Under maintenance
הויפט זייט » "וועקער אנטאָלאָגיע" נומער 2, לכבוד פסח תשפ"ב

"וועקער אנטאָלאָגיע" נומער 2, לכבוד פסח תשפ"ב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15228
מיטוואך אפריל 06, 2022 9:26 am#497670
"וועקער אנטאָלאָגיע" נומער 2, לכבוד פסח תשפ"ב
לכבוד פסח תשפ"ב ערשיינט בע"ה די צווייטע אנטאלאגיע פונעם וועקער, וואס איז א קאלעקשאן פון פילע הערליכע ארטיקלען וואס זענען ערשינען אינעם וועקער דורך די יארן תשע"ו - תשע"ח, בנוסף צו א נייעם הערליכן לענגערן ארטיקל.

די אנטאלאגיע וועט אי"ה זיין עוועילעבל אלס אן אומזיסטן פי-די-עף, און אויך וועט מען עס קענען קויפן אויף עמעזאן פאר בלויז 4.99.


דאונלאוד דעם גאנצן וועקער דא

אדער דא


קויף דא אויף עמעזאן
מיטוואך אפריל 06, 2022 10:39 am#497673
קוקט אויס זייער שיין.
הערליכע בילד פון בעלזער רב. מ'קען זעהן די אינהאלט?
מיטוואך אפריל 06, 2022 5:12 pm#497700
שיין!
ווען וועט עס זיין עוועילעבל?

בילד פון מהר''א מבעלזא קוקט אויס ווי מרת צייטלין'ס א בילד
מיטוואך אפריל 06, 2022 6:00 pm#497703
אינהאלט
די אנטאלאגיע פארמאגט ארטיקלען, צווישן אנדערע, פון:
ATUB @בת קול ATUB
ATUB @מפוזרי ATUB
ATUB @בר-כוכבא ATUB
ATUB @שבת אחים ATUB
ATUB @ונבנתה העיר ATUB
ATUB @ריכטיג ATUB
ATUB @חכימא ATUB
ATUB @לייבל שטילער ATUB
ATUB @גראדעמעכעלע ATUB
ATUB @יצחק לאווי ATUB
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB
ATUB @יצחק וואלד ATUB
ATUB @קטלא קניא ATUB
דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:15 am#497723
וועקער אנטאלאגיע - פסח תשפ"ב

אלע 142 זייטן פון די שענסטע ארטיקלען לכבוד יום-טוב!

לייענט, האט הנאה, און טיילט מיט אייערע פריינט.
דאנערשטאג אפריל 07, 2022 10:44 am#497734
דאס איז וואס איך האב דא געשריבן:
מי אני האט געשריבן:אין די "א ווארט פון דער רעדאקציע" קאלומן אינעם יעצטיגן וועקער אנטאלאגיע 2 שרייבט @דער וועקער:
עס איז היינטיגע צייטן נישט מעגליך צו באגרעניצן קוועלער פון אינפארמאציע. די שאלה בלייבט צי זאל אייער אינטעלעקטועלער ברודער אדער שוועסטער, זון אדער אייניקל, לעבן אין איינזאמקייט, און אפשר אפילו פארלוירן ווערן אין דעם אינטערנעט'ס שטורעם-ווינט פון געדאנקען, אדער זאל ער וויסן אז ער איז נישט אליין, עס זענען דא נאך אידן נאמנים לה' ולתורתו וואס האבן ענליכע רצונות און שאיפות, און ס'איז דא א וועקער וואס דינט ווי א פלאטפארמע פאר יעדער דעה און יעדן געדאנק על דרך התורה.

א נשמה וואס לעכצט אויף חכמה און פארשטאנד, קען מען נישט דערשטיקן. די תורה האט אין זיך פיל מיינונגען און מחשבות, שיטות און אידעען, דער וועקער וויל פארברייטערן די וויסנשאפט פון די וואס זוכן אט די ברייטקייט, אין די ראמען פון תורה און אירע עיקרים. דאס איז אונזער ציל, אז דער אינטעלעקטואלער חסידישער איד זאל נישט שפירן אז ער דארף זיך אוועקרייסן פון זיינע שורשים, מיט שווערע נאכפאלגן ארום און ארום, צו קענען באפרידיגן זיין נשמה - מיר ווילן אז ער זאלן בלייבן ביי אונז מיט א לעבן פון צופרידנהייט און סיפוק.
די mission statement פון @דער וועקער. ונשנית אין אנדערע נומערן - cf צב"ש נומער 8 וואו זיי ברענגען ארויס אז די ליינערשאפט דערצו עקזיסטירט אומאפהענגיק צי דער וועקער איז דא צי נישט.

