Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » חברותא געזוכט

חברותא געזוכט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 47 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #15698
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 4:20 pm#513437
חברותא געזוכט
איך זוך א חברותא צו לערנען יעדע נאכט.

פאר מער אין אישי.
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 5:26 pm#513439
איך זוך פארטאגס.
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 5:35 pm#513440
וועלכע לימוד?
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 5:41 pm#513441
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?

ווער זאגט ער זוכט א חברותא צו לערנען?
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:03 pm#513442
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?

גמרא
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:06 pm#513443
א גוטע איידיע.
איך זיך א חברותא אין מורה נבוכים, לכתחילה איינער וואס האט עס שוין געלערנט.
אויף זום, פאר מער אין אישי
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:40 pm#513448
היסטאריע האט געשריבן:איך זוך פארטאגס.


אויב דו גייסט אַיין אז די סיום המסכתא גייט מען פראווענען אין מיין באנגעלאו קאלאני, איז דא וואס צו רעדן.
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:46 pm#513449
קרן זוית האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך זוך פארטאגס.

אויב דו גייסט איין אז די סיום המסכתא גייט מען פראווענען אין מיין באנגעלאו קאלאני, איז דא וואס צו רעדן.

אבער אין די ניין טעג און לע"נ ר' ישעי'לע
אדער ג' בשלח און לע"נ די בת עין
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:48 pm#513450
שלוימי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?

גמרא

נעה, כ'האב שוין געמיינט עפעס אינטערעסאנט...
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 7:02 pm#513451
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נעה, כ'האב שוין געמיינט עפעס אינטערעסאנט...

אלע אינטערסאנטע זאכן זענען אין די גמרא.
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 8:09 pm#513456
Nanach האט געשריבן:א גוטע איידיע.
איך זיך א חברותא אין מורה נבוכים, לכתחילה איינער וואס האט עס שוין געלערנט.
אויף זום, פאר מער אין אישי

גרייט דיך צו א נייע ניק...
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 8:18 pm#513457
Nanach האט געשריבן:א גוטע איידיע.
איך זיך א חברותא אין מורה נבוכים, לכתחילה איינער וואס האט עס שוין געלערנט.
אויף זום, פאר מער אין אישי


איך קען באשטיין. איך האב שוין געלערנט איינמאל.

איך וויל עס לערנען מיט דער גבעת המורה, מסכים?
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 8:54 pm#513460
ווער ס'זוכט דא א חברותא זאל ביטע מעלדן אויב ער'ט מצליח געווען.
אויב איז דא א הויכע סוקסעס ראטע איז אפשר צייט אנפאנגן דא מאכן שידוכים...
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 9:32 pm#513464
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שלוימי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?

גמרא

נעה, כ'האב שוין געמיינט עפעס אינטערעסאנט...

דו ווילסט א חברותא צו לערנען על הגאולה?
דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 9:47 pm#513467
שמן למאור האט געשריבן:דו ווילסט א חברותא צו לערנען על הגאולה?

ער האלט שוין נאך על התמורה!
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 12:30 pm#513527
טוב ויפה האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך זוך פארטאגס.

אויב דו גייסט איין אז די סיום המסכתא גייט מען פראווענען אין מיין באנגעלאו קאלאני, איז דא וואס צו רעדן.

אבער אין די ניין טעג און לע"נ ר' ישעי'לע
אדער ג' בשלח און לע"נ די בת עין

ניין, ווייל דעמאלט איז שוין סייווי דא א סעודה.
מיטוואך יאנואר 18, 2023 12:05 am#515836
א גאר חשוב'ע ניק וואס זוכט א חבר[ותא] האט דאס געשריבן אין מאחורי, און געבעטן צו עס אריינברענגן דא פאר'ן ציבור.

ווער ס'פילט אז ס'קען אים זיין נוגע זאל מיר שיקן א אישי און כ'וועל אי''ה געבן די אימעיל אדרעס (און נישט זיין ניק, היות ער וויל זיין ניק נאמען זאל אויך בלייבן אנאנימעס) פון הרב הניק הנ''ל ווי מ'וועט זיך קענען דירעקט פארבינדן און גיין ווייטער.

הצלחה לכולם

אנאנים האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס איך זיך א חברותא און איך קען נישט טרעפן עפעס פאסיג. איך קלער אז ק"ש וואלט געווען די פאסיגסטע פלאץ צי טרעפן א גוטע פאר, אבער פאר פארשטענדליכע סיבות קען איך עס נאר טון אנונים.

וואס אין זיך:
איך וואוין אין (וואס האט אמאל געמיינט...) ניי וויליאמסבורג, לכתחילה וויל איך די שיעור זאל פארקומען אין די געגנט, חוץ אויב איך טרעף נישט עפעס צום הארצן קען מען עס מאכן אויף זום אויך. ס'גייט מיך נישט אהן פונקטלעך וואס מען לערנט, זאל זיין גמרא/משנה/הלכה וכדומה. אבער וואס איז יא א מעכב איז א שיעור אין אמונה/דיעות/השקפה, וויאזוי דו ווילסט עס אנריפן. אויך א שטיקל ריקעפ אויף די וועטליכע נייעס, אויסטוישן קליפס, שמועסן ביזנעס וכו'. און בעיקר א חברותא זיך אויסצישמועסן די מעמקי הלב און שעירן אינערליכע געפילן מיט א נאנטשאפט.

וועגן מיר:
איך בין אין די דרייסיגער יארן. א שטילער אבער געשמאקע שמועסער און גוטע אויסהערער. אין ישיבה בין איך געווען פון די סאמע בעסטע בחורים, רמי"ם האבן געהאלטן אז איך ווען ווערן א ר"י, אבער ליידער האט זיך אויסגעלאזט וויאזוי עס האט זיך אויסגעלאזט. איך בין ב"ה א פיינע פארדינער און וועל אי"ה נישט דארפן קיין געלט טובות :P

אידיעלי זאל די חברותא זיין בדומה לי, א צוגעלאזן גוט קעפל, אבסעסט מיט אמונות ודיעות, בקיצור א ק"ש מעמבער...

כ'ווייס נישט פונקטלעך וויאזוי צי אויסארבעטן די קאנעקשן. אויב איינער קען זיך מתנדב זיין צי זיין די פארמיטלער תע"ב. כ"וועל עם שיקען מיין אימעיל, און ווען איינער מעלדט זיך צי די פארמיטלער אין אישי וועט ער שיקען די אימעיל אדרעס פאר יענעם.

אויב וועט עס ארבעטן קען מען אפשר מאכן א שידוך פאר נאך יודן אויף דעם אופן.
מיטוואך יאנואר 18, 2023 8:39 am#515842
א גוטע געדאנק, הלואי זאל זיך עס אויסארבייטן.
איך זוך בדומה לזה אין קרית יואל.
מיטוואך יאנואר 25, 2023 10:28 am#516221
זום איז נישט גוט?
דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 2:39 pm#516291
.
שלוימי האט געשריבן:איך זוך א חברותא צו לערנען יעדע נאכט.

פאר מער אין אישי.