זונטאג מאי 19, 2013 1:24 am#115441
בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.
יתרו האט געשריבן:בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.
moti107 האט געשריבן:לכאורה אויטענטישע אידישקייט איז דאס וואס גאט וויל, רצון השם.
שטעלט זיך די פראגע נו וואס וויל דער אייבישטער ? איך טראכט אז אויב גלייבן מיר אז ס׳איז נאר דא א תכלית פון וועלט באשאף ווילאנג ס׳איז דא א אידישע פאלק וואס טוט רצון השם (אויטענטיש אזוי צו האלטן?) איז לאגיש צו טראכטן אז לא נתנה תורה למלאכי השרת, און ס׳קען נישט זיין אז מיר און אנדערע אידן ווייסן נישט וואס אויטענטישע אידישקייט מיינט א.ג. רצון השם.
אויב אזוי וויל איך מציע זיין אז וואס דער גראדער שכל זאגט אן נגיעות אז דאס איז רצון השם איז מסתם רצון השם.
אויב בין איך נישט גערעכט , האב איך נישט קיין שום לאגישע סברה פארוואס די וועלט איז באשאפן געווארן. און אז ס׳איז נישט דא קיין לאגיק אין וועלט באשאף איז סאך ווייניגער לאגיש ווי מיין פריערדיגע טענה.
.בדחן האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.
די תגובה ברענגט גאר גוט ארויס מיין פוינט,
ייש״כ יתרו פאר מסביר זיין מיינע ווערטער.
יתרו האט געשריבן:.בדחן האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.
די תגובה ברענגט גאר גוט ארויס מיין פוינט,
ייש״כ יתרו פאר מסביר זיין מיינע ווערטער.
יוא וועלקאום.
בד"וו איר זענט נישט ביים פולען זינען.
בדחן האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.
די תגובה ברענגט גאר גוט ארויס מיין פוינט, אז אפגעזען צו מען האט א מיינוג אדער נישט, צו מען פארשטייט אדער נישט, וועט מען גיין מיטען שטראם און פארדאמען ווער עס זאגט אנדערש,
ייש״כ יתרו פאר צוהעלפן און מסביר זיין מיינע ווערטער,
בדחן האט געשריבן:האסט נישט געליינט יידל׳ס ערשטע תגובה - נקודה - אינעם אשכול, און נישט מיין תגובה אויף זיין נקודה,
האסט אבער ערליך פארפולט דיין פלוכט מיטען מוחה זיין און זיך אנעמען פאר יידל, מישען אקמפלישט, און איך גיי נישט מגיב זיין דערויף, אבער פון דא און ווייטער פארדריי נישט די אשכול נאר שרייב דיינע הערות אין אישי, ייש״כ.
moti107 האט געשריבן:סקוקט מיר אויס ווי פארדרייען אן אשכול אויף ק״ש איז ערגער ווי הז״ל
בדחן האט געשריבן:און האסט מגיב געווען דריי מינוט נאכען שרייבען מיין תגובה, און האסט שוין דעמלאטס געהאט געליינט מיין לאנגע תגובה צוויי מאל, און איבער געליינט יידל׳ס לאנגע תגובה......![]()
![]()
נאכאמאל.. ייש״כ פאר ארויסברענגן און מיר צוהעלפן און מסביר זיין מיין פוינט, בלייב געזונט.
נולד מאוחר האט געשריבן:moti107 האט געשריבן:סקוקט מיר אויס ווי פארדרייען אן אשכול אויף ק״ש איז ערגער ווי הז״ל
סטוט זי זעלבע סנעמט זאכן וואס האבן שטארקע און גרויסע פאטענטשאל און הרגט עס אפ.
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער האט געהעקט בדחן'ס אקאונט?
דעת תורה האט געשריבן:הלכה איז נישט אויטענטיש?
יידל האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל, האסט אמאל געזען א בילד פון מענדלסאן? ער זעט דיך אויס ווי א וויליאמסבורגער איד?
און דאס וואס דו שרייבסט אז מ'פלעגט אמאל גריסן יעדע פרוי איז שווער צו גלייבן, ס'איז נישט אויסגעהאלטן מדינא דגמ'.
ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן, מענדלסאהן האט געוואלט איין זאך, און דאס האט אונזער היימישער אידישקייט צום סוף אנגענומען. למעשה איז אויך אנגעקומען חסידות מיט נאך א רייע חידושים וועלכע האבן גענצליך געטוישט דאס פנים פון אידישקייט און ס'פארשטייט זיך אליין אז וויליאמסבורגע אידישקייט האט מיט מענדלסאן נישט קיין שייכות. דאס מיינט אבער נישט אז מענדלסאהן'ס וויזיע פאר חינוך איז נישט מקויים געווארן - עכ"פ טיילווייז.
לגבי גריסן פרויען: אויב האסטו אן אויבערלענדישע באבע אדער זיידע, פויל זיך נישט און זיי מקיים דעם שאל ... זקיניך ויאמרו לך. עס גלויבט זיך נישט אבער עס איז א פאקט.איינגעמיירעט האט געשריבן:דאס גאנצע שמועס און צוחושעניש קומט פון נישט קוקען אויף די הויפט איידענטיטעט פון א איד די תורה,פון דארט פארמען אונז אויס אונזער איידענטיטעט,און נישט פון קיין שום אנדערע פלאץ.
יידל איך וואלט דער מייעץ געווען ארויסצונעמען א חומש דברים און לערנען לערן אביסעל נביא שופטים,שמואל,מלכים.
די אויבערשטער שרייט די ואבדיל אתכם נאכאמאל און נאכאמאל.
ווילסט לעבן ווי א גוי, ווילסט לעבן חיי הפקר גיי געזונטערהייט פליז לאז די תורה און יודישקייט צורוה.
כ'האף אז צו די ספרים וועלכע דו טוסט אזוי ברייטהארציג רעקאמאנדירן, לייגסטו צו אביסעלע מער קאפ ווי צו וואס איך האב געשריבן, ווייל עס קוקט אויס ווי דו האסט בכלל נישט פארשטאנען מיין פוינט. צו מיינסטו אז כ'האב גע'טענה'ט אז דער חתם סופר האט מחדש געווען דעם פסוק פון ואבדיל? איך רעד פון עפעס אנדערש. ליין איבער מיינע ווערטער, דערנאך קום נאכמאל.
און, טו מיר א טובה, די תורה און אידישקייט דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר זיי באופן פון אד האמינום אטאקעס. תורה מונחת בקרן זוויות, וכל מי שרוצה ליטול יבוא ויטול, אן קיין רעקאמענדאציעס פון איינגעמיירעט.
נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר, ווי זעסטו ביי די אבות פעגעניסטישע סגולת?