Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קאווע שטיבל • "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

קאווע שטיבל • "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 212 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #15291
מוצ"ש מאי 14, 2022 11:23 pm#500024
"הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!
ר' מענדל הערש פאנעט האט היינט געמאלדן אז זיין קינדער אויסגאבע הונדערט ווערט פארמאכט. פאנעט איז געווען דער גרינדער פון קינדליין און האט געעפענט הונדערט נאך א מחלוקת מיט זיין שותף ר' דוד ריינער.

פאנעט זאגט אז די סיבה פון פארמאכן איז צוליב דעם וואס ריינער האט סוקסעספול באוויזן אז אסאך געשעפטן זאלן נישט פארקויפן הונדערט
דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:06 pm#500471
עצי שטים האט געשריבן:די לינק ארבייט שוין נישט, זעט אויס אז דאס האט ער אויך אויסגעמעקט

ס'איז נאך דא.
פרייטאג מאי 20, 2022 2:31 am#500503
Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!
קורקלענד האט געשריבן:אז איר זענט שוין אויף אזא אוואנטור צו טרעפן קליגשאפט און שעפערישקייט. לאמיר ביטע וויסן וואו איר זעהט עס ביי סטיוו דזשאבס, ביל געיטס און דזשעף בעזאס.

איר זענט טאקע רעגיסטרירט זייט 2019 און פּאַפּסט ארויס נאר אין געציילטע גאר זעלטענע זמנים צו אטאקירן פאנעט. און דערנאך שלאפט איר ווידער איין. צום ווידערזען אין יארע 2024.
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אז איר זענט שוין אויף אזא אוואנטור צו טרעפן קליגשאפט און שעפערישקייט. לאמיר ביטע וויסן וואו איר זעהט עס ביי סטיוו דזשאבס, ביל געיטס און דזשעף בעזאס.

איר זענט טאקע רעגיסטרירט זייט 2019 און פּאַפּסט ארויס נאר אין געציילטע גאר זעלטענע זמנים צו אטאקירן פאנעט. און דערנאך שלאפט איר ווידער איין. צום ווידערזען אין יארע 2024.

שכח פאר דיין פרעדיקטעבל ענטפער. כ'האב שוין כמעט געוואלט שרייבן אז קורקלענד דארף נישט ענטפערן, אבער בעסער אזוי טאקע.
איך האב נאך קיינמאל נישט אטאקירט פאנעט, און יעצט אויך נישט. אבער פאר אזא נייטראלע אבזערווירער ווי דו איז שוין ממש character assassination צו זאגן אז ער איז נישט אזא געלונגענע שרייבער. נאדיר א לייק פארן מאכן מיין טאג.

קלוגשאפט און שעפערישקייט ביי סטיוו דזשאבס און ביל געיטס האב איך געטראפן אין זייערע ביאגראפיעס. ביי דזשעף בעזאס איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסקומען צו זוכן.
אויב איז דיר זייער וויכטיג עפן א נייע אשכול וועגן זיי. וועל איך זיך אנשטרענגען צו ענטפערן דארט. כאטש צוזאגן קען איך נישט, פאר די זעלבע סיבה פארוואס כ'שרייב ווייניג.
למעשה קען נישט קיינער נאכמאכן פאנעטה מיט זיין געלונגענע אויסגאבע, יעדע אויסגאבע ווי די קינדליין,קינדילינגא,די וואך, די בליק פרובירט אבער זיי קענען נישט,
די זעלבע זאך ווי קיינער קען נישט נאכמאכן די שטערן אדער די גלאק פון שמעון ראלניצקי, פארוואס איך זאג עס , וועגן איך ליין נישט קיין איינס ,וועגן איך געדענק נישט נאך א אויסגאבע וואס אינג און אלט קלאגט אויף עס , אבער סאיז מן הסתם די גרעסטע אידיש אויסגאבע אין די היסטארי וואס האט/פארקויפט אזויפיל שטיק וועכענטעליך, זעט אויס אז עפעס קען ער וואס א צווייטער קען נישט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
פרייטאג מאי 20, 2022 9:21 am#500507
זיין געלונגענע אויסגאבע מיינט די אמאליגע קינדליין? הונדערט איז געווען א בלאסע שאטן פון קינדליין אין די גוטע צייטן.
די לעצטע שטיק צייט איז הונדערט געווען בעסער ווי קינדליין. אביסל פריער איז קינדליין געווען בעסער ווי הונדערט. זיי זענען ביידע געווען שוואכע מעשיות.
דאס איז מיין מיינונג נאך קויפן און ליינען ביידע פון זיי, איך און מיינע נייגעריגע קינדער. איך האף אז ס'איז נישט קיין פערזענליכע אטאקע קעגן פאנעט צו זאגן אז הונדערט איז געווען אביסל בעסער פון קינדליין און נישט זייער אסאך בעסער.

