Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » משה מענדלסאהן (רמ"ד)

משה מענדלסאהן (רמ"ד)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3812
זונטאג מאי 19, 2013 11:48 am#115579
משה מענדלסאהן (רמ"ד)
אין אן אנדערן אשכול האט דער ניק "בדחן" כדרכו, אריינגעמישט דברים שלא מן הענין איבער מיינע ווערטער בנוגע מענדלסאהן וועלכע זענען געזאגט געווארן אין יענעם אשכול בדרך אגב. כדי נישט צו פארדרייען יענעם אשכוח האב איך צוגעזאגט בדחן אז איך וועל אי"ה ווידמען א באזונדערן אשכול פאר מענדלסאהן.

בדחן אינעם אויבענדערמאנטן אשכול האט געשריבן: . . .
יידל האט געשריבן:וואס הייסט "לאו דוקא"? דוקא ודוקא! מענדעלסאן (או ממשיכי דרכו) האט געוואלט גענוי דאס, א איד וועלכע קען לייענען און רעדן שפת המדינה, ער איז גענוג באהאווענט אין וועלטליכע ענינים זיך צו קענען פארשטיין מיט א גוי. דיין דעפעניציע פון "נאענטקייט מיט די גוי" איז פיל מער פארגעשריטן ווי מענדעלסאן'ס, מענדעלסאן וואלט זיך געפריידט ווען די אידן בימיו וואלטן געווען ווי די פרומסטע חסידים היינט.

יידל האט געשריבן:דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, דער זעלבער אינגערמאן וועלכער קען זיך אויסדרוקן אויף משה מענדלסאן און נפתלי הירץ וויזל מיט א ברייטן, שוימיגן "ימח שמו וזכרו", פערסאניפירט - אין א זין - דעם אידיאלער איד וואס מענדלסאן און וויזל האבן געוואלט זען. איך האב שוין געשריבן דעם נקודה אפאר מאל דא אין קאווע שטיבל אז פון די צענדליגע זאכן וואס די משכילים האבן געוואלט איינפירן אין כלל ישראל, האבן זיי געווינען מיט כמעט אלעס. פון א ארגאניזירטער חינוך סיסטעם ביז בתי חינוך לבנות, פון ספרים אין אידיש ביז ספרים אין ענגליש,....


מיין נקודה איז, מען קען זיך טאג און נאכט טענה׳ן וואס עס איז יודשקייט און וואס עס איז די רצון השם, מען קען אבער נישט איבערשרייבען היסטאריע, און קיינער היינט בדורינו קען זיך נישט קריגען מיטען חת״ס ותלמידו.

דאס אז מענדלסאון ימ״ש איז געווען פון די מייסדי - אדער מייסד - תנועת השכלה איז באקאנט, דאס אז ער איז געווען קען תורת השם און ער האט געהאלטען אז מען דארף נישט טיען נאר מצוות מעשוית אבער נישט אלע תרי״ג מצוות איז אויך באקאנט, דאס אז ער מיט זיינע נאכפאלגער האבן געקעמפט פאר די יוגענט זיי אויסצורייסען פון יודשקייט און אריינברענגן השכלה אוועקצוגיין פון תורת השם איז אויך באקאנט, דאס אז זיינע קינדער האבן זיך געשמד׳ט איז גוט באקאנט, אז אלע וואס זענענן געגענאגענן מיט די משכילים זענענן געווארען אויסגעריסן פון יודשקייט איז אויך גוט באקאנט,

יידל ווייסט די היסטאריע בעסער ווי יעדעם איינעם דא, שטעלט זיך די פראגע; וואס פארדינט ער מיטען שרייבען ליגענט?
עס איז אמת אז עס איז נישט דא קיינער וואס קען זיך זיך דא פארמעסט מיט יידל מיט וויסענשאפט אדער זיין שריפט, און עס איז בכלל נישט דא די מאגען דא פאר א ערענסטע טיפע אמת׳ע דיסקאשען איבער די נושא צילוב אפאר פארשטענדליכע סיבות, די עיקר סיבות איז 1) עס איז כמעט נישט דא ווער עס קען געבן ריכטיג די צד שכנגד, 2) גאר ווייניג שרייבער זענענן וויליג צו גיין קעגן שטראם, און דאס גיבט אים די אויבערהאנט צו שרייבען דערוועגן אן א טאלאנטש, אבער איז עס דען ווערט א ארקענוג? איז עס דען א קונץ?

איך בין אלל די וועי פאר יידל, אבער אין די אשכול האט ער געמאכט א סילוף איינס און די וועלט, עס איז זייער אנזעבאר, עס האט באמת נישט קיין בארעכטיגטע סיבה, און עס איז נישט דא ווער עס זאל עס אויסגראדען, און דערפאר איז זיין איידל שרייבען אין דעם אשכול באמת נישט קיין אייטעם ווערט צו ארקענענן, ענדערש שרייבען ווייניגער איידל, אבער מער אמת.


איז לאמיר אלזא נעמען בחדן'ס טענות אחת לאחת אין זיי עקזעמינירן צו זען צו איך האב מסלף געווען אדער זאגאר געשריבן ליגנט אדער בדחן איז דער וואס איז מסלף.

עס איז איראניש אז בדחן שטעלט מיר אראפ אלץ חולק מיט חת"ס ותלמידיו אין די צייט וואס דער מהר"ם שיק, לכאורה די חשוב'סטע תלמיד פונעם חתם סופר, האט געהאלטן מענדלסאהן'ס ביאור אינדערהיים און האט זיך אפילו אנגענומען פארן ביאור ווען זיין רבי דער חתם סופר האט אים פארגעהאלטן דערויף. עס איז שוין אייגענטליך געווען דא א שמועס איבער מענדלסאהן'ס ביאור און דארט האט שוין לעיקוואד צוגעברענגט דעם שטיקל מהר"ם שיק, ותשח"ח לו, איך וועל עס דא איבערלייגן כדי אז די פוילע אידן זאלן אויך קענען וויסן דעם אמת, וילמדו תועים בינה.

בילד

עס איז אויך כדאי צו איבערלייגן דא יאיר'ס ווערטער אין יענעם אשכול וועלכע זענען לדעתי קולע אל השערה.

יאיר האט געשריבן:ממי, איך פארשטיי אז מנדלסון איז ביי אונז חרדי'שע אידן אפגעפרעגט, אבער דאס מיינט נאכנישט אז מען קען אים באטיטלען מיט סיי וואספארא שאנד ווערטער. מנדלסון איז געווען א מאמין בה' ובתורתו, און א פולשטענדיגער שומר תורה ומצוות. זיין השקפה איז מעגליך נישט געווען אויסגעהאלטן, און מעגליך אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו לערנען אין זיין ביאור, אבער דאס מאכט אים נאכנישט פאר א מין.


לאמיר יעצט נעמען בפרטיות דיינע טענות און זען למי החותמת ולמי הפתילים:

בדחן האט געשריבן:דאס אז מענדלסאון ימ״ש איז געווען פון די מייסדי - אדער מייסד - תנועת השכלה איז באקאנט

האב איך געזאגט אנדערש? מענדלסאן איז געווען דער פאטער פון תנועת ההשכלה.

בדחן האט געשריבן:דאס אז ער איז געווען קען תורת השם און ער האט געהאלטען אז מען דארף נישט טיען נאר מצוות מעשוית אבער נישט אלע תרי״ג מצוות איז אויך באקאנט

וואס?! ער איז נישט געווען קיין תורת השם, און דיין זכרון האט דיר גייט פארדרייט, ווייל מענדלסאן האט געהאלטן אז מ'דארף טון אויך מצוות מעשיות. צו ציטירן וויקי:

וויקיפדיה האט געשריבן:בניגוד לכמה מתלמידיו, כגון דוד פרידלנדר, לא היה מנדלסון דאיסט במובן המלא של המילה. לשיטתו, הדת – ובפרט היהדות – מחויבת להחזיק גם במצוות מעשיות.


(בכלל פארשטיי איך נישט וואס "נאר מצוות מעשיות אבער נישט אלע תרי"ג מצוות" מיינט. וועלכע מצוה האט ער געהאלטן אז מ'דארף נישט טון? די מצוות שכליות?)

בדחן האט געשריבן:דאס אז ער מיט זיינע נאכפאלגער האבן געקעמפט פאר די יוגענט זיי אויסצורייסען פון יודשקייט און אריינברענגן השכלה אוועקצוגיין פון תורת השם איז אויך באקאנט

ער האט געקעמפט אריינצוברענגן השכלה (און ווי כ'האב ערווענט אין דעם אויבענדערמאנטן אשכול האט ער אין א געוויסן זין שטארק מצליח געווען). אבער ער האט געקעמפט מ'זאל אוועקגיין פון תורת השם אדער אויסצורייסן דאס יוגנט פון אידישקייט? להד"ם, הייבט זיך נישט אן.

בדחן האט געשריבן:דאס אז זיינע קינדער האבן זיך געשמד׳ט איז גוט באקאנט

איך זע נישט וואס דאס האט א שייכות מיט עפעס וואס איך האב געשריבן אדער סתם אזוי איבער מענדלסאהן ושיטתו, חוץ אלס אינטערעסאנטער היסטארישער פאקטויד. ס'פעלן דען גדולי ישראל וואס די קינדער זענען זיי אראפ פון וועג?

בדחן האט געשריבן:אז אלע וואס זענענן געגענאגענן מיט די משכילים זענענן געווארען אויסגעריסן פון יודשקייט איז אויך גוט באקאנט

וויאזוי איז דאס סותר סיי וואס כ'האב געשריבן איבער מענדלסאהן?
אינטערעסאנט אז וויליאמסבורג וואס איז געגאנגען מיט די משכילים (בנוגע חינוך הבנים והבנות ועוד מאות דברים) איז נישט אויסגעריסן געווארן מיט אידישקייט. און אידישקייט און איטאליע וואס האט געבליעט אונטער די השפעה פון די פרומע משכילים איז עפעס אוועק צו מאכן?
זונטאג מאי 19, 2013 11:54 am#115581
כאב נאך נישט געלייענט - כדרכי - דיין נייע ארטיקעל אבער קודם מיז איך שרייבען אז איך פריי מיך אז דו שרייבסט וועגען א זאך וואס כאב שוין לאנג געוואלט מער וויסן.

אויכעט מיינעך אז מע זעהט אז בדחן איז זייער גוט און מע האט א גוטע ניק וואס אפי' סע זעהט אפשר אויס אמאל אז סע שלא מן הענין ווי דו שרייבסט אבער ער האט געמאכט אז זאלסט שרייבען די נייע אשכול און ער ברענגט אזוי אויך אנדערע מאל אז מע זאל רעדען פון זייטיגע זאכן.

