לאמיר רעדן איבער די וואכנשריפט, איך ווייס אז דו האלטסט אז מהר''א איז די ערגסטע בריאה וואס איז נאר פארבריצירט געווארן, אבער לאמיר יעצט רעדן פון די וואכנשריפט אליינס.

אויב האט מען עס שוין גענטפערט ביטע טו מיר א טובה ענטפער מיר נאך איין מאל, איך וועל דיך מכיר טובה זיין.

אז די בעט'סט אזוי שיין...

דער קורצער תירץ אז דאס איז א הוילער שקר, ער האט נאך קיינמאל געמאכט לצינות פין אידיש קייט, אדער פין אויפטוען פין מהר"א וואס איז נישט געווען קיין פאליטיק פין מהר"א,
איך גלייב אז די ביסט נישט קיין קרית יואלער אז די קענסט אפקויפן דעי לאקשן, דער רוב רובו פין קרית יואלע אידן לאכן פין דעי תקנות אין קיקן עס אן ווי דער זעלבער פאליטיק ווי די סידור קידושין,


דער וואכנשריפט האט נאך קיינמאל געמאכט לצינות פין ר' אהרן אדער זיינע אומפארטייישע אויפטוען ביזן פורים אפטיילונג, אין ווי ארויסגעברענגט, איז עס געווען אן איינמאלגע זאך, אין ער האט ער זיך עפענטליך אנטשולדיגונג דערויף,

ער האט יא געמאכט באהאלטענע לצינות פין אלע זאכן וואס זענען געווען תלי בפאליטיק, למשל סידור קידושין, 72, גלילת, אבער קיינמאל נישט מהר"א דירעקט,

זיןן עיקר ציל די לעצטע 10 יאר איז געווען צי געבן א פלאטפארמע פאר די זאלונישע קהילה וואס האבן כמעט ווי נישט עקזיסטירט אין ק"י, אין ביי די ארונישע קעפ אין ק"י האט עס באמת נישט עקזיסטירט,

אין אזוי אויך, צי בויען די גלילת, וואס איז א דארן אין אויג ביי די ארוינישע הערשאפט מחמת תאוות השררה.( לדוגמא וואס מיינט פייטן פאר תאוות השררה, קענסטי זען ווי די גנבים ניצן שטיצער צאלער געלטער, צי פייטן די סעווען ספרינגס ווילידש, וואס וואלט שוין יעצט געקענט האבן טוזענטער דירת אינטער א היימישע ווילידש, אין די זעלבע צייט וואס דער היפאקריט שטעלט זיך אויף וויינען וועגן דירת פרייזן,)

אין די גלילת האט ער געהאט א גרויסע הצלחה ווען ער האט געהאלפן עפענען די אויגן פין מענטשן זיך ארויסצי מופן אינדרויסן, בשעת דער גאנצע גלילת איז געווען איגנארירט אין בארעדט דורך די אפיציעלע קהילה,

אין היינט האלט עס אז דער פרובירט זיך מיט צי כאפן מיטן וואגן דורך זיין וועד השכונה, מיט שוואכע רעזולטאטן,

דער זעלבער ניגון וואס מזינגט יעצט אויפן וואכנשריפט, השכלה, הפקרות, מאנסי, האט ער יארן געשריגן אויף בלומינגרויוו, וואס באשטייט א עדה פין אפאר הונדערט ערליכע חסידישע אידן, אין פלוצלינג ווען מהאט געכאפט אז מהאט פארפאסט דעם באן, האט דיך אלעס געטוישט, וואס דאס קענסטי אליינס זען די לצינות,

דער וואס פארגעס דערמאנט וועגנם עירוב, איז געווען א פלעינע פאליטיק צווישן די בלומינגרויוו עסקנים, מיט די קרית יואלע וועד העירב, אין ווי פארשטענדליך האט ער ארויסגעלייגט די בלומינגרויווע ווערסיע, אין ווי ס'האלט יעצט גייט עס לכאורה בלייבן, אבער דער שרייעט אז ער מיינט נאר מכשיל צי זיין אידן מיט חילול שבת,

