Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » משה מענדלסאהן (רמ"ד)

משה מענדלסאהן (רמ"ד)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3812
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:24 am#422471
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
איך בין אויך א לש"ש איד וואס ליידט בזיונות פאר׳ן אמת. ווייל איך קום דאך אין ק"ש און מ׳ווארפט חצים און בליסטראות, זאגאר גאנצע אשכולות געעפענט, מיר אוו מיינס אראפ צו רייסן.

בקיצור, דון מינה ואוקי באתרה. די אמעריקאנער גאס איז דא נישט וויכטיג, דער הייליגע טיב לבב זי"ע האט געבויט זיין אפאראט אויף די אופן פון קנאות, פונקט ווי יעדער בויער. און עס איז אים געלונגן. וואס דען זאל ער טון? ווערן א ראביי? א שוסטער? דאס וואלט טאקע געווען ׳בדם לבבו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:43 am#422473
דרייטס נישט קיין קאפ. נאכ'ן זיך צוקריגן מיט'ן בעלזער רב, איז דער רבי געווען אינגאנצן צובראכן, ס'הייסט אז ער האט געהאלטן ביים אויפגעבען די גאנצע מערכה. נאך די נשא תורה און איסור אויפ'ן כותל, האט דער עולם זיך פארשטעקט פאר בושות. דער רבי האט געהאט גענוג זאכן אויף וואס צו בויען א פארטיי, ביי-האר, סיעמס, רעדן אידיש, רבינו תם, צדקה, קדושה, לייקענען חסידישע מעשיות, נשתכח תורת הבעש"ט. ווען דער רבי וואלט געוואלט בויען א פארטיי דורך קנאות, וואלט ער זיך געקענט צאמשטעלן מיט די נטורי קרתא, כאטש נישט רעדן קעגן זיי.

ר' בערל: ביזט גערעכט אז ממש אין אנפאנג האט דער רבי קוים געהאט מנין, אבער מיט די צייט איז דער אלטער עולם צוריקגעקומען. אין תשכ"א האט סאטמאר זיך געציילט ביי 4,500 נפשות, ארום האלב פון זיי זענען געווען חסידים נאך פון סאטמאר.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:13 am#422475
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
נעוואדע איז ער געווען צובראכן, ווייל ער האט געמיינט אז עס וועט אים געלונגן און דער צד וועט זיגען, ווייל אלס איז נאר יד המשמשים באמצע. ווען ער האט געזען אז זיין גאנצע טעזע איז הבל הבלים, און נישט משמשים זענען די נידון נאר די מנהיגים זעלבסט, האט מען שנעל געמוזט צולייגען נאך פרקים און נפתולים צום טעזע.
אבער חיים ליעבערמאן׳ס בוך האט אים נישט געשטערט קיין כי הוא זה. די חצים און בליסטראות זענן נישט געקומן פון בעלזא אין א"י, נאר פון אמעריקאנער אידען אין אמעריקא. און דאס איז נישט געווען קיין מסירות נפש מצדו.

און די לייכטסטע וועג צו בויען א ביזנעס איז מיט קנאות אין א"י. בייהאר דארף מען אפשערן, ציונות דארף מען גארנישט טון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:00 pm#422487
די שאלה איז, העט ווען רבי יואל טייטלבוים געווען א קינד פון די ראדזמינער גזע, וואלט עמיצער געקוקט אויף אים?

זייטס נישט קיין FOOLS, ער איז געווען א שריד פון סיגוט און נאכדערצו איז פון אונגארן געבליבן די סאמע מערסטע האלאקאוסט סערווייווערס.
ער איז געווען א זעלטן-כאריזמאטישער מענטש, און האט באוויזן אוועקצונעמען הונדערטער חסידים פון מונקאטש, קלויזנבורג און בעלזא. פון דעם איז באשטאנען זיין חסידות, פון פרעמדע חסידות'ן.

דער סקווירא רבי האט מעגליך באוויזן א פיל גרעסערע קונץ. פון טשערנאבילער גזע איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן נאך די קריג, און דער סקווירא'ער רבי האט אנגעהויבן פון אלף מיט זיראו מענטשן און געבויעט א הערליכע מלוכה - מיט זיינע צען פינגער ואשתו הרבנית טראנע.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:41 pm#422550
@זוכער.

איך פראביר צו פארשטיין דיין תגובה.

אויב איז גארנישט געבליבן פון די טשערנאביל גזע פון ווי האט דער סקווערער פארשאפט אזויפיל חסידים? ער האט רעקרוטירט גרים? (די מושג האט נאך נישט עקזעסטירט פאר די העלבראנץ עפאכע).

די אלע וואס זענען געקומען קיין סאטמער פון מונקאטש, בעלזא, און קלויזנבורג, האבן איבערגעלאזט זייער חסידות און זענען געקומען צו 'אים' און ס'איז 'נישט' זיין קרעדיט? און דו גיבסט קרעדיט פארן סקווערער ווייל זיי זענען נישט געגאנגען צו אים, נאר צו סאטמערער? (ס'איז סייווי א נארישע שמועס, אבער לאמיר פארשטיין די שיחת חולין דא...)

