Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • דער מיטאס פון אויטענטישע אידישקייט

קאווע שטיבל • דער מיטאס פון אויטענטישע אידישקייט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
127 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 128 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3791
דינסטאג מאי 14, 2013 7:11 pm#115118
זר זהב האט געשריבן:@געפילטע זאגסט איבער מיין פוינט. "מיט די צייט" קען אלעס ווערן אויטענטישע אידיש. און מיט די צייט קען אלעס ווערן גוי'איש. און איך רעד נישט פון "ערפינדען", די ספרים זאגן שוין אז דער גוי ערפינד פאר'ן איד, און ווי ס'שטייט אין חת"ס דאכט זיך אז דער גוי וואס בויעט די בריק וועט קומען בעטן זיין שכר פון ג-ט, וועט אים גט זאגן אז ער האט זיך אינזינען געהאט אפילו ער האט עס אין אמת'ן געבויעט פאר'ן איד.

ס'איז א גמ' אין מס' ע"ז.
דינסטאג מאי 14, 2013 7:15 pm#115119
יידל האט געשריבן:בעל עגלה, איר וועט זיין סורפרייזד, אבער מענדעלסאן איז געווען א שומר תורה ומצוות און וויזל איז געווען א תלמיד חכם. זיי האט געבאדערט די חינוך נישט די תורה ומצוותיה.

זר, נאכאמאל, דיין narrative פון אויטענטישקיט איז א נערעטיוו וועלכע די חתם סופר ותלמידיו האבן מחדש געווען. פארדעם האט עס בכלל נישט (אדער כמעט נישט)עקזעסטירט. און וואס האט צוזלאזטע מוזיק מיט נישט-אידישקייט. פארוואס איז יא צולאזט און נישט צולאזט א מעסטער בכלל?

קעיס אין פוינט. ראי' לדבריך. ווען מ.ב.ד. מוזיק איז געווען "הייס" האט א "אויטענטישער" איד נישט געלאזט הערן זיין מוזיק. ס'איז געווען וואס "ליפא" איז היינט.
דינסטאג מאי 14, 2013 7:25 pm#115120
יידל, דו פרעגסט ווער האט מחילט געווען וועכלע מוזיק איז מער אויטענטיש אידישלעך. לאמיר ארויסגיין קוקן. וועכע סארט איד טאנצט ביי זרעה חיה וקימא/יודי לה חסדו/אחד יחיד ומיוחד. און ווער נעמט זיך טאנצן ביי שמעלצער'ס ניגונים. דארט ליגט דער ענטפער
דאנערשטאג מאי 16, 2013 9:52 pm#115131
יידל, האסט אמאל געזען א בילד פון מענדלסאן? ער זעט דיך אויס ווי א וויליאמסבורגער איד?
און דאס וואס דו שרייבסט אז מ'פלעגט אמאל גריסן יעדע פרוי איז שווער צו גלייבן, ס'איז נישט אויסגעהאלטן מדינא דגמ'.
דאנערשטאג מאי 16, 2013 9:56 pm#115132
berlbalaguleh האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איז די טענה דא אז סאיז בעצם נישטא אזא זאך ווי אויטענטישע אידשקייט, אדער סאיז שייך נאר פערצאפאל האט עס נישט קיינער?
ווען מיר זאלן ווען האבן א דאקאמענטרי פון תקופת מתן תורה וואלטן מיר נישט געהאט אויטענטישע אידשקייט?

ס'איז יא דא א דאקומענטערי פון תקופת מתן תורה. ס'הייסט די מאווי "טען קאמענדמענטס".


ס'נישט קיין דאקומענטרי, א פשוט'ע האליוואוד פילם.
דאנערשטאג מאי 16, 2013 11:16 pm#115143
זר זהב האט געשריבן:יידל, דו פרעגסט ווער האט מחילט געווען וועכלע מוזיק איז מער אויטענטיש אידישלעך. לאמיר ארויסגיין קוקן. וועכע סארט איד טאנצט ביי זרעה חיה וקימא/יודי לה חסדו/אחד יחיד ומיוחד. און ווער נעמט זיך טאנצן ביי שמעלצער'ס ניגונים. דארט ליגט דער ענטפער

אויב דער שבח איד איז דיין מעסטער אויף אוטענטישער אידישקייט וואס איז דריי אהאלב טויזענט יאר אלט, ביזטו טאקע גערעכט.
דאנערשטאג מאי 16, 2013 11:25 pm#115144
געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:יידל, דו פרעגסט ווער האט מחילט געווען וועכלע מוזיק איז מער אויטענטיש אידישלעך. לאמיר ארויסגיין קוקן. וועכע סארט איד טאנצט ביי זרעה חיה וקימא/יודי לה חסדו/אחד יחיד ומיוחד. און ווער נעמט זיך טאנצן ביי שמעלצער'ס ניגונים. דארט ליגט דער ענטפער

אויב דער שבח איד איז דיין מעסטער אויף אוטענטישער אידישקייט וואס איז דריי אהאלב טויזענט יאר אלט, ביזטו טאקע גערעכט.

ס'איז איינס פון די מעסטערס. נישט דער איינצייגער.
פרייטאג מאי 17, 2013 12:53 am#115161
כזר זהב וכבערל ועוד, מען קען נישט פארלייקענען די פאקטן. מען קוקט מי ומי ההולכים, און מען זעהט ווער עס גייט וואס. לאמיר אריינגיין אין ביהמ"ד, און קוקן אויף די אידן וועלכע לייגן אראפ א דאווענען, זיי האבן א געפיל צו עפעס העכערס, וועלכע גלעזער זיי גייען? און די באקעס וועלכע שמועסן אין פאליש אדער רייכערן אינדרויסן (יו"ט) א גאנצן דאווענען, ווי אזוי זיי גייען. עס איז די ניגונים, גלעזער, סטיייל בעקישעס, שיך, יו נעים איט.

ס'איז נישט אז איך מאך אוועק א איד ח"ו, יעדער איד איז חשוב, און אודאי אזוי ביים באשעפער, אבער ה' יראה ללבב, מיר קוקן מיטן פליישיגן אויג, און וואס די ערנסטערע אידן גייען (און כ'רעד נישט פון פארפרומטע קעצל גלעזער וואס בלויז געציילטע עקסטרעמיסטן טראגן), לויט דעם פרובירט מען צו זעהן וועלכע גלעזער באלאנגט פאר ערנסטע און וועלכע פאר די נישט-ערנסטע.
פרייטאג מאי 17, 2013 1:18 am#115171
נאכאמאל, מ'רעדט דא וועגן "אוטענטישע" אידישקייט, נישט וועגן ווער ס'האט פארגלייזטערע אויגן ביי קידוש. ווען דו גייסט ווען מיט דיין מעסטער וואלסטו מעגליך אויסעוועהלט די צדוקים בשעתם, צו גאר די קריסטן בזמן בית שני.