דאס גייט אין איינקלאנג מיט דאס וואס איך האב אויבן ארויסגעברענגט. ואיה"נ אז זיי באטאנען אז דאס אלעס דארף ווערן און ווערט אויסגעשמועסט אינערהאלב די ראמען פון תורה ודת, איז דארף מען אבער אנערקענען אז אט די ראמען זענען פיל ברייטער ווי מען שטעלט זיך פאָר מעיקרא, וואס דאס איז דאך טאקע די סיבה אז מאנכע פרומע האבן טענות קעגן @דער וועקער און ווי זיי ברענגען ארויס. וכנ"ל בדברי @עקפערימענטירער אז מ'האט נישט צו צייגן בעקיפין אז תורה ודת קען זיך טאקע נישט ספראווען אינטעלעקטשועלי מיט די אישׁוּס, וואס עס זאל נאר נישט זיין, און דאס איינציגסטע ברירה זי האט איז דאס אונטערצודריקן און דערשטיקן באלימות; אזא מהלך איז בפרט נישט גינסטיג וואו "עס איז היינטיגע צייטן נישט מעגליך צו באגרעניצן קוועלער פון אינפארמאציע" וכנ"ל.

און ביי די געלעגענהייט וויל איך טאקע (נאכאמאל) אויסדרוקן א הערצליכן דאנק פאר מערכת @דער וועקער פאר די געוואלדיגע אינטעלעקאשואלע חומר וואס זיי שטעלן צו, ווי אויך אין אלגעמיין אז די אויסגאבע טאקע עקזיסטירט בכלל, וואס איז אליינס א נחיצות לענ"ד און ווי איך האב דא ארויסגעברענגט.
דאנערשטאג אפריל 07, 2022 4:02 pm#497754
Re: "וועקער אנטאָלאָגיע" נומער 2, לכבוד פסח תשפ"ב
א הערליכע אויסגאבע!
ש. ביזעם האט באוויזען א הערצושטעלן א הערליכע ארטיקל, יישר כח!. איין הערה: דו שרייבסט דארט אז דער בולגערייער רב איז נפטר געווארן פון א מחלה. כידועה איז ער אומגעברענגט געווארן. טאקע דאן האט מען אויך געזען די מענטשליכע זייט פון דער רב, ווען ער האט זיך אויסגעדריקט ''בלוט איז נישט קיין וואסער'' און ער האט פארשאלטן די אנדרייער'ס.

איבער די טעזע פון די ארטיקל קען מען צו לייגן וואס עס האט פארציילט הרב קוק'ס איידעם אז דער רב האט אים געזאגט: ''אונז האבן זיך טועה געווען מיט ארץ ישראל''. וועלכע נאך רבי נאך די מלחמה איז געווען אזוי אויפריכטיג?
דאנערשטאג אפריל 07, 2022 4:32 pm#497756
Re: "וועקער אנטאָלאָגיע" נומער 2, לכבוד פסח תשפ"ב
ווער זענען די צוויי רבנים דערמאנט אין די הקדמה? @מורינו ורבנו און@חכמת שלמה?

אגב שטייט אין ירשלמי 'כל הקורא הוועקער ערב פסח, כאילו בועל אריסתו בבית חמיו'. און ווער איז דער טיפש וואס ליינט די וועקער ביי זיין שווער אינדערהיים?
דאנערשטאג אפריל 07, 2022 11:23 pm#497767
הערליך שיין.
בלאט 11 און בלאט 12 זענען די זעלבע.
פרייטאג אפריל 08, 2022 8:28 am#497775
דער וועקער אַנטאָלאָגיע איז שוין עוועילעבל אויף עמעזאן פאר בלויז 4.99!

m https://amazon.com/dp/B09X3N8966 m
פרייטאג אפריל 08, 2022 9:26 am#497776
באשטעלט
פרייטאג אפריל 08, 2022 9:54 am#497779
הערליכע ארבייט ווי אייביג. דער לענגערער ארטיקל אויף הרה"ק מבעלזא זי"ע איז גאר א שיינע ארבייט, צאמגענומען די היסטאריע פון אמאל, און געט א נייע בליק אויף רבי אהרן זצוק"ל.