ציונות איז דאן געווען גאר פאפולער, און די וועלט איז געווען פיל גרעסער ווי די פאר חוץ לארץ'דיגע התאחדות מעמבערס וואס זענען מיטגעשטאנען מיט אים, די אידישע און חסידישע וועלט איז געווען קעגן אים.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:12 pm#422555
יעקב מענטש האט געשריבן:@זוכער.

איך פראביר צו פארשטיין דיין תגובה.

אויב איז גארנישט געבליבן פון די טשערנאביל גזע פון ווי האט דער סקווערער פארשאפט אזויפיל חסידים? ער האט רעקרוטירט גרים? (די מושג האט נאך נישט עקזעסטירט פאר די העלבראנץ עפאכע).

פון טשערנאבילער חסידות'ן זענען כמעט אלע אומגעקומען. סקווירא'ער רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע איינער אליין - און האט געמאכט א בית המדרש, און האט צוגעצויגן אלערליי חסידישע אידן און דערנאך געמאכט א שטעטל און געצויגן מענטשן וועלכע זענען דערנאך געווארן סקווירא'ער חסידים.

די אלע וואס זענען געקומען קיין סאטמער פון מונקאטש, בעלזא, און קלויזנבורג, האבן איבערגעלאזט זייער חסידות און זענען געקומען צו 'אים' און ס'איז 'נישט' זיין קרעדיט? און דו גיבסט קרעדיט פארן סקווערער ווייל זיי זענען נישט געגאנגען צו אים, נאר צו סאטמערער? (ס'איז סייווי א נארישע שמועס, אבער לאמיר פארשטיין די שיחת חולין דא...)

סאטמארער רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע און האט שוין געהאט אסאך מעריצים און אפילו חסידים וועלכע האבן אים אפגעווארט מיט א רויטן טעפיך בתופים ומחולות. און דאס אז ער האט גענומען חסידים פון קלויזנובערג, מונקאטש און בעלזא איז אויך נישט קיין גרויסער קונץ, ווייל די אלע דריי האבן גענומען פון זעלבן טייג, אונגארישע אידן, און פאר א מונקאטשער איד פון דער היים וועלכער איז געבליבן דא אן א רבי, פארוואס זאל ער נישט גיין קיין סאקמיר. פון קלויזנבורג און בעלזא האט אויך אביסל גענאשט אדער פיל ווייניגער.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:30 pm#422576
יעקב מענטש האט געשריבן:די אלע וואס זענען געקומען קיין סאטמער פון מונקאטש, בעלזא, און קלויזנבורג, האבן איבערגעלאזט זייער חסידות און זענען געקומען צו 'אים' און ס'איז 'נישט' זיין קרעדיט?

איך ווייס נישט וועגן בעלזער וואס האבן אפגעלאזט בעלזא לטובת סאטמאר, אבער לגבי די מונקאטשע און קלויזנבורגע קומט זיך קרעדיט פאר זייערע רביס. וד"ל.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 1:53 pm#437898
ציטירט פון אליעזר צווייפל׳ס שלום על ישראל.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:16 pm#456578
לעיקוואד האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:לעקוואד, איך האב נעבעך אייביג געמיינט אז רמ״ד (וואס חת״ס רופט עם אן)מיינט רשע משה מנדלסון

קודם כל, טוהט זיך א גרויסער מחלוקת צו דער חת"ס האט בכלל געשריבען ספרי רמ"ד אדער ספרי חמד, דהיינו סתם ספרי חול וחשק, און אפילו נאכדעם וואס דער אריגענעלער צוואה איז בנמצא איז דער ספק נאכנישט נפתר געווארען.

בכל אופן, אפילו לגירסא רמ"ד, איז פשוט ביותר אז דאס איז נישט ר"ת רשע, מדארף זיין א תמים מופלג צו טראכטען אז דער חת"ס זאל שרייבען א ר"ת וואס אלעמאל מיינט עס ר' מיט אזא כוונה, אז מוויל שרייבען רשע שרייבט מען עס דאך ארויס, נישט מיט א ר"ת שמשתמע לתרי אפי, ניין?

מדארף בודק זיין ווי דער חת"ס איז זיך מתייחס צו עם אין אנדערע געדריקטע בריוון וכו'.

מיטן פילן רעספעקט ATUB @לעיקוואד ATUB איז עס אומעגלעך אז דער חתם סופר האט געמיינט ספרי חמד. יעדער וואס האט שוין אמאל געזען די צואה ווייסט אז עס איז געשריבן אויף גראמען. יעצט בשלמא אויב עס שטייט בספרי רמ''ד, שטימט עס מיט די המשך ''אל תשלחו יד''. אבער אויב די גירסה איז בספרי חֶמד, ווי שטימט די אויספיר ''אל תשלחו יד''?
דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:08 am#456762
זוכער האט געשריבן:די שאלה איז, העט ווען רבי יואל טייטלבוים געווען א קינד פון די ראדזמינער גזע, וואלט עמיצער געקוקט אויף אים?