ווי אויך דארפסטו פארשטיין אז אלעס וואס דו זעהסט אין די גלעזער, ווילדע ניגונים און טענץ איז נאר ווייל דאס איז דיין פערספעקטיוו וואס איז נשפע פון דיין סביבה. ווייל דו ווייסט אז די באמעס צופייערען זיך ביי ליפא'ס הייב אויף דיינע הענטעלעך, און די כולל אינגערלייט ווערן לעבעדיג ביי ר' אלימלך'ס טאנץ, אבער א דרויסעדער זעהט נישט קיין חילוק, און ווען ליפא קומט ווען ארויס מיט דעם מאדנע רעבירעב (קרעדיטפרישער) ליפא טאנץ וואלסטו דאס אנגעקוקט פונקט אזוי טשיקאוו. It's all a matter of perspective.

די פוינט איז מיינעך, אז דער פוילישער פאלקא, דער ווינער וואלץ, זענען פונקט אזוי פרעמט פאר אוטענטישע אידישקייט ווי דער אמעריקאנער היפ-האפ אדער ראק ענד ראלל.
פרייטאג מאי 17, 2013 1:19 am#115172
דאס גאנצע שמועס און צוחושעניש קומט פון נישט קוקען אויף די הויפט איידענטיטעט פון א איד די תורה,פון דארט פארמען אונז אויס אונזער איידענטיטעט,און נישט פון קיין שום אנדערע פלאץ.
יידל איך וואלט דער מייעץ געווען ארויסצונעמען א חומש דברים און לערנען לערן אביסעל נביא שופטים,שמואל,מלכים.
די אויבערשטער שרייט די ואבדיל אתכם נאכאמאל און נאכאמאל.
ווילסט לעבן ווי א גוי, ווילסט לעבן חיי הפקר גיי געזונטערהייט פליז לאז די תורה און יודישקייט צורוה.
פרייטאג מאי 17, 2013 1:26 am#115174
די תורה קען מען טייטשען פארשידענע וועגן, אפשר טוסטו מיר א טובה, זיי מיר פונקטליך מסביר ווען מ'זאגט יא ואבדיל (וואס איז נישט קיין ציווי, פונקט ווי והיית משוגע איז נישט קיין מצוה) און ווען נישט, ווי לאנג דארף א זאך זיין אין באנוץ ס'זאל ווערן מותר, און וואס די נ"מ ציווישן די 2013 מאדעל קאר און די 2013 מאדעל גלעזער.

א דאנק.
פרייטאג מאי 17, 2013 1:39 am#115184
געפילטע פיש האט געשריבן:די תורה קען מען טייטשען פארשידענע וועגן, אפשר טוסטו מיר א טובה, זיי מיר פונקטליך מסביר ווען מ'זאגט יא ואבדיל און ווען נישט, ווי לאנג דארף א זאך זיין אין באנוץ ס'זאל ווערן מותר, און וואס די נ"מ ציווישן די 2013 מאדעל קאר און די 2013 מאדעל גלעזער.

א דאנק.


איך זע אז מען רעדט אסאך ארום אינעם אשכול איבער די נושה פון הבדלה א איד פינעם גוי, זעט אויס אז דאס איז א עיקר נקודה,

מר. געפילטע, איר פארשטייט די חילוק? איר פארשטייט א חילוק צווישען זיך פערזענליך פיצען מיט בגדים און אויסזען פון א גוי, צו דשאסט דרייווען א לעצטע מאדעל קאר??
פרייטאג מאי 17, 2013 2:05 am#115190
ניין, אויב עפעס פארקערט, סאך מער צייט און מוח (און געלט) גייט אריין אין אויסוועלן א שיינע מאדעל קאר ווי אין גלעזער, וואס ביידע ווערן געמאכט דורך דעם זעלבען סטייליסט.

איך וויל אבער הערן א כלל. ווען יא ווען נישט,
פרייטאג מאי 17, 2013 2:12 am#115191
קודם דארף מען האבען די הרגשה פון וועלען זיין דעם אויבערשטערס און די תורהס א מענטש דערנאך העסטו האבען ווייניגער שאלות
פרייטאג מאי 17, 2013 2:28 am#115192
געפילטע פיש האט געשריבן:ניין, אויב עפעס פארקערט, סאך מער צייט און מוח (און געלט) גייט אריין אין אויסוועלן א שיינע מאדעל קאר ווי אין גלעזער, וואס ביידע ווערן געמאכט דורך דעם זעלבען סטייליסט.

איך וויל אבער הערן א כלל. ווען יא ווען נישט,


איך מיין אז איר פארשטייט און ווייסט אז ״צייט און מוח און געלט״. האט גארנישט מיט תורות הבדלה, דערפאר וואנדערט מיר וואס איר האט געמייט צו שרייבען אז עס גאר פארקערט.. און פארוואס איר דערמאנט עס.

הכלל, איך פארשטייט בכלל נישט אז זיך קליידען ווי דעם גוי און זיך פיצען ווי דעם גוי איז בניגוד צו תורות התבדלות און עס ברענגט א התקרבות, משא״כ דרייווען א לעצטע מאדעל קאר איז שוין נישט די זעלבע שטאפעל?

צוריק צו אייער ערשטע פראגע, איר פארשטייט טאקע נישט די חילוק פון זיך צוגלייכען היינט צוטאגס צו דעם סטייל פונעם גוי פון היינט צוטאגס, לעומת זיך צוגלייכען היינט צוטאגס צו דעם סטייל פינעם גוי פון צען יאר צוריק??
פרייטאג מאי 17, 2013 2:54 am#115194
איך פארשטיי די נקודה פון בדחן לגבי דאס זיך צושטעלן צום גוישען סטייל פון היינט 2013. אז הגם אונזער קולטור קען האבן געוויסע ענדליכקייטן צום גוי פון 30 יאהר צוריק קען דאס נאך אלץ אנגערופן ווערן אנדערש פון גוי וויבאלד ביים היינטיגען גוי איז דאס פאריאריגע שניי.איך גלייב אז געפילטע פארשטייט דאס אויך... די שאלה איז איז דאס בלויז א געפיל אזא מחיצה וגדר וחומרה זיך צו האלטן אפגעטיילט ? אדער איז דאס א קראנטע הלכה, מקורות ביטע.

אויך וויל איך קלאר מאכן פון יידל וואס זאגט אז דאס זיך פאראנדערשן פונעם גוי איז סך הכל 200 יאהר אלט פון חת״ס׳ס צייטן, און פאר דעם איז נישט געווען אזא מושג.
די גמרא זאגט סנהדרין עד: אז אפילו ערקסא דמסאני וואס דער גוי צווינגט צו טוישן אויב וויל ער דאס צוליב אידישקייט אדער בשעת השמד דארף מען זיך מוסר נפש זיין. דאס זאגט עפעס יא אז מלבושים מיט אידישקייט האט א שייכות, און אידן זענען געגאנגען אנדערש.
פרייטאג מאי 17, 2013 8:23 am#115205
איך מיין אז די עולם מאכט דא א גרויסע טעות. ווי יידל האט דא שיינערהייט ערווענט, איז נישט שייך צו מגדיר זיין עפעס וואס טוישט זיך מיט די צייטן אלץ אטענטיש. די אפטייטש פון אטענטיש איז ארגינעל, ריין, אומגעטוישט. אלע זאכן וואס ווערן דא איבערגעשמועסט זענען זאכן וואס זענען ווייט פון ארגינעל, ריין און אומגעטוישט.

