Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים

בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 25 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #15556
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 6:51 pm#509042
בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים
עס גלייבט זיך נישט אז מ'דארף שוין צולייגן א ז"ל אדער א ע"ה ביים דערמאנען רבי שבתי. ערשט דעם פארגאנגענע ערב שבת האב איך אים געזעהן ארומשפאצירן געמיטלעך. טאקע גרוי און פארעלטערט היבש, אבער ר' שבתי איז אלץ געווען גרוי און אלט, עכ"פ ווי לאנג דער עולם געדענקט אים. קיינער ווייסט נישט פונקטליך ווען און וויאזוי ער האט געלאנדעט ביי אונז, רבי יענקל קליינ'ס שול, אנשי ברייערוואד, אבער ער איז שנעל געווארן א שטיק פורניטשער און אן אינטעגראלע חלק אין די קהלה, טראץ זיין צוריקגעצויגנקייט און כמעט גענצליכע שטיל שווייגעניש. עס איז כמעט אוממעגליך זיך פארצושטעלן אנשי ברייערוואד אן רבי שבתי; די צוויי זענען synonymous.

ווער איז דער רבי שבתי? זיין פארגאנגענהייט איז איין שטיק מיסטעריע. קיינער ווייסט נישט זיין פאמיליע נאמען. אפילו רבי יענקל קליין און רבי הערשל קעניג קענען אים נאר ביי זיין ערשטע (אויב ס'איז זיין עכטע) נאמען. אויף ווי ווייט מ'ווייסט, פארמאגט ער נישט קיין קרוב וגואל נעבעך. די חברה אויף ברייערוואד זענען געווען זיין איינציגסטע פאמיליע.

ער איז געווען אן אויסערגעוועליכע שטילע, אזא נחבא אל הכלים, כמעט וואס מ'האט א מוק ארויסגעהערט פון זיין מויל, ממילא איז שווער עכט צו וויסן ווער ער איז געווען. אבער פון די ביסל וואס מ'האט יא געזען האט מען געוויסט אז ער רעדט קיינמאל ביי דאווענען, מתחילה ועד סוף. קיין סך האט ער נישט געגעסן, נאר אביסעלע פון די טעלער וואס גוטהארציגע אידן פלעגן אים אנגרייטן, מיט אביסעלע וואסער. זהו. ער פלעגט זיך אלץ דרייען צווישן די ביימער טיף אריין אונטער דער שול און פראווען התבודדות.

דעם זינטאג האבן אים עטליכע געטראפן אין א גאר שווערע צושטאנד, און זיי האבן אים שנעל אפגעפירט צו א קליינע לאקאלע שפיטאל אויף 59 נעבן רעמסען. אבער דער דאקטאר האט אים נאר געקענט באקוועם מאכן פאר די פאר שעה ביז ס'איז יצאה נשמתו.

ס'דא מערערע שפעקולאציעס, צווישן זיי אז ער איז א גלגול וואס איז אראפגעקומען אויף עפעס א ספעציעלע תיקון. אנדערע האבן געטענה'ט אז מען קען שפירן עפעס א העכערע נשמה דא. דאס איז זיכער, א מיסטעריע איז ער געווען, א גרויסע מיסטעריע.

נו, זאל ער האבן א תיקון, וואס שטערט עס מיר? און נאכדעם, אז זיין קבר וועט פארוואנדעלט ווערן אין א תל תלפיות וואו אידן טרעפן ישועות, וועם קען דאס דען שאטן? אדרבה, דע מאר דע מעריער.

זכותו יגן עלינו.



.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:01 pm#509043
הערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:21 pm#509044
A picture from him?

זייער מיסטריעז..

וואו האט מען אים געטראפן אין א שווערע צושטאנד?
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:18 pm#509051
יוש! העלעך מיך בענקען נאך איהם. א ספעציעלע הנאה האב איך געהאט ווען כ'פלעג עם געבן צו עסן. ר' שבתי, ער האט באלאנגט צו די כ"ץ'ישע משפחה. יהא זכרו ברוך.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:31 pm#509052
יין שרף האט געשריבן:A picture from him?

זייער מיסטריעז..

וואו האט מען אים געטראפן אין א שווערע צושטאנד?

