Under maintenance
הויפט זייט » אין וועלכע פעלד ארבטסטו?‎‎

אין וועלכע פעלד ארבטסטו?‎‎

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15454
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 10:45 am#505834
בת קול האט געשריבן:SAHM


ב'ית ש'מש...
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 10:53 am#505835
בת קול האט געשריבן:SAHM

Stay At Home Mom
פאר ווער ס’ווייסט נישט וואס ס’מיינט...
(אזוי ווי מיך ביז פינעף מינוט צוריק...)
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 10:56 am#505836
וואלווי האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:SAHM


ב'ית ש'מש...

פארוואס קען עס נישט זיין stay at home male?
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:05 am#505838
יין שרף האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:SAHM


ב'ית ש'מש...

פארוואס קען עס נישט זיין stay at home male?

אזא פאל האט א אנדערער term.
Unemployed...
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:10 am#505839
נומער5 האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:SAHM

גלייב איך איז די שווערסטע דזשאב

נעוואדע, מען הרג'עט זיך מיט די ווייב אגאנצן טאג..
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:38 am#505844
שמעקעדיג האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איך ארבייט אלטס א שרייבער אויף א געוויסע וועבזייטל, שלא על מנת לקבל פרס...
בקיצור.. עסקנות לשם שמים...

לייקס הייסט נישט קיין פרס?

אויב זאל מען מעסטן ווי סאך ארבייט מען לייגט אריין אין געוויסע ארטיקלען, לפי די קליינע מספר לייקס וואס מען באקומט היינט צוטאגס אין שטיבל, לוינט זיך עס נישט אלעמאל...
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:55 am#505849
”שיקט’ס אריבער אפאר באקסעס לייק’ס פאר שטים”!!!

עניוועי איך מיין זאלסט נישט קוקן אויף לייקס נאר אויף די מספר פון קליקס אויף דיין אשכול, די נאמבער וואס דו זעסט דארט איז די נאמבער פון וויפיל מענטשן האבן הנאה געהאט! כה לחי!!
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:05 pm#505850
מתבודד האט געשריבן:עניוועי איך מיין זאלסט נישט קוקן אויף לייקס


יא עגריד, לייקס איז אוועררעטעד
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:08 pm#505851
מתבודד האט געשריבן:”שיקט’ס אריבער אפאר באקסעס לייק’ס פאר שטים”!!!

עניוועי איך מיין זאלסט נישט קוקן אויף לייקס נאר אויף די מספר פון קליקס אויף דיין אשכול, די נאמבער וואס דו זעסט דארט איז די נאמבער פון וויפיל מענטשן האבן הנאה געהאט! כה לחי!!


אין וועלכע פעלד ארבעטסטו? אין סייקאלאדזשי?
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:09 pm#505852
מתבודד האט געשריבן:”שיקט’ס אריבער אפאר באקסעס לייק’ס פאר שטים”!!!

עניוועי איך מיין זאלסט נישט קוקן אויף לייקס נאר אויף די מספר פון קליקס אויף דיין אשכול, די נאמבער וואס דו זעסט דארט איז די נאמבער פון וויפיל מענטשן האבן הנאה געהאט! כה לחי!!

;)
דאס ברענג איך טאקע ארויס.. אז איך טו עס נישט פאר די לייקס...
אגב, איך פלעג מיינען אז די מספר פון "געזען געווארן" גייט נאר ארויף איינמאל פער ניק. אבער למעשה קען די זעלבע ניק אריינגיין עטליכע מאל אין א אשכול, און יעדע מאל דערהייבט זיך די מספר פון "געזען געווארן"
אויב ווילסטו דערהייבן די מספר פון קליקס צו דיין אשכול, קענסטו פשוט קליקן, ארויסגיין, ריפרעשן, וחוזר חלילה...
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:10 pm#505853
כלבאשבוע האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:עניוועי איך מיין זאלסט נישט קוקן אויף לייקס


יא עגריד, לייקס איז אוועררעטעד

איך שטיי און איך יישב מיך, זאל איך יא לייקן דיין תגובה אדער נישט...
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:13 pm#505854
Musician
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 2:36 pm#505859
וואלווי האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:”שיקט’ס אריבער אפאר באקסעס לייק’ס פאר שטים”!!!