א.ג. אידישע מוזיק איז ארגינעל? גלעזער? קליידער? איז די חילוק צווישן איינער וואס שאקלט לאנג ביים דאווענען און איינער וואס רייכערט יו"ט געווען די מעסטער ביי די כלל ישראל פון לאנגע יארן צוריק? די זאכן האבן גארנישט מיט אטענטישקייט. קען זיין אז דו קענסט מיר אויפווייזן דאס נחיצות דערפון פאר אונז אדער פארן באשעפער, אטענטיש איז עס אבער נישט.

אויב אזוי איז דאך יידל לכאורה גערעכט, אז דאס גאנצע געשפרעך איבער אטענטיש אידישקייט איז א וועיסט אוו טיים.

איך בין מסכים צו יידל לגבי וואס מענטשן רופן אטענטיש, אז עס איז נישט ריכטיג. איך האלט אז עס איז אבער דייקא יא דא אטענטיש אידישקייט, אבער די מיינונג דערפון איז אנדערש פון וואס די המון עם מיינט.

עס זענען דא חלקים פון די תורה וואס זענען קיינמאל נישט געטוישט געווארן און וועלן קיינמאל נישט געטוישט ווערן, און נאר לגבי די זאכן איז שייך צו זאגן אטענטיש. ולא זו בלבד, נאר לכאורה, ווי מער מען האלט זיך נאר צו די זאכן - אן צולייגן חומרות, מנהגים וגדרים - אלץ מער אטענטיש איז מען.

א שטייגער ווי די יומען ביאינג. ביי בריאת העולם איז ער געווען נאקעט, ווי נאר ער איז געווארן קלוגער האט ער זיך צוגעדעקט מיט בלעטער. ער איז געווארן מער פארגעשריטן האט ער זיך אויסגעלערנט צו בינדן א שמאטע מלמעלה ומלמטה. שפעטער א שמאטע ארומגעוויקלט זיין גאנצע גוף, דערנאך א גארטעל, דערנאך סענדעלס, און אזוי ווייטער ביז ער איז אנגעקומען צו די שפיץ חכמה מיטן טראגן די היינטיגע סטראקעס, פערטל שיך און געפעפעטע הויזן.

יעדער איינער פארשטייט אז בנוגע קליידונג שטייען מיר היינט פיל מער פארגעשריטן און בעסער ווי די פרימיטיווער אדם, נח, אברהם, די שבטי קה, און אפילו ווי אונזערע עלטערן פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק. די קליידער זענען שענער, שטערקער, בעסערע פיט, באשוצט פון הוץ און קעלט. אבער למעשה די אפריקאנער שבטים וואס טראגן שמאטעס מלמעלה ומלמטה זענען אבער מער אטענטיש אין דעם געביט. יא, זיי זענען פרימיטיוו אבער אטענטיש.

נחזור לענינו, לגבי אידישקייט איז דאס זעלבע זאך. אידישקייט איז געווארן בעסער און בעסער דורכאויס די יארן. מען האט צוגעלייגט גדרים וסייגים, מנהגים וחומרות, געפילישע זאכן, קבלה ענינים, (איך רעד דא פון די זאכן וואס זענען צוגעלייגט געווארן בכוונה מיט שכל, נישט די שטותים והבלים וואס פארנעמט היינט ליידער א גרויסע טייל פון די א.ג. חרדי'שע רעליגיע.)

למעשה אבער איז דאס נישט אטענטיש אידישקייט, דאס איז אידישקייט מיט צוגעלייגטע מטעמים. דאס איז פונקט ווי די יומען ביאינג מיט סטראקעס און געפעפעטע הויזן, יעדער פארשטייט אז טראץ די געוואלדיגע מעלות און וויכטיגקייט פון געפעפעטע סטראקעס דאך איז די פרימיטיווער אפריקאנער מער אטענטיש.

די זעלבע איז מיט דעם. אפגעזעהן וואס איר האלט לגבי אלע צוגעלייגטע און טוישבארע זאכן אין אידישקייט, זאל עס זיין וויכטיג און קלוג און יסודות הדת און ואבדיל וכו' אטענטיש איז עס נישט. די ווייניגער פון די חומרות, מנהגים וכדומה, די מער אטענטיש.

וויליאמסבורגער אידן (איך כאפ אן וויליאמסבורג טו מעיק עי פוינט, וה"ה לשאר חרדים) קען זיין אז איר זענט דאס מערסטע חשוב'ע אידן בעיני אלוקים, (איך פערזענליך בין נישט אזוי זיכער) אבער אטענטיש זענט איר בכלל נישט!, וכנ"ל.
פרייטאג מאי 17, 2013 9:12 am#115206
דארף מען דא מברר זיין אויב רעדט מען וועגן אריגינעלער יודישקייט, דהיינו מצוות הדת וכו', אדער וועגן אריגענעלער יידישער קולטור, וואס דאס איז כולל ניגונים מאכלים וכו'. דאס זענען צוויי גענצליך באזונדערע זאכען וואס מאנכע, סיי די קנאים וואס פראבירען זיך צו האלטען צו אריגינעלער יידישע ניגונים לבוש וכדו', און סיי סתם מענטשען וואס האבען א נאסטאלאגישער געפיל צו די א"ג אריגענעלער יידשקייט פון וומס"ג זענען זיך טועה און צומישען.

א דריטער זאך אינגאנצען איז דער ענין פון אוטענטישקייט בעצם, פילט זיך היימיש מיט'ן יידישקייט זיינער, ווער ס'זעהט זיך אן אויף עם אז זיין יהדות איז א חלק פון עם און איז נישט עפעס א פרעמדע זאך וואס איז צוגעטשעפעט צו עם. דאס איז אפשר א זאך וואס האט אביסעל צוטוהן מיט די לבוש עסן וכדו', עס איז אבער באמת אינגאנצען אן אנדערע נקודה.

ויש לחקור לגבי כל אחד משלש נקודות אלה בשאלות האשכול. איז לאמיר זאגען בקיצור אויבערפלעכליך.

לגבי היטען די הלכה און השקפה פון די תורה אריגענעל, איז לכאורה נישטא קיין חילוק פון פלעצער און זמנים, און ווער ס'לערנט די תורה און פאלגט איר ער איז דער אריגענעלער יוד. נאר וואס, דא דארף מען חוקר זיין אויב אין דעם גופא איז נישטא קיין שינויים, צו איז די תורה פון חז"ל טאקע די זעלבע ווי די פון תנ"ך, און צו איז די תורה פון די ראשונים ואחרונים די זעלבע ווי די פון חז"ל. דאס זענען היסטארישע מחקר'ישע שאלות וואס מ'רעדט וועגן דעם, אבער למעשה איז זיכער אז ע"פ תורה איז דער אחרון די זעלבער אמת'דיגער מייצג פון די תורה ווי דער תנ"ך יוד, כל עוד זיינע חידושים וכו' זענען בדרכה של תורה, וע"ז נאמר שבעים פנים לתורה וכל מה שתלמיד וותיק עתיד לחדש וכו'.

