Under maintenance
הויפט זייט » דוד שווארץ קעגן פיני רינגעל פאר דיסטריקט לידער אין ב"פ

דוד שווארץ קעגן פיני רינגעל פאר דיסטריקט לידער אין ב"פ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15366
דינסטאג יוני 28, 2022 10:13 pm#503218
Re: דוד שווארץ קעגן פיני רינגעל פאר דיסטריקט לידער אין ב"פ
ס'אינטערסירט מיר גאנץ ווייניג די נארישע דיסטריקט לידער פאליטיק, אבער אזוי ווי איך זעה דער עולם דא כאפט נישט די נקודה, שפיר איך פאר וויכטיג מסיח דעת זיין א מינוט פון אלע וויכטיגערע ענינים וואס ליגן מיר אויפן קאפ - ווי למשל וואס וועט זיין די וועטער מארגן - און צולייגן מיינע צוויי נישטיגע צענט.

דער עולם איז פארנומען דא באשולדיגן "די מוסדות" וואס טיילן איין פאר "די לעמעלעך" וואס צו טוהן און ווי הארב זיי זענען כפוי טובה, איז לאמיר אייך פארשטעלן וואס לכאורה טוהט זיך דא.

די מינוט עדעמס האט געוואונען די עלעקשן האט די עולם שוין איינגעזען די פאטאלן טעות די היימישע ברוקלין'ער אידנטום האבן געטוהן מיט'ן שטיצן יענג.

דאס אלעס, נאך וואס דעבלאזיא - עדעמס' הויפט שטיצער - האט זיך שטילערהייט געטשעלט אין די זייט פון די ישיבות לבי עדיוקעישען (ליין איבער די אזויגערופענע אינספעקשאנס וואס זיי האבן געמאכט וכדו').

יא, דעבלאזיא איז נעבעך איינגערעדט אין זיין לינקע שטות און ער זיך צו אונז פארזינדיגט און פארעדט מער ווי איינמאל, אבער ווען עס איז געקומען צו די וויכטיגסטע נושא פאר היימישער ברוקלין (צו די האלטסט אויך אזוי אדער נישט) איז ער געשטאנען צו די זייט פון די קאמיוניטי.

פאר דער וואס ווייסט איז די טראדיציע פון די היימישע עסקנים אלע יארן געווען צו שטיצן די אימקאמבענ"ט פאליטיקאנטן וואס מיר קענען שוין איבער די ניוקאמער"ס (עכ"פ ווען זיי האבן נישט שלעכטס געטוהן).

דא אבער האט מען געטוהן אנדערש (און אפשר בעידודו פון דוד שווארץ אדער אויך אנדערע) מ'האט געשטיצט דעם יענג ווייל מ'האט טאקע געוואלט פרישע בלוט, מיט'ן אויסרייד אז עדעמס איז 'שוואך' אויף עדיוקעישאן. קען זיין עס איז געווען א קלוגע "מאוו" בשעתו ווייל יענג האט זיך טאקע צוגעשטעלט און הויך פארדאמט די עדיוקעישן רעפארמעטארן. אלעס צו באקומען די שטיצע פון אונזער קאמיוניטי.

מה עשה הקב"ה? עדעמס האט טאקע געוואונענן און מיט דעם איז מיטגעקומען א קרום אויג אויף אונזער קאמיוניטי ובראשם די מוסדות וואס האבן עם געוויזן דאס ריקן נאך די אלע יארן וואס ער שטייט מ'כלומר'שט צו אונזער האנד דורך הויכהילכיג שטיצן זיין קעגנער.

למעשה אבער איז עדעמס א פאליטישאן ווי אלע פאליטישאנס וואס מצד טבעו גייט עם אן איין זאך: ווידערוויילונג. מצד שני שטייען די מוסדות'ער, וואס מצד טבעם דארפן זיי א פריינד אינעם מעיארס פאלאץ. נאכדערצו לויפט יעצט דעבלאזיא פאר קאנגרעס מיט שטארקע שאנסן צו געוואונען.

איז מען אנגעקומען צו דעם פונקט אז מיר קענען זיין זיינ'ס שותפים מיט אזא שמור לי ואשמור לך און מען גייט שטיצן רינגעל איבער שווארץ פאר דיסטריקט לידער וואס דאס שיקט צו עדעמס צוויי מעסעדשעסן: א' כאילו אז אז שווארץ איז גאר דער איז דער וואס אנגעדרייט די שטיצע פאר יענג אבער די מוסדות אליין האבן נישט קיין פראבלעם מיט עדעמס ווילאנג עדץר שטייט לצידם (אפגעזען צו דאס טיז אמת אדער נישט). ב' מ'שטיצט רינגל וואס האט געשטיצט עדעמס און איז געווען א בן בית ביי דעבלאזיא.

אמת שווארץ האט אפשר אסאך אויפגעטוהן אלס לידער און ס'קומט זיך אים הכרת הטוב, רינגל האט אפשר אויך אויפגעטוהן אסאך אלס ליעזאן, אבער גערעכט צו נישט גערעכט טוהן די מוסדות דאס וואס וועט שטיפן זייערע אינטערעסן פאראויס און ס'קען גאר זיין אז זיי זענען אויך גערעכט מיט דעם.
דינסטאג יוני 28, 2022 10:19 pm#503220
א גרויסן ישר כוח פאר די אלע וואס אפדעיטן די רעזולטאטן
דינסטאג יוני 28, 2022 10:24 pm#503221
רינגעל איז פאראויס!!

47-46
דינסטאג יוני 28, 2022 10:24 pm#503222
טראכטכמוני האט געשריבן:איז מען אנגעקומען צו דעם פונקט אז מיר קענען זיין זיינ'ס שותפים מיט אזא שמור לי ואשמור לך און מען גייט שטיצן רינגעל איבער שווארץ פאר דיסטריקט לידער וואס דאס שיקט צו עדעמס צוויי מעסעדשעסן: א' כאילו אז אז שווארץ איז גאר דער איז דער וואס אנגעדרייט די שטיצע פאר יענג אבער די מוסדות אליין האבן נישט קיין פראבלעם מיט עדעמס ווילאנג עדץר שטייט לצידם (אפגעזען צו דאס טיז אמת אדער נישט). ב' מ'שטיצט רינגל וואס האט געשטיצט עדעמס און איז געווען א בן בית ביי דעבלאזיא

גאר רייכע צוויי צענט...