זייטס נישט קיין FOOLS, ער איז געווען א שריד פון סיגוט און נאכדערצו איז פון אונגארן געבליבן די סאמע מערסטע האלאקאוסט סערווייווערס.
ער איז געווען א זעלטן-כאריזמאטישער מענטש, און האט באוויזן אוועקצונעמען הונדערטער חסידים פון מונקאטש, קלויזנבורג און בעלזא. פון דעם איז באשטאנען זיין חסידות, פון פרעמדע חסידות'ן.

דער סקווירא רבי האט מעגליך באוויזן א פיל גרעסערע קונץ. פון טשערנאבילער גזע איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן נאך די קריג, און דער סקווירא'ער רבי האט אנגעהויבן פון אלף מיט זיראו מענטשן און געבויעט א הערליכע מלוכה - מיט זיינע צען פינגער ואשתו הרבנית טראנע.

זוכער: אין סקווירא זענען דא א סאך אלטע בעלזער חסידים. אויך, א סאך אונגאריש אפשטאמיגע חסידים. ס'קוקט אויס א ביסל מאדנע. סקווירא איז א רוסיש חסידות. או רוב זענען אונגערישע אידן. ס'איז פונקט אזוי ווי אז דער פאפע'ר רבי וועט האבן רוסישע חסידים...!
דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:26 pm#456804
די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:17 am#456951
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל
פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:33 pm#456973
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:

בקיצור די קריגסטוך נישט מיט מיר. סאמאר איז נישט געווארן רשכבהג ווייל די עולם האט עם גענומען נאר ווייל 56 איז געווארן טויזענטע מענטשן און די מוסדות זענען געווען אוועילעבעל. גראדע אפאר יאר פריער האט שוין זיין נפיו אלעס פארלוירן. די סיבה דערפאר יש כמה שיטות בזה ואכמ"ל...
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:44 pm#456974
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל
פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נישט ריכטיג, ווייל ווער עס ווייסט אז די ערשטע סאטמארער ת”ת געעפענט געווארן אין די דיינינג רום פון ר’ יודל ראזענבערג ע”ה אין די קאלעמענטע בינינים אויף די הויעכע שטאקן.
סאטמאר רב האט געהאט א וויזיע וואס עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אריין געשפרינגען אין אינטערנעמונגען וואס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס מיט די פליישיגע אויגן, און שכל.

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:18 pm#456980
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
מיינונגזאגער האט געשריבן:

ר׳ יודל ז"ל איז געווען א ראש ישיבה ביים קלויזענבערגער זצ"ל אין פערינוואלד, אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער זיך צוריק מדבק געווען אין זיין רבי׳ן סאטמאר רב זצ"ל
דאס זעלבע ר׳ מרדכי לייב טירנויער איז געווען קלויזענבערגער רבי׳ס גבאי, דערנאך צוריק צו זיין רבי׳ן
פארשטענדליך אז די אלע זאכן האט וויי געטון, ער האט אפילו געאפפערט פאר׳ן רבי׳ן צו ווערן ראש הישיבה ביי אים, אבי עס זאל בלייבן ביי אים
מן השמים האט מען אנדערש געוואלט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:20 pm#456981
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
מיינונגזאגער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל
פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נישט ריכטיג, ווייל ווער עס ווייסט אז די ערשטע סאטמארער ת”ת געעפענט געווארן אין די דיינינג רום פון ר’ יודל ראזענבערג ע”ה אין די קאלעמענטע בינינים אויף די הויעכע שטאקן.
סאטמאר רב האט געהאט א וויזיע וואס עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אריין געשפרינגען אין אינטערנעמונגען וואס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס מיט די פליישיגע אויגן, און שכל.

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
קעלעמענטע איז געבויעט געווארן 30 יאר שפעטער, אבער איך פארשטיי די נקודה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:22 pm#456983

דאס האב איך געמיינט זייער גוט פארשטאנען. איך ווייס אז די בי. קיו. אי. און די קאלעמענטע זענען געבויט געווארן אין די אנהייב 70׳גער יארן

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:39 pm#457009
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
מיינונגזאגער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:[quote="cictim"]די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל
פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נישט ריכטיג, ווייל ווער עס ווייסט אז די ערשטע סאטמארער ת”ת געעפענט געווארן אין די דיינינג רום פון ר’ יודל ראזענבערג ע”ה אין די קאלעמענטע בינינים אויף די הויעכע שטאקן.
סאטמאר רב האט געהאט א וויזיע וואס עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אריין געשפרינגען אין אינטערנעמונגען וואס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס מיט די פליישיגע אויגן, און שכל.

