דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 7:19 pm#512561
קרן זוית האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:א סאטמאר'ע אינגערמאן האט מיר געזאגט אז ער איז געגאנגען צו ר' שאול'ס של"ס, ווייל ער האט זייער הנאה געהאט פאראיאר, אבער זיין אינגל נעמט ער נישט ווייל ר' שאול איז נישט קיין ערליכע איד, ער איז א ציוני במילא וויל ער נישט אז זיין אינגל זאל גיין...
קיין איין סאטמארער פילט נישט קיין שום אפהאלט זיך צו משתתף זיין ביי ר' שאול צוליב ציונית. שוין לאאאנג געענדיגט דעי צייטן.
מען דארף פארשטיין, אויב עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט אז א סאטמערער פילט נישט קיין אפהאלט צו נעמען זיין קינד ערגעץ צוליב ציונות...
פארוואס טאקע האט זיך געענדיגט די צייטען?
יכול להיות , אז מען האט שוין במשך די יארען גוט ארויסגעריסען יעדע זיקה וואס א נפש יהודי האט פאר ארץ ישראל, אזש ס'איז א חשש רחוק אז די קינד זיינע זאל ווערען א ציוני ודו"ק
סאטמאר רב ז''ל האט קיינמאל נישט מברר געווען אדער אפילו בלויז געזאגט אז מ'טאר זיך נישט ווייקן במחיצת א אגודה'יסט. אין פאקט האט זיך מהר''א אומצאליגע מאל געווייקט ביי וויזניצע טישן.