עס איז קלאר אז מיטן "ווייזן" פאר עדעמס אז מיר קענען אים צופיקסן גייט מען גארנישט אויפטוען, גאר פארקערט עס גייט אסאך שאדן מאכן.

כגלייב אז די מוסדות'ער האבן גארנישט קעגן דוד שווארץ נאר זיי מאכן די זעלבע חשבון די דיסטריק לידער אמט האט ניטאמאל דאס ווערט פון אשר יצר פאפיר אין עס לוינט נישט צו גיין אין קאמף מיטן מאכטפולע מעיאר כאטש מיר אלע דארפן דעם מער טויגליכע דוד שווארץ ( טויגליך אויף וואס? דער פאזיציע מאכט אויס זיראו פארן חרדי'שן ציבור ).
דינסטאג יוני 28, 2022 10:28 pm#503223
ששון ושמחה האט געשריבן:רינגעל איז פאראויס!!

47-46

יאפ...

מיט 85 פראצענט געציילט האלט פיני רינגל ביי 47 אין דוד שווארץ ביי 46.

מען ברויכט דאס אפלאדירן

מען ברויכט אינאכט נעמען אז דער פאזיציע איז גארנישט ווערט אין מען מאכט א גרויסע אישו פון א גאר קליינע טישו
דינסטאג יוני 28, 2022 10:40 pm#503224
פצעי האט געשריבן:
ששון ושמחה האט געשריבן:רינגעל איז פאראויס!!

47-46

יאפ...

מיט 85 פראצענט געציילט האלט פיני רינגל ביי 47 אין דוד שווארץ ביי 46.

מען ברויכט דאס אפלאדירן

מען ברויכט אינאכט נעמען אז דער פאזיציע איז גארנישט ווערט אין מען מאכט א גרויסע אישו פון א גאר קליינע טישו

בארויאיג זיך אפלאדיר נאכנישט. די פארמעסט איז זייער שמאל, סקען זיך טוישען יעדע רגע
דינסטאג יוני 28, 2022 10:49 pm#503225
מיט 90 פראצענט געציילט ברייטערט פיני רינגל אויס זיין אויבערהאנט ווען ער שטייט ביי 47 אין דוד שווארץ ביי 45
דינסטאג יוני 28, 2022 11:44 pm#503227
באמערקונג.

דוד שווארץ מיט זיינע שטיצער גייען ארום אין שרייען אין וויינען אז מען ברויכט ווייזן הכרות הטוב פאר אים פארוואס... ער האט אריינגעשטעלט אפאר ריכטער ...

האב איך א פראגע, ווי איז דוד שווארץ געווען ווען דער אלטגעזעצנע פאליטיקאנט אין אידן פריינד עריק עדעמס איז געקומען וויינען פאר הכרות הטוב צו די היימישע עסקנים?

עדעמס איז אלץ אנטקעגן געקומען די היימישע ציבור ווען מען האט אים געברויכט ער איז אראפ געפארן קיין קרית יואל צו רעדן "פארן" דעמאלטס'דיגע אנעקסעישן כאטש וואס עס איז געווען געפערליכע העצע אין די מידיע קעגן דעם עדעמס איז אלץ געשטאנען צום רעכטן האנט פארן חרדי'שן אידנטום דא אין ניו יארק.

איז געקומען דוד שווארץ אין פאר אביסל געלט זיך פארקויפט פאר יענג קעגן דעם וועטראן אידן פריינט עדעמס.

אין יעצט קומט דוד שווארץ פאדערן הכרות הטוב??

מען ברויכט האלטן די אויגן גראד אין זעהן אז די פארמעסט איז ווי דער פאנדל אויפן גרעסערן ברייטערן שאך ברעטל, עדעמס פרובירט דא אויס צו דער היימישע ציבור שטייט מיט אים נניח אז מען טאר נישט גיין קעגן דוד שווארץ פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל זיין איז ער אבער בטל ומבוטל פארן גרעיטער גאד מיר אלע האבן קינדער וואס דארפן א ערליכע אויסגעהאלטענע חינוך אין מיר "מיזן" האבן דעם מעיאר אויף אינזער זייט!

דוד שווארץ זאל מיר ביטע אנטשולדיגן אבער אייער פאזיציע איז גארנישט ווערט דער דיסטריקט לידער אמט ברענגט זילטש צום טיש פאר כלל ישראל אין מיר מיזן האבן דעם מעיאר.
מיטוואך יוני 29, 2022 12:31 am#503229
זיסע חלומות
רינגעל האט עס
מיטוואך יוני 29, 2022 12:32 am#503230
ששון ושמחה האט געשריבן:זיסע חלומות
רינגעל האט עס

מזל טוב בארא פארק, יעצט קעמען זיך צוריקלייגן.
מיטוואך יוני 29, 2022 1:22 am#503237
//////
מיטוואך יוני 29, 2022 10:15 am#503249
@פצעי @טראכטכמוני

אוי זאגט עטס גוט איך האב דאס געשריגן די לעצטע פאר טאג, שווארץ'ס קאמפיין איז געווען געבויט אויף רחמנות אז עדעמס פירט א מערכה מיט אים ווייל ער האט זיך צוגעשטעלט צו די קאמיונעטי און אינדארסט יענג אווער עדעמס.

די מציאות איז אז שווארץ איז געווען דער וואס האט געפירט די מערכה אז מען זאל אינדארסירן א ניוקאמער יענג און דראפן א לאנג יעריגער אידן פריינד עדעמס, אויף אזוי ווייט אז ווען די ארונים האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו אים האט ער זיי געסטראשעט אז ער גייט זיי אויסטיילן צרות.

ס'גייט נאך אסאך ווייטער, שווארץ האט א פאזיציע אין די דעמאקראטישע ברוקלין לידערשיפ און שוין נאכדעם וואס עדעמס האט געווינען האט ער געפירט א מערכה קעגן עדעמס.