די ארונים פירען שוין אלטע קאמפף מיטן וואכנשריפט, פארן געבן אנערקענוג פאר זי זאלונים אלס א פאראלעל קהילה, ספעציעל האט זיך עס פארשאפט די לעצטע יאר צייט ווען די זאלונים האבן זיך ריארגענייזט, איך האב מיטגעהאלטן פירסט הענד ביי א געוויסע געשעפט פאר צווי אהאלב יאר צוריק, ווי זיי האבן טעראזירט אז מזאל נישט אדווערטייזען ביי אים, אין דאס איז נאך געווען פאר דעי אלע זאכן וואס מרעדט דא, יעצט האבן זיי זיך צי געכאפט צין פורים אפטיילונג, עס צי מאכן אפציעלע קאמפף מיטן האפענונג איינמאל פאר אלעמאל אינטער ברענגן,

דער מה יפית קאמפטישן גייט פולי אן אין מאנרא, צווישן די 3 מוסדותער, אין זיי ארבעטן אסאך צי זאמן בנוגע דאס אראפשטעלן די תקנות, אין פלוצלינג דא, זענען די זאלונים גרייט צי צעברעכן אלע תקנות, אין די קהילה אין די מוסדות קימט ארויס מיט אן אפיציעלן צעטיל צי שטיצן די השכלה'ישע צייטונג?!

דעי אלע וואכנשריפטן דרייען זיך אויפן געוועב, קענסט עס אליינס זען אין זיך איבערצייגן,

פוינט איז, נישטא קיין לצינות פין אידיש קייט, נישטא קיין לצינות פין תקנות אין די שטאט, אבער סאיז יא דא געבן אנערקענוג אין פראפאגאנדע פאר דיין קאמפטישן קהילה, יא דא געבן אנערקענוג אין פראפאגאנדירן פאר די פעולת וואס ציברעכט די קאנטראל אין דיקטאטורשאפט קארופציע אין גנבות אין קרית יואל,
מיטוואך אפריל 13, 2022 8:11 am#498052
ייעעקקבב האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז ר' געצל האט באקימען זיין פלאץ אין בהמ“ד 12 און זיין גבאי ביי יענע פרשה


וואס נאך דאכט זיך דיר?

ווען האט ריח'מ פר'מ באקומען דעם טיטל ראב'ד?

און די אנדערע דיינים חברי הב'ד?
מיטוואך אפריל 13, 2022 8:14 am#498053
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
ממילא?

נישט מער און נישט ווייניגער ווי א פאלנער "מאגאזין" גייען גאר זיין דער וואס העט זיך נוקם זיין אויף די אלע אזויגערופענע אומרעכטן!!
ניוואדע! זיי זענען דא גענצליך אומשוליגע שעפעלעך,

וואונדערבאר!!

נצחתני בני נצחתני.

א פאלנער?

דער צייטונג פארטרעט זיין ליינער באזע פינקט ווי די היימשטאט אין די בלאט,

האסט אוודאי פארגעסן פין די בלאט'ס יארן לאנג לצינות פין רבנים תלמידי חכמים, ממש אז די קענסט זיך נישט איבערקימען וויאזוי ס'איז מעגליך אז אזא זאך זאל פאסירן?!

מאכסט ליצנות פין דיר אליינס?


און דו האסט אוודאי פארגעסן ווי דער איד האט אין די זעלבע צייט און יארן שפעטער חוזק געמאכט מדי שבוע בשבוע פון דעם "געוועזענעם קר"י רב"?
מיטוואך אפריל 13, 2022 8:17 am#498054
אינטערסאנטער האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
ייעעקקבב האט געשריבן:וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?


דברי ר' יעקב, ור' אליקים געציל אוסר.


ורבי ישראל חיים מנשה, ורבי יואליש מארגענשטערן, ורבי זלמן לייב פילאפף, ורבי שלמה לייב וויינבערגער, ורבי משה מנחם טירנויער, ורבי ארי' ראזענפעלד, ועוד ועוד, א לאנגע ליסטע, כולם מתירים


און אודווארער רב, ר' פישעלע, ווינער רב זאגן אז די עירוב אין וומסב'ג איז כשר, וואס טערארזיסטע די וואס טראגן מיט'ן עירוב?
מיטוואך אפריל 13, 2022 11:04 am#498064
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
ייעעקקבב האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז ר' געצל האט באקימען זיין פלאץ אין בהמ“ד 12 און זיין גבאי ביי יענע פרשה


וואס נאך דאכט זיך דיר?