נאר מיין מיינונג. מיזט זיך נישט רעכענען מיט עס.
זונטאג מאי 19, 2013 12:16 pm#115590
לגבי דער קעפל: אזוי, משה, אן קיין טיטל? לפחות ר'. ווי דער חת"ס אליינס האט עם באטיטלט.
זונטאג מאי 19, 2013 12:29 pm#115593
איין נקודה, עס איז אמת אז ר' משה מענדעלסאן אט געטענה'ט, באריכות, אין זיין ספר "ירושלים", אז טאקע עיקר היהדות איז נאר מצוות מעשיות, און אמונה ענינים זענען נישט אזוי ויכטיג. מיט דעם האט ער פראבירט מיישב צו זיין יהדות מיט פארשידענע הנחות פון דער ענלייטענמענט בעיקר פון פרעזענליכער רעכטן אד"ג. מיט דעם האט ער אגב צוגעטראפן צו די דעה פון גרויסע יודען ווי דער נפש החיים, בעל התניא, און בדור האחרון ישעיה לייבוביץ, שכולם אמרו דבר אחד שעיקר היהדות מעסט זיך אין פאלגען הלכה, וכן מנהג ישראל מורה בכל הדורות.

נאך וועגן דער ארטאדאקסישע יחס צו רמ"ד איז כדאי צו זעהן אין ר' שמשון רפאל הירש'ס "אגרות צפון" אגרת י"ח ווי ער רעדט וועגן רמבמ"נ כלפי רמב"ם.
זונטאג מאי 19, 2013 12:59 pm#115608
יש"כ לעיקוואד פארן אויסבעסערן מיין טעות.
זונטאג מאי 19, 2013 1:11 pm#115613
לעיקוואד האט געשריבן:איין נקודה, עס איז אמת אז ר' משה מענדעלסאן אט געטענה'ט, באריכות, אין זיין ספר "ירושלים", אז טאקע עיקר היהדות איז נאר מצוות מעשיות, און אמונה ענינים זענען נישט אזוי ויכטיג. מיט דעם האט ער פראבירט מיישב צו זיין יהדות מיט פארשידענע הנחות פון דער ענלייטענמענט בעיקר פון פרעזענליכער רעכטן אד"ג.


אינטערסאנט, ווייל איך אלץ געוויסט פארקערט, איך האב נאר געמאכט א טעות ביים שרייבען, כ'האב געוואלט ארויס צו ברענגן די פארקערטע נקודה,
{אגב, עס איז בעיקר אנגענימען אז ער האט געפרעדיגט אז די עיקר איז בלב, און טיען מצוות איז נישט אזוי וויכטיג,}

דאס וואס דו שרייבסט מיט די פוינט איז א חידוש,
{אבער קען זיין אז עס איז נישט ריכטיג ווי אנדערע זאכען אין די אשכול, והוא רחום יכפר עוון}
זונטאג מאי 19, 2013 1:13 pm#115615
m http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%95%D7%9F m

בספר זה, שנחשב לספרו החשוב ביותר, קרא לסובלנות דתית ולהכרה בזכויות היהודים. לשיטתו, אין זה מתפקידה של ההנהגה הדתית לכפות דעות והשקפות, אלא רק בתחום המצוות והמעשים. כנגד הטענות על החרמות שהוציאו הרבנים קבע כי היהדות היא דת סובלנית יותר מן הנצרות, משום שאין היא מצווה על השקפות אלא רק על מצוות מעשיות; והיא מענישה רק על חטאים הפוגעים בקהילה, רק על מעשים ולא על השקפות.
זונטאג מאי 19, 2013 2:50 pm#115651
דו נעמסט עס פון וויקפידיע? איך האב פארשטאנען אז עס האסט אליינס דורוכגעטיען,
זונטאג מאי 19, 2013 2:56 pm#115654
בדחן האט געשריבן:דו נעמסט עס פון וויקפידיע? איך האב פארשטאנען אז עס האסט אליינס דורוכגעטיען,

איך צייכען צי וויקי.
זונטאג מאי 19, 2013 5:28 pm#115720
יידל האט געשריבן:בעל עגלה, איר וועט זיין סורפרייזד, אבער מענדעלסאן איז געווען א שומר תורה ומצוות און וויזל איז געווען א תלמיד חכם. זיי האט געבאדערט די חינוך נישט די תורה ומצוותיה.

יידל האט געשריבן:וואס הייסט "לאו דוקא"? דוקא ודוקא! מענדעלסאן (או ממשיכי דרכו) האט געוואלט גענוי דאס, א איד וועלכע קען לייענען און רעדן שפת המדינה, ער איז גענוג באהאווענט אין וועלטליכע ענינים זיך צו קענען פארשטיין מיט א גוי. דיין דעפעניציע פון "נאענטקייט מיט די גוי" איז פיל מער פארגעשריטן ווי מענדעלסאן'ס, מענדעלסאן וואלט זיך געפריידט ווען די אידן בימיו וואלטן געווען ווי די פרומסטע חסידים היינט.

יידל האט געשריבן: ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן, האט געוואלט איין זאך, און דאס האט אונזער היימישער אידישקייט צום סוף אנגענומען. למעשה ........... דאס מיינט אבער נישט אז מענדלסאהן'ס וויזיע פאר חינוך איז נישט מקויים געווארן - עכ"פ טיילווייז.

יידל האט געשריבן:דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, דער זעלבער אינגערמאן וועלכער קען זיך אויסדרוקן אויף משה מענדלסאן און נפתלי הירץ וויזל מיט א ברייטן, שוימיגן "ימח שמו וזכרו", פערסאניפירט - אין א זין - דעם אידיאלער איד וואס מענדלסאן און וויזל האבן געוואלט זען. איך האב שוין געשריבן דעם נקודה אפאר מאל דא אין קאווע שטיבל אז פון די צענדליגע זאכן וואס די משכילים האבן געוואלט איינפירן אין כלל ישראל, האבן זיי געווינען מיט כמעט אלעס. פון א ארגאניזירטער חינוך סיסטעם ביז בתי חינוך לבנות, פון ספרים אין אידיש ביז ספרים אין ענגליש, פון צייטונגען און מאגאזינען און אידיש און אין ענגליש, ביז זייגערס אין שולן, פון שאוערס אין מקוה ביז כשר'ע רעסטוראנטן, פון אידישע פיקציע און נאוועלן ביכער ביז לימודי חול למחצה לשליש ולרביע פאר די קינדער, פון א כמעט-גענצליך-אייראפעאישער לבוש ביז דאס אפלאזן מנהגים א שטייגער ווי שמש-קלאפן און פון חינוך מעטאדן ביז שלום בית מעטאדן.


דא האט איר וואס יידל האט געשריבען און יענע אשכול, פיר עקסטערע תגובות, יעדע תגובה פאר זיך מיט א פראוו אראפצושטעלן מענדלסאון שר"י פאר א שותו"צ, און פאר אזא איינער וואס האט נאר געבאדערט די חינוך אבער נישט יודשקייט, און בסך הכל נאר געזיכט זייגער'ס אין בתי מדרשים אדער אז די יונגעט זאל קענענן שפת העמים, אד"ג.



הכלל, עס איז נישט מיין פליכט מסביר צו זיין וואס השכלה איז געווען, און וופיל טויזענטער מענטשן עס האט אויסגע'שמד'ט, און וואס פאר א חרבון עס האט אנגעמאכט אויף כלל ישראל, שמעקעדיגע אדער דעת תורה קען עס בעסער באשרייבען ווי מיר, און באמת פעלט עס נישט אויס ווייל עס איז א דבר ידוע לכל בי רב, דא אין דעם אשכול אליינס - צוויי תגובות ארויף - איז דא א שמיעס צווישן לעקוואד און יידל וועלכע חלק תורה מענדלסאון האט געוואלט אויסרייסען, עס איז אנגענימען אז ער האט געוואלט אויסרייסען מצוות מעשוית, יידל האט אויך אזוי געוויסט, אבער לעקוואד האט געשריבען אז עס איז טעות נאר אז ער האט געוואלט אויסרייסען מצוות שכלוית, בין כך ובין כך רעדט מען נישט פון אזא סארט יוד וועם יידל האט פראבירט מסביר צו זיין אינעם אנדערן אשכול, און עס איז נאך נישט דא דער מענטש וואס איז גרייט צו זאגען אז השכלה איז געווען מיטען ציל אהערצושטעלן דעם היינטיגען וומסב"ג אדער טינעק יונגערמאן.

איך שרייב עס נאר ארויס צוברענגן וואס איך האב נעכטן געשריבען, אבער נישט אריינצוגיין און א לענגערע דיסקאשען איבער די ענין.

{ דרך אגב, נאכזען די פיר תגובות, און איין תגובה איז גאר די ערשטע תגובה פינעם אשכול און עס איז די סאמע נקודה פינעם אשכול אז כאילו מיר זענענן היינט די וואס גייען נאך מענדלסאון'ס דרכים, קען מען פארשטיין פארוואס יידל האט דארט אנגענימען די מהלך פון attack the messenger not the message און דאס איז נאכדעם וואס ער האט נישט דארט מער ווי בערך ניין תגובות צום ענין פינעם אשכול און האלב פון די תגובות רעדט ער פון מענדלסאהן, און איך בין גאר דער וואס האט פארדרייט די אשכול.. דאס איז א גיטע דוגמה פון attack the messenger מיטען גאנצען פראכט,
און דא האט איר נאך א עקזעמפעל דערפון, און דערפאר האב איך טאקע נישט געענפערט דערויף. }
זונטאג מאי 19, 2013 5:46 pm#115730
איך האב נישט געזאגט אז ער האט געוואלט אויסרייסען מצוות שכליות. סך הכל האב איך געזאגט אז ער האט געטענה'ט אז יהדות איז מדגיש מער מצוות מעשיות און מאכט זיך נישט אזויפיל צוטוהן פון אמונות און dogma אזויווי אנדערע רעליגיע, און איך האב מסביר געווען אז דאס איז גאנץ א שטארקע סברא, וואס אנדערע האלטען אויך אזוי. (דרך אגב רש"ר הירש אין יענע בריעפען שציינתי מאכט אויך קלאר די נקודה אז אין יידושקייט איז נישטא אזא מושג "עיקרי אמונה").

רמ"ד אליינס איז געווען א יוד א מאמין בכל עיקרי האמונה המקובלים אויף וויפיל איך ווייס, ער האט נאר געזאגט אז ייידושקייט מאכט זיך נישט אזוי צוטוהן אז מזאל האבען די ריכטיגע אמונות כל זמן מטוט די ריכטיגע מעשים. און אין די נקודה איז ער גאנץ גערעכט, הגם מקען מעיין זיין ווי וייט מקען דאס נעמן און צו דאס וואס ער האט געוואלט בויען פון דעם איז ריכטיג, איז דאס נאכאלץ א לעגיטימער וויכוח בדרכה של תורה וואס מקען מעיין זיין, נישט אז ער האט "געוואלט אויסרייסען" מצוות שכליות ואמוניות.
זונטאג מאי 19, 2013 5:49 pm#115733
איך קען נישט אריינגיין מיט דיר און א דיסקאשען איבער יידל'ס ווערטער,
אבער לויט ווי אזוי דו זעסט עס: וואס איז געווען די ציל פון השכלה? וואס איז געווען די תוצאות פון השכלה?
זונטאג מאי 19, 2013 5:49 pm#115734
דא האט איר וואס יידל האט געשריבען און יענע אשכול, פיר עקסטערע תגובות, יעדע תגובה פאר זיך מיט א פראוו אראפצושטעלן מענדלסאון שר"י פאר א שותו"צ, און פאר אזא איינער וואס האט נאר געבאדערט די חינוך אבער נישט יודשקייט,

דו קריגסט דיך אויף די צוויי הנחות? אויב יא, אויף וועלכע:
א. ער איז געווען א שומתו"מ
ב. ער האט געוואלט רעפארמירן די חינוך

הכלל, עס איז נישט מיין פליכט מסביר צו זיין וואס השכלה איז געווען, און וופיל טויזענטער מענטשן עס האט אויסגעשמדט, און וואס פאר א חרבון עס האט אנגעמאכט אויף כלל ישראל, שמעקעדיגע אדער דעת תורה קען עס בעסער באשרייבען ווי מיר, און באמת פעלט עס נישט אויס ווייל עס איז א דבר ידוע לכל בי רב,

הער ביטע אויף אויסמישן ענינים און אריינלייגן ווערטער אין מיין מויל. וואס השכלה האט אנגעמאכט קומט נישט דא אריין ווען מ'רעדט פון מענדלסאהן, ווייל איך האב אויך נישט גערעדט פון דעם.

