Lesser האט געשריבן:איך גיי נישט אריין ווער איז גערעכט און ווער נישט, וועם מען זאל אריינשטעלן אין וועמען צו לאזן ווארטען נאך פיר יאר צו אדווערטייזען ווי גוט פאר מיר זיי זענען....
אבער די אלע געוויינערייען אז מען ווארפט איינעם ארויס פון סיי פאר א פאזיציע, אדער מען שטעלט איינעם ארויס קומט פון קליינקעפיקייט.
יעדער וואס לויפט פאר פאליטיק ווייסט אז די שטעלע איז פאר פיר צו דריי צו צוויי יאר, און דערנאך דארף ער לויפן נאכאמאל פון פריש, עס איז נישט קיין המשכה אדער ירושה...קיינער ווארפט קיינעם נישט ארויס.... אז ער פילט אזוי? גיי נישט אריין אין פאליטיק....
און בכלל איז גאר גאר גיט אז מען האט א פארמעסט, אזוי וועט מען כאטש פראבירן צו ווייזען אז מען טוט עפעס אויף פאר יודישקייט.
קיינער ווארפט קיינען, איך האב אויך רעכט צו לויפן!!!
לייג שוין צו, "איז ער דען געפלויגן? איינער האט איהם געזעהן פליען אין די לופט?"
ביזט גערעכט אז אן אריינגעוועלטער באאמטער איז בלויז פאר 4 יאר און נאך פיר יאר לויפט אויס די טערם און מען דארף קיינעם נישט פייערן.
למעשה אבער אויב שטיצט מען איין קאנדידאט און ביי די נעקסטע וואלן שטיפט מען א צווייטע קאנדידאט קעגן דעם ערשטן הייסט עס געווארפן אבער נאך ווי און וועסט נישט זעהן קיין איין פלאץ אדער גרופע וואס טוט דאס חוץ אויב יענער האט געטון עפעס ראנג.
אויב וואלט דוד שווארץ געטון עפעס ראנג פאר אונזער קאמיוניטי וואלט עס געווען זייער נארמאל אז מען נעמט א צווייטן, אויב האט ער גארנישט געטון ראנג איז נישט דא קיין שום סיבה צו נעמען א צווייטן איבער איהם.