עניוועי איך מיין זאלסט נישט קוקן אויף לייקס נאר אויף די מספר פון קליקס אויף דיין אשכול, די נאמבער וואס דו זעסט דארט איז די נאמבער פון וויפיל מענטשן האבן הנאה געהאט! כה לחי!!


אין וועלכע פעלד ארבעטסטו? אין סייקאלאדזשי?

סא לאמיר דיר מסביר זיין אביסל די נושא פון לייקס במשנתו של מתבודד. ווען איך פלעג ליינען אויף אייוועלט, (קיינמאל נישט געשריבן דארט) פאר’ן אנטדעקן די אור פון אונזער הייליגע שטיבל, האב איך אלץ מיטגעפילט מיט די מתלוננים דארט אז מ’דארף איינשטעלן א לייק סיסטעם, בבחינת למה נגרע פון אנש ק”ש, (חוטא נשכר??!)
איינמאל כ’האב אנגעפאנגן שרייבן דאהי האב איך מיך ממש מחי’ געווען. כ’הב געלייקט און געווארן געלייקט און ס’געווען א מצב.. אבער מתבודד האט די שוואכקייטן מיט וואס די קאמפליצירטע בריאה הנקרא אדם איז באשאפן, אדער באקומען דורכאויס די יארן דורכן סופג זיין כל מיני מצבים וכו’, און נאך יעדע תגובה וואס כ’האב געשריבן איז חוזר וניעור די אלע זעקס’רישע מיני מחשבות, וואלט עס יא געדארפט שרייבן אדער נישט? ס’קומט דא אריין אדער ס’איז לגמרי שלא כענין? כ’האב גוט ארויסגעברענגט מיין פוינט אדער מ’פארשטייט נישט קיין איין ווארט? וכהנה וכהנה, און דא קומט די לייקס אריין און זענען מחזק אדער מפריך די אלע מחשבות און דמיונות, דאס וואס כ’האב געמיינט קיינער גייט נישט פארשטיין איז געלייקט דורך האלב שטאט, און די תגובה וואס כ’האב מיך געקלאפט אין פלייצע ווי זאפטיג ס’איז האט קיין לייקס...
שוין. א”כ למה זה אנכי. לאמיר זאגן וואס כ’האב צו זאגן, אריינשרייען מיינע ווערטער אינעם גרויסן חלל הפנוי אריין און נעלם ווערן פון האריזאנט. לייק מיך נישט דיסלייק מיך נישט איך לייק דיך נישט און פערטיג. בקיצור ס’שווער זיך ארויסצוברענגן אבער ווער ס’פארשטייט פארשטייט, און די צופלויגענע זיבנער אדער גראדן איינסער זאל פליז נישט טרייען צו פארשטיין...
שוין, יעצט טו מיר נישט קיין טובה און לייק נישט דעם תגובה. (חוץ אויב דו קענסט זיך איידענטיפייען מיט הנכתב..)
איז צוריק צו דיין שאלה, צו איך טו אין סייקאלעזשי? די תירוץ איז יא, אבער עקסלוסיוו פאר איין מענטש, הק’ מתבודד.

אלקים עשה האדם ישר והם בקשוהו חשבונות רבים

נ נח נחמ נחמן מאומן

יש עניין שהכל נתהפך לטובה

ביי, גוט שבת.

אה, נישט פארגעסן צו עסן וואטערמעלאן ביי שלש סעודות...
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 2:54 pm#505860
מתבודד אפשר דיין זעקסער וויל נישט קיין לייקס , אבער דיין "זיבענער" פליגל דארף עס יא 8-)
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 4:47 pm#505867
קאצקע ציקער האט געשריבן:מתבודד אפשר דיין זעקסער וויל נישט קיין לייקס , אבער דיין "זיבענער" פליגל דארף עס יא 8-)

מיש דיך נישט אריין אין מיין שלום בית :P

מיין זעקסער דארף עס מיין זיבענער דארף עס, די אכטער אויך און אזוי די ניינער איינסער... יעדער דארף בטבע הכרה- אנערקענונג. די חילוק איז וואס די רעאקציע איז, וויאזוי מ’עסט עס.
---

וואטעווער, אלס איז פיין און גוט. מיין קאווע איז פלעין נישט געלונגען היינט...
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 5:09 pm#505872
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:@בערל, ביסט טאקע באסדרייווער?