לגבי די צוייטע, קולטורישע נקודה, איז זייער שווער צו זאגען אז ס'דא בכלל אריגענעלע יידישע עסן, קולטור, טענץ, ניגונים, וכדו'. עינינו הרואות אז דאס וואס מרופט פארצייטיש יידיש היינט איז נישט מער ווי דער גויישער סגנון פון א געוויסע פלאץ אין א געוויסע צייט צוריק, און דאס איז זיכער אז עס האט גארנישט קיין המשכיות צו דער יידישער קולטור פון זמן התנ"ך וחז"ל, וואס זייער קולטור נאיז אויך געווען בערך ווי די ארומיגע שכנים. אמת ס'דא כל מיני הלכות וועגן חוקות הגוי וכו', און די קנאים הענגען זיך שטארק אן אין די אלע אזהרות התורה ורז"ל וועגן זיך דערווייטערן פון גוים וכו' (עי' במיוחד במאמר הר"ש זעליכאוער שובה ישראל), איז דאס נאכאלץ גאר פראבלעמאטיש, און אין די פוסקים טוט זיך א גרויס צומישענעיש וועגן די גדר פון די אלע הלכות למעשה, וועגן די אלע קשיות ועוד, און לכאורה ע"פ הלכה אין לנו אלא מה שמפורש בחז"ל וכו' לאיסור, און צו אסר'ן נאך וועגן אזוינע טעמים איז שווער צו מבסס זיין הלכה'דיג.

די דריטע זאך, זיך פילען היימיש און אריגענעל אין יידשקייט, מיין איך אז ס'איז שווער מכחיש זיין אז על פי רוב איז דאס דא ביי "היימישע יודען" פיל מער ווי ביי מער מאדערנע סארטן. קען זיין דאס איז נישט מער ווי געפילען, אבער איך מיין אז א שלום זכר אין א היימיש שטיבל האט פיל מער יודיש טעם ווי אין א מער מאדערנע פלאץ. ווי אויך א דאווענען, א אקדמות, א נשמת, וכו'. אבער דאס איז נאכנישט מחייב גארנישט, און קען זיין ס'איז נאר מיין הרגל, דאך מיין איך שיש דברים בגו ויל"ע בסיבות לזה וכו'.
פרייטאג מאי 17, 2013 9:30 am#115210
לעיקוואד האט געשריבן:די דריטע זאל, זיך פילען היימיש און אריגענעל אין יידשקייט. מיין איך אז סאיז שווער מכחיש זיין אז על פי רוב איז דאס דא ביי "היימישע יודען" פיל מער ווי ביי מער מאדערנע סארטן. קען זיין דאס איז נישט מאער ווי געפילען, אבער איך מיין אז א שלום זכר אין א היימיש שטיבל האט פיל מער יודיש טעם ווי אין א מער מאדערנע פלאץ. ווי אויך א דאווענען, א אקדמות, א נשמת, וכו'. אבער דאס איז נאכנישט מחייב גארנישט, און קען זיין סאיז נאר מיין הרגל, דאך מיין איך שיש דברים בגו ויל"ע בסיבות לזה וכו'.

געפיליש? יא. היימיש? קען זיין. מער אידיש טעם? יש לעיין (על טעם אין להתווכח). אבער "אטענטיש"? מאן דכר שמיה?

קיינער רעדט דא נישט וועגן חייובים, מען רעדט דא לגבי די אפט-גענוצטע פראזע פון "אטענטיש".
פרייטאג מאי 17, 2013 9:34 am#115211
הוגה, בדרך אגב, נישט צו פארדרייען חלילה, דיין משל איז טוטאל אפגעפרעגט לויט ווי ס'מקובל אז די סטראקוס שטאמען גאר פון די אבות הקדושים.
פרייטאג מאי 17, 2013 9:37 am#115212
הוגה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:די דריטע זאל, זיך פילען היימיש און אריגענעל אין יידשקייט. מיין איך אז סאיז שווער מכחיש זיין אז על פי רוב איז דאס דא ביי "היימישע יודען" פיל מער ווי ביי מער מאדערנע סארטן. קען זיין דאס איז נישט מאער ווי געפילען, אבער איך מיין אז א שלום זכר אין א היימיש שטיבל האט פיל מער יודיש טעם ווי אין א מער מאדערנע פלאץ. ווי אויך א דאווענען, א אקדמות, א נשמת, וכו'. אבער דאס איז נאכנישט מחייב גארנישט, און קען זיין סאיז נאר מיין הרגל, דאך מיין איך שיש דברים בגו ויל"ע בסיבות לזה וכו'.

געפיליש? יא. היימיש? קען זיין. מער אידיש טעם? יש לעיין (על טעם אין להתווכח). אבער "אטענטיש"? מאן דכר שמיה?

קיינער רעדט דא נישט וועגן חייובים, מען רעדט דא לגבי די אפט-גענוצטע פראזע פון "אטענטיש".

איך מיין נישט אוטענטיש במובן פון אריגענעל וואס איז אמאל געווען, אוטענטיש מיין איך מובן פון וואס עקזיסטינילישער דענקער רופען טוהן זאכע אוטענטיש, זאכען וואס זענען נובע פון דיין אייגענע פנימיות און ביינג, נישט זאכען וואזס זענען אנגעטשעפעט אזוי מבחוץ. איך מיין אז ביי היימישע יודען איז מער מצוי אז זיי פילען זיך אליינס היימיש אין יהדות. דאס איז זיי, משא"כ ביי מער מאדערנע, אפילו ביי ליטווישע, איז דא מער אזא פרעמדקייט מיט די יידישקייט זייערע, כאילו עס איז עפעס א דבר נוסף וואס איז אנגעטשפעט צו זיי אבער נישט אז דאס איז ער.
פרייטאג מאי 17, 2013 9:57 am#115215
לעיקוואד תנא ושייר. איך האב גערעדט פון אידישע השקפה (און דאס איז כולל א דגוש אויף געוויסע מצוות ווי לדוגמא הבדלה וצניעות ביי די סאטמערע, לימוד התורה ביי די ליטוואקעס. אבער פארשטייט זיך די מדובר איז אויך ביי שאר עניני השקפה ווי אויטענטישע צוגאנג צו חינוך, צו שלום בית וכו'. די מדובר לגבי מוזיק ולבוש איז נישט געווען מכוח קולטור נאר מכוח השקפה ודו"ק)
פרייטאג מאי 17, 2013 10:07 am#115216
ווי עס קיקט אויס ביז אהער איז ידול גערעכט, קיין אוטענטיש איז נישט דא
איך מיין אז די שאלה דארף זיין ווער איז די מערסטע אויטנטיש? (איז דאס א מיס-נאמער?)


