Under maintenance
הויפט זייט » די ביאור פון מענדעלזאהן

די ביאור פון מענדעלזאהן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15665
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 3:01 pm#512357
די ביאור פון מענדעלזאהן
דאנקסט דו זא דעם אייביגען? ניכטווירדיגעס, אונווייזעס פאלק!
איזט ער ניכט דיין פאטער, דער דיך ערווארבען, דער דיך געמאכט, דער דיך בערייטעט האט?
IMG_0474.jpg

איך זיץ אין לייברערי און קוק אריין אין דעם ביאור. געטריבן בין איך פארשטייט זיך דורך די היסטארישע וויכטיגקייט פון דעם ספר און די מערכה דערגעגן.

מענדעלזאהן איז געווען א איד מיט טאלאנט, הארץ, און געלט, ער האט באמערקט אז די מאסן אלגעמיינע אידן וואס פארשטייען נישט לשון הקודש מוזען ליינען די קריסטליכע איבערטייטשונג פון די תורה.
האט ער זיך אונטערגענומען א פראיעקט צו איבערטייטשן די תורה אויף דייטש מיט א ביאור געבויט אויף רש״י און חז״ל אזוי אז יעדער זאל קענען האבן א חלק אין די תורה.

ווען די ביאור איז ארויסגעקומען האבן אלע באוואונדערט די שיינקייט און גוטע ארבייט פונעם ביאור, ספעציעל האט ארויסגעשטארט די פאעטישע, געפילישע, און ספיריטואלע נאטור דערפון. די רבנים האבן אבער געזען פאר וויכטיג מחרים צו זיין די ארבייט. פארוואס?

ווייל זיי זענען געווען קעגן איבערטייטשן די תורה אויף די גויאישע שפראך, הגם די גרויסע מערהייט פרויען און א טייל מענער האבן נאר פארשטאנען דייטש. עס איז זיי געווען מער איינגענעם אז מען זאל בלייבן אומוויסענד אדער לערנען אין קריסליכע ווערסיעס.

יארן שפעטער האט רב הירש פונדאסניי איבערגעטייטש די תורה אויף דייטש אבער דאסמאל איז קיינער מער נישט ארויסגעקומען דערגעגן. וואס האט פאסירט? מען האט שוין געזען וואס עס פאסירט מיט א אידישקייט וואס איז געבויעט אויף די אומוויסנהייט פון די מאסן און קאנטראל פון די רבנים; גאנץ דייטשלאנד איז פריי געווארן ביז א דור צוויי נאך די מערכה!! יעצט האט שוין יעדער איינגעזען די וויכטיגקייט פון לערנען דעם אלגעמיינעם פאלק, אבער צו שפעט!!!
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 3:27 pm#512360
די הערליכער אשכול איבער מענדלסון, און די רייכע תגובה פון ATUB @דעת תורה ATUB איבער מענדלסון און זיין ביאור, קענען זיין א שטארקע התחלה און הקדמה פאר דיזן אשכול.
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 4:24 pm#512368
איך זיץ אין לייברערי און קוק אריין אין דעם ביאור

סעיוו דיין צייט, און קוק אריין פין דעם קאמפיוטער. עוועיליבעל אויף דער אינטערנעץ.
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 4:57 pm#512370
Re: די ביאור פון מענדעלזאהן
היסטאריע האט געשריבן:
איך זיץ אין לייברערי און קוק אריין אין דעם ביאור