יא: א באסדרייווער. אויך א עלעקטרישן. נאר איך הייס (עכט) נישט בערל. דו ווייסט (מסתמא) די מעשה. איינער א חכם איז צוריקגעקומען אין זיין היימשטאט (וואו ער האט געוואוינט) און ער האט פארציילט..."איך האב אויסגעפאפט גאנץ לעמבערג."... פרעגט מען איהם וויאזוי?... גאנץ פשוט. ענטפערט ער...איך הייס יאסל און כ'האב געזאגט פאר א יעדן אז איך הייס פייוויש"...לאל...!

איך האב אויסגעפאפט גאנץ קאווע שטיבל... איך הייס עכט...(מלנ"ז). און איך האב געזאגט אז איך הייס בערל...!

פארוואס אין די וועלט האט דיין טאטע דיר געגעבן א נישט איידעלע אויסדרוק פאר א נאמען?

גיי פרעג איהם. קום נישט צוריק זאגן...!
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 6:26 pm#505877
דערהויבענע איד האט געשריבן:אנעמפלאויט.

איך האב אפאר קשיות אויף דעם
איז עס א גרינגע דזשאב?
וויפיל צאלט מען דערפאר (עוורידזש)?
איז דא קאמפעטישן?
איז שווער אריינציגיין אין דעם פעלד?
אד"ג?
מוצ"ש אוגוסט 06, 2022 9:32 pm#505878
Re: אין וועלכע פעלד ארבטסטו?‎‎
איך האב יעצט גראדואירט פון ישיבה מיט א בחור׳ס דעגרי, און איך גיי פאר א מעסטער׳ס אין סאציאלע ארבייט.
מוצ"ש אוגוסט 06, 2022 10:36 pm#505879
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב יעצט גראדואירט פון ישיבה מיט א בחור׳ס דעגרי, און איך גיי פאר א מעסטער׳ס אין סאציאלע ארבייט.


א בחור א סאציאל מומחה...

ווי פול שעות האסטו געמוזט פארברענגען פאר אזא דעגרי...

די קלאסן זענען עוועילעבעל אין די נאכט שעות...?

די עיקר איז עלה והצלח!
זונטאג אוגוסט 07, 2022 9:44 am#505896
Re: אין וועלכע פעלד ארבטסטו?‎‎
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב יעצט גראדואירט פון ישיבה מיט א בחור׳ס דעגרי, און איך גיי פאר א מעסטער׳ס אין סאציאלע ארבייט.
וויפיל קאסט? און ווי לאנג נעמט עס?
זונטאג אוגוסט 07, 2022 11:32 am#505899
.
מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:27 am#505949
in the professional office field with a C level position
כ"ווייס אז די גלייבסט נישט
דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:34 pm#506056
איך בין א כולל אינגערמאן וואס דרייט זוך אסאך אין די קאווע שטיבל...
דינסטאג אוגוסט 09, 2022 3:05 pm#506060
Re: אין וועלכע פעלד ארבטסטו?‎‎
כ'בין א קאווע שטיבל אינגערמאן וואס דרייט זיך אין כולל

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 09, 2022 11:57 pm#506086
[/quote]
אויב זאל מען מעסטן ווי סאך ארבייט מען לייגט אריין אין געוויסע ארטיקלען, לפי די קליינע מספר לייקס וואס מען באקומט היינט צוטאגס אין שטיבל, לוינט זיך עס נישט אלעמאל...[/quote]
איך האב שוין לאנג צוריק געשריבן אז מ'דארף איינשטעלן א סיסטעם וואס אפילו די נישט מעמבערס זאלן קענען לייקן. ס' וואלט געגעבן אסאך חיזוק פאר די שרייבערס, און ק"ש וואלט שטארק פארדינט דערפון. מה לי אויב דער לייקער איז א מעמבער אדער נישט?