יעצט האט טיעם עדעמס געטוהן די זעלבע פאר אים געשטיפט די מוסדות צו אוועקווארפן דעם אלטן און אריינברענגן א נייעם און ב'ה ס'האט מצליח געווען און עס האט געגעבן א שאנס פאר די מוסדות צו ווייזן פאר עדעמס אז די סטופידיטי פון אינדארסירן יענג קעגן אים איז געווען שווארץ'ס אייגענע מערכה און אונז ווילן בלייבן און גוטן מיט דיר.
מיטוואך יוני 29, 2022 10:22 am#503250
די נעכטיגע טאג וועט געדענקט ווערן לחרפה ולבושה אז א היימישע איד האט ארויסגעווארפן א היימישע איד פון אמט ! פשוט זיך צו געפעלן צו דעם גוי

א בושה פאר רינגל א בושה פאר די מוסדות וואס האבן זיך געלאזט פון טעראר
אז רינגל קען טרינקן יענעמס בלוט פאר אייגענע אינטערעסן זעה איך ווי ער וועט אין די אמט ווייטער טרעטן אויף אנדערע אידן צוליב זיינע אינטערעסן א שאנדע
מיטוואך יוני 29, 2022 10:41 am#503251
און וואס איז מיט שווארץ'ס טרינקן בלוט פון קהילות וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו זיין יענג אינדארסמענט?
מיטוואך יוני 29, 2022 10:47 am#503253
א חכמה, אויב ס'גלונגט נישט ווערט עס נישט א שטות. דוד שווארץ האט געטוהן וואס איז ריכטיג. אבער ליידער האט ער נישט מצליח געווען


פון וואס איך הער די לעצטע פאר טאג ערשט האנטיג איז דוד שווארץ א אמת'ע עסקן און פיני רינגל א אמת'ע ביוראקראט. פאר עסטאבלישמענט איז אייביג בעסער א סיסטעמאטישע ביוראקראט ווי איידער א טוער. די גאנצע בראך דא איז נאר ווייל מיר האבן זיך ארויפגעלייגט אויף א שטאפל אז מיר זאלן זיין איינגערעדט אז מיר מוזן האבן רעגירונג'ס געלטער צו עקזיסטירן.
מיטוואך יוני 29, 2022 10:49 am#503254
שטיינזאלץ האט געשריבן:און וואס איז מיט שווארץ'ס טרינקן בלוט פון קהילות וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו זיין יענג אינדארסמענט?

וואס איז מיט די מוסדות טרינקן בלוט פון זייערע קאנגרעגענטס. ווען זיי פולן זיך די קעשענעס און מאכן זיך נישט צו טוהן פון זייערע מענטשן?
מיטוואך יוני 29, 2022 10:59 am#503255
קורקלענד האט געשריבן:
שטיינזאלץ האט געשריבן:און וואס איז מיט שווארץ'ס טרינקן בלוט פון קהילות וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו זיין יענג אינדארסמענט?

וואס איז מיט די מוסדות טרינקן בלוט פון זייערע קאנגרעגענטס. ווען זיי פולן זיך די קעשענעס און מאכן זיך נישט צו טוהן פון זייערע מענטשן?

זיי מסביר דיין באשולדיגונג
מיטוואך יוני 29, 2022 11:33 am#503259
וויפיל האבן די מוסדות באקומען מער אין פראגראמען אין די לעצטע צען יאר ווי אייביג פריער?

וואס האבן די מוסדות צוגעלייגט אלס א הנחה אדער סערוויס?

מיט וויפיל האבן די מוסדות געהעכערט די פרייזן פון זייער סערוויסעס?

וועלכע מוסד געט אפ א חשבון פון אקאונטעביליטי?

וואו זענען געגאנגען די פרישע געלטער?
מיטוואך יוני 29, 2022 11:44 am#503260
קורקלענד האט געשריבן:
שטיינזאלץ האט געשריבן:און וואס איז מיט שווארץ'ס טרינקן בלוט פון קהילות וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו זיין יענג אינדארסמענט?

וואס איז מיט די מוסדות טרינקן בלוט פון זייערע קאנגרעגענטס. ווען זיי פולן זיך די קעשענעס און מאכן זיך נישט צו טוהן פון זייערע מענטשן?

קומט בכלל נישט אריין דא.

מען רעדט זיך אפ אז רינגעל טרינקט בלוט מיטן לויפן קעגן שווארץ און די אינדארסמענט פון די מוסדות זאג איך אז דאס איז פשוט די טו וועי פון די מוסדות וועם שווארץ האט געטרינקן בלוט ווען זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו זיין יענג אינדארסמענט.
מיטוואך יוני 29, 2022 11:45 am#503261
קורקלענד האט געשריבן:א חכמה, אויב ס'געלונגט נישט ווערט עס נישט א שטות. דוד שווארץ האט געטוהן וואס איז ריכטיג. אבער ליידער האט ער נישט מצליח געווען

איך רעד נישט פון די שטות פון אינדארסן און שטיצן יענג נאר פון די סטראשענען מוסדות וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו יענג.
מיטוואך יוני 29, 2022 1:21 pm#503266
בעל דרשן האט געשריבן:די נעכטיגע טאג וועט געדענקט ווערן לחרפה ולבושה אז א היימישע איד האט ארויסגעווארפן א היימישע איד פון אמט ! פשוט זיך צו געפעלן צו דעם גוי

א בושה פאר רינגל א בושה פאר די מוסדות וואס האבן זיך געלאזט פון טעראר
אז רינגל קען טרינקן יענעמס בלוט פאר אייגענע אינטערעסן זעה איך ווי ער וועט אין די אמט ווייטער טרעטן אויף אנדערע אידן צוליב זיינע אינטערעסן א שאנדע

מעגליך אז רינגל טרינקט די בלוט פון דוד שווארץ... מעגליך אז ס'קומט זיך נישט פאר דוד שווארץ..

דארף מען אבער געדענקען אז דער גזירת החינוך איז אויפן וואגשאל, און עס הויערט העכער אינזערע קעפ, מיר ווילן נישט "געפעלן" פארן גוי, מיר "מוזן" האבן דעם גוי, ווי די היסטאריע צייגט אז מיט'ן האבן גוטע באציאונגען מיט דיבלאזיע האט מען אסאך אויפגעטוהן אין דעם הינזיכט.

מען דארף אין באטראכט נעמען אז מען רעדט דא בלויז פון א מאכטלאזע דיסטריקט לידער פאזיציע וואס וועט גארנישט ברענגען פארן חרדי'שן אידנטום צום טיש.