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
קעלעמענטע איז געבויעט געווארן 30 יאר שפעטער, אבער איך פארשטיי די נקודה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאס האב איך געמיינט זייער גוט פארשטאנען. איך ווייס אז די בי. קיו. אי. און די קאלעמענטע זענען געבויט געווארן אין די אנהייב 70׳גער יארן

Sent from my iPhone using Tapatalk[/quote]ניין, בי קיו אי איז געבויעט געווארן אין די כ׳ס אדער פריער, קלעמענטע איז אין די ל׳ס

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 6:39 pm#457254
האב איך געהערט פון א איד וואס האט געלערנט אין סאטמאר א יאר פאר 56 און ער האט פאר ציילט ווי קליין די ישיבה איז געווען נאכדעם פירט ער אויס, איז שוין געווען טויזענט בחורים. די קבורת חמור אויף קלויזענבורג איז שוין געווען פאר ט"ו ווען ער איז געגאנגען בויען ק"צ.
מיטוואך פעברואר 24, 2021 4:16 pm#467529
3A0A049A-39BC-4C12-81D6-238ECB657A26.jpeg
מיטוואך פעברואר 24, 2021 5:31 pm#467539
מילא סאטמאר האט שייכות אין רמ"ד אשכול, פארשטיי איך, סאטמאר באלאנגט איבעראל. אבער קאנט מיט רמ"ד?
זונטאג פעברואר 28, 2021 2:23 pm#467585
אישתישבי האט געשריבן:מילא סאטמאר האט שייכות אין רמ"ד אשכול, פארשטיי איך, סאטמאר באלאנגט איבעראל. אבער קאנט מיט רמ"ד?
אולי קען מען דאס מקשר זיין אז אויף ספרי רמ״ד איז געווען א פולמוס, ווי אויך זענען די רבנים געווען ברוגז אויף... אהעם... ספר ״עמנואל״ (או״ח סימן שז סעיף טז)... :D
‏(אגב, @מיימון דערמאנט דעם עמנואל הרומי פון דעם ״ספר עמנואל״ אינעם זעקסטן קאפיטל פון זיין ״חכמות חיצוניות״ סעריע אין וועקער 18.)
זונטאג פעברואר 28, 2021 7:00 pm#467602
און אז מער רעדט שוין, וואס זענען די ספרי חשק דארט אין ש"ז
זונטאג מערץ 14, 2021 9:12 pm#468520
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נעוואדע איז ער געווען צובראכן, ווייל ער האט געמיינט אז עס וועט אים געלונגן און דער צד וועט זיגען, ווייל אלס איז נאר יד המשמשים באמצע. ווען ער האט געזען אז זיין גאנצע טעזע איז הבל הבלים, און נישט משמשים זענען די נידון נאר די מנהיגים זעלבסט, האט מען שנעל געמוזט צולייגען נאך פרקים און נפתולים צום טעזע.
אבער חיים ליעבערמאן׳ס בוך האט אים נישט געשטערט קיין כי הוא זה. די חצים און בליסטראות זענן נישט געקומן פון בעלזא אין א"י, נאר פון אמעריקאנער אידען אין אמעריקא. און דאס איז נישט געווען קיין מסירות נפש מצדו.

