די לעצטע 10 יאר איז געווען רעלאטיוו שטיל, די זאליס האבן איינגעזען אז זיי קענן נישט איבערנעמען קר"י, האבן זיי גארנישט געטוןץ
די ווילעדזש האט זיי געגעבן פערמיטן, פארמאכט די אויגן ווען זיי האבן געבויט זייער ביהמ"ד אן פערמיטס און אן פארקינג דווקא אין שכינות פון די ארונים,
רז"ל איז געקומען פירן רעביסטעווע אלע יארן, שבתים און יומי דפגרא'ס, ארויפגעקומען צום ציון ווי א רבי, מ'האט אים געגעבן א עקסטרע אריינגאנג, און האט געפראוועט פונקט ווי מהר"א,
נישט נאר ער, נאר יעדער רבי קומט דארט פראווען וואס מ'זעט נישט אין קיין שום יודישע שטאט, נישט אין סקווער, כתר, קרית וויזניץ, אדער טאהש,
סקולענער רבי שליט"א קומט יעדעס יאר שבת נחמו אויף קר"י, כאטש זיין טאטע ליגט אין וויזניץ און ער איז מער סקווערער חסיד ווי סאטמארער,
נאך א רייע רבי'ס, תולדות צבי ספינקא, תולדות אהרן, טאהש און נאך, די אלע פראווען רביסטעווע דארט אן קיין שום פראבלעם,
נאכמער, די אויבן דערמאנטע ווייסן כאטש אז מ' קומט אויף קר"י אנערקענט מען אז עס איז דא א מרא דאתרא און מ'גייט אים באזוכן, איז אבער דא אנדערע ווי ר' אברהם לייטנער ז"ל און יבלח"ט ר' טורדוס וואס זענעו גע/קומען און פירן רביסטעווע אן באזוכן אדער זיך וויסענדיג מאכן פון מהר"א, אין די גאנצע וועלט איז דאס נישט דא,
איין זאך פארלאגט צד מהר"א, לאז מיר איבער די כח הרבנות, ווי יעדער רב אינדערהיים האט געהאט זיין כח און די אלע רבי'ס וואס האבן געוואינט אין שטאט האבן עס געגעבן פאר אים, און אזוי איז געווען ביז יעצטץ
יעצט צו וומ"ס, רז"ל איז לכל הדיעות געווארן אויפגענומען אין די סאטמאר קהלה אין וומ"ס וואס איז סטאצאנירט אין ראדני און די מוסדות אונטער 82 (צד מהר"א טענהט נאך עד היום אז עס באלאנגט פאר זיי אבער האבן אראפגעלייגט די געווער ווען זיי האבן איינגעזען אז זיי קענען עס נישט באקומען), עס איז דא צענדליגער מוסדות און רבנים אין וומסב"ג וואס זענען נישט אונטערגעווארפן אינטער סאטמאר, נישט דא קיין רב אין שטאט, און פונקט ווי רז"ל האט געפענט מוסדות ווי עס איז ידו על התחתונה, קר"י, ב"פ, בני ברק, מאנטשעסטער, האט מהר"א האט געפענט ווי עס איז ידו על התחתונה, וומסב"ג, מאנסי, ירושלים, מאנטריאל. יעדער פארשטייט אז איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן לערנען אין דעם אנדערן'ס מוסדות, אפילו קר"י ווי עס איז דא א איסור פון ב"מ זצ"ל און די ב"ד פון ירושלים צו עפענען מוסדות האט מען בכלל נישט געשטערט די זאליס פון עפענען מוסדות, אדרבה, ווען זיי האבן קודם געהאט נאר קלענערע קלאסן האט מען געהאלטן די גרעסערע אין די אלטע סקול (חוץ א אויסנאמס פאל ווען מ'האט געדארפט איינעם פארשיקן ואכמ"ל) (לשבחם פון אלט סאטמאר מאנסי האבן זיי אויך אזוי געטון ווען דער דיין הרב כ"ץ איז געווען בעה"ב), ווען זיי האבן באשלאסן צו נעמען באסעס פון סקול דיסטריקט, באקומען זיי עס בכבוד גדול,
עס איז קיינמאל נישט בייגעפאלן פאר מהר"א אריינגיין אין ראדני אפילו פאר א מעריב, אוודאי נישט פאר סנדקאות (כאטש מהרז"ל איז אויך נישט סנדק כמעט) ווייל ער האט געוואוסט אז עס איז אינטער רז"ל, כאטש רז"ל איז יא געקומען אויף קר"י האט ער גארנישט אים געשטערט ווייל ער האט קיינעם נישט געשטערט,
די אלע רוהיגע יארן האט רז"ל געבויעט בלומינבערג, לעיקוואד, דזשערסי סיטי (געווען א תקופה וואס מהר"א האט נישט געקענט גיין אהין און זיינע מענטשן האבן זיך געפילט אומבאקוועם דארט, ביז ווען זיי האבן איינגעזען אז צו בויען די שטאדט דארפן זיי זיין אומפארטייאיש),
צוויי יאר צוריק ווען מ'האט געזען די מצב (וואס איך גיי נישט אריין דערין דא) האט מען באשלאסן צוריק גיין אויף קר"י, ווען זיי האבן אנאונסט די "בעידן חדוותא" וואס וועט שפארן חתונה הוצאות און אויך מיט א ביליגע זאל האבן אסאך שוין דערשמעקט אז עס טויג נישט און דא איז דא אנדערע כוונות, פארוואס האט מען עס נישט איינגעפירט אין וומסב"ג קודם און עד היום איז עס נישטא? יעדער האט פארשטאנען וואס מ'צילט דא אבער מ'האט גארנישט געטון דערוועגן ,האפענדיג אז רז"ל וועט נישט אנהייבן און אויפפרישן א אלטע מחלוקה,
די רעסט ווייסט שוין יעדער, און צו פארגלייכן די שטאט וומ"ס צו קר"י איז אזוי אבסורד, פאלש, וואס יעדער פארשטייט אליין אבער וויל נישט מודה זיין.
המשך יבא.