דא אין דעם אשכול אליינס - צוויי תגובות ארויף - איז דא א שמיעס צווישן לעקוואד און יידל וועלכע חלק תורה מענדלסאון האט געוואלט אויסרייסען

וואס?! די שמועס איז איבער וועלכע חלק ער האט נישט געוואלט אויסרייסן. איך האב נישט געוואוסט דאס וואס לעיקוואד האט נאכגעברענגט פון זיין ספר ירושלים איבער השקפה, אבער דאס מיינט נאכנישט אז דו קענסט אריינלייגן ווערטער אין מיין מויל.
עס איז אנגענימען אז ער האט געוואלט אויסרייסען מצוות מעשוית, יידל האט אויך אזוי געוויסט

ביסט א שקרן. איך שרייב דאך קלאר אז ער האט נישט געוואלט אויסרייסן מצוות מעשיות. און לעיקוואד האט נישט געזאגט אז ער האט געוואלט אויסרייסן מצות שכליות.

בין כך ובין כך רעדט מען נישט פון אזא סארט יוד וועם יידל האט פראבירט מסביר צו זיין אינעם אנדערן אשכול. און עס איז נאך נישט דא דער מענטש וואס איז גרייט צו זאגען אז השכלה איז געעוען מיטען צול אהערצושטעלן דעם וומסב"ג אדער טינעק יונגערמאן.

וועלכע סארט איד האב איך אים פרובירט צו שטעלן וואס ער איז נישט?
צווייטנס, קוק איבער וואס כ'האב געשריבן אין אנדערן אשכול. אודאי איז דער וומסב"ג אינגערמאן נישט דאס וואס מענדלסאהן האט געוואלט, אבער דער פאקט אז דער וויליאמסבורגער אינגערמאן קען ענגליש איז אקוראט דאס וואס מענדלסאהן האט געוואלט.
{ דרך אגב, נאכזען די פיר תגובות, און איין תגובה איז גאר די ערשטע תגובה פינעם אשכול און עס איז די סאמע נקודה פינעם אשכול אז כאילו מיר זענענן היינט די וואס גייען נאך מענדלסאון'ס דרכים, קען מען פארשטיין פארוואס יידל האט דארט אנגענימען די מהלך פון attack the messenger not the message און דאס איז נאכדעם וואס ער האט נישט דארט מער ווי בערך ניין תגובות צום ענין פינעם אשכול און האלב פון די תגובות רעדט ער פון מענדלסאהן, און איך בין גאר דער וואס האט פארדרייט די אשכול.. דאס איז א גיטע דוגמה פון attack the messenger מיטען גאנצען פראכט,
און דא האט איר נאך א עקזעמפעל דערפון, און דערפאר האב איך טאקע נישט געענפערט דערויף. }

איך האב גערעדט פון מענדלסאהן וואס איז געווען נוגע די ענין פון אויטענטישע אידישקייט. ווען דו האסט אנגעהויבן שרייבן איבער וועלכע סארט מענטש מענדלסאהן איז געווען האב איך געשפירט אז דאס גייט אוועק פון נושא האשכול. כ'זע נישט וויאזוי אן אשפ"ג אויף דיין ארעמע תגובה וועלכע אנשטאט ענטפערן צו די זאך ביסטו מיר מדחה בקש ווייל כ'האב אנגערופן דיינע ווערטער "טיפשות", הייסט shooting the messenger.
זונטאג מאי 19, 2013 5:51 pm#115737
בדחן האט געשריבן:איך קען נישט אריינגיין מיט דיר און א דיסקאשען איבער יידל'ס ווערטער, אבער לויט ווי אזוי דו זעסט עס, וואס האט השכלה געברענגט אויף כלל ישראל? וואס איז געווען די ציל פון השכלה?

השכלה האט געהאט אסאך צילן, אנדערע משכילים און אנדערע דורות.

מענדלסאהן'ס השכלה האט געוואלט אז אידן זאלן קענען שפת המדינה און זיין ציוויליזירט, ביידע פון זיי האט ער געוואונען אזש אין וויליאמסבורג קען 99.9% שפת המדינה, און פירט זיך ציוויליזירט (עכ"פ ברבים).
זונטאג מאי 19, 2013 5:53 pm#115739
בדחן האט געשריבן:איך קען נישט אריינגיין מיט דיר און א דיסקאשען איבער יידל'ס ווערטער,
אבער לויט ווי אזוי דו זעסט עס: וואס איז געווען די ציל פון השכלה? וואס איז געווען די תוצאות פון השכלה?


וואס איז דאס "השכלה"?
זונטאג מאי 19, 2013 5:53 pm#115740
@יידל, בקיצור, די פראבירסט דא ארפצושטעלן א נייע הנחה, אז אמת אז מענדלסאון איז געווען די מייסד תנועת השכלה, און אמת אז השכלה איז געווען וואס עס איז.. האט עס אבער נישט קיין שייכות מיט אים אליינס, פארשטיי איך עס גוט?
זונטאג מאי 19, 2013 5:55 pm#115743
לעיקוואד האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:איך קען נישט אריינגיין מיט דיר און א דיסקאשען איבער יידל'ס ווערטער,
אבער לויט ווי אזוי דו זעסט עס: וואס איז געווען די ציל פון השכלה? וואס איז געווען די תוצאות פון השכלה?

וואס איז דאס "השכלה"?


פרעג יידל, ווייל ער האט געשריבען פריער:
יידל האט געשריבן: האב איך געזאגט אנדערש? מענדלסאן איז געווען דער פאטער פון תנועת ההשכלה.
זונטאג מאי 19, 2013 5:56 pm#115745
בדחן האט געשריבן:@יידל, בקיצור, די פראבירסט דא ארפצושטעלן א נייע הנחה, אז אמת אז מענדלסאון איז געווען די מייסד תנועת השכלה, און אמת אז השכלה איז געווען וואס עס איז.. האט עס אבער נישט קיין שייכות מיט אים אליינס, פארשטיי איך עס גוט?

דו מישסט ווייטער. לאמיר זיך האלטן צום נושא האשכול וואס איז האיש משה מענדלסאהן און זיינע ווערק. השכלה איז א ברייטע טערמין, און ווען כ'רעד פון השכלה אין דעם אשכול איז עס אין קאנטעקסט פון מענדלסאהן'ס שיטות.
זונטאג מאי 19, 2013 5:58 pm#115747
יידל האט געשריבן:און ווען כ'רעד פון השכלה אין דעם אשכול איז עס אין קאנטעקסט פון מענדלסאהן'ס שיטות.

אויב מעגליך זיי בעסער מסביר די שורה, איך פארשטיי עס נישט.
זונטאג מאי 19, 2013 6:14 pm#115762
השכלה איז the enlightenment . דאס איז בכלל נישט קיין דבר מיוחד צו יידושקייט נאר איז בכלל א באוועגונג וואס איז געשעהן אין די וועלט אין יענער יארען וואס עד היום הזה געניסען אונז פון די פירות דערפון. אלעס וואס מיר רעדן, סיי רמ"ד אליינס און סיי די המשך וואס איז געווען אין יענע לענדער, דארף מען פארשטיין אין די קאנטעקסט פון די כללותדיגע מהלכים וואס האבען זיך אפגעטוהן. צו קומען פארציילען אזעלכע מעשיות אז "מענדעלסאן האט געוואלט אויסרייסען יידושקייט", איז אפשר גוט פאר בדחנים און מלמדים אין חדר. אויף צו פארשטיין היסטאריע דארף מען ליינען היסטאריע, נישט נאר איבערחזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל "וואס איז אנגענומען". סתם א המלצה צו דיר, ר' בדחן, פאר די דיגנסט זיך וייטער אין היסטאריע, ליין אביסעל וועגן די תקופות און מענטשען וועגן וואס דו רעדסט. אפילו וויקיפעדיע. עס איז נישט ריכטיג צו פאדערן מזאל דיר דא איבערשרייבען אלעס מתחלה ועד סוף סתם ווייל דו ביסט פויל צו ליינען.
זונטאג מאי 19, 2013 6:19 pm#115764
ייש"כ פאר די עצה טובה,

און אגב איך האב גאר אסאך געליינט אין די נושא, נכלל בזה - דיין עצה - וויקפדיע, איך האב נאך נישט געטראפן דער וואס לייגט אראפ דעם מענדלסאון'ס סך הכל אין א פאזעטיווע ליכט, איך דאס איז וואס איך בסך הכל געשריבען.
זונטאג מאי 19, 2013 6:24 pm#115767
בדחן האט געשריבן:ייש"כ פאר די עצה טובה,

און אגב איך האב גאר אסאך געליינט אין די נושא, נכלל בזה - דיין עצה - וויקפדיע, איך האב נאך נישט געטראפן דער וואס לייגט אראפ דעם מענדלסאון'ס סך הכל אין א פאזעטיווע ליכט, איך דאס איז וואס איך בסך הכל געשריבען.


מבין כתביך ניכר שאינו כן. אפשר מיינסטו צו זאגען אז דו האסט געליינט השקפה המכונה היסטאריע אצל חרדים. מדארף ליינען היסטאריע אליינס. פאזעטיוו אדער נעגאטיוו ווענדט זיך שוין וויאזוי דו קוקסט אן זאכען, אבער אויף פאקטן איז שווער זיך צו דינגען. אויב האסט נאכנישט געליינט דער וואס לייגט עם אראפ פאזעטיוו איז משמע דו האסט נישט געליינט דער וואס באשרייבט עם.
זונטאג מאי 19, 2013 6:35 pm#115772
יידל

גיב דיך אכטונג, ווייל פין היינט און ווייטער וועט מען אין ווילי מער נישט לערנען קיין טראפ ענגליש להוציא מדעת רמ"ד ימ"ש.
זונטאג מאי 19, 2013 8:00 pm#115802
בדחן, קענסט עלעבארירן וואס דאס מיינט "ס'איז אנגענומען." בעיקר זיי מסביר ביי וועם איז אנגענומען (פרוביר צו זיין ספעציפיש, "שלומי אמוני ישראל" אדער "יהדות החרדית" אדער "עהרליכע אידן" זאגט נישט גארנישט), באזירט אויף וואס איז אזוי אנגענומען?