דוד שווארץ שרייט יעצט ווי א קאזאק הנגזל אז מען ברויכט האבן הכרת הטוב... מיר ברויכן נישט! דיסטריקט לידער איז גארנישט מיט נישט! פאר עדעמס דארפן מיר האבן הכרת הטוב, און נאך וויכטיגער דארפן מיר אים האבן פארן צוקונפט.
מיטוואך יוני 29, 2022 3:22 pm#503273
כ'אב געהערט אז רינגעל איז געלונגען צו געווינען (מיט קארגע 150) ווייל ער האט איינגערעדט 45 אז שווארץ האט געטוהן זאכן לטובת 48, און 45 האט מאביליזירט זייערע קוה'ן צו גיין שטימען פאר רינגעל אלץ נקמה פאר שווארץ. אם קבלה הוא נקבל.
מיטוואך יוני 29, 2022 4:45 pm#503276
און איך האב געהערט אז שווארץ האט באקומען די מעדזשארעטי פון זיינע שטימען ווייל ער האט באוויזן איינצורעדן דעם עולם אז ער איז א רחמנות וואס מען טשעפעט פאר נאו גוד ריזען. אם קבלה.....
מיטוואך יוני 29, 2022 5:51 pm#503279
קודם די קעפל דוד שווארץ קעגן פיני רינגל איז א טעות פיני רינגל איז געגאנגען קעגן דוד שווארץ .
ס'קען זיין אסאך תירוצים פארוואס מ'זאל שטימען פאר רינגל אבער נישט דא קיין שום תירוץ שבעולם ארויסצוווארפן א איד פון זיין פאסטן ס'איז א בושה אז די מוסדות האבן זיך געלאזט איבערעדן פון טעראר דא קומט אריין דעם שב ואל תעשה
מיטוואך יוני 29, 2022 7:28 pm#503284
בעל דרשן האט געשריבן:די נעכטיגע טאג וועט געדענקט ווערן לחרפה ולבושה אז א היימישע איד האט ארויסגעווארפן א היימישע איד פון אמט ! פשוט זיך צו געפעלן צו דעם גוי

א בושה פאר רינגל א בושה פאר די מוסדות וואס האבן זיך געלאזט פון טעראר
אז רינגל קען טרינקן יענעמס בלוט פאר אייגענע אינטערעסן זעה איך ווי ער וועט אין די אמט ווייטער טרעטן אויף אנדערע אידן צוליב זיינע אינטערעסן א שאנדע


עס וועט אויסדרוקליך נישט געדענקט ווערן אזוי.
מיטוואך יוני 29, 2022 7:29 pm#503285
קורקלענד האט געשריבן:וויפיל האבן די מוסדות באקומען מער אין פראגראמען אין די לעצטע צען יאר ווי אייביג פריער?

וואס האבן די מוסדות צוגעלייגט אלס א הנחה אדער סערוויס?

מיט וויפיל האבן די מוסדות געהעכערט די פרייזן פון זייער סערוויסעס?

וועלכע מוסד געט אפ א חשבון פון אקאונטעביליטי?

וואו זענען געגאנגען די פרישע געלטער?


נו, אפשר זאגסטו. וויפיל האבן זיי באקומען?
מיטוואך יוני 29, 2022 8:00 pm#503286
עפעס איז פאני אז עס קומען אריין פרישע ניקס מיט ווייניג תגובות צו שרייבען נישט פאפולערע טראלישע תגובות.
דאנערשטאג יוני 30, 2022 12:58 am#503296
היסטאריע האט געשריבן:עפעס איז פאני אז עס קומען אריין פרישע ניקס מיט ווייניג תגובות צו שרייבען נישט פאפולערע טראלישע תגובות.

ס'איז אלעס אויסער פאני... ;)
דאנערשטאג יוני 30, 2022 12:03 pm#503312
היסטאריע האט געשריבן:כ'אב געהערט אז רינגעל איז געלונגען צו געווינען (מיט קארגע 150) ווייל ער האט איינגערעדט 45 אז שווארץ האט געטוהן זאכן לטובת 48, און 45 האט מאביליזירט זייערע קוה'ן צו גיין שטימען פאר רינגעל אלץ נקמה פאר שווארץ. אם קבלה הוא נקבל.



אנאליז אויף די עלעקשאנס פאר דיסטריקט לידער

אין די לעצטע פאר וואכן איז פארגעקומען בחוצות בארא פארק א שטילע אבער היציגע קאמפ, איבער די קאנדאטור פארן דיסטריקט לידער, צווישן די צוויי קאנדידאטן ר' דוד שווארץ און ר' פיני רינגעל.

מתחלת האט אויסגעזעהן ווי ר' דוד שווארץ וועט גרינגערהייט געווינען די פארמעסט. אבער פונ'ם מעיאר'ס אפיס איז געקומען א פארלאנג אז די מוסדות התורה זאלן אינדארסירן ר' פיני רינגעל, צוליב דאס וואס ר' דוד שווארץ האט זיך עטליכע מאל ארויסגעשטעלט קעגן די מעיאר.

אויפן רוף פונ'ם מעיאר, האט די באבוב 45 בלאק וואוט נאכגעקומען זיין ביטע, אלס הכרת הטוב פארן מעיאר, וואס ביים גרויסארטיגן אבן הפינה זענען ערהאלטן געווארן די נויטיגע פערמיטן פונ'ם מעיאר'ס אפיס, נאכדעם וואס די לאקאלע באאמטע האבן זיך אנטזאגט צו געבן ערלויבעניש אפצושפארן די 14'טע עוועניו.

נאכפאלגענדיג דער שריט, האבן זיך אלע אנדערע מוסדות התורה אין בארא פארק, וואס האבן זיך ביז דעמאלטס געוואקלט און געשטאנען פון דער זייט, זיך אויך צוגעשטעלט דערצו, און ארויסגעגעבן א פאראייניגטע אינדארסירונג פאר ר' פיני רינגעל.

אבער ביים אלגעמיינעם גאס האט נאכאלץ געהערשט א צומישעניש, צוליב דאס וואס עס איז פארשפרייט געווארן קלאנגען אז די שריט פון די מוסדות זענען נאר געווען יוצא צו זיין, אבער אין אמת'ן שטייען זיי מיט ר' דוד שווארץ.