ווען האט ריח'מ פר'מ באקומען דעם טיטל ראב'ד?

און די אנדערע דיינים חברי הב'ד?

חול המועד פסח תשס“ג אדער ס“ב איך געדענק נישט יעצט
אבער למאי נפק“מ?
מיטוואך אפריל 13, 2022 11:10 am#498065
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן: און אודווארער רב, ר' פישעלע, ווינער רב זאגן אז די עירוב אין וומסב'ג איז כשר, וואס טערארזיסטע די וואס טראגן מיט'ן עירוב?

די עירוב האבן אונזערע רבנים מברר געווען די ענין על בוריו און געשריבן שטאקע תשובות להלכה אפצופרעגן בכל התוקף די מקילים (ר' געצל האט אויך א תשובה אויף דעם)
משא“כ סידור קידושין האבן די טעראריסטן קיינמאל זיך נישט באצויגען צום פאקט אז קהילה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה ווייל די מערכה איז אנגעפירט געווארן דורך די גרעסטע עמי הארצים בדורינו ווער עס געדענקט נאך אנהייב זענען די קינדער אפילו געווען ממזרים וואס די עמי הארצות דערפין איז בלי גבול.
מיטוואך אפריל 13, 2022 12:11 pm#498074
איך האב נישט אזוי ווייט געשריבן מען זאל אויפהערן מיט די סידו"ק מערכה, איך האב געפרעגט פארוואס פארשטייסטו אז די היימשטאט וכדו' וואס גייט ארום אין די גאנצע שטאט מעג טשעפענען מיט די זאלונים, מיטן אריינלייגן די איסור אויף סידו"ק, אדער באשרייבונגען פון מיטינגען וואס איז געווען לגבי אינפארסירן די איסור אויף סידו"ק, און די וואכנשריפט טאר גארנישט

וואס פארשטייסטו נישט אויב איז דא א פאליטיק מיט בלומינגראוו עירוב מיט קרית יואל, וואס ווי דערמאנט האט קרית יואל א עצם מערכה מיט בלומינג גראוו, און יא די זאלונים ווילן שטארק די הצלחה פון בלומינג גראוו, און משא"כ די ארונים נישט, און זיי נעמען די צד פון בלומינג גראוו, מילא ווערט נאך נישט זייער צייטונג אסור

און לאמיר דיר זאגן אויב וועט טאקע בלומינג גראוו זיין מיט הצלחה, וועט עס נישט צוברעכן די סאטמארע הנהגה, ווייל ווילאנג עס וואוינען יודן וואס שיקן און סאטמאר, צו עס איז ארונים אדער זאלונים אדער בני יואל, וועט די סאטמארע הנהגה בלייבן. אוודא פאלט עס ליידער עס איז 2022, אבער דאס איז נישט דייקא אין בלומינג גראוו, מען זעט עס אויך אין קרית יואל, האט דארנישט מיט די גלילות, עס האט ליידער מיט די דורות
מיטוואך אפריל 13, 2022 9:04 pm#498118
טענה: ס'הייסט דו זאגסט אז ביז 2-3 דורות וועללן די בני יואל זיין די..."מאדערנע"...און די אהרונים וועלן זיי זאגן מוסר און פארהאלטן אז זיי זענען אוועק פון דרך פון רביה"ק זי"ע.