אין אויטענטיש וועט נישט מיינען קאלטור, מנהגים אין אויך נישט צורת קיום המצוות נאר ווער איז די נאנסטע צים תכלית המכיון

די פרס ואבדיל אתכם מן העמים מיין איך מען וועט דארפן ציטיילען איינס פאר די ווילי איד אין די אנדערע פאר א מקובל וואס שטייט ביין כותל מיט ווייסע קראקס

אבער די פרס להיות לי גייט פאר א איד אין די states מיט א קאלירטע יאמעקע מיט א קליינע בלויע גמרא

סארי, בדחן אין זר, דע פרס להיות לי קען נישט גיין פאר איינעם, אדער פאר די group, וואס די קאפ שטייט אויף די 2013 model, אדער אויף די רעבצענס טשיס קעק
פרייטאג מאי 17, 2013 10:08 am#115217
יידל האט געשריבן:לעיקוואד תנא ושייר. איך האב גערעדט פון אידישע השקפה (און דאס איז כולל א דגוש אויף געוויסע מצוות ווי לדוגמא הבדלה וצניעות ביי די סאטמערע, לימוד התורה ביי די ליטוואקעס. אבער פארשטייט זיך די מדובר איז אויך ביי שאר עניני השקפה ווי אויטענטישע צוגאנג צו חינוך, צו שלום בית וכו'. די מדובר לגבי מוזיק ולבוש איז נישט געווען מכוח קולטור נאר מכוח השקפה ודו"ק)


איז דאס ענליך צו די ערשטע נקודה.די סארט השקפה איז זיכער א זאך וואס מטוישט און מדארף טוישען לפי הזמן והמקום, אמאל פאדערט זיך מדגיש זיין די חלק און אמאל יענער חלק, וכו'. איך מיין אז אפילו דער נאיווסטער פרומער וייסט אויך אז דאס איז זאכען וואס טוישט זיך לפי הזמן הדור והמנהיג, דער בעש"ט האט מדגיש געווען די נקודה ר' ישראל סאלאנטער די נקודה, וכו'. קיינער איז נישט מער אוטענטיש פון צוייטער וכך היא דרכה של תורה לכל דרך יש מקור במקורות וכו'.

עניני השקפה לגבי שלום בית חינוך וכו' איז ע"פ רוב נישט מער ווי הרהורי לבו של הדרשן של אותו שבת ואינו מבוסס בשום אופן על שום דבר. לא בתורה ולא במסורת ולא בקולטור.
פרייטאג מאי 17, 2013 10:13 am#115218
אויב מיינט אויטענטיש די נאנסטטע צים תכלית המכיון
איז טויש א חלק פין אויטענטיש
דור דור ודורשיו איז א חלק פין די ארגענעלע אויטענטישע אידישקייט - (אין הוא הדין מנהגים לפי המקום וכד')
פרייטאג מאי 17, 2013 10:35 am#115225
הוגה האט געשריבן:איך מיין אז די עולם מאכט דא א גרויסע טעות. ווי יידל האט דא שיינערהייט ערווענט, איז נישט שייך צו מגדיר זיין עפעס וואס טוישט זיך מיט די צייטן אלץ אטענטיש.

וואס איך האב מיך גע'טענה'ט דא מיט זר, בדחן, איינגעמיירעט ועוד, איז געווען נאך וואס זר האט געזאגט אז אוטענטיש אידישקייט מיינט "ואבדיל", איך פארשטיי נישט פונקטליך ווי אזוי דאס מיינט אוטענטיש, אבער ער טענה'ט אז דאס איז עס, האב איך עם פראבירט צו זאגן אז נניח ער איז גערעכט, איז דער ואבדיל א שווער קינד, און קיינער האט מיך נאך נישט געגעבן קיין צופרידענשטעלענדע ענפטער אויף א הגדרה ווען ס'הייסט יא ואבדיל און ווען נישט, חוץ איינגעמיירעט, ער האט מיר זייער גוט און זאכליך געענטפערט.
איינגעמיירעט האט געשריבן:קודם דארף מען האבען די הרגשה פון וועלען זיין דעם אויבערשטערס און די תורהס א מענטש דערנאך העסטו האבען ווייניגער שאלות

:like ווייסטו וואס? ביסט גערעכט.

דערנאך האט בדחן געזאגט עפעס ענליך
בדחן האט געשריבן:איך מיין אז איר פארשטייט און ווייסט אז ״צייט און מוח און געלט״. האט גארנישט מיט תורות הבדלה, דערפאר וואנדערט מיר וואס איר האט געמייט צו שרייבען אז עס גאר פארקערט.. און פארוואס איר דערמאנט עס.

הכלל, איך פארשטייט בכלל נישט אז זיך קליידען ווי דעם גוי און זיך פיצען ווי דעם גוי איז בניגוד צו תורות התבדלות און עס ברענגט א התקרבות, משא״כ דרייווען א לעצטע מאדעל קאר איז שוין נישט די זעלבע שטאפעל?

צוריק צו אייער ערשטע פראגע, איר פארשטייט טאקע נישט די חילוק פון זיך צוגלייכען היינט צוטאגס צו דעם סטייל פונעם גוי פון היינט צוטאגס, לעומת זיך צוגלייכען היינט צוטאגס צו דעם סטייל פינעם גוי פון צען יאר צוריק??

אז דאס זענען זאכן וואס מ'דארף אליין פארשטיין, דאס איז עפעס א השראה וואס קומט אראפ פון הימל צו יעדן אוטענטישע איד... כאפסט?

דאס איז אן עקסטערע שמועס, וואס האט נישט בעצם מיט די נושא האשכול פון אוטענטישקייט, נאר איז די הגדרה פון ואבדיל, אויב ווילן די וואס ווילן, קענען זיי עס אפטיילן, אבער די זאכן מוזן געזאגט ווערן און נתברר ווערן איין מאל פאר אלעמאל.

לענין הגדרת ואבדיל, דאס איז וואס איך האב ארויסגענומען פון די שמועס דא.

2013 קאר = נישט גויאיש
2013 גלעזער = יא גויאיש
2013 האר סטייל פאר א שייטל = נישט גויאיש
2013 קליידונג סטייל פאר ערוואקסענע פרויען = יא גויאיש
2013 קליידונג סטייל פאר קינדער שלא באו לכלל חינוך = נישט גויאיש
היינט צו טראגן היינטיגע גלעזער = יא גויאיש
צוואנציג יאר צוריק פאר ר' שלמה באבובער זצ"ל צו טראגן דעמאלסדיגע סטייל גלאנציגע גאלדענע גלעזער = נישט גויאיש
היינט צו גיין מיט די מאדע = יא גויאיש
רוזינע קינדער גיין מיט די מאדע = מלכות
גיין מיט הויזן היינט = נישט גויאיש
גיין מיט הויזן גלייך ווען ס'איז ארויסגעקומען = יא גויאיש
היינט צו זינגען היינטיגע סטייל ניגונים = יא גויאיש
הונדערט יאר צוריק צו זינגען ביים רבי'נס טיש די זעלבע ניגון וואס מ'זינגט אין טיאטער = נישט גויאיש ווייל מ'האט דאס אפגעקויפט פונעם שווארצן פאסטוך
היינט רעדן ענגליש = יא גויאיש
אמאל רעדן אונגאריש = נעם גויז'יש
פרייטאג מאי 17, 2013 1:09 pm#115256
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל, האסט אמאל געזען א בילד פון מענדלסאן? ער זעט דיך אויס ווי א וויליאמסבורגער איד?
און דאס וואס דו שרייבסט אז מ'פלעגט אמאל גריסן יעדע פרוי איז שווער צו גלייבן, ס'איז נישט אויסגעהאלטן מדינא דגמ'.


ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן, מענדלסאהן האט געוואלט איין זאך, און דאס האט אונזער היימישער אידישקייט צום סוף אנגענומען. למעשה איז אויך אנגעקומען חסידות מיט נאך א רייע חידושים וועלכע האבן גענצליך געטוישט דאס פנים פון אידישקייט און ס'פארשטייט זיך אליין אז וויליאמסבורגע אידישקייט האט מיט מענדלסאן נישט קיין שייכות. דאס מיינט אבער נישט אז מענדלסאהן'ס וויזיע פאר חינוך איז נישט מקויים געווארן - עכ"פ טיילווייז.

לגבי גריסן פרויען: אויב האסטו אן אויבערלענדישע באבע אדער זיידע, פויל זיך נישט און זיי מקיים דעם שאל ... זקיניך ויאמרו לך. עס גלויבט זיך נישט אבער עס איז א פאקט.

איינגעמיירעט האט געשריבן:דאס גאנצע שמועס און צוחושעניש קומט פון נישט קוקען אויף די הויפט איידענטיטעט פון א איד די תורה,פון דארט פארמען אונז אויס אונזער איידענטיטעט,און נישט פון קיין שום אנדערע פלאץ.
יידל איך וואלט דער מייעץ געווען ארויסצונעמען א חומש דברים און לערנען לערן אביסעל נביא שופטים,שמואל,מלכים.
די אויבערשטער שרייט די ואבדיל אתכם נאכאמאל און נאכאמאל.
ווילסט לעבן ווי א גוי, ווילסט לעבן חיי הפקר גיי געזונטערהייט פליז לאז די תורה און יודישקייט צורוה.


כ'האף אז צו די ספרים וועלכע דו טוסט אזוי ברייטהארציג רעקאמאנדירן, לייגסטו צו אביסעלע מער קאפ ווי צו וואס איך האב געשריבן, ווייל עס קוקט אויס ווי דו האסט בכלל נישט פארשטאנען מיין פוינט. צו מיינסטו אז כ'האב גע'טענה'ט אז דער חתם סופר האט מחדש געווען דעם פסוק פון ואבדיל? איך רעד פון עפעס אנדערש. ליין איבער מיינע ווערטער, דערנאך קום נאכמאל.

און, טו מיר א טובה, די תורה און אידישקייט דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר זיי באופן פון אד האמינום אטאקעס. תורה מונחת בקרן זוויות, וכל מי שרוצה ליטול יבוא ויטול, אן קיין רעקאמענדאציעס פון איינגעמיירעט.
פרייטאג מאי 17, 2013 2:43 pm#115286
אויב מען מעג פארקריכען, יידל איז נישט גערעכט, ווייל מען דארף נישט פארגלייכען דעם היינט לעומת דעם אמאל, כדי אויפציווייזען אז עס איז דא א פראבלעם מיט אויטענדישע אידשקייט,

כמעט יעדער פאר זיך איז היינט צוטאגס א סתירה מיניה ובי, פון זייט האלט מען אן בכל כוחו די מנהג פון עסן די רעבצין טשיס קעיק אדער די רעסעפי פון די רבצין פערפעל, אדער בארשט מיטל נאכט, פון די אנדערע זייט איז מען בהנהגת הבית גאר א קליינע מענטש צום טיש,

זייער ווייניג סאטמערע בעה"ב וואלטן געפעסט די טעסט צום דברי חיים זצ"ל פון וועם רבינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד, אבער כמעט יעדער וועט נאכגיין דעם מחזיר דברי יואל אויסענווענדיג,

די זעלבע איז ביי אנדערע חסידות אויך.

וומסב"ג איז ווי באוויסט א עיר משוגאים, אבער די מערסטע מאדענע איז, ווי די בעה"ב וואס זיי אדער בני בית וואלטן קיינמאל נישט תופס מקום געווען ביי א חסידשען איד, זענענן די וואס פראקצעטירען און פארשטייען און ווייסען און געבן איבער תורות רבם פאר דעם קימענדיגען דור. פון איין זייט קעמפט מען פאר יודשקייט פון אמאל פון די אנדערע זייט טוט מען וואס מען וויל,
פרייטאג מאי 17, 2013 3:58 pm#115299
בדחן, אלא מאי וואס איז דיין מסקנא ?
פרייטאג מאי 17, 2013 4:08 pm#115302
אז משיח זאל קימען ווי פריער כדי עס זאל זיין וועם אויסצולייזען פון גלות....

מיט מיינע פליישיגע אויגן זע איך נישט אז מען זאל קענענן שטויסען די באל פאר נאך 30 40 יאר,
די סיסטעם האט לעכער און עס איז שלעכט, די אלטערנעטיוו איז אסאך ערגער און עס איין גרויסע שווארצע לאך, און דערפאר דארף מען זיך האלטן צום סיסטעם, אבער פון אלע קליינע לעכער אינעם סיסטעם קען ח"ו ווערן איין גרויסע לאך.......
פרייטאג מאי 17, 2013 4:24 pm#115305
בדחן קומט ארויס פון זיין שעל
פרייטאג מאי 17, 2013 4:34 pm#115309
איז מעגליך אז די "סיסטעם" איז די איין גרויסע לאך?
פרייטאג מאי 17, 2013 4:59 pm#115315
איינער האט געהעקט בדחן'ס אקאונט?
פרייטאג מאי 17, 2013 5:16 pm#115319
בדחן האט געשריבן:מיט מיינע פליישיגע אויגן זע איך נישט אז מען זאל קענענן שטויסען די באל פאר נאך 30 40 יאר,

אז מ'וועט לאזן בחורים שטויסען דעם באלל, וועלען אסאך לעכער פארנייעט ווערן...
פרייטאג מאי 17, 2013 5:21 pm#115321
@ יידל

זיי מיר מוחל אלף, פעמים ככה, ווייסטדאך אז איך ליב דיר ווי נאר עס האט אמאל א ממרום ליב געהאט א יידל, אבער האמת אהוב מכל, טא לדעתי האסטו ממש ארויסגעלאזט א לופט באבל.

לויט דיר פארמאגט אידישקייט - א רעליגיע וואס איז גראדע שטארק שטארק דעפינירט - נישט קיין שום קאנסטאנט!

בעיני איז דאס דברים בטלים ממש, קען נישט זיין, אויב איז אידישקייט בכלל עפעס, ברויך עס פארמאגן אמווייניגסטענס איין קאנסטאנט, כדי להבהיר מה זה אידישקייט, ווייל "א הרכב פון בלויז וואריבעלס, איז אלעס און גארנישט" (ממרום שלח אש).

אויב קען זיך עס ממש טוישן מקצה אל הקצה און קיינער קען נישט שרייען, "העי, דאס איז נישט אידישקייט" אויב אזוי אולי איז בודהיזם אויך אידישקייט, כ'מיין, פארוואס נישט?.

איז קאנסערוועיטזם און רעפארם אויך אידישקייט? אולי אפילו קריסטנטום? זיי גלייבן אין די תורה און א איד האט עס געגרינדעט, ס'האט אפילו מער תביעה ווי רעפארם מייניך, אחרי ככלות הכל איז עס געווען א ערענסטע שטרעמונג אינערהאלב אידן מיט צוויי טויזנט יאר צוריק.