און די לייכטסטע וועג צו בויען א ביזנעס איז מיט קנאות אין א"י. בייהאר דארף מען אפשערן, ציונות דארף מען גארנישט טון.
ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב געליינט חיים ליבערמאנ'ס בוך. ער איז נישט געווען קיין ..."אייגענער"... סאטמאר'ער. ער האט נישט געהאט דעם ..."אינסייד טרעק"...! ער האט נאר געשריבן איבער סאטמאר די אלגעמיינע אינפארמאציע וואס איז געווען אויף די גאס. מיין אריגינאלע אימפרעשן איז געווען אז ער איז אן ..."אייגענער"..., מאנ"ש...!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 23, 2021 1:10 pm#468870
מענדעלסאן איז געווען א נאנטן חבר מיט גאטהאלד אפרים לעסינג דורכאויס זיין לעבן. נאך לעסינג׳ס טויט האט היינריך דזשעקאָבּי געשריבן, באזירט אויף א שמועס וואס ער האט אפגעהאלטן מיט לעסינג, אז די שפינאזיזם פון לעסינג איז געווען פון די סארט וואס איז עיטיאיזם. מענדעלסאן האט דערנאך פריוואט זיך געשריבן מיט דזשעקאָבּי, וואו ער האט פארטיידיגט לעסינג און גע׳טענה׳ט אז זיין שפינאזיזם (און שפינאזיזם בכלל) איז קאנסיסטענט מיט טעאיזם. דזשעקאָבּי האט נישט געענטפערט און דעריבער האט מענדעלסאן אפגעמאכט צו דרוקן זיין אנטווארט. דזשעקאָבּי איז געוואויר געווארן דערפון און דעריבער האט ער, אָן מענדעלסאן׳ס רשות, געדרוקט פריער זייער גאנצע קארעספּאנדענס. מענדעלסאן האט שנעל צאמגעשטעלט אן אנטווארט צו דזשעקאָבּי׳ס טענות און, מ׳פארציילט, אז ער איז געווען אזוי להוט אז דאס זאל ווערן געדרוקט כדי ריינצווואשן זיין חבר, אז ער האט פארגעסן זיין מאנטל אויף א ביטערן קאלטן ווינטער נאכט און איז געלאפן צום פּאָבּלישער דאס זאל געדרוקט ווערן. ער איז שטארק פארקילט געווארן דערפון און פיר טעג שפעטער געשטארבן.
דינסטאג מערץ 23, 2021 2:52 pm#468875
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
.
דינסטאג מערץ 23, 2021 2:53 pm#468876
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
מי אני האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:מילא סאטמאר האט שייכות אין רמ"ד אשכול, פארשטיי איך, סאטמאר באלאנגט איבעראל. אבער קאנט מיט רמ"ד?
אולי קען מען דאס מקשר זיין אז אויף ספרי רמ״ד איז געווען א פולמוס, ווי אויך זענען די רבנים געווען ברוגז אויף... אהעם... ספר ״עמנואל״ (או״ח סימן שז סעיף טז)... :D
‏(אגב, @מיימון דערמאנט דעם עמנואל הרומי פון דעם ״ספר עמנואל״ אינעם זעקסטן קאפיטל פון זיין ״חכמות חיצוניות״ סעריע אין וועקער 18.)
רעדנדיג וועגן ספר עמנואל איז מוראדיג קאמיש ווי דוקא דער גרויסער מתנגד צו אים דער הייליגער טור, ברענגט אים אין פרשת בראשית אויפן פסוק האשה אשר נתת לי היא תן לי מן העץ ותאכל, אז על פי הפשט האט חוה אנגעשלאגן אדם ביז ער האט געגעסן... עס זענען טאקע דא וואס טענהן אז דאס האבן שפעטערדיגע אריינגעלייגט.

Sent from my LM-X210(G) using Tapatalk
דינסטאג מערץ 23, 2021 8:42 pm#468898
שלום עליכם כרם זית!!
דינסטאג מערץ 23, 2021 8:56 pm#468900
כרם זית האט געשריבן:דער גרויסער מתנגד צו אים דער הייליגער טור

האסט פארמישט מיטן ש"ע
פרייטאג מאי 14, 2021 11:42 am#473172
אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע:

דער מהר"ם שיק האט געפרעגט פון זיין רבי דער חתם סופר, וואספארא כפירה ער האט געפינען אין די ביאור. האט אים דער חת"ס גענטפערט ער זאל אריינקיקן אין איינער פון די ויקרא סדרות און ער וועט דארטן זען אפיקורסות (די תשובה איז אראבגעברענגט פריער אין די אשכול).

די אינטערעסאנטקייט איז אז ביז חומש ויקרא איז די ביאור געמאכט געווארן דורך ר׳ שלמה דובנא, א תלמוד חכם און מדקדק עצום, וועלכע איז געווען א ירא ושלום. אבער ווען עס איז געקומען צו ספר ויקרא האט זיך ר"ש צעקריגט מיט רמ"ד (עיין באורך בקובץ ישורון ח), און ער האט אויפגענימען שוואכע עלעמענטן צו שרייבן זיין ביאור.

ממילא זעט מען טאקע אז ביז ספר ויקרא האט דער חת"ס גארנישט געטראפן שלעכט (אויסער די עצם לשון אשכנזי).
פרייטאג מאי 14, 2021 1:08 pm#473174
זוכער האט געשריבן:די שאלה איז, העט ווען רבי יואל טייטלבוים געווען א קינד פון די ראדזמינער גזע, וואלט עמיצער געקוקט אויף אים?

זייטס נישט קיין FOOLS, ער איז געווען א שריד פון סיגוט און נאכדערצו איז פון אונגארן געבליבן די סאמע מערסטע האלאקאוסט סערווייווערס.
ער איז געווען א זעלטן-כאריזמאטישער מענטש, און האט באוויזן אוועקצונעמען הונדערטער חסידים פון מונקאטש, קלויזנבורג און בעלזא. פון דעם איז באשטאנען זיין חסידות, פון פרעמדע חסידות'ן.

דער סקווירא רבי האט מעגליך באוויזן א פיל גרעסערע קונץ. פון טשערנאבילער גזע איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן נאך די קריג, און דער סקווירא'ער רבי האט אנגעהויבן פון אלף מיט זיראו מענטשן און געבויעט א הערליכע מלוכה - מיט זיינע צען פינגער ואשתו הרבנית טראנע.

זוכער: (אויב דו לעבסט נאך). דו געסט אזא ווארף ארויס א ברייטן סטעיטמענט אז סאטמאר'ע רב האט געבויעט זיין חסידות פון פרעמדע חסידות'ער.