איז נישט מער אקוראט צו זאגן "איך האב אלעמאל געמיינט"?
מאנטאג מאי 20, 2013 8:24 am#115986
בדחן

איך וואלט הנאה געהאט צו זעהן וואס די ענטפערסט אויף יידל קשיא, אויב איז דער רמ"ד געוועהן א כופר היתכן דער מהר"ם שיק האט געהאלטען זיין חומש אין שטוב.

והשני

וואס האלסטו הרב בדחן. דארף מען היינט לערנען ענגליש מט די קינדער אדער נישט.
מאנטאג מאי 20, 2013 10:10 am#116004
לעקוואד, איך האב נעבעך אייביג געמיינט אז רמ״ד (וואס חת״ס רופט עם אן)מיינט רשע משה מנדלסון
יודל, האט/וואלט רמ״ד געוואלט מזאל שטאדירען סתם חכמות למשל סייענס וכדומה, צו ער האט נארגעהאלטען אז מזאל קענען גוט ענגליש כדי מזאל קענען מאכען פרנסה (אויספילען פ״ס עפליקעשן) נאך די חתונה?
ליבי אומר לי, ער וואלט נישט געווען צו העפי מיט די ווילי לייף סטייל, (איך האב אבער קיינמאל נישט גהעריג דורך גלערנט ספרי רמ״ד)
מאנטאג מאי 20, 2013 12:54 pm#116040
@ איחוד, איך וועל דיר ענטפערן באישי, איך וויל זיך נישט דרייען אין די אשכול ווייל איך רעד געווענליך נישט אריין אין די סארט ענינים,
מאנטאג מאי 20, 2013 8:24 pm#116194
אוי כבעט ענק לאזט נישט דעם אשכול איינשלאפען סאיז מיין מאסט פעווערד טאפיק
דינסטאג מאי 21, 2013 12:07 am#116256
בדחן האט געשריבן:@ איחוד, איך וועל דיר ענטפערן באישי, איך וויל זיך נישט דרייען אין די אשכול ווייל איך רעד געווענליך נישט אריין אין די סארט ענינים,



אקעי, זאל זיין באישי.
דינסטאג מאי 21, 2013 1:44 am#116279
@יידל, ווען דו האסט געשריבן אז דו גייסט עפענען א אשכול איבער רמ"ד, בין איך געווען זיכער אז דער קעפל גייט זיין: "דער מיטאס ארום משה מענדלסאן". ווייל רוב פון דעם דמות וויאזוי מיר קענען אים איז גענצליך פאלש, געבויט אויף די ליכט שטראלן און מנחם גערליץ'נס מעשה ביכלעך, וואס זיי בויען זיך אויך אויף א מיסקאנסעפציע וואס האט זיך געפארעמט ארום דעם מאן הערשט אין די ת"ר יארן, לאנגע יארן נאך וואס זיינע גע'שמד'טע קינדער האבן שוין נישט געלעבט.

למעשה זע איך אז קיינער דא האט נישט קיין פונקטליכע דעסקריפציע פון אים, וואס פונקטליך איז ער יא געווען און וואס נישט, וואס האט ער יא געהאלטן און וואס נישט, און וואס האט ער געוואלט משפיע זיין אויפן ציבור, צי האט ער בכלל געצילט די מזרח אייראפע'אישע אידנטום, און נאך.

סאו איך וועל דערווייל שרייבן מיין - פעלערדיגע - בליק וואס איך האב אויף אים, און ווער עס ווייסט מער זאל אריין פילן די בלענקס און פארריכטן דאס וואס איז נישט ריכטיג.

בקיצור הדברים, איז מענדלסאן געווען א מורא'דיגער בעל כשרון, א מח עצום, און א נישקשה'דיגער תלמיד חכם. א תלמיד פונעם בעל קרבן העדה אויפן ירושלמי, האט ער זיך - אין די שפעטערע יארן נאכן לערנען אין ישיבה - אריין געווארפן אין פילע חכמות חיצוניות, הויפטזעכטליך פילאזאפיע און טעאלאגיע. זיין נאמען איז געגאנגען פאר אים און ביז א קורצע צייט האט ער זיך ערווארבן א רעפוטאציע ווי א מבהיל'דיגער חכם אין די גוי'אישע גאס.

די צייט איז געווען א בין השמשות'דיגע, אור וחושך משתמשין בערבוביא, פון איין זייט איז די אלגעמיינע ענלייטמענט שוין געווען אין פילן שוואונג, דאגעגן די אידן האבן נאכנישט געהאט קיין פולע רעכטן, און מענדלסאן איז געווען ממש דאס שפיגעלע פונעם דייטשן אידענטום וואס האט מיט אים שטאלצירט פאר די גויים, ער האט געהויבן די כבוד פון יהדות און איר העלדיש פארטיידיגט קעגן די קריסטליכע אטאקעס קעגן איר. אין די בערלינער קהילה איז ער געווען פון די פני.

און נישט נאר סתם דער המון עם, אפילו די גדולי תורה האבן געהאט צו אים רחשי כבוד והערצה סיי אלס תלמיד חכם און בעיקר אלס זיינע אלגעמיינע קענטעניסן (וואס איז לכל הדעות היבש איבערגעשטיגן זיין חכמת התורה). ווי דער שטייגער פון א קלוגן מענטש מכבד צו זיין א חכם בכלל, אפילו נישט דוקא בחכמת התורה.

זעלבסט פארשטענדליך אז זיינע פונקטליכע השקפות זענען נישט געווען ממש בית מדרש'דיגע אזוי צו זאגן, ער האט דאך דאך געפאשעט אין פרעמדע פעלדער ווי מ'זאגט, אבער עס איז געווען אקעי, מען האט נישט ערווארטעט בעסער. דא און דארט האט זיך געמאכט צוזאמענשטויסן צווישן זיינע פארגעשריטענע דעות און די תורה וועלט, א שטייגער ווי דער ענין פון קביעת זמן המיתה, (איראניש איז די משכיל'ישע שיטה דאן געווען צו ווארטן לאנג נאך דעם וואס דער נפטר האט שוין נישט געהאט קיין פולס צו קענען זאגן זיכער אז ער איז טויט, מי יגלה עפר מעיניהם שהרי תלמידי תלמידיהם קובעים מוות מוחי למוות), דאך איז עס נישט געווען קיין אישו פון דע/לעגיטימאציע נאר א געווענליכער וויכוח.

א קליין חלק פון דעם פערזאן'ס פילצאליגע ווערק און באשעפטיגונגען, איז געווען דער ביאור וואס ער האט געשריבן, ממש נישט זיין עיקר קאנצעטראציע. רוב פון זיין קורץ לעבן איז ער געווען פארנומען מיט פילאזאפיע און מער פארקערט מיט גוי'אישע געלערנטע ווי מיט אידן. דער תכלית פון שרייבן דעם ביאור איז א שיינער חיבור על פי דקדוק טייטש. איז געווען דערין א באהאלטענע אגענדע צו פארשפרייטן הויך קלאס דייטש ביים אידנטום? ווער עס זאגט אזוי עליו להביא הראיה. עס איז פשוט אז א געלערנטער מאן וואס גיט ארויס א פראפעסיאנאלן חיבור - וועלכע קען אגב, פונקט אזוי אפעלירן צו קריסטן ווי צו אידן - זאל עס נישט שרייבן אין זשארגאן. ווען לאטייניש וואלט געווען א אויסוואל וואלט ער מעגליך גענוצט די שפראך.

ווער האט געהאט א פראבלעם מיט דעם ביאור בימיו? דער נודע ביהודה נישט. ווי עס שרייבט זיין זון ר' יעקב'קא האט ער עס גאר משבח געווען. אין די שפעטעריגע יארן טרעפט מען דעם חתם סופר, לויט גערליץ אין זיין קינדער בוך האט דאס דער חת"ס גענומען פון זיין רבי'ן דער הפלאה אין פראנקפורט וועלכע האט פארברענט דעם ביאור ברבים, איך זוך א מקור דערויף דערווייל איז דאס ביי מיר מופרך. זייער אסאך אדער רוב - גדולים ורבנים אין די ת"ק יארן האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט.

איין זאך וואס ער האט זיך היבש פארפאטשקעט, איז געווען זיין ארויסשטעלן זיך בכל עוז לטובת נפתלי הירץ וויזל, קעגן די אנגענומענע דעה פון אלע גדולי הדור. אין קורצן די פרשה איז געווען אז וויזל - אליין א ת"ח ומחבר ספרים וועלכער האט בעבר אפילו באקומען א הסכמה פון נודע ביהודה - האט ארויסגעגעבן א חיבור ווי ער שטעלט פאר זיין וויזיע פארן חינוך פונעם דור העתיד. דער שפיץ דערפון איז צולייגן מער דגוש אויף אלגעמיינע לימודים ווי אויף לימוד התורה אין די חינוך אינסטוטיציעס. די גדולי הדור ובראשם דער נודע ביהודה זענען ארויסגעקומען בחרב ובחנית קעגן אזא מין פסול'ע השקפה און דן געווען דעם מאן ווי א אפיקורס. (נאר וויסן דארף מען אז דער חילוק צווישן וויזלס חינוך פלאן און דער נודע ביהודה איז כמעט נאר כחוט השערה. וויל דער נודע ביהודה האלט אויך זייער קלאר אז דער ענין פון אלגעמיינע לימודים איז א וויכטיגער ערך, און מען דארף עס טאקע לערנען. ער האלט נאר אז דער עיקר דגוש דארף זיין אויף תורה פארשטייט זיך).

- איך האק אביסל אריין, יידל טענה'ט אז מענדלסאן i.e. השכלה האט אויסגעפירט מיט זייער ציוויליזאציע שטרעבונגען, אפילו ביים יהדות החרדית. דער אמת איז פונקט פארקערט. אונזער גאנצע הסתגרות וואס מיר האבן יא איז נאר א קאנטער רעאקציע צו השכלה'ס דוחק זיין את הקץ. ווען זיי לאזן די נאטורליכע פראצעס אומגערירט וואלטן מיר בדרך הטבע געווען פיל נענטער צו השכלה. עיין עוד בספרו של קאמעלהאר ווי ער איז זיך מתאונן אויף וויפיל שלעכטס די השכלה באוועגונג האט אונז גורם געווען, ולדעתי קלע אל השערה -.

בקיצור, עס איז איראניש אז וויזל איז אראפ פון די מאפע און במקומו איז דער געלערנטער פראפעסאר באטיטלט געווארן ווי דער מחולל תנועת ההשכלה לטב ולמוטב. ברור לכאורה אז וויזל איז געווען פיל א שטערקערער פאקטאר אין דעם פרואוו אריין צו דרינגען השכלה אינערהאלב די אידישע גאס.

