למעשה האבן געוויסע וואס האבן זיך געשמד'ט פון משה מענדלסון'ס דור, און אפילו א דור נאכדעם, מרוויח געווען אז זייערע אייניקלעך וואס זענען שוין מער פון פיהר, אדער באלד פינף, גענעראציעס נישט אידן געווען, האט מען צוריה געלאזט אין נאצי גרמניה - מער ווייניגער. איך האב גערעדט מיט עמיצען וואס האלט זיך נאנט מיט אזא משפחה (היינט געהערן זיי צו רעפארם, די משפחה) וואס האט באשטעטיגט צו מיר אז כאטש זיי האבן פארלוירן געוויסע רעכטן, האבן זיי נישט געדארפט פארלאזן דייטשלאנד און מען האט זיי נישט דעפאטירט צו פארטילינגס אדער צוואנגס לאגערן.
איך רעכן, א גענעראציע צו זיין 34 פאר א מאן, און 28 פאר א פרוי, זינט אן עווערידש מיטלסטע קינד ווערט געבוירן צו א טאטע און מאמע ביי דער עידזש. אז מען פרובירט צוריקגיין פיהר דורות (די מידיען צווישן די יאהר וואס געפאלט פאר די מאן און די יאהר וואס געפאלט פאר די פרוי) פון דער מלחמה, געפאלט יאר 1815 צו דער פערטער דור prior, און אז מען גייט צוריק מיט נאך א דור (31 יאר) האלט מען אין די לעצטע צוויי יאהר פון רמ"ד'ס לעבן. סאוי, דא האט איר אן ענטפער צו די שאלה וואס האט מיך געגבערט פון אלס קינד.
איך פארשטיי אז מסתמא דארף מען דאס רעכענען נישט תיכף פון די מלחמה אויף צוריק, נאר פון ווען די געזעצן זענען איינגעפירט געווארן אבער דו האסט דעם בילד.
די מוסר השכל איז אז די וואס האבן געשפרינגען פון וואגן ווען ס'איז נאכנישט אין סטייל געווען צו שפרינגען האבן מסתמא פאראויס געזען דעם חורבן. נישט אז איך הויב חלילה ארויס שמד; איך הויב ארויס די קוראזש פון אויפגיבן די פערקס און בענעפיטס פון געהערן צו א קלוב מחמת זארג אויף די צוקונפט.
איך ווייס אז ס'וועלן זיין מאנכע וואס וועלן טענהן, 'דו זאגסט אזוי רעטראספעקטיוולי, נאכוואס היטלער האט אויסגערופן די פיהר דורות קרייטיריע, אבער כ'בין נישט מסכים, ווייל ס'איז מסתבר אז די וואס זענען שוין פיהר דורות נישט געווען אידן, האט זיך עס קנאפ דערקענט אויף זיי. אין אנדערע ווערטער, היטלער שיקט ארויס זיינע סטאטיסטישענס און עקאנאמיסטן, לאמיר סעטן א בעיס ליין וואס הייסט אנגעהערן צו אידן, נישיאין, קבורה, גיין צו שוהל, געהערן צו א קהילה וכו' און גייטס קוקטס צוריק וויפיל דורות מיר ברויכן צוריקגיין, די פרעקטיסעס מער נישט צו זען.