איך קען דיר זאגן אויף א יעדע גרופ וואס זענען אוועקגעגאנגען פון זייער אריגינאל חסידות. אויסער בעלזא. ווייל דארט ווייס איך נישט ווי ווייט די בעלזא'ער חסידים אין אמעריקע זענען אריבער קיין סאטמאר. און אויב יא. וואס איז געווען די סיבה. דער סאטמאר'ע רב איז זיכער נישט ארייגעגאנגען אין בעלזער שטיבל און ארויסגעשלעפט מענטשן פון דארט. נאר אויב די פאקטן זענען אזוי ווי דו זאגסט האט געמוזט זיין עפעס א דראמאטישע סיבה וואס האט געמאכט די חסידים אוועקגיין פון זייער אריגינאלן חסידות.
לאמיר אנהייבן מיט מונקאטש. דארט איז געווען דער מצב. אז די אלטע מונקאטשער חסידים האבםן נישט געהאט קיין מנהיג. יא גערעכט אדער נישט. זיי האבן נישט געהאלטן ר' ברוכ'ל פאר זייער רבי. און דער היינטיגער מונקאטשער רב איז נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער עכ"פ נישט אין א פאזיציע צו זיין גרייט איבערצונעמען די הנהגה.

לגבי קלויזנבורג. ווייס איך. יא מק'ען אסאך זאכן בלעימען אויף סאטמאר. אבער דער פאקט וואס ארום 80% פון די אריגינאלע מתפללים האבן איבערגעלאזט זייער שול און אריבער צו סאטמאר. אויף דעים איז סאטמאר אפילו א האלבן פראצענט נישט שולדיג. דער הייליגער קלויזנבורגער רב זצוק"ל במחכת"ה איז זיך אליינס שולדיג געווען דערין. צי מכח די פיל ליידן און צרות וואס ער איז אריבער ביי די צווייטע וועלט מלחמה. אדער איז דאס בכלל געווען זיין נאטור. אבער ער האט אויפגענומען דעם עולם אייביג מיט א זויערע מינע. און ווען מ'האט איהם געזאגט א גוט שבת, האט ער א סאך מאל גארנישט געענטפערט. און ווען יא איז דאס געווען בשפה רפה. און כאילו מיט א בייזקייט. לעומת זה. דער סאטמאר'ע רב איז געשטאנען אויסגעדרייט צום עולם. און ער האט א יעדן באגריסט מיט א פרייליכן גוט שבת מיט א שמייכל און א ברייטן שלום עליכם.

ווען דו האסט 2 בתי מדרש'ים. ביי איינס נעמט דער רב דיך אויף מיט א זויערע מינע. און ביי די צווייטע באגריסט דיך דער רב זייער ווארים און מיט א שמייכל. ביי וועלכן ביהמ"ד וואלסטו ענדערש געגאנגען דאוונען...?!
זונטאג מאי 16, 2021 12:37 am#473202
הייליגער קלויזנבורגער רב זצוק"ל במחכת"ה איז זיך אליינס שולדיג געווען דערין. צי מכח די פיל ליידן און צרות וואס ער איז אריבער ביי די צווייטע וועלט מלחמה. אדער איז דאס בכלל געווען זיין נאטור. אבער ער האט אויפגענומען דעם עולם אייביג מיט א זויערע מינע. און ווען מ'האט איהם געזאגט א גוט שבת, האט ער א סאך מאל גארנישט געענטפערט. און ווען יא איז דאס געווען בשפה רפה. און כאילו מיט א בייזקייט. לעומת זה. דער סאטמאר'ע רב איז געשטאנען אויסגעדרייט צום עולם. און ער האט א יעדן באגריסט מיט א פרייליכן גוט שבת מיט א שמייכל און א ברייטן שלום עליכם.

זאגסט גוט, אבער מען דארף צולייגן ועוד ועוד ועוד.

ער האט גערעדט אויף אנדערע ברבים, און בכלל גערעדט מאדנע, אמאהל סארקאסטיש, אמאהל ווערטלעך, אמאהל טיפע פשטלעך וואס רוב עולם האט נישט פארשטאנען. און דאס איז חוץ וואס ער האט געפליפ פלאפט אין די אגודה קנאות שיטות מערערע מאל.

דאך האט ער געהאט איין שטארקייט, זיין גאונות.

נאך א נקודה, דער קלויזענבורגער האט נישט געהאט קיין חסידים פין פאר דער קריג, ער האט זיינע חסידים אלע באקומען נאך דער קריג אין פערענוואלד דורך האלטען דארט מאסיווע דרשות און העלפען מענטשען.
זונטאג מאי 16, 2021 1:44 am#473203
אישתישבי: 2 זאכן. דער סאטמאר'ע רב זצוק"ל איז געווען אזא חריף ובקי. אויך האט ער געהאט א שטארקן סענס אוו היומאר. ביי א יעדן ענין האט ער געזעהן וואספארא ווערטל מ'קען זאגן. דער עולם האט נישט אייביג פארשטאנען זיין כוונה. האט מען זיך אמאל געשפיהרט באליידיגט. אבער ער האט קיינמאל נישט געמיינט מצער זיין אדער בייזוויליג טשעפען איינעם. ער האט געהאט די גרעסטע הנאה ווען איינער האט פארשטאנען און מיטגעשמייכלט מיט זיינע ווערטלעך.