ס'איז געווען אמאל אזא מעשה. (און אויב נישט איז אויך גוט.) א חסידישער איד האטציך משדך געווען מיט א מאדערנעם מחותן. א טאג נאכ'ן תנאים טראכט ביי זיך דער חסיד'ישער מחותן....ס'ארא פנים וועלל איך האבן שטייענדיג אונטער די חופה מיט א מאדערנעם מענטש מיט א פעדער אין זיין גרינעם הוט.איך מוז מיך א ביסל אויסגלייכן. ער האט אויסגעטון זיין פלאטשיגן ביבער הוט און אנגעטון א בענד דאון, שווארצן הוט. אויך דאס לאנגע רעקל האט ער אויסגעטון און אנגעטון א גאר קורץ רעקל. צוביסלעך איז ער געווארן מער און מער מאדערן. ער האט אויך אנגעטון א נעקטיי. און א גרינעם הוט מיט א פעדער. דער אנדערער מחותן האט אויך געטראכט די זעלבע. וואספארא פנים וועט ער האבן? איך האב א חסיד'ישן מחותן און איך גיי אזוי מאדערן. האט ער אנגעהויבן צו ווערן מער און מער חסיד'יש. ביז ווען ס'איז געקומען דער טאג פון די חתונה. איז דער (געוועזענער) חסידי'שער מחותן געווארן זייער שטארק מאדערן. און דער מאדערנער איז געווארן אינגאנצן חסיד'יש. מיט א שטריימל און בעקישע און ווייסע זאקן. דער גאנצער עולם (הפוך) האטציך געווינדערט. אז דער חסיד'ישער מחותן איז געוווארן מאדערן. און דער מאדערנער איז געווארן חסיד'יש...!
מיטוואך אפריל 13, 2022 11:42 pm#498130
די קרית יואלע טעראר רעזשים נעמט די מערכה צי א פרישע שטאפעל, זיי צווינגען די אויסגאבעס וואס זענען נכנע אינטער די רעזשים ארויפצולייגן א וואסערמארק אויף די עדס, אזוי זאלן נישט די געשעפטן קענען זאגן אז דיי וואכנשריפט האט גענומען די עד פין א אנדערע אויסגאבע, אין אריינגעשטעלט אימזינסט,

דאס מיינט פין איצט, יעדער עד וואס איז דא אין וואכנשריפט קען מען זיין ראויג אז סאיז א באצאלטע עד, אין דער געשעפטסמאן פייפט א תקיעה גדולה אויפן גאנצן טעראר רעזשים,
דאנערשטאג אפריל 14, 2022 9:52 am#498151
ייעעקקבב האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן: און אודווארער רב, ר' פישעלע, ווינער רב זאגן אז די עירוב אין וומסב'ג איז כשר, וואס טערארזיסטע די וואס טראגן מיט'ן עירוב?

די עירוב האבן אונזערע רבנים מברר געווען די ענין על בוריו און געשריבן שטאקע תשובות להלכה אפצופרעגן בכל התוקף די מקילים (ר' געצל האט אויך א תשובה אויף דעם)
משא“כ סידור קידושין האבן די טעראריסטן קיינמאל זיך נישט באצויגען צום פאקט אז קהילה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה ווייל די מערכה איז אנגעפירט געווארן דורך די גרעסטע עמי הארצים בדורינו ווער עס געדענקט נאך אנהייב זענען די קינדער אפילו געווען ממזרים וואס די עמי הארצות דערפין איז בלי גבול.


ענקערע רבנים האבן מברר געווען פארקערט? זאל זייער נישט טראגן, וואס ווילסטו פון די אלע וואס פירן זיך לויט די הוראה פון וואס איך האב דערמאנט, פארוואס טעראזירטסטו זיי?
דאנערשטאג אפריל 14, 2022 11:41 am#498158
ייעעקקבב האט געשריבן:וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?

יייעעעקקקבבב: ווי ס'זעהט אויס אויסער רעדן רעדסטו שווער. די הערסט מיט שוועריגקייטן אויך. אויב סידור קידושין (לפי דבריך) האט גארנישט צו טון מיט הלכה. קענסטו גיין אין סיטי האלל נעמען א מערידזש לייסנס (און א דיווארס אויך, לעת הצורך). וואס דארפסטו בכלל א רב אלס מסדר קידושין?! מעיאר עריק עדעמס יר"ה קען אויכעט ווערן א מסדר קידושין. אדער (להבדיל) ר' אברהם ווידער. אלס מעיאר פון קר"י.
דאנערשטאג אפריל 14, 2022 11:50 am#498159
berlbalaguleh האט געשריבן:
ייעעקקבב האט געשריבן:וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?