לפי הערכתי, האבן 2 זאכן גורם געווען דערצו. איינס איז זיין סופארטן וויזל, און איינס איז דער חת"ס וואס אין די ת"ר יארן איז זיין השפעה אויפן יהדות החרדית געווארן מער און מער דאמינאנט. הגם אז אויך ביי אים - הן בימיו און הן לאחר הסתלקותו - איז די עיקר אידישקייט קאמף נישט געווען מיטן רעיון ההשכלה, נאר אויף אפן און גראב רעפארם, אויסרייסן שטיקער תורה, וואס דאס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט השכלה. אין חתם סופר'ס געגנט האט מען זיך געווינטשן אז השכלה זאל זיין דער פראבלעם, און מענדלסאן איז לכאורה נאר געווען א איינצלנער פיגור וואס די סיבה וואס מען האט בכלל פון אים גערעדט איז געווען ווייל זיין ביאור האט זיך געדרייט אין די אידישע שטובער און דער חת"ס האט געהאלטן אויף דעם יחיד פריוואט אז ער טויג נישט, - לאו דוקא ווי א מייסד השכלה נאר זיינע פריוואטע דעות - א שטייגער ווי אונז קוקן מיר היינט אויף וויזל.

און די חולקים עליו האבן געהאלטן אז ער איז נישט קיין פסול'ער מענטש לפי זיינע השקפות. דער דיון ארום אים פון ביידע זייטן איז בכלל נישט געווען ווי א מענטש וואס האט אפגע'שמד'ט כלל ישראל, נאר וואס ער איז באמת געווען. קיינעם איז בימים ההם נישט בייגעפאלן צוזאמען צו שטעלן די משכילים אין ליטא אדער גאליציע מיט עפעס א בערלינעם פראפעסאר.

(אגב, עס איז א טעות ביי מאנכע אויפגעקלערטע צו זאגן אז דער טיילונג איז געווען א עקסטרעמע שריט. אין דעם כאאטישן מצב ווען די רעפארם האט פרובירט בכל טצדקי זיך משתלט צו זיין אויף גאנץ יהדות אונגארן, און דער קאמף איז נישט געווען איבער לימודי חול אין חדר, און אויך נישט דאס וואס די רעפארמער האבן געהאלטן אז תקנות מיהאלאוויץ איז צו שארף, די מערכה איז געווען גופי תורה ממש, און די איינציגסטע אופן פון סעלף דיפענס איז געווען א טיילונג. עס איז ביי מיר ברור אז מיר אלע דא וואלטן געוואלט דעם טיילונג פונקט אזוי).

דאס איז מיין בליק אויף די נושא, יתכן אז איך בין זיך טועה בפרטים אדער אפשר גאר ביסודות, איז אדרבה ווער עס קען די סוגיא בעסער זאל אויסבעסערן.
דינסטאג מאי 21, 2013 6:24 am#116289
לגבי די קינדער און אייניקלאך פון מענדעלסאן: איינער וויל דא פארציילען תולדות משפחת הנודע ביהודה?
דינסטאג מאי 21, 2013 6:28 am#116290
קינות גירושין האט געשריבן:לעקוואד, איך האב נעבעך אייביג געמיינט אז רמ״ד (וואס חת״ס רופט עם אן)מיינט רשע משה מנדלסון


קודם כל, טוהט זיך א גרויסער מחלוקת צו דער חת"ס האט בכלל געשריבען ספרי רמ"ד אדער ספרי חמד, דהיינו סתם ספרי חול וחשק, און אפילו נאכדעם וואס דער אריגענעלער צוואה איז בנמצא איז דער ספק נאכנישט נפתר געווארען.

בכל אופן, אפילו לגירסא רמ"ד, איז פשוט ביותר אז דאס איז נישט ר"ת רשע, מדארף זיין א תמים מופלג צו טראכטען אז דער חת"ס זאל שרייבען א ר"ת וואס אלעמאל מיינט עס ר' מיט אזא כוונה, אז מוויל שרייבען רשע שרייבט מען עס דאך ארויס, נישט מיט א ר"ת שמשתמע לתרי אפי, ניין?

מדארף בודק זיין ווי דער חת"ס איז זיך מתייחס צו עם אין אנדערע געדריקטע בריוון וכו'.
דינסטאג מאי 21, 2013 8:08 am#116294
יישר כח דעת תורה פארן שרייבן א זאכליכע תגובה אין אן אשכול ווי מטענה׳ט זיך צי בדחן האט פארשטאנען יידלס כוונה לגבי וואס יידל האט געשריבען אז בדחן האט געזאגט אז יידל האט געמיינט צי שרייבן אויף רמ״ד.
דינסטאג מאי 21, 2013 9:07 am#116301
לגבי דעם טיטל רמ"ד, איז דער חת"ס דער ערשטער וואס רופט אים אזוי?

לעיקוואוד, איך מיין אז דער גאנצער וויכוח אין די צוואה איז ממש איבריג. דעם חתם סופר'ס מיינונג איבער מענדלסאן איז זייער קלאר מפי בניו ותלמידיו. דער מהר"ם שיק האט נישט געהאט קיין שום אינטערעס אויפצומאכן אזא מעשה, און ווי ער שרייבט האט ער דאס נישט געוואלט אראפשרייבן אפילו, כדי עס זאל נישט קומען צו א מכשול אז די קנאים (כדוגמת הגרע"י נמען המכתב) זאלן גיין מבזה זיין דעם ספר. ער שרייבט עס נאר ווייל אין די גאס האט זיך שוין געדרייט א ערגערע גירסא ווי דאס וואס האט עכט פאסירט.
מיטוואך מאי 29, 2013 9:41 pm#119455
איך וויל קאנגראטולירן הרב דעת תורה פאר'ן שרייבן אן אויפריכטיגע תגובה און איבערבליק אויף רמ"ד כאטש דאס איז נישט דוקא אין איינקלאנג מיט די היינטיגע פאפולערע 'דעת תורה'. איך וויל צולייגן עטליכע נקודות און מאריך זיין במקום שקיצר.

משה מנדלסון איז אריין אין די ישיבה פון רבי דוד פרענקל, דער קרבן העדה ביי די עלף יאר, ווען דער קרבן העדה האט זיך אריבערגעצויגן קיין בערלין צו ווערן רב דארט איז מנדלסון מיטגעקומען. דארט האט ער זיך באקענט מיט די פילאזאפישע באוועגונגען און אנשויאונגען, און עס האט אים שטארק געכאפט. אנדערש ווי ביי אנדערע, האט אים די פילאזאפיע נישט געשאדט לגבי שמירת התורה והמצוות, ער איז געבליבן א פולשטענדיגער ערליכער איד ביז זיין לעצטן טאג. נאכמער, ער האט שטענדיג געזוכט צו פארטיידיגן די אידישע רעליגיע פאר די וואס האבן עס געוואלט מבזה זיין אונטער'ן שלייער פון פילאזאפיע און השכלה. מענדלסון האט זיך אליין אויסגעלערנט דייטש, לאטייניש און אנדערע שפראכן, און ער האט אליין געקויפט ביכער און דורכגעליינט. שפעטער האט ערא אנגעהויבן שרייבן מאמרים און ביכער און ער איז געווארן אן אנערקענטער פילאזאף. די סיבה פארוואס ער איז געווארן אזוי פראמינענט איז וויבאלד ער איז געווען דער ערשטער אידישער פילאזאף וועלכער איז געווען געשעצט ביי גוי'אישע חכמים און פילאזאפן, און די משכילים האבן אויף אים ארויפגעקוקט אלס אן אידעאל וועלכער האט באוויזן צו צוזאמשטעלן זיין אידישקייט מיט זיין חכמות חיצוניות און ירש'ענען ביידע וועלטן.

הויכוח על יהדות

אין זיינע יונגע יארן, נאכדעם וואס ער איז נתפרסם געווארן צוליב דעם וואס ער האט געשריבן א געלונגענע פילאזאפישע ווערק אויף השארת הנפש, האט אים א קריסטליכער געלערנטער געשיקט א בריוו מלא טענות אויף די אידישע רעליגיע. מנדלסון איז געווען אין א פארלעגנהייט, פון איין זייט האט ער נישט געקענט ענטפערן ווי אזוי ער האט געוואלט צוליב די צענזור, און פון די צווייטע זייט האט ער נישט געקענט בלייבן אן אן ענטפער. ער האט דעריבער געשריבן א בריוו וואו ער צילט מער צו אויפוויייזן די חשיבות פון אידישקייט. ער איז מסביר אז ער איז איבערצייגט אין די אמת'דיגקייט פון אידישקייט און דערפאר בלייבט ער אן ערליכער איד, און וואס שייך קריסטנטום, איז ער גרייט אנצונעמען די מאראלישע ווירדן וואס ישו האט געלערנט אבער בשום אופן קען ער נישט אננעמען די רעליגיעזע חלקים דערפון. ער ערקלערט אז אידישקייט איז מער טאלעראנט מיט דעם וואס זיי זוכן נישט צו זיין מיסיאנערן און ארויפצווינגען זייער רעליגיע אויף די גאנצע וועלט, און דערפאר צילט ער נישט מיט דעם בריוו אויפצווייזן אז אידישקייט איז אמת, ווייל ער זוכט נישט קיינעם צו מגייר זיין. צווישן די ווערטער פון איינע פון די בריוון שרייבט ער "ואני מעיד עלי שמים וארץ, והנני נשבע לך באל האמת בוראי ובוראך, כאשר השבעתני אתה בקדמתך, שלא אחליף ולא אמיר דתי כל עוד נשמה באפי ורוח אלהי בקרבי." דער ויכוח האט זיך געצויגן עטליכע יאר, ווען ביידע שרייבן בריוון איינער צום צווייטן.

הביאור

ווען ער איז שוין געווען אין די עלטערע יארן האט ער אנגעהויבן שרייבן אן איבערזעצונג פון די תורה אויף גערמאניש. ער האט דאס געשריבן אויף די דייטשע שפראך מיט א הויכע וואקאבולאר, מיט אידישע אותיות. (אזוי ווי דער רמב"ם האט געשריבן זיינע ספרים אויף אראביש). לויט ווי מנדלסון שרייבט האט ער קודם געשריבן דעם תרגום פאר זיינע קינדער, און מ'האט אים שפעטער געבעטן ארויסצוקומען דערמיט פאר'ן ציבור. אבער מנדלסון האט נישט געוואלט ארויסקומען מיט דעם תרגום אליין, ער האט געוואלט צולייגן א ביאור אויף דייטש לויט זיין תרגום. ער האט דערפאר געדינגען עטליכע שרייבערס וואס האבן געשריבן דעם ביאור פאר אים. ער אליין האט כמעט נישט געשריבן, אויסער פרשת בראשית וואס ער האט געשריבן אלס א וועגווייזער פאר זיינע שרייבערס. צווישן די שרייבער זענען געווען נפתלי הערץ וויזל, הערץ האמבערג, אהרן יאררסלובער, און נאך.