דאס האט זיך אבער אנגעהאלטן נאר ביזן פארלאפענעם זונטאג, ווען עס איז אפגעראכטן געווארן א אסיפה מיט ר' פיני רינגעל דורך קהלת באבוב 45, מיטן באטיילינגונג פון צענדליגע עסקני הקהלה, ובראשם די פירענדע פאליטישע עסקנים פון קהלת באבוב 45, ר' בנימין בארבער און ר' יחזקאל בלויא, ווי דערביי האט זיך ר' פיני רינגעל באדאנקט פאר קהלת באבוב 45 פארן זיין דער וועג ווייזער פאר די אנדערע מוסדות, מיטן ארויסשטעלן דער ערשטע אינדארסירונג לטובתו, און ער האט דערביי פארשפראכן צו שטיין לימין הקהלה בכל עת ועונה.

אן ענדליכע מסיבה איז אויך אפגעהאלטן געווארן דורך ראשי קהלת סאטמאר, ווי אויך איז ר' נפתלי משה אינדיג מראשי עסקני סאטמאר ארום בהיכלי ביהמ"ד סאטמאר מיט ר' פיני רינגעל און געבעטן די ציבור אים צו ערוועלן.

צומארגנס מאנטאג אויפדערנאכט נאך אן אסיפה רבתי פאר צעירי אברכי באבוב 45, איז ר' פיני געקומען אפנעמען ברכת קדשו פונ'ם מנהיג העדה האדמו"ר שליט"א לרגל די עלעקשאנס, ווי דערביי האט די רבי אים געוואונטשען ווארימע ברכות.

אזוי אויך האט די הנהלת הקהלה באבוב 45 אויפגעפאדערט במשך די דינסטאג'דיגן טאג פאר די חברי הקהלה, ארויסצוקומען שטימען לטובת ר' פיני רינגעל.
ווידער אבער זענען געווען געציילטע קהלות וואס האבן שטילערהייט אינדארסירט ר' דוד שווארץ, זאגנדיג אז די אינדארסירונג פאר ר' פיני רינגעל איז געווען נאר צוליב די דרוק פונ'ם מעיאר.

צווישן די קהלות האט זיך געציילט קהלת באבוב 48, וואס הגם עס איז ארויסגעשטעלט א מודעה מטעם הנהלת הקהלה והמוסדות פאר ר' פיני רינגעל, אבער מאידך גיסא האבן זיי אינטערן טיש ארויסגעשיקט זייער ציבור צו שטימען פאר ר' דוד שווארץ, און ווי אויך צוגעשטעלט בחנם'דיגע קאר סערוויסעס פון ביהמ"ד און פאר די אברכי הכולל, ארויסצוגיין אפגעבן זייער שטימע פאר ר' דוד שווארץ.

ויהי ערב ויהי בוקר, נאך א היציגע קאמפ, איז ר' פיני רינגעל דערקלערט געווארן אלס זיגער...


.


Pinny Ringel - Bobov 45.jpg
דאנערשטאג יוני 30, 2022 12:46 pm#503315
נאר פאר מיך זעהט אויס מאדנע ווען מען שרייבט די טיטל ר' פאר איינעם וואס מען רופט מיט א ניקנעים?
דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:40 pm#503316
מרדכי מרדכי האט געשריבן:נאר פאר מיך זעהט אויס מאדנע ווען מען שרייבט די טיטל ר' פאר איינעם וואס מען רופט מיט א ניקנעים?

הרה''ק ר' פיניע מאוסטילא זי''ע.....
דאנערשטאג יוני 30, 2022 2:41 pm#503331
Hikind האט געשריבן:אויפן רוף פונ'ם מעיאר, האט די באבוב 45 בלאק וואוט נאכגעקומען זיין ביטע, אלס הכרת הטוב פארן מעיאר, וואס ביים גרויסארטיגן אבן הפינה זענען ערהאלטן געווארן די נויטיגע פערמיטן פונ'ם מעיאר'ס אפיס, נאכדעם וואס די לאקאלע באאמטע האבן זיך אנטזאגט צו געבן ערלויבעניש אפצושפארן די 14'טע עוועניו.

נאכפאלגענדיג דער שריט, האבן זיך אלע אנדערע מוסדות התורה אין בארא פארק, וואס האבן זיך ביז דעמאלטס געוואקלט און געשטאנען פון דער זייט, זיך אויך צוגעשטעלט דערצו, און ארויסגעגעבן א פאראייניגטע אינדארסירונג פאר ר' פיני רינגעל.

אבער ביים אלגעמיינעם גאס האט נאכאלץ געהערשט א צומישעניש, צוליב דאס וואס עס איז פארשפרייט געווארן קלאנגען אז די שריט פון די מוסדות זענען נאר געווען יוצא צו זיין, אבער אין אמת'ן שטייען זיי מיט ר' דוד שווארץ.

אנפאנג וואך האט נאך קיינער נישט געוואלט נעמען קרעדיט, די שווארץ טיקעט האט געהאט געמאכט א מאסיווע זשאב, יעצט שלאגט מען זיך שוין וועם ס'קומט זיך קרעדיט.
דאנערשטאג יוני 30, 2022 2:43 pm#503332
א גרויסע תורה צו נעמען קרעדיט פאר א אוממענטשליכע געוואונס. פאסט פאר באבוב 45.
דינסטאג יולי 05, 2022 12:22 am#503615
שטיינזאלץ האט געשריבן:און איך האב געהערט אז שווארץ האט באקומען די מעדזשארעטי פון זיינע שטימען ווייל ער האט באוויזן איינצורעדן דעם עולם אז ער איז א רחמנות וואס מען טשעפעט פאר נאו גוד ריזען. אם קבלה.....