יייעעעקקקבבב: ווי ס'זעהט אויס אויסער רעדן רעדסטו שווער. די הערסט מיט שוועריגקייטן אויך. אויב סידור קידושין (לפי דבריך) האט גארנישט צו טון מיט הלכה. קענסטו גיין אין סיטי האלל נעמען א מערידזש לייסנס (און א דיווארס אויך, לעת הצורך). וואס דארפסטו בכלל א רב אלס מסדר קידושין?! מעיאר עריק עדעמס יר"ה קען אויכעט ווערן א מסדר קידושין. אדער (להבדיל) ר' אברהם ווידער. אלס מעיאר פון קר"י.

כי כי כי איך האב נישט געמיינט צי זאגן די עצם זאך פין סידור קידושין איך האב געמיינט צי זאגן די רשעות פין זאגן אז די בעל גאוה מיז זיין מסדר קידושין אין די זאל פין אנדערע קהילות
דאנערשטאג אפריל 14, 2022 4:30 pm#498220
דוגמא פין די שודערליכע דברי השכלה אין די פסח אויסגאבע פין די וואכנשריפט,

משה מענדלסאן קען זיך פארשטעקן מיט זיינע ביכער פאר אזאנע דברי השכלה,
פרייטאג אפריל 15, 2022 1:01 am#498261
צים פינטעל #1
פרייטאג אפריל 15, 2022 1:16 am#498263
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די קרית יואלע טעראר רעזשים נעמט די מערכה צי א פרישע שטאפעל, זיי צווינגען די אויסגאבעס וואס זענען נכנע אינטער די רעזשים ארויפצולייגן א וואסערמארק אויף די עדס, אזוי זאלן נישט די געשעפטן קענען זאגן אז דיי וואכנשריפט האט גענומען די עד פין א אנדערע אויסגאבע, אין אריינגעשטעלט אימזינסט,

דאס מיינט פין איצט, יעדער עד וואס איז דא אין וואכנשריפט קען מען זיין ראויג אז סאיז א באצאלטע עד, אין דער געשעפטסמאן פייפט א תקיעה גדולה אויפן גאנצן טעראר רעזשים,


איך האב שטארק הנאה פון די אפדעיט.
מישענדיג דעם וואכנשריפט זעה איך אז עס איז "פיל" מיט עד'ס, אזוי אויך א שיינע פאמיליע ווינקל מיט עד'ס. און יא מען קען מער נישט זינגען דעם ניגון געגנב'ט עדס, ווייל עס האט דאך אלעס א ואסערמארק... (זיך געשאסן אין די פיס...)
איינס פון די גרעסטע חידוש איז מיר געווען די עד פון נארט-איסט באנק, Dart שטעלט זיך שוין אויך נישט צו??? איך ווייס קלאר אז די באנק לייגט עס נישט אליין אריין נאר Dart איז דער וואס באשליסט ווי מען זאל לייגן זייערע עדס.
דינסטאג מאי 17, 2022 4:59 pm#500253
פון אימעיל
אונז זעמיר מעכטיג... ס'איז יא דא מזוזות!! - אוי נעבעך
איר זענט זיכער פארנומען מיט גוטע זאכן, ס'איז שוין געווען א יו"ט פסח, עס קומט א ל"ג בעומר, עס קומט א יו"ט שבועות, איר לערנט אייערע שיעורי תורה, איר זענט מחנך אייערע קינדער, אא"וו.

אבער ס'דא עמיצער וואס איז 'סטאק' אין זיינע ווערים, ער בלייבט ביי דאס זייניגע און איז נישט מסוגל אויפצואוואקסן. אינעם "וואכנשריפט" פון לעצטע וואך ערשיינט א געוואלדיגער בריוו, אינעם בריוון קאלום וואס ווערט עפ"י רוב געשריבן דורכ'ן ארויסגעבער אליינס.




ריכטיג, ס'איז מער קינדיש און נאריש ווי איידער מיאוס.

היות דער מרא דאתרא האט דערקלערט אז ס'איז דא א מאנגל אין כשר'ע מזוזות צוליב וואס רוב עלטערע סופרים שרייבן נאר גרעסערע זאכן, און ער האט דעריבער אויפגעשטעלט א חבורה ללימוד סופרות מיט שימוש וכו', מוז דער נאריש קינד שרייבן אז ס'איז יא דא גענוג מזוזות. נעבעך.