מנדלסון האט געהייסן שרייבן דעם ביאור לויט די ראשונים, מפרשי הפשט, ווי רש"י, אבן עזרא, רמב"ן, רשב"ם. ער האט געשטעלט פאר זיך א גדר קיינמאל נישט צו שרייבן א פשט וואס איז קעגן דרשות חז"ל, אויסער דארטן וואו סיי דער פשוט'ער פשט און סיי די דרשות חז"ל קענען שטימען און זענען זיך נישט סותר. דאס איז אנדערש ווי אבן עזרא אדער רשב"ם וועלכע קענען צומאל זאגן פשטים וואס זענען סותר הלכות און דרשות חז"ל. מנדלסון שרייבט אין זיין הקדמה:

ואולם אם הדרך, הנראה לנו פשוטו של מקרא, הוא סותר ומתנגד לדרך הדרש המקובל, ומועתק אלינו מאת חז"ל, עד שאי-אפשר שיהיו שניהם צודקים, כי הסותר נמנע, אז חובה עלינו לילך בדרך הדרש, ולתרגם את המקרא על פיהו, כי אנו אין לנו אלא קבלת חכמינו ז"ל ובאורם נראה אור.


מנדלסון האט געהאט גענומען א הסכמה אויף דעם ביאור פון דעם רב פון שטאט, רבי צבי הירש ברלין, אבער ער האט עס נישט געדרוקט מיט די טענה אז א ספר אויף דייטש דארף נישט קיין הסכמה. אבער תיכף ווען דער ביאור איז ארויסגעקומען האבן עס די גדולי עולם, צווישן זיי רבי רפאל הכהן האמבורג און דער נודע ביהודה גע'אסר'ט, נישט צוליב דער תוכן דערפון, נאר אלס חשש אז עס וועט אריינברענגען די געלערנטע גוי'אישע שפראך צווישן ערליכע אידן און עס וועט צוברענגען אז מען זאל אנהויבן ליינען אפיקורס'ישע ספרים, א חשש וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג, ווען אסאך די שפעטערדיגע משכילים האבן זיך געלערנט דייטש צום ערשטן מאל דורך מנדלסון'ס ביאור. דער נודע ביהודה האט שפעטער געוואלט ארויסגעבן א תרגום אויף די תורה אין א פשוט'ער דייטש.

דער ביאור ווערט געברענגט מערערע מאל אין דעם פירוש על התורה 'הכתב והקבלה' דורך הרב מעקלענבורג, עס ווערט אויך דערמאנט אין רש"ש (ב"ק נח ע"ב) אלס דער תרגום פונעם 'אשכנזי'. ווען מ'האט געדארפט אנהייבן לערנען געוויסע אקעדעמישע לימודים אין וואלאזשינער ישיבה אונטער דעם נצי"ב האט מען צווישן אנדערן, באשטימט צו לערנען חומש מיט'ן ביאור. (דער שטעלונג פונעם נצי"ב לגבי ערליכע השכלה בכלל איז געווען היבש פארווע).

אין שדי חמד (ח"ז ע' א' תצ"א) איז דא אן אינטערעסאנטער בריוו פון דעם גאון פון שאוועל, רבי זכריה יוסף שטערן, וואו ער ענטפערט אויף דעם וואס מען האט געהאט טענות צו אים אז ער האט דערמאנט דעם ביאור אין איינער פון זיינע בריוון וואס איז געווארן געדרוקט אין שדי חמד. דער זכר יהוסף שרייבט דארט אז קודם כל, דער ביאור וואס ער ברענגט איז אינגאנצן נישט פון רמ"ד נאר פון החכם רנ"ה ויזל. צווייטנס, ברענגט ער נאך א גרויסער תלמיד חכם, מחבר ספר עטרת ראש, וועלכער ברענגט אויך דעם ביאור אין זיין ספר. און דאס וואס דער חתם סופר איז געווען קעגן דעם ביאור, שרייבט ער, איז נאר געווען פאר יונגע קינדער וועלכע קענען נאכנישט מכיר זיין צווישן ערליכע דעות און נישט ערליכע. דער זכר יהוסף איז מאריך אין דעם ענין פון לערנען ספרים פון נישט ערליכע מחברים. און נאך זיין בריוו שרייבט דער שדי חמד אז אויף אים האט מען אויך טענות פאר'ן ברענגען ספרים פון מפוקפקדיגע מחברים, אבער ער קען זיי בכלל נישט, און לויט דעם זכר יהוסף איז נישטא קיין שום פראבלעם אין ברענגען א ספר פון א נישט אויסגעהאלטענע מחבר.

ירושלים

מנדלסון האט שטארק געזוכט צו פארענטפערן אידן און אידישקייט פון די טענות וואס מען האט געהאט דערויף, און ער האט געזוכט צו פארבעסערן דעם אימעדזש פון כלל ישראל כדי מען זאל מער אקצעפטירן די אידן און זיי לאזן לעבן. ער האט דעריבער אפגעשריבן זיין ספר 'ירושלים' וואו ער איז מסביר אז די אויפגאבע פון רעליגיע איז נישט צו ארויפצווינגען דעות ואמונות אויף יעדן, נאר צו זיכער מאכן אז מען פירט זיך אויף ערליך מיט מצוות מעשיות. אין זיין הקדמה צום ספר תשועת ישראל פון רבי מנשה בן ישראל פארדאמט ער אויך דאס וואס רבנים געבן ארויס חרמות, און ער שרייבט אז מען דארף אויפהערן מחרים זיין מענטשן בכלל. מנדלסון אליין האט אויך געארבעט אונטער די קוליסן קעגן דעם וואס די רבנים האבן געוואלט מחרים זיין נ"ה וויזל, (אויסער דעם וואס מען האט מחרים געווען זיין חיבור). און די רבנים זענען געווען היבש ברוגז אויף דעם וואס ער ארבעט צו אוועקנעמען זייער געווער. בעצם קען מען זאגן אז דאס איז איינע פון די שטערקסטע טענות וואס זענען פארהאן אויף אים.

אין א קומענדיגע תגובה וועל איך ברענגען די פראמינענטע גדולים וואס זענען אים מעתיק, ווי אויך נאך טענות וואס זענען לעצטנס ארויפגעשווימען אויף אים.
מיטוואך מאי 29, 2013 10:26 pm#119466
ייש"כ יאיר .

איין הערה נאר, דער "ביאור" גופא איז געשריבען אויף לשוה"ק. נאר דער טייטש איז צו דייטש.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:33 am#119489
א דאנק דעת תורה און יאיר פאר די הערליכע הוספות.

וועגן די טיילונג - עס איז זיכער אז די טיילונג איז געווען אן עקסטרעמער שריט, די שאלה איז נאר צי עס האט דעמאלט אויסגעפעלט צו טון אט דעם עקסטרעמען שריט. וויבאלד מיר לעבן היינט אזויפיל יארן שפעטער, איז צומאל שווער צו כאפן ווי היסטאריש די טיילונג איז געווען. לעבנדיג אין א צייט וואס מ'איז זיך נישט משדך מיט אנדערע משפחות ווייל זיי גייען אן אנדערן סארט הוט, איז שווער צו פארשטיין פארוואס טייל גדולי ישראל זענען געווען שאקירט ווערן מ'האט מחליט געווען צו אסר'ן צו זיך אנקערן און משדך זיין מיט די רעפארמער.

ספרי רמ"ד - עס איז ברור אז דער חת"ס האט געמיינט צו שרייבן "רמ"ד" און נישט "חמד", טראצדעם וואס מ'זעט א שטרעכל אויף דעם ר' וואס מאכט עס אויסזען ווי א ח'. נאר אוודאי האט דער ר' געמיינט "רבי" און נישט "רשע". דוכט זיך אז אין דער תשובה אין חת"ס יו"ד סי' של"ח בענין הלנת המת באציט זיך דער חתם סופר צו אים ווי "החכם".
דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:48 am#119493
נתבאר באריכות כאן. כנס בלינק.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:55 am#119500
יאנקל, אוודאי איז מיטגעקומען אינאיינעם מיטן טיילונג עקסטרעמיזם, כמיטב מסורת ארצינו ארץ הגר, א שטייגער ווי די גאנצע מערכה מיט די שטאטוס קווא א.א.וו. איך האב גערעדט פונעם עצם עצה פון מאכן א טיילונג דהיינו אייגענע קהילות אז דאס איז געווען די איינציגסטע עצה ווייל בכלליות האט געדראעט אויף די קהילות א געפאר פון - נישט לעבן אינאיינעם מיט רעפארמער נאר - ווערן באהערשט דורך די רעפארמער און זיין געצווינגען אנצונעמען זייערע הכרעות קעגן גופי תורה. סאו דער טיילונג איז געווען א ״מוז״, א עצה, א וועג ארויס פון די באלדיגע סכנה וואס האט געשוועבט איבער די קהילות.

די אלע פרטים ווי וואסערער דין פונקטליך א שוחט וועלכער האט איינמאל געשאכטן פאר די רעפארמער האט וכדומה, און די גאנצע באציאונג צו אידן פון די אנדערע קהילות, איז לפי ראות העין טאקע עקסטרעם, הגם מען דארף וויסן דעם מצב, יתכן אז ווען נישט דעם וואלט דער טיילונג נישט געהאט קיין קיום און מילא וואלט מען צוריק אריין געפאלן אין דעם פריערדיגן געפאר פון ווערן באהערשט דורך רעפארמער.

און פון וועלכן גדול האסטו געהערט וואס האט געהאט א פראבלעם מיט דעם איסור זיך משדך צו זיין מיט די רעפארמער? (באמת פארשטיי איך עס נישט פארוואס אזא איסור האט בכלל אויסגעפעלט, עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזא שידוך וואלט זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט. חוץ אויב די רעדע איז איבער ארטאדאקסישע אידן וועלכע זענען מאיזה סיבה פארבליבן אין די רעפארם קהילה).
דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:57 am#119502
ווען נישט אז איך זעה דאס וואלט איך נישט געגלייבט אז בדורנו איז נאך דא איינער מיט אזא דרייסקייט און טיפע מידת האמת אז ער זאל זיין גרייט מודה זיין בפומבי ווי קינדעריש און נאריש ער טראכט. איך האב געמיינט אז די סארט מידת האמת און זיך זיין גרייט פורים מאכען פון זיך ברבים איז א זאך וואס איז געווען אמאל אין נאווארדאק אדער ביי גדולים וגאונים ממש כדוגמת ר' חיים שמולעוויטש. עס ווארעמט די הארץ צו זעהן אז אין תשע"ג אין בארא פארק זענען דא חסידשע יונגעלייט מיט אזא מין קלארקייט וואס עס פאסט זיי צו ווייזען בפומבי ווי קליינקעפיג נאריש קינדעריש און רשעותדי'ג די נפש הבהמית זייערע איז.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:17 pm#119672
גגל החוזר.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:25 pm#119695
לעיקוואד איז גאנץ ברוטאל דא :roll:, סך הכל האט א איד געמאכט א ווערטל און מ'קען מיינען ווייסעך וואס, אז ער האט בארירט מארטין לוטער קינג אליין. און מיט'ן רב נעמט ער שוין אין איינוועגס מיט אויך ר' חיים שמילעוויטש.
טשיפער ביי דע דאזען.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:32 pm#119698
דעת, איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש. כ'האב נאר געוואלט קלאר מאכן אז עס די טיילונג איז אוודאי געווען א ראדיקאלער שריט.
דעת תורה האט געשריבן:און פון וועלכן גדול האסטו געהערט וואס האט געהאט א פראבלעם מיט דעם איסור זיך משדך צו זיין מיט די רעפארמער? (באמת פארשטיי איך עס נישט פארוואס אזא איסור האט בכלל אויסגעפעלט, עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזא שידוך וואלט זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט. חוץ אויב די רעדע איז איבער ארטאדאקסישע אידן וועלכע זענען מאיזה סיבה פארבליבן אין די רעפארם קהילה).