ממילא, זיי מברר דעם קאנסטאנט, העלמער קענען גרינג מגדיר זיין אויטענטיש אידישקייט.
פרייטאג מאי 17, 2013 5:26 pm#115323
איי גטא ניוס פאר יו. הרב אריה קאפלאן טענה'ט אז געוויסע פונדעמענטאלן פון בודהיזם זענען אידישקייט. נישט אז איך עגרי, באט...
פרייטאג מאי 17, 2013 5:37 pm#115326
עניוועי, צו ענטפערן דיין שאלה: היות דו ביזט דער וואס וויל עסטעבלישן אן אויטענטישן אידישקייט, ביזטו דער וואס דארף אראפלייגן דעם קאנסטענט און נישט נוצן דעם עקסטרעמען עקסטרעפאלאציע פון מיינע ווערטער צו אונטעררייסן מיין טענה.
פרייטאג מאי 17, 2013 5:45 pm#115328
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער האט געהעקט בדחן'ס אקאונט?


דו פרעגסט שוין די פראגע זייער אסאך מאל, די ענטפער איז ניין.
מיין שטעלנוג איז אייביג געווען די זעלבע, איך זע נישט וואס די חידוש׳זיך אזוי.
פרייטאג מאי 17, 2013 5:48 pm#115330
How about דביקות בה' ע"י תורה ומצות
פרייטאג מאי 17, 2013 5:52 pm#115331
יידל האט געשריבן:עניוועי, צו ענטפערן דיין שאלה: היות דו ביזט דער וואס וויל עסטעבלישן אן אויטענטישן אידישקייט, ביזטו דער וואס דארף אראפלייגן דעם קאנסטענט און נישט נוצן דעם עקסטרעמען עקסטרעפאלאציע פון מיינע ווערטער צו אונטעררייסן מיין טענה.


איך בין נישט דא צו עטאבלירן א אויטענטישע אידישקייט, עס איז נישט מיין עריע אף עקספערטיז און נישט מיין עריע אוו אינטערעסט.

אבער, איך בין עומד על דעתי אז אידישקייט - פונקט סיי וועלכע אנדערע מענטשליך באשעפענע מושג, דארף און קען דעפענירט ווערן, די חסרון פון דיין יכולת עס צו דעפינירן, איז בלויז א ראיה צו דיין הגבלה, נישט אז אידישקייט איז א זאך וואס איז אין עסענץ גארנישט, כמאמר החכם "א הרכב פון בלויז וואריבעלס, איז אלעס און גארנישט" (ממרום שלח אש).

"עקסטרעמען עקסטרעפאלאציע" קומט נישט אריין, בודהיזם איז א משל, עס איז נישט מוסיף אדער גורע אין די עצם טענה.
פרייטאג מאי 17, 2013 6:01 pm#115333
אבער נעם אין אכט אז ווען כ'מיטשע דיך דו זאלסט עס דעפענירן פאר מיר ביסטו עט ע לאסס פאר ווארדס. און ווען כ'מיטשע די גדולי הדורות פאר דעפעניציעס באקום איך צענדליגע דעפעניציעס, ראדיקאל אנדערש איינס פונעם צווייטן. אודאי קען אידישקייט דעפענירט ווערן, אבער די דעפעניציע האלט זיך אין איין עוואלוון, פונקט ווי די דעפעניציע פון טויזענטע אנדערע ווערטער.
פרייטאג מאי 17, 2013 6:08 pm#115337
עקסטרעמען עקסטרעפאלאציע האב איך נישט געמיינט בודהיזם, נאר דיין טענה אז פון מיין טענה קומט אויס אז אידישקייט איז גארנישט.
פרייטאג מאי 17, 2013 6:32 pm#115344
יידל האט געשריבן:עקסטרעמען עקסטרעפאלאציע האב איך נישט געמיינט בודהיזם, נאר דיין טענה אז פון מיין טענה קומט אויס אז אידישקייט איז גארנישט.


דאס איז שוין גארנישט קיין עקסטרעפאלאציע, נישטאמאל אינטערפאלאציע, עס איז די עסענץ פון דיין מסקנה.

אויב אלעס איז אויטענטיש, וואס איז עס?
פרייטאג מאי 17, 2013 6:53 pm#115352
נעם א משל גרינצייג זופ. דער מענטש וואס האט דאס ערצייגט האט אריינגעלייגט אסאך רעטעך מיט אביסל טאמאטאס, זיי געבראטן אויפן פלאם און דערנאך אריינגעמישט אין א שאל הייס וואסער און דאס גערופן "גרינצייגן זופ". שפעטער האט מען אנגעהויבן צולייגן פארשידענע גרינצייגן, ווי סעלערי, מייערן און אוגערקעס. צוביסלעך האט מען אויפגעהערט אריינלייגן רעטעך, און שפעטער, אויך טאמאטעס. אין די זעלבע תקופה האט מען אויך אנגעהויבן קאכן די גרינצייג אין די הייס וואסער, נאכן זיי בראטן עקסטער. א תקופה שפעטער האט מען ערזעצט די סעלערי מיט גרין-בינס און נאך שפעטער האט מען צוריקגעברענגט די סעלערי און ארויסגענומען די אוגערקעס. עס איז געווען אין יענע תקופה ווען מ'האט גענצליך אפגעלאזט דעם בראטן בעפאר'ן אריינלייגן אין די הייס וואסער. יעצט, קענסטו מיר ביטע אנווייזן וועלכע פון די צענדליגע רעסעפיס איז דער "אויטענטישער" גרינצייג זופ? און אז קיין איינע פון זיי איז נישט אויטענטיש מיינט דאס אז גרינצייג זופ פארמאגט בכלל נישט קיין דעפעניציע?
(פארשטייט זיך אז אלעס וואס איך שרייב דא איז פרי דמיוני און איז לצורך משל בעלמא)
פרייטאג מאי 17, 2013 7:02 pm#115355
מרא דעלמא, גרינצייג זופ איז א "לשון בני אדם"

וואספארא פארגלייך צו א רעליגיע?

חוץ מזה קען מען עס דעפינירן אלץ א זופ מיט גרינצייג דערינען.

ולפי זה איז א פרוכט זופ נישט אויטענטיש.

