Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
110 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 610 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1578
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:52 pm#37909
טעכנאלאגישע פראגעס און הילף
נישט אויף יעדע קורצע פראגע לוינט צו מאכן אן אשכול, דעריבער עפן איך דעם אשכול וואו איך וועל פארלייגן פראגעס און קורצע עצות וואס איך זוך.

היינט האב איך געליינט אינעם 'פאפולער פאטאגראפיע' איבער די פארשידענע 'קלאוד' קאמפאניס און די מעלות און חסרונות צווישן זיי.

וואס איז מיר אבער אינטערעסאנט צו פארשטיין, וואס איז די גרויסע מעלה פון האלטן מיינע פיילס אינעם 'וואלקן' ווען די פרייז פאר הונדערט גיג איז ביילייפיג פופציג דאלער פער יאר, ווען איך קען פאר דעם פרייז זיך איינהאנדלען א טעראבייט און נישט דארפן צאלן א יערליכן אפצאל?
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:58 pm#37913
די מעלות זענען אז עס בלייבט געסעיווט זיכערערהייט אן א שרעק אז עס וועט זיך פארמעקן אדער פארלירן - וואס מאכט זיך מיט א פארטעבל דרייוו
און אויך אז דו קענסט עקסעסן דיינע פיילס פון סיי וועלכע קאמפיוטער מיט אינטערנעט איבערן גאנצן כדור העולם.

יעדער דארף אפשאצן פאר זיך אויב עס לוינט אים צו צאלן געלט פאר די אויבנדערמאנטע מעלות.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:25 pm#37937
זייער שוואכע מעלות קעגן דעם ריזיגן פרייז דערפאר.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:28 pm#37939
האלטן פיילס און די וואלקן לוינט זיך פאר איינעם וואס האט ריזיגע פיילס (למשל א ווידעא עדיטאר וואס האט הונדערטע ווידעא פיילס אויף וואס ער ארבעט) און ער וויל קענען ארבעטן פון ווי אימער אן דארפן מיטשלעפן זיינע הארדרייווס. ס'שפארט אים סיי טירחא און סיי די ריזיקע דאס צו פארלירן אויפן וועג. פאר איינעם וואס קען האלטן אלע זיינע פיילס און איין אדער צוויי הארדרייווס און דארף נישט מיטנעמען די הארדרייווס ווי ער פארט (אדער אויב ער ארבעט אלץ פון איין פלאץ) לוינט זיך טאקע נישט די וואלקן.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:46 pm#37951
די פארשידענע קאמפאניס
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:11 pm#47277
די עפל'יסטן זענען אויפגעלייגט ביז גאר. די נייע iOS6 איז היינט ארויפגעשווימען אויף אלע אייפאונס, און טראץ וואס איך וועל נישט אוועקמאכן די געציילטע מעלות וואס עס געט צו (עפל זאגט אז עס האט איבער צוויי הונדערט נייע פיטשורס) האב איך דערמיט מער קאפוויי ווי פאר דעם. איך וועל זיי אהערברענגען, מיט האפענונג אז מען וועט מיר ארויסהעלפן.

די געוואלדיגע מעלה וואס ראשעקאל האט צוגעברענגט אז ענדליך קען מען שוין ארויפלייגן בילדער אויפן שטיבל, ארבעט נישט. מסתם ווייל עפל דיקטאטירט פונקטליך וויפיל מב א פיק זאל זיין (געווענליך צוויי דריי מב). קען מען עפעס טון דערוועגן?

עמבעדדעד יוטוב קליפס ארבעטן מער נישט אויפן נייעם אפדעיט. יא, זיי האבן אוועקגענומען די יוטוב עפפ פונעם סיסטעם אבער איך האב שוין דאונלאודעד די פרישע עפפ וואס גוגל האט צוגעשטעלט.

ווייפיי שפרינגט אראפ און ארויף זינט איך האב אפדעיטעד.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:15 am#47294
צרת רבים חצי נחמה, ביזט נישט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך אפ.
אפשר זאלסטו איינטונקען דיין עפל אין האניג לסימנא טבא.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:17 am#47297
געפילטע, דו ביסט אזוי זיס.......
אפשר זאל ער עס גאר איינטינקען אין דיר, דו ביסט דאך מתוק מדבש ונופת צופים, נאך מער ווי האניג...
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:57 am#47309
געפילטע פיש האט געשריבן:צרת רבים חצי נחמה, ביזט נישט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך אפ.
אפשר זאלסטו איינטונקען דיין עפל אין האניג לסימנא טבא.

דו מיינסט דאס?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:46 am#47349
געפילטע פיש האט געשריבן:צרת רבים חצי נחמה, ביזט נישט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך אפ.


דאס האסטו געמיינט?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:09 am#47362
אךשמח האט געשריבן:דו מיינסט דאס?

יא
אךשמח האט געשריבן:דאס האסטו געמיינט?