איז ער נישט (געווען) א רחמנות? איר מאכט עס הערבּאַר כאילו ס'איז יא געווען א 'גוד ריזען' אלזא, ביטע קומט אריין מיט די 'גוד ריזען'....
דינסטאג יולי 05, 2022 12:48 pm#503641
אינטרעסאנט, איין איד נעמט צו דער פרנסה פין און אנדערע איד, און קהילות שטייען אים צו דער האנט ווייל א גוי האט געבעטן. שיין זעהן מיר אויס.
דינסטאג יולי 05, 2022 1:19 pm#503643
דאס הייסט נישט צונעמען, יעדע מענטש ווייסט אז דאס איז די נאטור פון יעדע פאבליק אמט, די ביסט פארזיכערט פאר 4 יאר דערנאך קען דיר יעדער טשעלענדשן. אדרבה זאלן ווי מער היימישע אידן לויפן פאר יעדע פאזיציע.
די טיפשות איז נאר אז מיר טראכטן נישט אליין נאר די גאנצע סטאדע וואוט פאר דער וועם די פאסטעך הייסט.
דינסטאג יולי 05, 2022 1:39 pm#503645
סבא דבהתא האט געשריבן:דאס הייסט נישט צונעמען, יעדע מענטש ווייסט אז דאס איז די נאטור פון יעדע פאבליק אמט, די ביסט פארזיכערט פאר 4 יאר דערנאך קען דיר יעדער טשעלענדשן. אדרבה זאלן ווי מער היימישע אידן לויפן פאר יעדע פאזיציע.
די טיפשות איז נאר אז מיר טראכטן נישט אליין נאר די גאנצע סטאדע וואוט פאר דער וועם די פאסטעך הייסט.

דעס איז זייער א שיינע תורה ווען ס'קומט א קאנדידאט וואס איז בעסער שטיפט ארויס איינער וואס איז שוואכער. אבער ווען די מעשה איז פארקערט איז די קשיא אסאך גרעסער.
דינסטאג יולי 05, 2022 1:39 pm#503646
סבא דבהתא האט געשריבן:דאס הייסט נישט צונעמען, יעדע מענטש ווייסט אז דאס איז די נאטור פון יעדע פאבליק אמט, די ביסט פארזיכערט פאר 4 יאר דערנאך קען דיר יעדער טשעלענדשן. אדרבה זאלן ווי מער היימישע אידן לויפן פאר יעדע פאזיציע.
די טיפשות איז נאר אז מיר טראכטן נישט אליין נאר די גאנצע סטאדע וואוט פאר דער וועם די פאסטעך הייסט.

קען זיין אז יעדער ווייסט אז דאס איז די נאטור
אבער דאס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אז צוויי היימישע זאלן זיך ארומשלאגן און ארויסטרייבן דעם אנדערן פון זיין אמט
אבער ב"ה ב"פ האט געוויזן אז מיר טאנצן נישט נאך יעדע קהלה אינדארסמענט
דינסטאג יולי 05, 2022 2:34 pm#503651
היסטאריע האט געשריבן:אינטרעסאנט, איין איד נעמט צו דער פרנסה פין און אנדערע איד, און קהילות שטייען אים צו דער האנט ווייל א גוי האט געבעטן. שיין זעהן מיר אויס.

ס׳נישט קיין פרנסה, עס איז א וואלונטירישע ארבעט און דינט מער אלס טיטל ווי מיטל. קען זיין אז מענטשן שמירן אונטער געלט דא און דארט, אבער דאס קען ער טון אנע זיין א דיסטריקט לידער.
דינסטאג יולי 05, 2022 2:49 pm#503652
היסטאריע האט געשריבן:אינטרעסאנט, איין איד נעמט צו דער פרנסה פין און אנדערע איד, און קהילות שטייען אים צו דער האנט ווייל א גוי האט געבעטן. שיין זעהן מיר אויס.

The district leader doesn't get a salary at all
דינסטאג יולי 05, 2022 3:52 pm#503661
קורקלענד האט געשריבן:
שטיינזאלץ האט געשריבן:און איך האב געהערט אז שווארץ האט באקומען די מעדזשארעטי פון זיינע שטימען ווייל ער האט באוויזן איינצורעדן דעם עולם אז ער איז א רחמנות וואס מען טשעפעט פאר נאו גוד ריזען. אם קבלה.....

איז ער נישט (געווען) א רחמנות? איר מאכט עס הערבּאַר כאילו ס'איז יא געווען א 'גוד ריזען' אלזא, ביטע קומט אריין מיט די 'גוד ריזען'....

וואלט געווען כדאי זאלסט קוקן פון אנהייב די שמועס ווי איך בין עס מסביר אנשטאט איך זאל דארפן איבערקייען.
דינסטאג יולי 05, 2022 4:30 pm#503664
איך האלט שוין מיט פון אנפאנג. איר הערט זיך ווי דער טיפּיקעל פרישע אינגערמאן וואס איז נארוואס געווארן אויפגענומען אלס די אדמיניסטראטור געהילף אין א מוסד. אייערע הודעות זענען אנגעפאַרבּט מיט פראפעגאנדע, ווי איידער זאכליכע הודעות מיט הסברה.
דינסטאג יולי 05, 2022 6:03 pm#503682
הייסט ווילסט גיין דעי מהלך. גוד לאק.
דינסטאג יולי 05, 2022 7:52 pm#503689
קורקלענד האט געשריבן:איך האלט שוין מיט פון אנפאנג. איר הערט זיך ווי דער טיפּיקעל פרישע אינגערמאן וואס איז נארוואס געווארן אויפגענומען אלס די אדמיניסטראטור געהילף אין א מוסד. אייערע הודעות זענען אנגעפאַרבּט מיט פראפעגאנדע, ווי איידער זאכליכע הודעות מיט הסברה.

הייסט דאס איז די 'גרויסע אינגל' מהלך פון ענטפערן...
דינסטאג יולי 05, 2022 8:47 pm#503691
שטיינזאלץ האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
שטיינזאלץ האט געשריבן:און איך האב געהערט אז שווארץ האט באקומען די מעדזשארעטי פון זיינע שטימען ווייל ער האט באוויזן איינצורעדן דעם עולם אז ער איז א רחמנות וואס מען טשעפעט פאר נאו גוד ריזען. אם קבלה.....

איז ער נישט (געווען) א רחמנות? איר מאכט עס הערבּאַר כאילו ס'איז יא געווען א 'גוד ריזען' אלזא, ביטע קומט אריין מיט די 'גוד ריזען'....

וואלט געווען כדאי זאלסט קוקן פון אנהייב די שמועס ווי איך בין עס מסביר אנשטאט איך זאל דארפן איבערקייען.