די וואך און די בליק האבן קינדער ביילאגעס, זייער פאוקעס איז אינגאנצן נישט דארט. וועט מען זאגן אז דער איד האט פרובירט נאכצומאכן קינדליין און זיי קענען נישט, ווייל דער איד האט אויך עפעס פאר קינדער?
וואס איז קינדלינגא?
פרייטאג מאי 20, 2022 2:20 pm#500523
[
זונטאג מאי 22, 2022 4:23 am#500580
ביי די לייוו פון היינט נאכט וואס דויערט איבער א שעה, איז פאנעט גאנץ קלאר מסביר די השתלשלות הדברים,
הגם אפאר נקידות פעלן נאך
זונטאג מאי 22, 2022 10:06 am#500587
.
פרייטאג מאי 27, 2022 1:07 pm#501083
פאנעט האט ארויסגעשטעלט א רשימה פון די גראסעריס וואס האבן ארויסגעווארפן זיין "הונדרעט" אויסגאבע,
און דערמיט אינטערגעברענגט זיין פרנסה
פרייטאג מאי 27, 2022 1:07 pm#501084
IMG_20220527_125648_768.jpg
IMG_20220527_125648_768.jpg (13.96 KiB) געזען געווארן 2416 מאל
דאנערשטאג יוני 09, 2022 3:37 pm#501827
ק/פ פון מענדל הערש פאנעט אויף סאשעל מידיא:

מאנכע פרעגן מיר צו איך "ליין קאווע שטיבל"?
קודם כל, יא זיכער!
און נישט נאר איך, נאר יעדע רבי און רב ליינט בשתיקה! (ספעציעל ווען מען דערמאנט זייער נאמען :lol: )


רעדענדיג, גוט צו וויסן אז איך האב אימעיל אדרעסן פון די גרעסטע רבי'ס ;) !


מיין ענטפער אויף יענעם אשכול אין קאווע שטיבל האב איך א חלק שוין געענטפערט צווישן די שורות נעכטן נאכט און היינט,

און געדענקט גוט וואס איך זאג אייך:
דעם אשכול לדעתי איז געשריבן געווארן דורך איינע פון די רבנים אדער איינע פון זייערע שלוחים מיר אפצוהאלטן פון גיין ווייטער, און מיר ארויס צו נעמען די אפעטיט,
די זעלבע לשונות באקום איך אין רעיל-לייף אויך, ממש די זעלבע געבוי פון א "שמועס"...

ליינט גוט דורך זיינע לשונות ותמצא נחת
און יא, נישט איין עסקן ממשמרת החינוך והצניעות זיצט דארט און דרייט א קאפ...
הפוך בה!

איך קען זיי "צו גוט"!

זייער מהלך קען איך ישר-והפוך
סאיז א שמועס פאר זיך... א לענגס און א ברייטס!
עכ"ל

אגב ער דעקט אויף גאר אינטערסאנטע זאכן בנוגע די קארופציע פון די דיינים ורבנים און נאך, אויף זיין טעלעגראם טשענעל
m https://t.me/hundredpubllc m
פאר די שאלות ותשובות...
m https://t.me/hundredpub m
זונטאג יוני 12, 2022 2:29 pm#501965
ווייסט איינער וועלכע ארטיקל פון מאמענט רעדט פון דעם יואלי קליין וואס פאנעט שרייבט אויפן טשענל?

m https://t.me/hundredpub/2785 m
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 7:48 pm#509398
מענדל הערש פאנעט האט געשריבן אויף זיין טשענעל אז ער קומט ארויס מיט א נייע מאגאזין.
עמיר ווארטן אויף נאך נייעס,

אינטערעסאנט וואס טוישט זיך יעצט, גייט ריינער אויפהערן מיט די רדיפות, צי עפעס אנדערש.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:38 am#509479
ריינער איז ביזי מיט מיימאנעדיס...
מיטוואך אקטאבער 05, 2022 9:57 pm#510046
פאנעט געט איבער אז ער הייבט אן צי שרייבן אין דער בלאט און אהין און צוריק גייט זיין דארט דעם סוכות