רביה''ק זי''עדאס איז דאס גאנצע... שוין, ווייס איך דאך יא וואס איך רעד...
אין חדר פלעגט מען דערציילן, אַז יאָסל איז צו צום רבי׳ן און פאַר עם געקלאָגט זיך איבער מאָטל׳ען, אַז ער האָט געוואָלט עם שלאָגן. פרעגט עם דער רבי, „פון וואַנענט ווייסטו אַז ער האָט דיר
געוואָלט שלאָגן?” ענטפערט יענער „ווײלע ער האָט מיר געשלאָגן בפועל ממש...”
ולענייננו, פון וואַנענט ווייס מען אַז פּוטין וויל אײננעמען אוקרײנע? ווײלע ער איז בפועל ממש אָנגעפאַלן אויף אוקרײנע און האָט שוין אָפיציעל אַנעקצירט חערסאָן איידער ער האָט געמוזט אַרויסצוגיין מיט בושות.
במאמר המוסגר, איך וואָלט שטאַרק מייעץ זײן ר׳ רבינו הקדוש (וואָס רעדט מסתמא ניט קיין רוסיש צי אוקרײניש), ניט צו זאָגן אַ דיעה איבער זאַכן אין וועלכע ער האָט ניט קיין הבנה.