סעיוו דיין צייט, און קוק אריין פין דעם קאמפיוטער. עוועיליבעל אויף דער אינטערנעץ.
איך בין געזעצן אין לייברערי און געהאט איבריגע צוויי שעה, וואס האב איך גדארפט טון?
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 7:45 pm#512379
פרנס החודש: נאכקוקן אין די אריגינאלע ספרים און ביכער איז אומשאצבאר. אין פארגלייך צו נאכקוקן אויפ'ן קאמפיוטער. בכל אופן. דו דארפסט דיך נישט פארענטפערן פאר טון די ריכטיגע זאך...!
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 8:34 pm#512384
אינטערסאנטע אבזערוואציע מיט די היינטיגע אינטערנעט מערכה.
קיקט אויס ווי די היינטיגע מערכה איז אויך אויף אזא מין געדאנקענגאנג ווי די מערכה מיטן ביאור.
די היינטיגע רבנים איז אויך מער אנגענעם אז מען זאל בלייבן אומוויסענד....
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 8:47 pm#512386
Re: די ביאור פון מענדעלזאהן
איך וועל דא ברענגען איין פסוק אלץ ביישפיל ארויסצוברענגען די פאעטישקייט און שארפקייט פון מענדלזאהנ׳ס ביאור און עס פארגלייכן מיט הירש.

הלהשם תגמלו זאת?
עם נבל ולא חכם,
הלא הוא אביך קנך
הוא עשך ויכננך. (דברים לב ו)

דאנקסטו זא דעם אייביגען?
ניכטווירדיגעס, אונווייזעס פאלק!
איזט ער ניכט דיין פאטער, דער דיך ערווארבן, דער דיך געמאכט, דער דיך בערייטעט האט? (מענדעלזאהן)

פרעגט אייך דאך: גאט וואלט איר דאס פארגעלטען?
ענטוועלקטעס,מיט ניכטען ווייזעס פאלק!
איזט ער ניכט דיין פאטער, דער דיך אייגען נענט,
האטע ער דיך ניכט געבילדעט,
דא ער דיר דיינע בעשטימונג גאב? (הירש)

מענדעלזאהנ׳ס איז איבערגעטייטשט כמעט ווארט ביי ווארט און איז גרינג אויפן צונג, הירש׳ס איז טאקע זייער גראמאטיש אויסגעהאלטן, אבער ליינט זיך נישט גרינג און איז נישט געפיליש, און נישט גוט איבערגטייטשט.
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 9:32 pm#512391
פרנס החודש האט געשריבן:איך וועל דא ברענגען איין פסוק אלץ ביישפיל ארויסצוברענגען די פאעטישקייט און שארפקייט פון מענדלזאהנ׳ס ביאור און עס פארגלייכן מיט הירש.

גאר אינטערסאנט, אז ביידע טייטשן דאס ווארט 'הלוא' ווי א רעטארישע פראגע - 'איז דען נישט?' דהיינו, אז זיי טייטשן עס אלס א צאמשטעל פון ה"א התימה און דאס ווארט לא. און נישט מיט'ן פאפולערן טייטש פון 'הרי' - 'ער איז דאך...'

ס'אמת אז אין רוב פלעצער ווי דער פסוק זאגט 'הלוא' קען מען עס טייטשן אזוי. אבער דאך איז כמעט מוכרח אז הלוא ווערט גענוצט אפילו ביי פלעצער ווי ס'פאסט נישט עכט קיין רעטאריק, א ביישפיל איז אין דער מגילה (און ענליך דערצו אין נ"ך כמה פעמים): "וכל מעשה וכו' הלוא הם כתובים על ספר דברי הימים למלכי מדי ופרס". ווי אויך טרעפט מען דאס ווארט מיט א ה"א צום סוף "הלה הוא ברבת בני עמון" (דברים ג יא) וואס די מפרשים זאגן אז ס'איז ווי 'הלוא', און ס'האט דאך נישט דעם 'לא'.

מסתבר איז אז דאס ווארט הלוא, כאטש ארגינעל קומט עס מעגליך פון ה"א מיט לא, האט עס באקומען די משמעות פון 'הרי'. און אפילו אין דעם פסוק איז מער מסתבר צו טייטשן אזוי צוליב דער איבערגע'חזר'טער "הוא עשך" וואס קלינגט בניחותא און נישט רעטאריש.

