Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וואו איז מושי קליינרמן???

וואו איז מושי קליינרמן???

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 139 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #15348
מאנטאג יוני 13, 2022 9:05 am#502037
וואו איז מושי קליינרמן???
שוין כמעט דריי חדשים וואס א ארץ ישראלדיגע בחורל אברהם משה קליינרמן איז פארשווינדן געווארן. ער איז די לעצטע מאל געזען געווארן אין מירון א וואך נאך פורים, און זייט דעמאלט האט מען מער גארנישט געזען אדער געהערט פון אים.

די צעבראכענע עלטערן האבן היינט ארויסגעשטעלט א ווידיא וואו זיי וויינען צו כלל ישראל מ'זאל זיך אויפשאקלען. א אידיש קינד איז פארשוואונדן שוין 78 טעג!!

אידן אין א"י זאלן האלטן די אויגן אפן אויב מ'זעט אים לעבעדיג אדער ח"ו נישט. אידן איבער די וועלט זאלן רעדן פון די פרשה עס צו האלטן אויף די סדר היום. אויך קען מען געבן געלט און שטיצן די משפחה פאר די זוך אקציע.

https://web.payboxapp.com/?v=j&g=629f96 ... 077f8356#/

און אוודאי און אוודאי קען יעדער איד זאגן א קאפיטל תהילים אז מ'זאל טרעפן מושי שלם בגופו ובנפשו, און זיך פאראייניגן מיט זיינע עלטערן בשמחה וצהלה בע"ה.
מיטוואך יולי 27, 2022 6:33 pm#505155
כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו האסט אים געענטפערט.
דאנערשטאג יולי 28, 2022 4:56 pm#505239
ס'ווערט באריכטעט א נאמען פון איינע פון די ארעסטירטע.

סלמון אברמוב 35 יאר אלט פון ירושלים וואס פלעגט זיך דרייען אין די מירון געגענט.
מיטוואך אוגוסט 03, 2022 10:17 am#505642
פאליציי האט היינט ארעסטירט נאך צוויי חשודים און פארלענגערט די ארעסט פון סלמון אברמוב פאר נאך 5 טעג
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 8:49 am#505823
פאליציי ארעסטירט נאך א חשוד היינט

סנישט קלאר צו דער איז א נייער חשוד אדער א פריערדיגער וועם מהאט יעצט נאכאמאל ארעסטירט, פון אלעס ארום איז משמע אז זיי האבן נישט קיין סיריעס לידס