אבער, דאס צייגט אויפ'ן גרויליגקייט פון דעם "וואכנשריפט פאמיליע", און דער טיטל "כתב פלסתר לכל דבר" איז ווייניג געזאגט. ער פילט אן די קרית יואל'ע גאסן מיט גארבעדזש, עקלדיגע נארישע פאשקעווילן.

כה לחי פאר די טויזנטער איינוואוינער וואס נעמען דאס נישט אריין אין שטוב, עס גייט אריין אינעם גאסן-גארבעזש נאך פאר דאס ווערט בכלל געזען, נישט צו אריינברענגען אין שטוב אזא פארגרעבטער הפקירות'גיער ליצנות בלעטל.

כה לחי פאר די 95% געשעפטן און ארגאניזאציעס, וועלכע ווערן נישט נשפע פון די טעראר-מאשין וואס יענער שטעלט אונטער אז מען זאל מוזן ביי אים אדווערטייזן, מיט כל-מיני סטראשונקעס פינאנציעל און פערזענליך, ועכ"ז טוט מען וואס ס'איז ריכטיג, און מען נעמט נישט א חלק אין שטיצן אזא עקלדיגער ליפלעט וואס באשמוציגט און זוכט בלויז הפקירות מיט ביליגע ליצנות.

למען בנינו ואנשיותינו.


דינסטאג מאי 17, 2022 6:33 pm#500261
טויזנטער איינוואוינער וואס נעמען נישט אריין אין שטוב די וואכנשריפט :lol: :lol:
95% געשעפטן אדווערטייזען נישט אין די וואכנשריפט :lol: :lol:
די וואכנשריפט איז גאר די טעראר מאשין :lol: :lol:
לעצם הענין איז א מציאות אז עס נישט דא א מאנגעל אין כשר'ע מזוזת איך האב עס אליין געהערט פין א סופר א אהרוני
דינסטאג מאי 17, 2022 6:48 pm#500265
ייעעקקבב האט געשריבן:טויזנטער איינוואוינער וואס נעמען נישט אריין אין שטוב די וואכנשריפט :lol: :lol:
95% געשעפטן אדווערטייזען נישט אין די וואכנשריפט :lol: :lol:
די וואכנשריפט איז גאר די טעראר מאשין :lol: :lol:
לעצם הענין איז א מציאות אז עס נישט דא א מאנגעל אין כשר'ע מזוזת איך האב עס אליין געהערט פין א סופר א אהרוני

איך בין געווען נייגעריג ווילאנג ס'ווערט דויערן ס'זאל אריינקומען 'איך האב אליין גערעדט צו א ארויני...'
דינסטאג מאי 17, 2022 6:54 pm#500267
איך בין נאר נייגעריג צי יעצט ווען די האסט לצנות געמאכט ווערט בטל למפרע דעיס וואס יענע סופר האט געזאגט אדער עס ווערט בטל מכאן ולהבא?
עס איז א מציאות אז עס איז נישט דא קיין מאנגעל יעצט אין מזוזת אז די ווילסט קאל אן א סופר א אהרוני אז די מופסט קיין שכינות ויואל משה און די דארפסט מזוזת און די ווילסט וויסען אויב עס איז דא א מאנגעל
דינסטאג מאי 17, 2022 7:20 pm#500269
יייעעעקקקבבב: וואס איז דיין נקודה?!. אויב ס'איז (יעצט) נישט דא. דאמאלס איז ר' אהרן א שקרן...לויט דיין שטאמל'דיגן מח. נישט נאר דו שטאמלסט. נאר דיין מח אויך...!
דינסטאג מאי 17, 2022 7:27 pm#500271
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:פון אימעיל
אונז זעמיר מעכטיג... ס'איז יא דא מזוזות!! - אוי נעבעך
איר זענט זיכער פארנומען מיט גוטע זאכן, ס'איז שוין געווען א יו"ט פסח, עס קומט א ל"ג בעומר, עס קומט א יו"ט שבועות, איר לערנט אייערע שיעורי תורה, איר זענט מחנך אייערע קינדער, אא"וו.

