כ'ברענג אהער א אינפארמאטיווער ציטאט פון וואס כ'אב געשריבן 8 יאר צוריק איבער אונזער נושא דא, וישמע חכם ויוסף לקח,
@עפל סיידער כ'זעה האסט עפעס א קפידה נישט צו דעבאטירן די נושא דירעקט נאר בשלילות און סארקאסטיש, מסכים, היות איך זיך שוין מיט לעכט איינער וואס איז גרייט צו אויסשמועסן דער נושא, העלעך נעמען וואס מ'געבט מיר,
איז אזוי, ראשית וויל איך אויפמערקזאם מאכן אז דער עצם ווארט "סקול דיסטריקט" מיינט לגמרי נישט דער עצם המוסד, דער בנין די שטאב וכדומה,
די ווארט "סקול דיסטריקט" הייסט א געגנט א מחוז, א ראיאן,
ווען מ'האט זיך געשלאגן אין געריכט, איז אינגאנצן נישט געווען דער מדובר דער עצם הקמת המוסד, לא מינהו ולא מקצתו, דער מדובר איז געווען צו די סטעיט מעג ע"פ הקאנסטעטוציע אנערקענען מחוז קרית יואל אלס א געגנט בפני עצמו וואס זאל פירן איר אייגענע ווירטשאפט, זה הוא
אין אנדערע ווערטער דאס האבן א אייגן סקול דיסטריקט איז נאך נישט מחייב צו עפענען דער עצם מוסד, והא ראי' ס'נישטא קיין פובליק סקול פאר געזונטע קינדער אין קרית יואל, טראץ וואס זיי זענען בארעכטיגט דערצו,
יעצט אזוי, דאס פארלאנגען אז קרית יואל זאל זיין א דיסטריקט בפני עצמו, זעה איך נאך נישט ווי אפי' לפי שיטת האוסרים זאל זיין א פראבלעם, ס'וואלט דאך פונקט אזוי געקענט זיין אז קרית יואל וואלט אטאמאטיש אן קיין אינטערווענצן ווען געווארן א אייגען דיסטריקט מחמת רבוי אוכלוסין, אזוי איז דער געזעץ לויט די מספר איינוואוינער שניידט מען אויס א דיסטריקט, און קיינער צווינגט דיר נישט צו שיקן אדער פארלאנגען א פובליק סקול.
דאס הייסט ס'עכט נישט שייך צו זיין קעגן די "סקול דיסטריקט", ווייל ס'איז א דבר שאין בו ממש,
העמיר גיין א שטאפל ווייטער, איינמאל קרית יואל איז א דיסטריקט בפני עצמו, איז כל תושבי הקריה וואס וויל סיי וועלכער סארט סערוויסעס פון די "ניו יארק סטייט בארד אוו עדיוקעשן", מוז נישט זיין דוקא בעצם גיין אין א פובליק סקול, ס'קען זיין צענדגליגע סארט סערוויסעס, וואס אידן מכל השיכטן בכל רחבי ניו יארק ניצן שטענדיג מאז עד הלום, ווי למשל באסעס, טעראפיסטס, טוטערס, וכדומה וכדומה, מוז מען זיך ווענדן צו די דיסטריקט ווי יעדער וואוינט, און אין קרית יואל איז דאס די KJ סקול דיסטריקט,
האט זיך געמאכט אז מאנכע תושבי קרית יואל האבן פארלאנגט א געוויסער סערוויס פון די סטעיט, אזא מין סארט סערוויס וואס אלע פרומע אידן ברחבי ניו יארק געניסן שוין לאנגע יארן צום גוטן, דהיינו ספעציעלע הילף פאר אינוואלידע קינדער, האט דער סטעיט בארד אוו עדיוקעשן אהערגעשטעלט א בנין מפואר פונקט ווי אלע דיסטריקטס אין די סטעיט, אזוי ווי אין וומ"ב, בארא פארק, פלעטבוש, מאנסי וכדומה,
און ווי שאר הדיסטריקטס האבן זיי איבערגעגעבן די ווירטשאפט פאר די מנהיגים פונעם יענעם דיסטריקט, פערצופאל אין קרית יואל זענען זיי פרומע אידן, אבער די אינטערשטע שורה איז, די זענען אלע ארבייטער פון די סטעיט, פונקט ווי איינער זאל ארבעטן ביי די מעדיקעיד אפיס אדער ביי די פאסט אפיס, דאס אלעס געהער פאר די רעגירונג,
יעצט, עס ברויך אונטערגעשטראכן ווערן זייער וויכטיג, אז אפי' אלימלא די ווילעדש וואלט זיך אנטזאגט פון אדמיניסטרירן די סקול ווירטשאפט, וואלט דער סטעיט ווען געווען געצווינגען צו אויפנעמען א שטאב פון אינדרויסן קרית יואל, דאס מיינט א אייגענע סקול אין קרית יואל וואלט געווען אזוי צו אזי, די חילוק וואלט נאר געווען ווער די באצאלטע אדמיניסטראטורן זאלן זיין פרומע אידן אדער גוים,
השתא דאתיין להכי איז קלאר, דער עצם סקול דיסטריקט איז נישט שייך צו זיין דערקעגן ס'א דבר שאין בו ממש, דער בנין און די שטאב איז אויך נישט שייך צו זיין דערקעגן ווייל דאס איז מיוסד און תחת בעלות הסטעיט, און דאס איז נתייסד נאר צו סערווירן די איינוואוינער וואס ברויכן ציקומען צו די סערוויסעס נישט צו סערווירן די מנהיגי הקרי',
בלייבט נאר איבער, אויב איז בכלל דא א שאלה, איז נאר צו א איד מעג אנעמען א פאסטן פאר די בארד אוו עד, ווייל אויב ארבייטסטו פאר די בארד אוו עד ביסטו דיך מחייב זיך צו האלטן צו די סטעיט געזעצן, וואס איז אונטער די קאנסטיטוציע, וואס פארבאט צו שטיצן אדער שטערן רעליגיע,
כידוע, עס זענען דא פילע פרומע לייסענסד איינגעשטעלטע אידן ברחבי ניו יארק פאר די בארד אוו עד וואס זיי ארבעטן אין באקומען געהאלט פון די בארד אוו עד, די אידן וואלטן לכאורה אריינגעפאלן אין די זעלבע שאלה, מאי שנא?