א חלק פון די אנדערע ארטיקלען האב איך שוין געליינט בשעתם, אבער געוויסע האב איך פארפאסט. למשל שלא שינו את לשונם געדענק איך נישט צו האבן געליינט און ס'קוקט אויס ווי א מאסיווע ארבייט.

ליל התקדש החג האב איך געליינט אינעם אלטן וועקער יארן צוריק, כ'געדענק שוין נישט די פרטים, אבער כ'געדענק אז שפייאכץ איז מיר גערינען פון מויל. כ'קען נישט ווארטן עס צו ליינען נאכאמאל לכבוד פסח הבעל"ט.
פרייטאג אפריל 08, 2022 11:44 am#497783
"וועקער אנטאָלאָגיע" נומער 2, לכבוד פסח תשפ"ב
א גרויסען דאנק פארן וועקער רעדאקציע פארן אהערשטעלן דעם ליקוט-אנטאלאגיע, און בפרט א גרויסען דאנק פאר ש. ביזעם פארן הערליכן נייעם ארטיקל איבער בעלזער רב׳ס מענטשליכען זייט.
נאר איין טעות, אויף עמוד 52 שטייט ״בילד 40: די דריי לעכטיגע קינדער״.., למעשה איז קיין בילד פון זיי נישט דא.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מוצ"ש אפריל 09, 2022 9:57 pm#497819
וויאזוי ווייס איך ווער האט געשריבן יעדער ארטיקל? ס'שטייט פיקטיווע נעמען.
מוצ"ש אפריל 09, 2022 11:41 pm#497831
שאלתיאל האט געשריבן:וויאזוי ווייס איך ווער האט געשריבן יעדער ארטיקל? ס'שטייט פיקטיווע נעמען.

ווי אזוי ווייס איך ווער שאלתיאל איז :lol: :lol:
מוצ"ש אפריל 09, 2022 11:58 pm#497832
שאלתיאל האט געשריבן:וויאזוי ווייס איך ווער האט געשריבן יעדער ארטיקל? ס'שטייט פיקטיווע נעמען.



צו א שטריך פון די נעמען צו די פיקטיווע נעמען.
לאממיר זעהן וויפיל דו קענסט טרעפן ריכטיג...

דער וועקער האט געשריבן:אינהאלט
די אנטאלאגיע פארמאגט ארטיקלען, צווישן אנדערע, פון:
@בת קול
@מפוזרי
@בר-כוכבא
@שבת אחים
@ונבנתה העיר
@ריכטיג
@חכימא
@לייבל שטילער
@גראדעמעכעלע
@יצחק לאווי
@רויטע וואנצעס
@יצחק וואלד
@קטלא קניא
זונטאג אפריל 10, 2022 12:11 am#497834
בת קול האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:די אנטאלאגיע פארמאגט ארטיקלען, צווישן אנדערע, פון:
@בת קול
@מפוזרי
@בר-כוכבא
@שבת אחים
@ונבנתה העיר
@ריכטיג
@חכימא
@לייבל שטילער
@גראדעמעכעלע
@יצחק לאווי
@רויטע וואנצעס
@יצחק וואלד
@קטלא קניא

Ladies first :D
זונטאג אפריל 10, 2022 12:23 am#497835
ATUB @בת קול ATUB איז דאך נודאי בתיה קאלמאן (לכאורה א ווערטער שפיל פון בת קול).

ש. ביזעם איז לכאורה ATUB @ארי נוהם ATUB (השערה בעלמא געבויט אויף די אשכול).
זונטאג אפריל 10, 2022 1:06 am#497840
כרם זית האט געשריבן:@בת קול איז דאך נודאי בתיה קאלמאן (לכאורה א ווערטער שפיל פון בת קול).

ש. ביזעם איז לכאורה @ארי נוהם (השערה בעלמא געבויט אויף די אשכול).