דער קלויזנבורגער רב זצוק"ל האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות אין פערנוואלד נאך די מלחמה. מיין טאטע ע"ה איז געווען איינער פון די יונגעלייט וועלכע האבן מיטגעארבעט מיט איהם. ער (דער רב) איז געווען דער ערשטער פון די אידן די ניצולי שואה וועלכער האט געהאט אן אינטערוויו מיט דעם צדיק וחסיד אומות העולם. דער גענעראל דווייט אייזנהאוער. ער האט צו געשטעלט א קאר (מיט א שאפער) פאר'ן קלויזנבורגער רב. ער איז אליינס געפארן אדער האט ער געשיקט איינעם פון זיינע יונגעלייט זיי זאללן ארגאניזירן כשר'ע קיכן אין די פארשידענע די. פי. לאגערן. אויך האט ער צוזאמגענומען די צובראכענע, עלנדע מענטשן די סוירווייווערס און געמאכט פאר זיי סעודות מיט אסיפות חיזוק. און זיי דערמוטיגט אז זיי זאללן לערנען תורה. כל אחד לפי מדרגתו...!

אויף איינס פון די פיקטשערס איז דא מיין טאטע ווי ער רעדט ביי איין אזא אסיפת חיזוק. בשליחות פונ'ם קלויזנבורגער רב.

מיין טאטע האט אויך באקומען א מתנה פון איהם (דער קלויזנבורגער רב.) א שו"ת דברי חיים דפוס ראשון...!

אויך איז ער געקומען קיין אמעריקע. ער האט צוזאמגעשטעלט געלט. און צוריקגעפארן צו די לאגער/ס. ער האט געגעבן 300 דאללער פאר א יעדע קאפל וואס די פרוי האט אנגעטון א שייטל...!

די קלויזנבורגער ת"ת שארית הפליטה איז געווען די ערשטע חסיד'ישע ת"ת אין ניו יארק נאך די צווייטע וועלט מלחמה...!
זונטאג אוגוסט 01, 2021 3:15 pm#478698
שטייט יעצט למכירה.

006.jpg
זונטאג אוגוסט 01, 2021 3:32 pm#478703
Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)
אינטערסאנט זיין ''תורה 'ש'בגוים אל תאמין''
כלומר, יש להם תורה ואל תאמין לה, ולא שאין להם (אם יאמר לך אדם יש תורה בגוים אל תאמין לו..)
#ווטעבער-דעט-מינס
זונטאג אוגוסט 01, 2021 3:43 pm#478704
אל תאמין?!?
מיין מג"ש פרעגט, מען גריקט זיך אויף א פאקט??

אפשר איז די מביכה איז דאס טאקע תורה אדער נישט
זונטאג אוגוסט 01, 2021 6:03 pm#478706
דאס דארף נישט צו זיין קיין חידוש פאר קאווע שטיבל חברים, דא טענה׳ט מען זיך דאך אסאך ארום איבער פאקטן.
זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:21 pm#478709
300 דאללער פאר א יעדע קאפל וואס די פרוי האט אנגעטון א שייטל...!

לויט ווי איך האב געהערט, האט ער געגעבן א דריי הונדרעט פאר א שייטעל, נישט געגעבן קעש אויב מען טראגט א שייטעל. און אויך נאר אויב מען האט געלערנט חתן שיעורים אין זיין ישיבה.
זונטאג אוגוסט 01, 2021 11:51 pm#478713
אישתישבי: דו פרובירסט (מיט אלע כוחות) צו מינימיזירן זיינע אויפטוען. אוואו וואלטן זיי געלערנט חתן שיעורים? אין סאטמאר אדער וויזשניץ תלמוד תורה...! ס'נאך דאמאלס נישט געווען...!