אבער ס'דא עמיצער וואס איז 'סטאק' אין זיינע ווערים, ער בלייבט ביי דאס זייניגע און איז נישט מסוגל אויפצואוואקסן. אינעם "וואכנשריפט" פון לעצטע וואך ערשיינט א געוואלדיגער בריוו, אינעם בריוון קאלום וואס ווערט עפ"י רוב געשריבן דורכ'ן ארויסגעבער אליינס.




ריכטיג, ס'איז מער קינדיש און נאריש ווי איידער מיאוס.

היות דער מרא דאתרא האט דערקלערט אז ס'איז דא א מאנגל אין כשר'ע מזוזות צוליב וואס רוב עלטערע סופרים שרייבן נאר גרעסערע זאכן, און ער האט דעריבער אויפגעשטעלט א חבורה ללימוד סופרות מיט שימוש וכו', מוז דער נאריש קינד שרייבן אז ס'איז יא דא גענוג מזוזות. נעבעך.

אבער, דאס צייגט אויפ'ן גרויליגקייט פון דעם "וואכנשריפט פאמיליע", און דער טיטל "כתב פלסתר לכל דבר" איז ווייניג געזאגט. ער פילט אן די קרית יואל'ע גאסן מיט גארבעדזש, עקלדיגע נארישע פאשקעווילן.

כה לחי פאר די טויזנטער איינוואוינער וואס נעמען דאס נישט אריין אין שטוב, עס גייט אריין אינעם גאסן-גארבעזש נאך פאר דאס ווערט בכלל געזען, נישט צו אריינברענגען אין שטוב אזא פארגרעבטער הפקירות'גיער ליצנות בלעטל.

כה לחי פאר די 95% געשעפטן און ארגאניזאציעס, וועלכע ווערן נישט נשפע פון די טעראר-מאשין וואס יענער שטעלט אונטער אז מען זאל מוזן ביי אים אדווערטייזן, מיט כל-מיני סטראשונקעס פינאנציעל און פערזענליך, ועכ"ז טוט מען וואס ס'איז ריכטיג, און מען נעמט נישט א חלק אין שטיצן אזא עקלדיגער ליפלעט וואס באשמוציגט און זוכט בלויז הפקירות מיט ביליגע ליצנות.

למען בנינו ואנשיותינו.


נאטא האט אריינגעצויגן פוטין אין א מלחמה אקעגן אוקראינע,
די זאליס טעראזירן מחותנים צי מיזן חתונה מאכן אין עטרת מייזלעס,
אין קרית יואל טעראזירט מען צי אדווערטייזן אין וואכנשריפט,

דאס איז דער געווענליכע שפראך פין טעראריסטן ביים דורכפירן זייער טעראזים אקט, גאר נישט קיין חידוש דא,

באט זעי איך שוין וואס די טרייפענע השכלה באשטייט, מחלוקת מהר"א מיטן וואכנשריפט בריוו שרייבער צי ס'איז יא דא געניג מזוזות סופליי צי נישט, ,

למשל אויב איינער גייט מאכן א לג בעומר פייער מיט די גאנצע פאמפע, לצורך כבוד עצמו, דירעקט אקעגן דעם רבין וואס האלט אז דאס איז א מנהג וואס אינז האבן מיר זיך נישט געפירט, אין ער זעט נישט וואס מ'זאל זיך פרייען מיט די פייער, גייט דאס אויך אריין אין די זעלבע גדר השכלה ווי די וואכנשריפט?

אין וואס וועט זיין אויב א ביליגער נידעריגער אינג, גייט זיך אויפשטעלן אין זאגן אז די מצות וואס אינזערע עלטערן און רבי'ס עסן אלע יארן, זענען גאר שוואכע מצות, וועט עס אויך זיין אזאנע ביליגע לצינות אין גיפטיגע השכלה ווי די וואכנשריפט?
דינסטאג מאי 17, 2022 7:34 pm#500272
ייעעקקבב האט געשריבן:איך בין נאר נייגעריג צי יעצט ווען די האסט לצנות געמאכט ווערט בטל למפרע דעיס וואס יענע סופר האט געזאגט אדער עס ווערט בטל מכאן ולהבא?
עס איז א מציאות אז עס איז נישט דא קיין מאנגעל יעצט אין מזוזת אז די ווילסט קאל אן א סופר א אהרוני אז די מופסט קיין שכינות ויואל משה און די דארפסט מזוזת און די ווילסט וויסען אויב עס איז דא א מאנגעל

איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א מאנגל אין מזוזות, איך האב נישט געזוכט צו קויפן קיין מזוזות.