איך בין נישט זיכער אבער כ'האב פארשטאנען אז מ'האט אים געפונען צווישן די ביימער הונטער די בעקיארד. קיין בילד האביך נישט ווייל איך פיר זיך נישט צו נעמען בילדער פון אינטערעסאנטע בריאים. אבער איך בין זיכער אז צווישן די הונדערטער וואס דרייען זיך דארט האבן עטליכע געכאפט בילדער. אפשר וועט איינער פון זיי עס ארויפלייגן דא.


.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:39 pm#509053
הוגה האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:A picture from him?

זייער מיסטריעז..

וואו האט מען אים געטראפן אין א שווערע צושטאנד?

איך בין נישט זיכער אבער כ'האב פארשטאנען אז מ'האט אים געפונען צווישן די ביימער הונטער די בעקיארד. קיין בילד האביך נישט ווייל איך פיר זיך נישט צו נעמען בילדער פון אינטערעסאנטע בריאים. אבער איך בין זיכער אז צווישן די הונדערטער וואס דרייען זיך דארט האבן עטליכע געכאפט בילדער. אפשר וועט איינער פון זיי עס ארויפלייגן דא.


.


נעמסט קיינמאל נישט קיין סעלפי...?
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:44 pm#509054
.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:47 pm#509055
אינעם ברעסלעווער שול איז ער געווען א בן בית
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:50 pm#509056
די בי"ד דא האט גוזר געווען א ביטול מלאכה אין ברייארוואוד פאר ר' שבתי'ס לויה...

ס'איז בתוקפו עד ביאת ינון...
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 9:09 pm#509057
Re: בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוהים
כ'הער זאגן ס'איז געווען א overdose
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 9:25 pm#509060
הוגה האט געשריבן:
קליינע לאקאלע שפיטאל אויף 59 נעבן רעמסען.
.

ווי איז דא דארט א קליינע שפיטאל, די animal hospital?
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 10:53 pm#509071
.בילד
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 10:58 pm#509072
איי ר' שבתי קאץ. א וואוילער געווען
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 1:02 am#509075
שאלתיאל האט געשריבן:הערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני

שאלתיאל: דעם אריגינאלן מר./פראפעסאר שושני האסטו געקענט? איך, יא. ער פלעגט האבן וועכנטליך דיסקוסיעס מיט מיין טאטע. ער האט איהם אפט מאל געברענגט ביכער איבער מאטעמאטיקס און סייענס...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 3:08 am#509079
אוי!

צר לי עליך ר׳ שבתי כי נעמת לנו מאד. שלעפ ארויף מיט דיר די אלע פעסער טונא וואס מען האט דיר געגעבן, די טאנקען מילך וואס דו האסט געטרינקען. רייס איין אויבן אין הימל שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

ר׳ שבתי ז״ל האט זיך געהאלטן גאר נאנט מיט יבלחט״א דער פעסטער רב שליט״א.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 1:03 pm#509090
עס קומט אין שמייכעל
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 8:24 am#509138
berlbalaguleh האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:הערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני

שאלתיאל: דעם אריגינאלן מר./פראפעסאר שושני האסטו געקענט? איך, יא. ער פלעגט האבן וועכנטליך דיסקוסיעס מיט מיין טאטע. ער האט איהם אפט מאל געברענגט ביכער איבער מאטעמאטיקס און סייענס...!

וואו! איך בין פארגאפט פאר דעם סופער-מיסטעריעזן פיגור. איך ווייס איינער וואס האלט ביים ארויסגעבן א פילם איבער מר שושני און זאמלט אינפארמאציע איבער אים. ער האט שוין אנגעזאמעלט הונדערעטע עדות'ן במשך עטליכע יאר. דו געדענקסט אים?
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 12:40 pm#509150
Re: בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים
@הוגה, זעט אויס אז צוליב די טיפע שאק האסטו פארגעסן פון דיין טרעידמארק מסיים צו זיין די ארטיקל מיטן פינטל'ע.

.
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 12:51 pm#509153
באהעלפער הער אויף מיט דיינע שטיקעס אדער דו וועסט בקרוב פליען פון דאנעט!

מנהל