שוב ראיתי, אז מאנכע ברענגען טאקע א ראי' פון דער שומרונ'ישע ווערסיע וואס זייער 'לא' איז ענליך צו אראמיש און זיי שרייבן עס לָא מיט א קמץ (נישט קיין חולם), און דאך פארמאגן זיי דאס ווארט 'הלוא' ווי אונז, ע"כ אז ס'איז טייטש 'הרי'.
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 9:51 pm#512395
ביי פלעצער ווי ס'פאסט נישט עכט קיין רעטאריק, א ביישפיל איז אין דער מגילה (און ענליך דערצו אין נ"ך כמה פעמים): "וכל מעשה וכו' הלוא הם כתובים על ספר דברי הימים למלכי מדי ופרס". ווי אויך טרעפט מען דאס ווארט מיט א ה"א צום סוף "הלה הוא ברבת בני עמון" (דברים ג יא) וואס די מפרשים זאגן אז ס'איז ווי 'הלוא', און ס'האט דאך נישט דעם 'לא'.

דער רעטאריק פאסט דארט אויך. און אזוי טוהן אויך די מתרגמים אויף ענגליש.

לגבי "הלה" מיט א הה, דער רד"ק זאגט אז עס איז א חילוף פין אלףַ אויף הה. (עס איז דא אסאך).
זונטאג נאוועמבער 20, 2022 11:56 pm#512404
איך טייטש הלוא אלץ well, ודוק ותמצא נחת
מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 2:00 am#512407
פרנס החודש האט געשריבן:איך וועל דא ברענגען איין פסוק אלץ ביישפיל ארויסצוברענגען די פאעטישקייט און שארפקייט פון מענדלזאהנ׳ס ביאור און עס פארגלייכן מיט הירש.

הלהשם תגמלו זאת?
עם נבל ולא חכם,
הלא הוא אביך קנך
הוא עשך ויכננך. (דברים לב ו)

דאנקסטו זא דעם אייביגען?
ניכטווירדיגעס, אונווייזעס פאלק!
איזט ער ניכט דיין פאטער, דער דיך ערווארבן, דער דיך געמאכט, דער דיך בערייטעט האט? (מענדעלזאהן)

פרעגט אייך דאך: גאט וואלט איר דאס פארגעלטען?
ענטוועלקטעס,מיט ניכטען ווייזעס פאלק!
איזט ער ניכט דיין פאטער, דער דיך אייגען נענט,
האטע ער דיך ניכט געבילדעט,
דא ער דיר דיינע בעשטימונג גאב? (הירש)

מענדעלזאהנ׳ס איז איבערגעטייטשט כמעט ווארט ביי ווארט און איז גרינג אויפן צונג, הירש׳ס איז טאקע זייער גראמאטיש אויסגעהאלטן, אבער ליינט זיך נישט גרינג און איז נישט געפיליש, און נישט גוט איבערגטייטשט.