בכלל קען מען זעהן פון די קאנטענט. :roll:

ס'זענען דא וואס פארגעסן אז חסידות איז געבויט אויף די וואס קענען נישט לערנען זאלן כאטש האבן א connection מיט א mentor.
נישט אויף ווער עס האט די שארפסטע קאפ און לערנט די מערסטע שעות ברבים.

דאס איז א מתנגדישע מהלך.
זונטאג אפריל 10, 2022 10:03 am#497866
איך בין יעקב משה ריכטער, סתם א ווערטער שפיל אויף "ריכטיג". פון די קאנטענט גלויב איך נישט אז איינער וואלט דאס צוזאמגעשטעלט, איך שרייב דאך כמעט נישט קיין היסטאריע אין שטיבל.

מיין הרגש איז אז ארי נוהם איז נישט דער שרייבער פונעם בעלזער ארטיקל, היות עס קוקט מיר נישט אויס צו ווערן געשריבן דורך א געבוירענער בעלזער. איך בין חושד אדנירם (אויב מען מעג).
זונטאג אפריל 10, 2022 10:53 am#497867
ריכטיג האט געשריבן:מיין הרגש איז אז ארי נוהם איז נישט דער שרייבער פונעם בעלזער ארטיקל, היות עס קוקט מיר נישט אויס צו ווערן געשריבן דורך א געבוירענער בעלזער. איך בין חושד אדנירם (אויב מען מעג).


איז עס נישט באזירט אויף דעם אשכול?

l viewtopic.php?f=42&t=11378&hilit=%D7%9E%D7%A2%D7%A0%D7%98%D7%A9%D7%9C%D7%99%D7%9B%D7%A2 l
זונטאג אפריל 10, 2022 11:01 am#497868
זיכער אזוי. אבער די ברייטע שפראך איבער בעלזא קוקט מיר נישט אויס ווי פון א געבוירענער. ואולי אני טועה.
זונטאג אפריל 10, 2022 11:39 am#497874
Re: "וועקער אנטאָלאָגיע" נומער 2, לכבוד פסח תשפ"ב
ריכטיג האט געשריבן:זיכער אזוי. אבער די ברייטע שפראך איבער בעלזא קוקט מיר נישט אויס ווי פון א געבוירענער. ואולי אני טועה.
איך האב געטראכט פונקט פארקערט וויבאלד ער פראבירט אריינצווארפן דא דארט וועגן דער היינטיגער רב שליט''א. ענדערש זעט עס אויס ווי א ראצאנאליסטישע בעלזא חסיד.

און יישר כח פאר דיין ארטיקל, עס איז באמת א הערליכע מסודרדיגע ארבעט! כהאב אויך נישט געוויסט אז דער איידלער @ריכטיג (וואס שמייכלט אזוי שיין...), קען זיך אזוי שארף מתפלמס זיין מיט משה חזן...
זונטאג אפריל 10, 2022 12:19 pm#497879
ריכטיג האט געשריבן:איך בין יעקב משה ריכטער, סתם א ווערטער שפיל אויף "ריכטיג". פון די קאנטענט גלויב איך נישט אז איינער וואלט דאס צוזאמגעשטעלט, איך שרייב דאך כמעט נישט קיין היסטאריע אין שטיבל.

מיין הרגש איז אז ארי נוהם איז נישט דער שרייבער פונעם בעלזער ארטיקל, היות עס קוקט מיר נישט אויס צו ווערן געשריבן דורך א געבוירענער בעלזער. איך בין חושד אדנירם (אויב מען מעג).



איך גלייב נישט אז ער האט בכלל עפעס מיט בעלזא.
זונטאג אפריל 10, 2022 12:36 pm#497881
צקון לחש האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:די אנטאלאגיע פארמאגט ארטיקלען, צווישן אנדערע, פון:
@בת קול
@מפוזרי
@בר-כוכבא
@שבת אחים
@ונבנתה העיר
@ריכטיג
@חכימא
@לייבל שטילער
@גראדעמעכעלע
@יצחק לאווי
@רויטע וואנצעס
@יצחק וואלד
@קטלא קניא

Ladies first :D

בין איך גערעכט מיט מיין השערה אז דער איז א געהעריגע פרוי?