דו קוקסט עס אן מיט אן אנאכראניסטישן פערספעקטיוו וואס זען התבדלות פון חיתון ווי א נאטירליכער זאך. אמאל האט בכלל נישט עקזיסטירט דעם מושג, און פשוט'ערע אידן וואלטן נישט געהאט קיין פראבלעם זיך משדך צו זיין מיט רעפארמער וכו'.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:06 pm#119731
יאנקל, כמדומני אז דו מישסט אויס צווישן די רעפארמער און די נעאלאגן (נישט אז עס איז דא אזא גרויסע חילוק צווישן די צוויי, נאר למען הדיוק). דוכט זיך די גדולים וועלכע האבן געהאט פראבלעמען מיטן איסור חיתון, האבן בעיקר זיך געשטעלט אויף די איסור חיתון מיט די שטאטוס קווא קהילות.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:17 pm#119782
דעת תורה, יאיר, א גרויסן שכח פארן אראפלייגן אזעלעכע הערליכע קלארע שטיקלעך.
ס'וואלט געוועהן א געוואלדיגע זאך אויב איינער פון ענק, צו א דריטער, וועלן באשרייבן אין קורצן אויך נפתלי הירץ וויזל.
פרייטאג מאי 31, 2013 3:03 am#119876
דא האב איך געטראפן גאנץ א אינטערעסאנטער און באלערנדער ארטיקל בנושא, עס איז כדאי אדורך צו קוקן, כאטש ער האט נישט קיין שום מקורות צוגעצייכנט.

איך וועל נאר אראפ שרייבן אפאר פרטים וואס איז מיר געווען א חידוש, און כהאב עס אויפגעפאסט בשעתן ליינען. כהאב עס נישט איבערגעקוקט נאכאמאל.

קודם דאס וואס יאיר האט געשריבן אז דער נודע ביהודה איז ארויסגעקומען קעגן דעם ביאור, וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט, ווייל אויבנאויף איז דאס נישט באקאנט ער זאל האבן געפירט א עפנטליכע מערכה דערמיט, און אדרבה ווי כהאב נאכגעברענגט פון זיין זון׳ס שילדערונג איז משמע אז ער האט דוקא יא געהאלטן דערפון. אין דעם ארטיקל זעט אויס אז עס איז געווען אזוי: די ארויסגעבער פונעם ביאור (דער ביאור באשטייט פון 2 חלקים, איינס איז א לשון קודש׳דיגער ביאור, מלוקט פון די ראשונים וועלכער מהלך עס איז זיי די מערסטע געפאלן, איך כאפ נישט פונקטליך וואס דער ציל דערפון איז, על כל פנים דער טייל האט נישט מענדלסאן געמאכט נאר וויזל און נאך פון זיינע ארומיגע, און נאכדעם איז דא דער עברי טייטש - איך ווייס נישט צו ער פארטייטשט דעם ביאור צי נאר פשוט א ווערטערליכער אפטייטש פון די תורה - אויף היי קלעס דויטש), האבן געשיקט דעם חומש צום נודע ביהודה פאר א הסכמה.

לויט דעם ארטיקל האט שוין דער נודע ביהודה בעבר געהאט געגעבן א הסכמה פאר אזא טייטש חומש, יענץ איז געווען פארטייטשט אין לייכטן דייטש (מען מעג רואיג שפעקולירן אז יענץ איז געווען פשוט אידיש, מען דארף עס מברר זיין). בכל אופן, דא האט דער נודע ביהודה זיי צוריקגעשריבן - ווייטער ווייס איך נישט צי דער בריוו איז געדרוקט, צי עס איז דא א כתב יד - אז ער האלט אז דער ביאור איז געשריבן צו היי קלעס, און אנשטאט עס זאל העלפן די מלמדים וועט עס נאר שווערער מאכן ווייל די מלמדים וועלן דארפן לערנען מיט די קינדער דייטשע גרעמער כדי צו פארשטיין דעם ביאור... און דאס וועט דאך אוועק נעמען צייט פונעם עיקר הלימוד. איך מיין אבער אז דא ענדיגט זיך דעם נוב״י׳ס התנגדות צום ביאור, אויב נישט וועט יאיר שוין אויסבעסערן.

לעומת זה ברענגט ער דארט אפאר בריוון פון מענדלסאן אליינס ווי ער איז מסביר דעם תועלת פונעם ביאור. איין הסבר איז ווייל אין יענע תקופה האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן אין די אקאדעמישע וועלט די ביבל קריטיק, און איינע פון די מהלכים איז געווען דורך פאלש אפטייטשן די פשוטע טייטש פון ווערטער. און דערפאר האט ער געשריבן דעם ביאור - לפחות די דייטשע חלק - צו אפווענדן די טעותים. דער פראבלעם וואס דער מהלך האט איז אז דער דייטשאיז געווען געשריבן מיט אותיות מרובעות, לשון קודש׳ע אותיות און קוים וואס א איד האט געקענט פארשטיין וואס עס שטייט... אבער כמדומה אז למעשה האט ער ארויסגעגעבן 2 מהדורות, איינס מיט אידישע אותיות איינס מיט לאטיינישע.

למעשה איז דא נאך א בריוו ווי ער שרייבט קלאר פאר א ידיד אז דער ביאור - און די הויך קלאס דייטש - איז דער ערשטער שריט אין די ריכטונג פון אריין ברענגען די דייטשע שפראך און קולטור ביי אידן. מען זעט פון דעם קלאר סיי אז דאס איז געווען זיין ציל בכלל און סיי אז דער ביאור איז געווען א מיטל דערצו. בכל אופן, עס זעט נישט אויס אז מען האט דעמאלס אזוי אנגעקוקט די זאך.

סאיז שפעט שוין שטעל איך זיך דא אפ, ועיין שם בפנים עוד.
פרייטאג מאי 31, 2013 10:33 am#119917
יידל האט געשריבן:יאנקל, כמדומני אז דו מישסט אויס צווישן די רעפארמער און די נעאלאגן (נישט אז עס איז דא אזא גרויסע חילוק צווישן די צוויי, נאר למען הדיוק). דוכט זיך די גדולים וועלכע האבן געהאט פראבלעמען מיטן איסור חיתון, האבן בעיקר זיך געשטעלט אויף די איסור חיתון מיט די שטאטוס קווא קהילות.

רעפארמער האט מען זיי גערופען און דויטשלאנד און נעאלאגן און אונגארען, די ווייסט פון עפעס מער דיפרענץ?
זונטאג יוני 02, 2013 3:13 am#120241
דעת תורה האט געשריבן:דא האב איך געטראפן גאנץ א אינטערעסאנטער און באלערנדער ארטיקל בנושא, עס איז כדאי אדורך צו קוקן, כאטש ער האט נישט קיין שום מקורות צוגעצייכנט.

איך וועל נאר אראפ שרייבן אפאר פרטים וואס איז מיר געווען א חידוש, און כהאב עס אויפגעפאסט בשעתן ליינען. כהאב עס נישט איבערגעקוקט נאכאמאל.

קודם דאס וואס יאיר האט געשריבן אז דער נודע ביהודה איז ארויסגעקומען קעגן דעם ביאור, וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט, ווייל אויבנאויף איז דאס נישט באקאנט ער זאל האבן געפירט א עפנטליכע מערכה דערמיט, און אדרבה ווי כהאב נאכגעברענגט פון זיין זון׳ס שילדערונג איז משמע אז ער האט דוקא יא געהאלטן דערפון. אין דעם ארטיקל זעט אויס אז עס איז געווען אזוי: די ארויסגעבער פונעם ביאור (דער ביאור באשטייט פון 2 חלקים, איינס איז א לשון קודש׳דיגער ביאור, מלוקט פון די ראשונים וועלכער מהלך עס איז זיי די מערסטע געפאלן, איך כאפ נישט פונקטליך וואס דער ציל דערפון איז, על כל פנים דער טייל האט נישט מענדלסאן געמאכט נאר וויזל און נאך פון זיינע ארומיגע, און נאכדעם איז דא דער עברי טייטש - איך ווייס נישט צו ער פארטייטשט דעם ביאור צי נאר פשוט א ווערטערליכער אפטייטש פון די תורה - אויף היי קלעס דויטש), האבן געשיקט דעם חומש צום נודע ביהודה פאר א הסכמה.

יא, עס איז באקאנט אז דער נודע ביהודה איז ארויס מיט א חרם קעגן דעם ביאור, (כאטש כפי מיטב ידיעתי איז עס נישט געווען בכתב) און איז בכלל געווען גאר שארף דערקעגן. לדוגמא, גיבט א קוק אין צל"ח ברכות כ"ח ע"ב רש"י ד"ה מההגיון:
נלע"ד משום שלימוד
המקרא גם האפיקורסים לומדים בשביל הלשון כמו
שלומדים שאר לשונות ואם לא תשגיח על בנך בילדותו רק
על לימוד המקרא יכול להיות שתקח לו מלמד אחר משלהם
כי גם הם יודעים ללמדו ומתוך כך בנך נמשך אחריהם גם
בדיעות נפסדים ובפרט בזמנינו שנתפשט התרגום אשכנזי
וזה מושך לקרות בספרי הגוים כדי להיות בקי בלשונם

אין די הסכמה צו דער שפעטערדיגער תרגום אויף אידיש דורך ר' שלמה מגלוגא שרייבט ער:
אבל עכשיו שפשט
תרגום זה אצל קצת המבקשים דוקא ללמוד עם הילדים תרגום זה ומתוך כך
נהפוך הוא שהילדים תכף בילדותם מוכרחים לבלות זמנם בספרי עמים כדי
שיורגלו בלשון צח אשכנזי כדי שילמדו אחר כך התרגום ההוא ונעשית תורתנו
כשפחה המשמשת את לשון אשכנז שיתפשט בדור
ופירש המלות של לשונינו
העברי אינם יודעים

זיין תלמיד רבי אליעזר פלעקלס שרייבט אויפ'ן ביאור אין זיין ספר עולת ציבור דרוש א:
עיקר כוונת המעתיק להיות
מהולל שמו בגוים שאינו מאמין בקבלות דרשות חז"ל כ"א במקום שדבריהם
שוין לכל נפש אדם באדמה ונשמעים לכל אומה ולשון בארץ

אלזא, יא, דער נודע ביהודה, דער הפלאה, רבי רפאל הכהן, רבי שלמה קלוגער און נאך זענען געווען שארף קעגן לערנען דעם ביאור, כאטש זיי האבן נישט פארדאמט מנדלסון אליין, אויסער רבי שלמה קלוגער, ועלכער שרייבט אז כאטש ער קען אים נישט, קען מען זען לויט זיינע תלמידים אז ער איז נישט קיין ערליכער.
זונטאג יוני 02, 2013 11:45 am#120314
ווי קען מען טרעפן דעם חומש פון ר' זוסמאן מגלוגא? (וועלכער - אגב - טוט זיך אויף אז זיין ביאור איז "לרוב בשפה אחת עם המפורסם מו' משה דעסוי").