פרנס החודש: איך בין נישט אזוי שטארק באקאנט מיט די ניואנסן פון די דייטשע שפראך אז איך זאלל קענען אנטאפן דעם דיפערענץ פון די מענדעלסאן און הירש איבערטייטשונג פון דעם (פאעטישן) פסוק. נאר איין זאך איז זיכער. אז הר' שמשון ב"ר רפאל הירש איז געווען 100% אן ערליכער איד. און האט געזוכט צו פארשפרייטן די גאנצקייט פון די ערליכע אידישע רעליגיע. מאזעס מענדעלסאן, וועלכער איז אויך געווען (פערזענליך) א רעליגיעזער מענטש, האט אבער געזוכט צו מאכן רעפארמען אין די אידישע רעליגיע. אין איהר לערע און פראקטיצירונג.. אמת. זיינע אריגינאלע שינויים און מאדיפיקאציעס זענען אין אנהייב נאר געווען קליין און אפשר מינדערוויכטיג. נאר איינמאל מ'האט אויפגעבראכן די פארצוימונג פון די תורה. און מ'האט אנגעהויבן צו רעדאגירן די תורה און אויסקלויבן וועלכע מצוות זענען צוגעפאסט צו דער מאדערנער צייט און וועלכע נישט. האט דאס געפיהרט צו די ענדגילטיגע רעפארמען וועלכע ווערן היינט פראקטיצירט. אפילו נישט דאס איז געווען זיין אריגינאלע כונה. נישט דער פאקט אז די רבנים האבן נישט געוואלט אננעמען זיין (מענדעלסאן) ביאור.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 2:22 am#512412
Re: די ביאור פון מענדעלזאהן
בערל: איך האב זיך באצויגען צו דעם שטאנד פון אידישקייט אין דייטשלאנד אז מענטשן זענען געווען אומוויסענד איבער אידישקייט און נאר די קאנטראל פון די רבנים האט זיי געהאלטן. איינמאל די רבנים האבן פארלוירן קאנטראל זענען זיי אלע געווארן פריי (אדער קריסטן - וויבאלד זיי האבן געלערנט תורה אין די קריסטליכע איבערטייטשונגען), וואס דאס האבן הירש און מענדעלזאהן פרובירט צו פאררעכטן..!!
מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 11:13 am#512434
מאזעס מענדעלסאן, וועלכער איז אויך געווען (פערזענליך) א רעליגיעזער מענטש, האט אבער געזוכט צו מאכן רעפארמען אין די אידישע רעליגיע. אין איהר לערע און פראקטיצירונג.. אמת. זיינע אריגינאלע שינויים און מאדיפיקאציעס זענען אין אנהייב נאר געווען קליין און אפשר מינדערוויכטיג. נאר איינמאל מ'האט אויפגעבראכן די פארצוימונג פון די תורה.

טיפיקעל ב"ש וואס אפאר מאדיארען האבן אין אייך אריין געפרעידיגט.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 12:23 am#512495
היסטאריע האט געשריבן:
מאזעס מענדעלסאן, וועלכער איז אויך געווען (פערזענליך) א רעליגיעזער מענטש, האט אבער געזוכט צו מאכן רעפארמען אין די אידישע רעליגיע. אין איהר לערע און פראקטיצירונג.. אמת. זיינע אריגינאלע שינויים און מאדיפיקאציעס זענען אין אנהייב נאר געווען קליין און אפשר מינדערוויכטיג. נאר איינמאל מ'האט אויפגעבראכן די פארצוימונג פון די תורה.

טיפיקעל ב"ש וואס אפאר מאדיארען האבן אין אייך אריין געפרעידיגט.

ד.א.פ.ב.ט.: ווי זענען די מאדיארן אנגעקומען קיין גאליציע. (יא.. צפנת פענח זאגט אז דאס לעצטע ווארט מיינט טראללללללל...!). נאר כ'בין זיכער אז דו ווייסט נישט דעם חילוק פון..."וואו"... און ..."ווי"...!
דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 4:31 pm#512546
berlbalaguleh האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
מאזעס מענדעלסאן, וועלכער איז אויך געווען (פערזענליך) א רעליגיעזער מענטש, האט אבער געזוכט צו מאכן רעפארמען אין די אידישע רעליגיע. אין איהר לערע און פראקטיצירונג.. אמת. זיינע אריגינאלע שינויים און מאדיפיקאציעס זענען אין אנהייב נאר געווען קליין און אפשר מינדערוויכטיג. נאר איינמאל מ'האט אויפגעבראכן די פארצוימונג פון די תורה.

טיפיקעל ב"ש וואס אפאר מאדיארען האבן אין אייך אריין געפרעידיגט.

ד.א.פ.ב.ט.: ווי זענען די מאדיארן אנגעקומען קיין גאליציע. (יא.. צפנת פענח זאגט אז דאס לעצטע ווארט מיינט טראללללללל...!). נאר כ'בין זיכער אז דו ווייסט נישט דעם חילוק פון..."וואו"... און ..."ווי"...!

נו אוודאי ענטפערט איר ווי א מאדיאר, און שלא מן בענין.

קום צוריק מיט אפאר רעפארמען וואס מענדעלסאן האט איינגעפירט ביי אידן, וועט מען זעהן אויב דו וועסט וואס דו רעדסט.