און אוודאי אויב ווילסטו גיין אדעת הממציא הראשון איז נאר זיין ווערסיע אויטענטיש
פרייטאג מאי 17, 2013 7:09 pm#115357
רעליגיע איז לשון שמים? איך וועל ציטירן דעם מאמר החכם:

ממרום שלח אש האט געשריבן:אבער, איך בין עומד על דעתי אז אידישקייט - פונקט סיי וועלכע אנדערע מענטשליך באשעפענע מושג, דארף און קען דעפענירט ווערן (ההדגשה ניתוספה על ידי - יידל)

דער מושג - פונקט ווי דער מושג פון גרינצייג זופ - איז פושט צורה ולובש צורה, הכל כפי הדור וכפי הפראקטעצירער.
פרייטאג מאי 17, 2013 7:51 pm#115371
ממרום, ווער האט דיר געזאגט אז די תרבות, די קולטור פון די גרופע וואס האלט די תורה - אויך באקאנט מיטן נאמען "אידן" - מוז זיין קאנסטענט? די תורה און די מצוות, זענען. די קולטור, מהיכי תיתי?
מוצ"ש מאי 18, 2013 10:09 pm#115377
לכאורה אויטענטישע אידישקייט איז דאס וואס גאט וויל, רצון השם.
שטעלט זיך די פראגע נו וואס וויל דער אייבישטער ? איך טראכט אז אויב גלייבן מיר אז ס׳איז נאר דא א תכלית פון וועלט באשאף ווילאנג ס׳איז דא א אידישע פאלק וואס טוט רצון השם (אויטענטיש אזוי צו האלטן?) איז לאגיש צו טראכטן אז לא נתנה תורה למלאכי השרת, און ס׳קען נישט זיין אז מיר און אנדערע אידן ווייסן נישט וואס אויטענטישע אידישקייט מיינט א.ג. רצון השם.
אויב אזוי וויל איך מציע זיין אז וואס דער גראדער שכל זאגט אן נגיעות אז דאס איז רצון השם איז מסתם רצון השם.
אויב בין איך נישט גערעכט , האב איך נישט קיין שום לאגישע סברה פארוואס די וועלט איז באשאפן געווארן. און אז ס׳איז נישט דא קיין לאגיק אין וועלט באשאף איז סאך ווייניגער לאגיש ווי מיין פריערדיגע טענה.
זונטאג מאי 19, 2013 12:15 am#115413
יידל האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:דאס גאנצע שמועס און צוחושעניש קומט פון נישט קוקען אויף די הויפט איידענטיטעט פון א איד די תורה,פון דארט פארמען אונז אויס אונזער איידענטיטעט,און נישט פון קיין שום אנדערע פלאץ.
יידל איך וואלט דער מייעץ געווען ארויסצונעמען א חומש דברים און לערנען לערן אביסעל נביא שופטים,שמואל,מלכים.
די אויבערשטער שרייט די ואבדיל אתכם נאכאמאל און נאכאמאל.
ווילסט לעבן ווי א גוי, ווילסט לעבן חיי הפקר גיי געזונטערהייט פליז לאז די תורה און יודישקייט צורוה.


....טו מיר א טובה, די תורה און אידישקייט דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר זיי באופן פון אד האמינום אטאקעס. תורה מונחת בקרן זוויות, וכל מי שרוצה ליטול יבוא ויטול, אן קיין רעקאמענדאציעס פון איינגעמיירעט.

איך באוואונדער יידלס איינגעהאלטענע ווערטער, דברי חכמים בנחת ישמעון, מענה רך ישיב חמה, מען קען זיך אסאך לערנען.

יידל, אתה יודוך אחיך!
זונטאג מאי 19, 2013 1:19 am#115438
עס האט אבער אויך גאר שטארקע חסרון, איך וועל געבן איין דוגמא מיט א פרט וואס ער האט געשריבען אינעם ערשטע תגובה פינעם אשכול, און דערנאך עטליכע מאל דערמאנט אין די אשכול:
יידל האט געשריבן:וואס הייסט "לאו דוקא"? דוקא ודוקא! מענדעלסאן (או ממשיכי דרכו) האט געוואלט גענוי דאס, א איד וועלכע קען לייענען און רעדן שפת המדינה, ער איז גענוג באהאווענט אין וועלטליכע ענינים זיך צו קענען פארשטיין מיט א גוי. דיין דעפעניציע פון "נאענטקייט מיט די גוי" איז פיל מער פארגעשריטן ווי מענדעלסאן'ס, מענדעלסאן וואלט זיך געפריידט ווען די אידן בימיו וואלטן געווען ווי די פרומסטע חסידים היינט.

יידל האט געשריבן:דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, דער זעלבער אינגערמאן וועלכער קען זיך אויסדרוקן אויף משה מענדלסאן און נפתלי הירץ וויזל מיט א ברייטן, שוימיגן "ימח שמו וזכרו", פערסאניפירט - אין א זין - דעם אידיאלער איד וואס מענדלסאן און וויזל האבן געוואלט זען. איך האב שוין געשריבן דעם נקודה אפאר מאל דא אין קאווע שטיבל אז פון די צענדליגע זאכן וואס די משכילים האבן געוואלט איינפירן אין כלל ישראל, האבן זיי געווינען מיט כמעט אלעס. פון א ארגאניזירטער חינוך סיסטעם ביז בתי חינוך לבנות, פון ספרים אין אידיש ביז ספרים אין ענגליש,....


מיין נקודה איז, מען קען זיך טאג און נאכט טענה׳ן וואס עס איז יודשקייט און וואס עס איז די רצון השם, מען קען אבער נישט איבערשרייבען היסטאריע, און קיינער היינט בדורינו קען זיך נישט קריגען מיטען חת״ס ותלמידו.

דאס אז מענדלסאון ימ״ש איז געווען פון די מייסדי - אדער מייסד - תנועת השכלה איז באקאנט, דאס אז ער איז געווען קען תורת השם און ער האט געהאלטען אז מען דארף נישט טיען נאר מצוות מעשוית אבער נישט אלע תרי״ג מצוות איז אויך באקאנט, דאס אז ער מיט זיינע נאכפאלגער האבן געקעמפט פאר די יוגענט זיי אויסצורייסען פון יודשקייט און אריינברענגן השכלה אוועקצוגיין פון תורת השם איז אויך באקאנט, דאס אז זיינע קינדער האבן זיך געשמד׳ט איז גוט באקאנט, אז אלע וואס זענענן געגענאגענן מיט די משכילים זענענן געווארען אויסגעריסן פון יודשקייט איז אויך גוט באקאנט,

יידל ווייסט די היסטאריע בעסער ווי יעדעם איינעם דא, שטעלט זיך די פראגע; וואס פארדינט ער מיטען שרייבען ליגענט?
עס איז אמת אז עס איז נישט דא קיינער וואס קען זיך זיך דא פארמעסט מיט יידל מיט וויסענשאפט אדער זיין שריפט, און עס איז בכלל נישט דא די מאגען דא פאר א ערענסטע טיפע אמת׳ע דיסקאשען איבער די נושא צילוב אפאר פארשטענדליכע סיבות, די עיקר סיבות איז 1) עס איז כמעט נישט דא ווער עס קען געבן ריכטיג די צד שכנגד, 2) גאר ווייניג שרייבער זענענן וויליג צו גיין קעגן שטראם, און דאס גיבט אים די אויבערהאנט צו שרייבען דערוועגן אן א טאלאנטש, אבער איז עס דען ווערט א ארקענוג? איז עס דען א קונץ?

איך בין אלל די וועי פאר יידל, אבער אין די אשכול האט ער געמאכט א סילוף איינס און די וועלט, עס איז זייער אנזעבאר, עס האט באמת נישט קיין בארעכטיגטע סיבה, און עס איז נישט דא ווער עס זאל עס אויסגראדען, און דערפאר איז זיין איידל שרייבען אין דעם אשכול באמת נישט קיין אייטעם ווערט צו ארקענענן, ענדערש שרייבען ווייניגער איידל, אבער מער אמת.