גראדע מהר''א זאגט נישט אז ס'איז דא א מאנגל אין מזוזות, ער זאגט אז ס'איז דא א מאנגל אין היימישע סופרים וואס שרייבן מזוזות, ממילא נעמט מען פון צווייפלהאפטיגע בראקערס פון א''י וכדו'. אדרבה פרעג דיין ארוינישע סופר אויב ער האט פאר דיר א מזוזה געשריבן דורך א היימישן סופר און וויפיל ס'קאסט.

אבער ניין, נישטא קיין שום סיבה דיך צו גלייבן אז דו האסט גערעדט צו א סופר א ארויני. (נישט אז אויב יא איז עס א חילוק).
דינסטאג מאי 17, 2022 8:06 pm#500276
מעשה שהיה כך היה, איך בין געזיצען ביי א בר מצוה נעבן 2 פון מיינע פעטערס 2 עכט פרומע יודען וואס ביי זיי מיינט מזוזת אז עס איז געשריבן געווארען דורך יראים ושלמים, 1 פעטער איז א סופר און די אנדערע פעטער גייט מופן סיון תמוז צייט, האט ער געפרעגט די סופר אויב ער דארף זיך זארגען פאר מזוזת און שוין יעצט באשטעלן, האט ער אים גענטפערט אז עס דא אסאך מזוזת יעצט און ער דארף זיך נישט זארגען,
איך בין קיינעם נישט מחייב מיר צו גלייבן, אבער ווער עס גלייבט נישט קען אנרופל א סופר מיט די זעלבע שאלה און הערן וואס ער ענטפערט.
אגב האלט מען יעצט שוין נאכן פארקויפן שווערע טויזענטער מזוזת געשריבן געווארען דורך יראים ושלימים פאר שכונת ויואל משה און נאך אלץ האלט מען ווייט פון א מאנגעל.
דינסטאג מאי 17, 2022 8:09 pm#500277
berlbalaguleh האט געשריבן:יייעעעקקקבבב: וואס איז דיין נקודה?!. אויב ס'איז (יעצט) נישט דא. דאמאלס איז ר' אהרן א שקרן...לויט דיין שטאמל'דיגן מח. נישט נאר דו שטאמלסט. נאר דיין מח אויך...!

דאכט זיך מיר אז די שקרן וואס האט אפגעמאכט אז עס נישט דא גענוג כשרע מזוזת שטאמלט אויך און אויך זיין מח שטאמלט
דינסטאג מאי 17, 2022 8:27 pm#500278
ייעעקקבב האט געשריבן:מעשה שהיה כך היה, איך בין געזיצען ביי א בר מצוה נעבן 2 פון מיינע פעטערס 2 עכט פרומע יודען וואס ביי זיי מיינט מזוזת אז עס איז געשריבן געווארען דורך יראים ושלמים, 1 פעטער איז א סופר און די אנדערע פעטער גייט מופן סיון תמוז צייט, האט ער געפרעגט די סופר אויב ער דארף זיך זארגען פאר מזוזת און שוין יעצט באשטעלן, האט ער אים גענטפערט אז עס דא אסאך מזוזת יעצט און ער דארף זיך נישט זארגען,
איך בין קיינעם נישט מחייב מיר צו גלייבן, אבער ווער עס גלייבט נישט קען אנרופל א סופר מיט די זעלבע שאלה און הערן וואס ער ענטפערט.
אגב האלט מען יעצט שוין נאכן פארקויפן שווערע טויזענטער מזוזת געשריבן געווארען דורך יראים ושלימים פאר שכונת ויואל משה און נאך אלץ האלט מען ווייט פון א מאנגעל.

ברוך השם. איך בין זיכער אז מהר''א וואלט הנאה געהאט דאס צו הערן.