האסט פראבירט אראפצומאלן א בילד כאילו שווארץ האט גענוצט יענג פאר א מיטל צו הייבן זיין פערזענליכע שטאנד און גענומען דעם עולם אויף א רייד, בו בזמן וואס יענג'ס פאליסיס האט סאך מער געשטימט מיט אונזערע געברויכן ספעציעל בענייני חינוך.
מיטוואך יולי 06, 2022 12:12 am#503700
צו יענג'ס פאליסיס איז בעסער אדער עדעמס' איז א זאך וואס יעדער האט די רעכט צו באשליסן פאר זיך אליינס.

לאמיר זאגן אז דוד שווארץ האט געהאלטן אז יענג איז בעסער פאר אידן (כאטש מ'דארף זיין זייער נאריש צו האלטן אז ער האט דא טאקע געמיינט כלל ישראל'ס עתיד און נישט זיין אייגענע קאריערע, אבער דאס איז בעצם נישט קיין פראבלעם) האט מוסדות מהר''א געהאלטן אז עדעמס איז בעסער. פארוואס? קודם כל ס'נישט קיין חילוק פארוואס, זיי מעגן האלטן וואס זיי ווילן, אבער למען האמת זיי האבן געהאלטן אז עדעמס האט א גאלדענע רעקארד פון אהבת ישראל, און די צייט וואס יענג איז אלעס געווען גאלדענע הבטחות, און נישט נאר אלס פאליסיווייז נאר אויך אלס הכרת הטוב. בקיצור זיי האבן געוואלט עדעמ'ס.

למעשה האט דוד שווארץ געלייגט געפערליכע דרוק אויף די ארוינים (געהערט כלי ראשון פון די וויליאמסבורגע אדמיניסטראטאר) ער האט ממש געסטראשעט מיט מסירה אויב שטעלט מען זיך נישט צו צו יענג, און די ארוינים האבן טאקע זיך געהאלטן שטיל און זיך נישט געוואלט איינרייסן ביז ס'איז געווארן קלאר אז עדעמס גייט זיין די קומענדיגע מעיאר, האט מען דאן באשלאסן אז מ'קען נישט ווייזן די רוקן פאר א לאנגיעריגע פריינט און מ'האט אינדארסירט עדעמס טראץ שווארצ'ס סטראשונקעס. און מ'קען זאגן אז דאס האט ליטערלי געראטעוועט די היימישע באציאונגען מיט'ן מעיאר! משה דוד נידערמאן דארף צוקומען צו נפתלי משה אינדיג כדי צו קענען רעדן צום מעיאר... ווער עס האט געהערט ווי די מעיאר זאגט פאר אינדיג געציילטע טעג פארן איבערנעמען די אמט אז ''איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן וואס דו האסט געטון צו מיר. קיינמאל.'' איז שוין בכלל נישט מסופק צו מ'האט געטון די ריכטיגע זאך אדער נישט.

איך וויל באמת נישט אראפרייסן דוד שווארץ, ער איז בעצם א וואוילע אינגערמאן, אבער דא האבן די מוסדות געהאט א סיטואציע אז די מעיאר האט געוואלט זען דעם שווארץ אינדרויסן. ס'לאזט זיך גלייבן אז דאס איז געקומען צוליב העצערייען פון די ארומיגע, עס קען גאר מעגליך זיין אז די קהילות האבן זיך געזוכט צו פארענטפערן פארן מעיאר פארוואס מ'האט זיך אויסגעדרייט דאס ריקן צו אים האט מען אלעס אנגעלייגט אז שווארץ האט דא אלעס אליין אנגעדרייט קעגן אים, און די מעיאר האט אים געוואלט מסדר זיין, וואס איז בעצם א נארמאלע זאך אין פאליטיק, (דאס איז בלויז א השערה). בקיצור וויאזוי ס'זאל נאר זיין האבן זיך די מוסדות געטראפן אין א פאזיציע פון 'אדער די מעיאר אדער די דיסטריקט לידער'.

נאכמער, פאר איינער וואס טראכט גראד איז זייער קלאר געווען אז דא איז נישט געווען פשוט אז די מעיאר האט געהייסן ווארפן און מ'האט געווארפן, ס'איז געווען זייער קלאר און אפן פאר יעדן אז די מוסדות זענען ממש געצווינגען דערצו. די פאקט אז ביז'ן היינטיגן טאג איז נאך קיינער פון די פירערשאפט נישט ארויסגעקומען דאס מינדעסטע זיך מסביר זיין פארן ציבור טראץ דעם וואס די מוסדות ווייסן אז זיי פארלירן די טראסט פונעם עולם און טראץ וואס זיי ווייסן אז רוב בארא פארק האט געשטימט קעגן זייער אינדארסמענט, און זיי האבן אויך פארשטייט זיך געוויסט פון פאראויס קלאר אז דאס גייט זיין די מציאות. און פון די אנדערע זייט האט מען סאם האו באוויזן איבערצורעדן ממש יעדע איינציגע מוסד ארויסצווארפן א היימישן, אפילו געוויסע וואס האבן באהאלטענערהייט יא געשיקט וואוטן פאר שווארץ האבן אלע אפיציעל געשטיצט רינגעל, און אויך האט מען קלאר געזען במשך די קאמפיין אז מ'היט זיך נישט אראפצורייסן דוד שווארץ אפילו ברמיזה קלה, אזש מ'האט ניטאמאל געקענט כאפן אז דא לויפט בכלל איינער קעגן דעם אינדארסירטן! דאס אלעס ווייזט אז דא איז געווען א געצווינגענע באשלוס (תרתי משמע) בלויז כדי צו קענען אנהאלטן די רילעישאנשיפ מיט'ן מעיאר.

איך וואלט נישט געווען סורפרייזט צו הערן אז די מעיאר האט דאס געשטעלט פאר א כור המובחן צו זען אויב די מוסדות זענען טאקע אינטרעסירט אין אים נאכן אים אריינשטעכן א מעסער און ריקן, און די עסקנים האבן געפילט אז דאס איז די איינציגסטע אויסוואל.