בכל אופן, לאמיר זען וואס דעם נודע ביהודה'ס קינדער און תלמידים שרייבן וואס ער האט געהאלטן איבער דעם ביאור:

ר' יעקב'קא, דער זון פון נודע ביהודה האט געשריבן:ונהירנא, זה כמו שלשים שנה ניקרא נקראתי בית אבינו, וישבתי עמו ימים עשור. בעת ההיא יצא לאור עולם תרגום אשכנזי על התורה מאת החכם המפורסם נודע בשערים מהרמ"ד ז"ל. ובעיני כמה רבנים רע, ויביטו אחרי משה, לתת דופי בהעתקתו וביותר בענין שם הקדוש, התעללו עלילת דברים אשר לא כן, ויראו מגשת אליו, אם לא יעמוד עמוד הימיני ( = ד.ה. דער נודע ביהודה) למשען למו. על כן, אל א"א מ"ו הגאון זצ"ל, שלחו את ידם כתובה באש שחורה להבעיר את קנאות. והוא במענה רך השיב חמתם באמרו: חדלו לכם להטיל מום בניב שפת דעת. אין אני רואה את כל מאומה בידו, ולמה זה נשים מסוה על קרני הודו?


קודם ברויך מען וויסן צי ער איז נאמן, איך קען נישט פונקטליך זיין היסטאריע. אזוי אויך איז אינטערעסאנט ווער עס זענען געווען די רבנים וואס האבן געשריבן צום נודע ביהודה, מסתמא רבי רפאל כהן פון האמבורג.

בכל אופן, לויט די עדות האט דער נודע ביהודה מעיקרא ממש גארנישט געהאט אויסצוזעצן קעגן דעם ביאור. אלעס וואס איז יא דא פון אים, איז נאר פון נאך די וויזל פרשה, וואס ווי געשריבן פון דעמאלטס האט זיך די שטעלונג כלפי מענדלסאן - וויזל'ס רבי מורה דרך און בעיקר שטיצער - געענדערט.

נאר אפילו נאכדעם, לאמיר זען וואס עס שרייבט א מקור וואס איז זיכער מוסמך, און דו האסט אים אויך געברענגט אין דיין תגובה. ער גיט ארויס ביהיינד די סין'ס פון די הסכמה אויף זוסמאן מגלוגא'ס ביאור:

ר' אלעזר פלעקלש אין א הסכמה אויף א איבערזעצונג אין תקפ"ד האט געשריבן:מזקנים אתבונן זכרתי ימים מקדם הנה מ"ו הגאון מופת הדור רבן של ישראל כקש"ת מוהר"ר יחזקאל סג"ל לאנדא נשמתו בג"ע עליון עלה בהסכמה בצירוף דרבנן המאורות הגדולים ב"ד מו"ש על חמשה חומשי תורה שנדפסו פה ק"ק פראג שנת תקמה"ל עם תרגום המלות על ידי הרבני המופלג בתורה מו"ה זוסמאן גלוגא זלה"ה ענו ואמרו כולם יפה הם עושים המעתיקים את התורה בלשון אשכנזי הצחה והטהורה מתערובות טעמים לשבח ולתהילה ובקשתם משם ומצאתם, יען שני דברים לא ישרו בעיני רבינו הגדול נ"ע מהמעתיק הגדול המפורסם לחכם, ראשון שהעתקתו הוא בתכלית יופי המליצה, יפה כתרצה, ובעיונים נפלאים משובצה, כל חכם לב יאמר עליו הלל נרצה, יען הרבה מן המלמדים הגם שבקיאים בלשון אשכנזי אינם בקיאים בהבנה האמיתית ואת הוד יפיה ומבלים ימיהם וימי הילדים הרכים ויהיו שניהם ערומים מעיקרי תורה ומצוות. שנית, המעתיק הגדול לא תרגם כל מלה ומלה בפני עצמו, והעתקתו היקרה לגדולים חקרי לב והוא מלמד דעת מבינים...


די אלע שבחים און פאזיטיווע קריטיק שרייבט דער תלמיד אין תקפ"ד, מער ווי דרייסיג יאר נאך וואס דער נודע ביהודה זאל האבן געמאכט א "חרם" קעגן מענדלסאן'ס ביאור. מיר שטימט עס נישט.

אזוי אויך אינעם צל"ח וואס דו ברענגסט צו כשתעיין היטב תראה אז ער איז נישט מדמה דעם ביאור צו וואס ער רעדט פאר דעם, נעמליך איבער מלמדים מיט פסול'ע דעות, נאר אויף אזויפיל, אז כדי צו פארשטיין דעם שיינעם דייטש פונעם ביאור וועט מען נמשך ווערן צו ליינען גוי'אישע ביכער און דער רעזולטאט פון ליינען גוי'אישע ביכער איז נישט גוט. סאו נאכאמאל און נאכאמאל זעען מיר די זעלבע פוינט, אין יעדן פלאץ ווי מען טרעפט א התנגדות פיונעם נודע ביהודה צום ביאור, איז עס נישט אינעם מחבר און נישט אינעם חיבור, נאר כלפי לערנען מיט קינדער וואס קענען נישט קיין הויך דויטש.

אבער א "חרם" מאן דכר שמיה? עס דערמאנט מיר פון די פארשפרייטע לעגענדע אז דער נודע ביהודה זאל האבן געזאגט אז מענדלסאן איז א גלגול פון יש"ו. דער נודע ביהודה האט געדארפט קודם כל גלייבן אין גלגול עס צו קענען זאגן... למעשה קען מען היינט טרעפן דאס אפילו אויף גוי'אישע סייטס, און דער מקור איז א אפענע "פרשה פערלס" פון נטרונא... (זייער ציל איז בעיקר דער המשך פון די מעשה, נעמליך פון שינאווער רב אויף הערצל).

רבי רפאל הכהן איז באוויסט ווי דער לוחם בה"א הידיעה קעגן וויזל ואתו עמו מענדלסאן, אבער איז דא עפעס געדרוקט (אדער עדות בעל פה) ספעציפיש קעגן דעם ביאור, בפרט בעפאר די פרשה מיט וויזל?

און ווי איז דער מקור אז דער הפלאה איז געווען קעגן? (אפשר מיינסטו וואס דער חתם סופר ברענגט בשמו אז ער האט געזאגט אז די אלע חברה געבן זיך אפ נאר דוקא מיט מקרא און נישט תלמוד?), איז דא עפעס א דרשה, א בריוו, א עדות? אדער אלעס וואס מיר פארמאגן איז גערליץ'נס דראמאטישע שילדערונג איבער זיין פארברענען דעם ביאור אין די פראנקפורטע גאסן?

ר' שלמה קלוגער קומט בכלל נישט אריין דא, ער איז שוין געווען סאך שפעטער און געוואינט אין גאליציע.
זונטאג יוני 02, 2013 9:18 pm#120582
דעת תורה, וואס דו שרייבסט איז בעצם ריכטיג. ס'הייסט, די טעמים וואס דער נודע ביהודה גיבט אן קעגן דעם ביאור איז טאקע בעיקר צוליב דעם ווייל אנשטאט עס זאל דערנענטערן די תורה דערנענטערט עס די גוי'אישע שפראך. אבער פון זיין שפראך קען מען זען אז עס ברענט אים שטארק. מיין השערה איז אז די גאנצע זאך האט אים נישט געשמעקט, אז א מאדערנער דייטשער פראפעסאר שרייבט א תרגום אויף הויך דייטש, און ער איז ארויס דערקעגן. כאטש איך ווייס נישט צו ס'איז געווען ממש אן אפיציעלער חרם. בעצם איז טאקע נישט געווען וואס צו זיין דערקעגן אלס דער עצם ביאור. נאכמער, דער ביאור וואס איז געווען אויף לשון הקודש איז דאך לויט זיין טעם מותר, וויבאלד עס איז נישט אויף דייטש.

איך זע נישט וואס עס זאל משנה זיין פאר אדער נאך די ווייזל פרשה, די טעמים וואס ער שרייבט איז שייך דעמאלט פונקט ווי פריער. אויך, אין א שפטערדיגע הסכמה צו רבי שלמה מדובנא נאכדעם וואס ער האט זיך אפגעטיילט פון רמ"ד און אליין ארויסגעגעבן א תרגום שרייבט ער קלאר אז באלד אין אנהויב האט מען אים געשיקט בעטן א הסכמה און ער האט נישט געוואלט מסכים זיין דערצו.

פון רבי אליעזר פלעקלס איז טאקע א פלא, אז אין עולת ציבור האקט ער בחרב ובחנית אויף רמ"ד, און אין די הסכמה וואס דו ברענגט איז ער גאנץ פארווע. רבי יעקבקא'ס עדות איז אויך זייער אינטערעסאנט, איך וואלט געוואלט וויסן דער מקור.

דער הפלאה האט געהאלטן א דרשה ברבים קעגן דעם ביאור, וואס איז געווען אין כתב יד און איז ערשט לעצטנס געדרוקט געווארן. וועגן רבי רפאל הכהן'ס התנגדות צום ביאור טרעפט מען אין די בריוון פון מענדלסון אליין, דארט שרייבט ער אויך אז ער האט בכונה אויסצולערנען הויך דייטש און קולטור פאר די אידן, און אויב ער וועט אויך אננעמען שטרענגע מיטלען צו פארטיידיגן זיין ביאור וועט דאס שאטן זיין גאנצע ציל. זע מער וועגן די עדויות אין קובץ ישורון חלק ח'.

אלזא, עס איז גאנץ קלאר אז ס'איז נישט געווען קיין ממשות'דיגע טענות קעגן דעם ביאור, מצד עצמו איז עס געווען אויסגעהאלטן. נאר וואס דען, פאר די רבנים האט דאס נישט געשמעקט אז דער עולם וועט זיך אויסלערנען דייטש, און בכלל איז לכאורה דער גאנצער רעיון פון לערנען אין א תרגום פון א געלערנטער פראפעסאר נישט געווען לרוחם, איז מען ארויס דערקעגן. לאמיר זיך פארשטעלן אז היינט זאל מארק שפירא ארויסגעבן א חומש איבערגעזעצט אויף א הויכער ענגליש, צו וואלטן די רבנים געלאזט היימישע קינדער לערנען אין דעם?

אגב, איך בין נישט באקאנט וועגן א שריפת הביאור אין פראנקפורט, אבער עס זענען פארהאן היסטארישע מקורות (כמדומה לי) אז אין ווילנע האט מען פארברענט דעם ביאור, און לויט טייל איז דאס גאר געווען אויפ'ן גוטהייסונג פונ'ם גאון.