מיין מאמע ע"ה האט מיר פארציילט אז דער קלויזנבורגער רב זצוק"ל איז געווען איבער פסח אויפ'ן שיף אויפ'ן וועג קיין אמעריקע צו מאכן געלט פאר זיינע הייליגע צוועקן...!
דינסטאג יוני 21, 2022 12:50 pm#502662
דר. מיכה גאטליב ‏שרייבט:
”From Moses to Moses there never arose one as great as Moses.” This expression was originally coined to praise the great medieval Jewish philosopher Moses Maimonides, but in 1761 when Mendelssohn was only thirty-two years old a Christian, Johann Jacob Rabe, first applied this expression to Mendelssohn in relation to Maimonides. In the same vein, Mendelssohn’s first biographer, Isaac Euchel, consistently referred to Mendelssohn using the Rabbinic acronym “Rambeman” (Rabbi Moshe ben Mendel) with its clear echo of Rambam (Rabbi Moses ben Maimon, i.e., Maimonides). Connecting Mendelssohn and Maimonides sent a clear message. Mendelssohn was a modern Maimonides renowned among Gentiles as a profound philosopher and respected by the rabbis of his age for his extensive Talmudic learning. While Maimonides served as a guide for perplexed Jewish believers in the face of medieval challenges to Judaism, Mendelssohn was a guide for perplexed Jews confronting the challenges to Judaism posed by modernity. Modernity inaugurated an era of increased sociability between Jews and Christians. This presented challenges never encountered by Maimonides including how to reconcile obedience to the Torah with life in a liberal state where Jews could be equal citizens. Mendelssohn showed how Judaism could meet such challenges

. . .

Samson Raphael Hirsch, the founder of German Neo-Orthodoxy, praised Mendelssohn, as “a most brilliant and respected personality whose commanding influence has dominated developments to this day.”

Orthodox and Reform thinkers alike increasingly blamed Mendelssohn for the widespread defection from Judaism among young Jews though for different reasons. For many Orthodox thinkers, this defection stemmed from the rationalist nature of Mendelssohn’s philosophy of Judaism, which undercut all justification for halakhic observance, while for many Reform thinkers it was Mendelssohn’s atavistic adherence to halakha, which alienated young Jews who turned to a more spiritually free Christianity

און דאס איז וואס ער שרייבט איבער אים במשנתו של דר. ליִאוֺ סטראַוּס אודות מחלוקתו עם דזשעקאָבּי בשיטת גאטהאלד אפרים לעסינג:
According to Strauss, unlike his later successors Mendelssohn adhered to “Orthodox” Jewish concepts in their “external” sense claiming rational grounds for belief in creation, revelation, divine providence, and the immortality of the soul. And he strove to show how the binding authority of halakha could be reconciled with liberal political ideals. In this way, Mendelssohn seemed to offer a foundation for faith/commitment that precluded intolerance and extremism, while embracing reason. But, Strauss wondered, was such a position coherent and defensible? Strauss noted that Mendelssohn faced this question in his own day, most importantly during the Pantheism Controversy with Jacobi, which Strauss interpreted as a theological- political debate

Strauss’s inquiry into the Controversy ultimately led him to reject both Mendelssohn’s enlightened Orthodoxy as well as Jacobi’s mystical faith. On the one hand, Strauss accepted Jacobi’s charge that Mendelssohn’s moderate religious enlightenment lacked consistency as exemplified by Lessing’s confession of Spinozism. In seeking to bridge faith and reason, authority and freedom, Strauss followed Jacobi in claiming that Mendelssohn ended up adopting a thoroughly muddled stance that was “indecisive, lukewarm, and mediocre.” According to Strauss, Mendelssohn’s “cautious half-dogmatism” resulted both in an emasculated faith and a shallow conception of reason. In consequence, while Mendelssohn claimed to defend revelation, he ended up undermining it. For the structure of reason, which proceeded by logically necessary judgments, precluded the possibility of faith, which was spontaneous and ungrounded. By making rationalism appear kosher to Jewish faith, Mendelssohn had introduced a Trojan Horse into Judaism as Spinozism, that is, atheism, was the most consistent form of rationalism. Once Mendelssohn legitimated the authority of reason for religious belief, the decline in religious belief among Jews was inevitable. Strauss also accepted Jacobi’s charge that in making human happiness the end of religion, Mendelssohn precipitated a turn to egoism and superficiality that was irreconcilable with obedience to God as the end of life. So in the final analysis, Strauss followed Jacobi in regarding Mendelssohn’s “moderate enlightenment” as nothing more than “bourgeois, self-satisfied, self-centeredness” motivated by an attempt to make Jews into urbane German burghers by diluting Judaism

דר. עלען ארקוש טענה׳ט אז דער רמ״ד איז באמת געווען א דעאיסט נאר האט געזוכט אָנצוהאלטן זיין סמכות אלס א טראדיציאנאלע (טעאיסטישע) איד כדי צו קענען באאיינפלוסן זיינע אידישע ברודער צו קענען ווערן א חלק און בירגער פון דאס ליבעראלע אלגעמיינע פאלק.
דינסטאג יוני 21, 2022 2:18 pm#502668
ר' שלמה דובנא איז א מענטש וואס איז כדאי צו רעדן וועגן.

זייענדיג א שותף מיט רמ"ד מיט שרייבען דער חומש, און זיי האבן זיך צוקריגט אין דערמיט. געוועהן א תלמיד פין דער מא
רכבת המשנה.

דער שאלה איז, אויב היינט איז נתברר געווארען אז די משכילים זענען נישט געוועהן וואס מען זאגט, אדער וואס מען האט דעמאלס געמיינט.