Under maintenance
הויפט זייט » רינגל געווינט, אבער 51% בארא פארק שטימט קעגן די מוסדות!!

רינגל געווינט, אבער 51% בארא פארק שטימט קעגן די מוסדות!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15384
מיטוואך יוני 29, 2022 12:42 am#503231
רינגל געווינט, אבער 51% בארא פארק שטימט קעגן די מוסדות!!
דער מוסדות אינדארסירטע קאנדידאט פיני רינגעל האט געווינען די דיסטריקט לידער אמט און האט ארויסגעשטויסן דוד שווארץ.

די סורפרייז פון די נאכט איז געווען ווי נאכדעם וואס אלע מוסדות און קהילות האבן געפירט א העפטיגע קאמפיין פאר רינגעל, איז די אויסגאנג געווען גאר שמאל און רינגעל האט געווינען מיט אונטער 200 שטימען מער פון שווארץ.

נאך מער פון דעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז רינגעל האט נאר געווינען מיט 49 פראצענט, און א רוב פון בארא פארק האט געשטימט פאר די אנדערע קאנדידאטן כאטש די מוסדות האט געשריבן און די צייטונגען האבן פארפירט אז מ'זאל שטימען פאר רינגעל.

עס זעט זיך אויס די די כח פון די מוסדות און קהילות איז מער נישט ווי אמאל און די ציבור לאזט זיך שוין נישט אזוי איינרעדן
מיטוואך יוני 29, 2022 11:11 am#503256
די מוסדות האבן נישט געפירט קיין העפטיגע קאמפיין קעגן שווארץ.

חוץ א בריוו אז מ'אינדארסירט רינגעל האט מען גארנישט געהערט. מ'האט זייער קלאר געזען אז די מוסדות זענען אין א שווערע פאזיציע.

און אויב האלב בארא פארק איז ארויסגעקומען ארויסשטויסן א היימישע איד אן קיין שום הסבר, און נאכדערצו אן קיין שום פרעשור אדער קאמפיין, נאר דשאסט ווייל אזוי האט די מוסדות באפוילן, שטייען די מוסדות גאר גוט...
מיטוואך יוני 29, 2022 11:15 am#503257
נאכדערצו אז שווארץ איז שוין געזיצן אויפן בענקל
וואס מאכט עס שווערער צו ארויסשטויסן
מיטוואך יוני 29, 2022 11:25 am#503258
מיליאנער האט געשריבן:די מוסדות האבן נישט געפירט קיין העפטיגע קאמפיין קעגן שווארץ.

חוץ א בריוו אז מ'אינדארסירט רינגעל האט מען גארנישט געהערט. מ'האט זייער קלאר געזען אז די מוסדות זענען אין א שווערע פאזיציע.

אפענע און פרעכע שקר. די מוסדות האבן ארומגערופן עלטערן אז מ'זאל שטימען פאר רינגעל, זיי האבן אהיימגעשיקט צעטלעך, די בתי מדרשים פון די קהילות זענען געווען באקלעבט מיט צעטלעך פאר רינגעל, די צייטונגען און אויסגאבעס פון די קהילות האבן פראפאגאנדירט פאר רינגעל.
מיטוואך יוני 29, 2022 11:46 am#503262
ששון ושמחה האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:די מוסדות האבן נישט געפירט קיין העפטיגע קאמפיין קעגן שווארץ.

חוץ א בריוו אז מ'אינדארסירט רינגעל האט מען גארנישט געהערט. מ'האט זייער קלאר געזען אז די מוסדות זענען אין א שווערע פאזיציע.

אפענע און פרעכע שקר. די מוסדות האבן ארומגערופן עלטערן אז מ'זאל שטימען פאר רינגעל, זיי האבן אהיימגעשיקט צעטלעך, די בתי מדרשים פון די קהילות זענען געווען באקלעבט מיט צעטלעך פאר רינגעל, די צייטונגען און אויסגאבעס פון די קהילות האבן פראפאגאנדירט פאר רינגעל.

מסכים, איך צי צוריק פון דעי פרט. איך וואוין נישט אין בפ, ס'האט עפעס נישט אויסגעקוקט פונדרויסן אז ס'דא א ערנסטע קאמפיין.

אבער ס'נעמט נישט אוועק פון די נקודה אז האלב בארא פארק איז געגאנגען ארויסשטויסן א היימישע איד פון זיין עקזיסטירנדע פאזיציע אן קיין שום זאכליכע (אדער אפילו אומזאכליכע) הסבר, נאר און בלויז ווייל די מוסדות האט אזוי געזאגט.

קיינער האט נישט געמיינט אז גאנץ בארא פארק לויפט בלינדערהייט נאך די מוסדות, די סורפרייז פון די נאכט איז פארקערט! צוויי טעג צוריק האט אויסגעקוקט ווי שווארץ איז פארזיכערט מיט זיין געווינס, די גאנצע דעת הקהל און סימפאטיע איז געווען אויף זיין זייט.

איך בין שאקט וויפיל מענטשן האבן געשטימט בלויז פאר די מוסדות נאנסענס.

דא קענסטו זען וואס איך האב געשריבן פון אנפאנג

l viewtopic.php?p=502798#p502798 l

אבער איך בין שאקט אז איך האב נישט צוגעטראפן.
מיטוואך יוני 29, 2022 12:41 pm#503264
נישט האלב בארא פארק און אפילו נישט האלב פון די וויילער
סך הכל 2213 מענטשן אפשר אביסעלע מער
נאך מער פון די נומער זענען ארויסגעקומען נישט צי שטיצן די מוסדות אינדארסירטע קאנדידאט
מיטוואך יוני 29, 2022 8:02 pm#503287
באבוב 45 איז געוועהן דער עיקר גורם.
מיטוואך יוני 29, 2022 9:10 pm#503290
היסטאריע האט געשריבן:באבוב 45 איז געוועהן דער עיקר גורם.


פארוואס זענען זיי געווען אזוי שטארק פאר רינגעל וואס האט זיי שווארץ יא אדער נישט געטוהן?
דאנערשטאג יוני 30, 2022 10:06 am#503307
אזוי האט מיר א 45טע געזאגט. פארוואס? ווייל ער האט זיך געמישט אין פאליטיק פין 45-48, איך ווייס נישט פונקטליך וואס און עס אינטרעסירט מיר נישט צופיל.