באטעם ליין: די קאמיוניטי דארף צוקומען זערא צום דיסטריקט לידער אזש אפילו אויב די דיסטריקט לידער זאל זיין א וויסטע אנטיסעמיט וועט עס אויך נישט שאטן קיין כי הוא זה פאר די קאמיוניטי, פון די אנדערע זייט צום מעיאר דארף מען שוין איינמאל צוקומען. איי הכרת הטוב, איי ארויסצווארפן א אינקאמבענט, א אייגענע ברודער, נא נא... דוד שווארץ אליין האט דאך געוויזן אז פאליטיק איז פאליטיק, אפילו ווען עס קומט צו הכרת הטוב, צו א אלטע פריינט, צו לייגן פרעשור אויף די מוסדות ווילאנג עס גייט ברענגען א טובה פאר כלל ישראל, נא, האבן די מוסדות אויך געמאכט די זעלבע באשלוס... סאו אלס דעי חלק איז עס מסודר. צונעמען פרנסה קומט אויך נישט אריין, זינט ער מאכט נישט קיין רויטן גראצער. ממילא האבן די מוסדות געמאכט א באשלוס צו שטיצן פיני רינגעל.

ווער עס וויל קען מחולק זיין מיט מיר! איך זאג קלאר אז געוויסע זאכן איז מיין השערה. אבער די חלק וואס איך ווייס יא זיכער און די חלק וואס איז קלאר פאר יעדן איז שוין גענוג צו שטיצן די מוסדות' באשלוס.
מיטוואך יולי 06, 2022 12:37 am#503702
הייסט עס די מוסדות האבן געוועלט דעם מעיאר ענדערש ווי זייער אייגענע עולם וואס - לויט ווי דו שרייבסט - האט פארלוירן טראסט אין זיי?
מיטוואך יולי 06, 2022 12:43 am#503703
מצפצף האט געשריבן:הייסט עס די מוסדות האבן געוועלט דעם מעיאר ענדערש ווי זייער אייגענע עולם וואס - לויט ווי דו שרייבסט - האט פארלוירן טראסט אין זיי?

וואס הייסט 'לויט ווי איך שרייב'? ס'איז דען מיין חידוש אז ס'האט געשאדט (דערווייל) זייער טראסט? ס'איז מיין חידוש אז זיי האבן געוועלט דעם מעיאר?
מיטוואך יולי 06, 2022 1:30 am#503705
מיליאנער האט געשריבן:די פאקט אז ביז'ן היינטיגן טאג איז נאך קיינער פון די פירערשאפט נישט ארויסגעקומען דאס מינדעסטע זיך מסביר זיין פארן ציבור טראץ דעם וואס די מוסדות ווייסן אז זיי פארלירן די טראסט פונעם עולם און טראץ וואס זיי ווייסן אז רוב בארא פארק האט געשטימט קעגן זייער אינדארסמענט, און זיי האבן אויך פארשטייט זיך געוויסט פון פאראויס קלאר אז דאס גייט זיין די מציאות. און פון די אנדערע זייט האט מען סאם האו באוויזן איבערצורעדן ממש יעדע איינציגע מוסד ארויסצווארפן א היימישן, אפילו געוויסע וואס האבן באהאלטענערהייט יא געשיקט וואוטן פאר שווארץ האבן אלע אפיציעל געשטיצט רינגעל, און אויך האט מען קלאר געזען במשך די קאמפיין אז מ'היט זיך נישט אראפצורייסן דוד שווארץ אפילו ברמיזה קלה, אזש מ'האט ניטאמאל געקענט כאפן אז דא לויפט בכלל איינער קעגן דעם אינדארסירטן! דאס אלעס ווייזט אז דא איז געווען א געצווינגענע באשלוס (תרתי משמע) בלויז כדי צו קענען אנהאלטן די רילעישאנשיפ מיט'ן מעיאר.

די פירערשאפט קען זיך נישט מסביר זיין. דעריבער זיצן זיי שטיל. זיי מעגן זיך שעמען! די געווינס פון רינגל איז אפי' פאר די מוסדות א ריזיגע פארלוסט. ווייל זיי האבן זיך דא קלאר אונטערגעווארפן אונטער די מעיארס טעראר צייגנדיג אז מיר אלס א קאמיוניטי וועלן טוהן וואס ס'פעלט אויס צו האלטן א קשר אין א אביוזיוו רילעישאנשיפּ. מיר האבן נישט קיין פרינציפן, ווירדן, אדער באדערפענישן, חוץ פון אפאר יחידים ביים שיסל וואס פארקויפן אונזער גאנצע רעליגיע און מאסן פאר אפאר גרינע דאלארן. אזעלכע דאלארן וואס קומען מיט א מיליאן תנאים וואס זענען קעגן אלעס וואס מיר שרייען אז מיר שטייען פאר. און אלעס בהוראת רבנים.....

איך בין זיכער אז ווען אלע מוסדות וואלטן געוויזן די מיטעלסטע פינגער פארן מעיאר וואלט עס נישט אזוי געשאדט. אין א סיטי וואו מ'רודפ'ט יעדער וואס וויל עפעס בויען. וואו מ'האט פילפאכיג געהויבן פראפערטי שטייערן. וואו מ'לייגט יעדן טאג פרישע סיידינג קאמאראס. וואו קריים האלט אין איין ארויף קריכן. וואו מ'מאכט וואקסין מאנדאטן וואס האט גארנישט מיט געזונטהייט. וואו מ'שטעלט וויילעישאנס אגאנצן טאג און נאכט. ווען מ'מאכט רענט געזעצן אז ס'לוינט שוין נישט צו קויפן אדער האלטן ריעל עסטעיט. וואו מ'רודפ'ט אונזער חינוך ווען יעדער ווייסט אז וואס די רעגירונג טוהט איז נישט קאנטוציאנאל. וכו' וכו'. דארפן מיר גוט געדענקען אז מיר מוזן מיט דעת תורה אוועקוקן פון אלעמען, ווייל דער מוסד דארף נעמען געלט פון די מעיאר 'קרומערהייט' און דערנאך ווערט אלעס א טובה... אוי לנו.
מיטוואך יולי 06, 2022 12:38 pm#503723
יעצט געהערט פון איינע פון די באבוב 45 לידערשיפ אז זיי האבן שוין לאנג געוואלט זען שווארץ אינדרויסן ער פלעגט קיינמאל נישט קומען צו זיי און צו די אנדערע באבוב פלעגט ער אלץ גיין מיט א שטריימל וכו', און זיי האבן זיך מיט געכאפט מיט די עדעמס פייט.