יעצט צו די עצם שאלה,
דאס וואס מאנכע זאגן אז מ'האט געדארפט סיינען פאפירן אויף "דברי כפירה והודאה למינות" דאס איז פשוט אומעגליך זאל זיין אמת, ווייל די אמעריקאנער רעגירונג האט אונטער קיין שום אומשטענדן די קאנסטוטציענאלע רעכט צו כופה זיין סיי וועלכער בירגער זאל כופר זיין אדער מודה זיין און סיי וועלכער רעליגיע אנשוינונג, דאס פלעגן די טרויעריגע קרייציגלער מיט די אינקוויציע טאן רח"ל, און היינט די אלא אכבאר'ניקעס, אמעריקא איז נתייסד געווארן אויף די יסודות אז יעדער האט א רעכט צו גלייבן וואס ער וויל, עס רופט זיך "פרידאם אוו רעלידשן", וואס יא, די רעגירונג מעג פארלאנגען אז מיט "אונזער געלט" טארסטו נישט שטיצן רעליגיע, ווייל מיר דארפן שטיין אינדרויסן, אבער קיינמאל טארן זיי נישט כופה זיין וואס דער יחיד זאל גלייבן,
דאס וואס מאנכע טענה'ן אז מ'טאר נישט דארט מזכיר זיין שם ה', איז אויך נישט אמת, פשוט אלס מציאות וואס איז גלוי לכל יעדער קען דארט אריינגיין און זעהן במו עניו ווי מ'איז מזכיר דארט שם ה' רעגלמעסיג, אונטער כלערעליי לעגאלע אויסריידן און תירוצים כידוע ואכמ"ל, אזש עס קוקט אויס ווי סיי וועלכער אידישער חדר, און שם ה' ווערט נתגדל ונתקדש,
חילול השם איז אויך נישט שייך ווייל פונקט פארקערט, די רעגירונג ווילן דוקא למען השם זאלסט נישט כופר זיין אדער מודה אין עפעס, און צוליב דעם האט מען טאקע באשיינפערליך נישט געזעהן אין ערגעץ אין די גוי'אישע פרעסע אז די קרית יואל'ע האבן נאכגאלזט פון זייער רעליגיע, אדרבא מ'האט נאר פארפירט פה אחד אז דאס איז א רעפונירטער שפיל צו שטיצן רעליגיע, וואס נאר צוליב דעם איז עס אנגעקומען צום סופרים קאורט, און שמו יתברך איז טאקע נתקדש געווארן,
(אנדערש ווי למשל אין בני ברק ווי די איזראעלישע מידיע האט באריכטעט אז די זאליס האבן נאכגעלאזט פון זייער התנגדות צו ציונות, נאר א משל)
אין לאמיר שוין יא זאגן אז אפשר איז יא דא א שאלה פון אנעמען א פאסטן ביי די בארד אוו עד, מסכים,
איז צוויי זאכן, איינס דער פראבלעם איז א יחידישע שאלה, ס'האט נישט מ'קיין מייסד זיין א מוסד, ווייל קיין איד איז נישט מייסד גארנישט,
צווייטנס, לכל היותר קענסטו זאגן יש מקום לחוש, והמחמיר תבוא עליו ברכה, ווייל ווי ערווענט קיין חילול השם איז נישטא ווייל איין הבריות מרננין, ביסט נישט מודה אדער כופר אין גארנישט, ממילא ווילסט זיין פרום און שטראק מחמיר זיין, געזונטערהייט, נעם נישט אן דארט קיין פאסטן,
אבער ווי פאר א שווארץ יאר האסטו די רעכט ע"פ יושר, ע"פ תורה, ע"פ נימוס, ע"פ שכל הישר, צו פארשרייען יענעם אלס "כופר", "מעמיד צלם",
דאס איז אדער דום און נערוון קראנק אוואו צימערמאן, אדער איינער וואס איז פשוט מיסאינפאמירט,