יא, און אויך דאס (טשעק ארויס די קאמענטס), דאס, און דאס.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:20 pm#47874
EMERGENCY HELP WANTED!
I got a problem yesterday, I cant post Yiddish on the web, including emails,furoms,etc. does anyone know about this bug please let me know, I am down the drain!
Thanks in advance!
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:49 am#48068
Offline you could write in Yiddish or is it only online?
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:49 pm#48234
עס איז געווען א פראגע פון צייט ביז איך וועל איינטוישן מיין אייפאון און צוריק צום ענדרויד פאון, אבער איך האב זיך נישט געיאגט. נאך אלעם איז דער אייפאון טאקע נישט קיין ענדרויד אבער פארט נישט אוועקצומאכן, בפרט ווען א גוטע קאמערא איז מיר גאר וויכטיג און דער אייפאון קאמערא האט דערווייל נישט קיין ערזאץ.

היינט איז געקומען דער באשלוס אז גענוג איז גענוג. די גוגל מעפס איז מיר גאר וויכטיג און אז זיי האבן צוליב זייערע אינטערעסן מיר צוגענומען אזא וויטיגע עפפ איז געווען איין טרעפל אוועק פון זיי, און העיקר אז זינט דעם נארישן אפדעיט פאריגע וואך טוט דער אייפאון גאר מאדנע זיך אויפפירן ווען עס לאזט מיר גאר אפט נישט סקראלן פון אויבן אראפ און פארקערט.

איך האב נאך געקלערט צו אויסווארטן דעם געלעקסי נאוט צוויי אדער די על דזשי אפטימום דזשי וואס מען זאגט דערויף גרויסע זאכן אבער איצטער אז איך זע דעם געלעקסי שלש פאר הונדערט פופציג רייניש וועל איך עס באלד באשטעלן. (זאת ועוד אז איך קען צוריקבאקומען א שיינע מטבע פאר מיין אייפאון, ווי שוין געשריבן אויף א צווייט מקום).

אצינד ברויך איך אייער הילף. איך האב גאנץ אסאך אינפא אויף מיין אייפאון, און וויל וויסן גענוי ווי אזוי מען פירט עס אריבער צום נייעם געלעקסי. רוב זאכן גלייב איך וועט זיין גאר גרינג אבער איך בין נישט קלאר ווי אזוי צו אריבערפירן די ביכער און פי די עףס וואס ליגן מיר אין אייבוקס. ווייסט איינער ווי מען מאכט דאס?
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:57 pm#48239
משה רוקח האט געשריבן:Offline you could write in Yiddish or is it only online?

Only online. I guess its just a flu, I will restart my computer.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:44 pm#48327
אךשמח האט געשריבן:איך האב גאנץ אסאך אינפא אויף מיין אייפאון, און וויל וויסן גענוי ווי אזוי מען פירט עס אריבער צום נייעם געלעקסי. רוב זאכן גלייב איך וועט זיין גאר גרינג אבער איך בין נישט קלאר ווי אזוי צו אריבערפירן די ביכער און פי די עףס וואס ליגן מיר אין אייבוקס. ווייסט איינער ווי מען מאכט דאס?


איך האב פרובירט גוגלען פאר דיר, עס איז דא אסאך וועגן.
דאס איז ארויפגעקומען פון די ערשטע און קוקט אויס צו זיין הילפבאר:
m http://www.talkandroid.com/guides/begin ... transition m

הצלחה רבה!
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:50 am#48426
צוקער האט געשריבן:I got a problem yesterday, I cant post Yiddish on the web, including emails,furoms,etc. does anyone know about this bug please let me know, I am down the drain!
Thanks in advance!

ב׳ה! דער אויבערשטער האט אונז נישט פארלאזט אונז האמער צירוק הרב צוקער מיט אונז!,
ס׳וואלט געווען ראטזאם ווען דו לאזט אונז וויסן וויאזוי האסט געסאלווד דעם פראבלעם. שכח.
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:52 am#48428
צוקער האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:Offline you could write in Yiddish or is it only online?

Only online. I guess its just a flu, I will restart my computer.

ס'לכאורה געווען א פשוטע פלו. כ'אב אויסגעלאשן מיין טוי איבערנאכט, ועד הנה עזרוני! חסדי ה' כי לא תמנו!
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:03 pm#48461
שמעקעדיג האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:איך האב גאנץ אסאך אינפא אויף מיין אייפאון, און וויל וויסן גענוי ווי אזוי מען פירט עס אריבער צום נייעם געלעקסי. רוב זאכן גלייב איך וועט זיין גאר גרינג אבער איך בין נישט קלאר ווי אזוי צו אריבערפירן די ביכער און פי די עףס וואס ליגן מיר אין אייבוקס. ווייסט איינער ווי מען מאכט דאס?


איך האב פרובירט גוגלען פאר דיר, עס איז דא אסאך וועגן.
דאס איז ארויפגעקומען פון די ערשטע און קוקט אויס צו זיין הילפבאר:
http://www.talkandroid.com/guides/begin ... transition

הצלחה רבה!

א דאנק פאר דיין ארבעט, און איך וועל עס בקרוב נוצן.

איך האב געטון א ווילדע שריט און אריינגעגעבן מיין אייפאון 4s פאר עמעזאן טרעיד אין, און זיי וועלן מיר שיקן $365 עמעזאן גיפט קארד (איך רעכן אז איך וועל האבן דערפון בערך צוויי מאות, מיינוס וואס מיין אשת חיל וועט אויסגעבן $165 פאר אומנויטיגע זאכן...) און ביז א וואך דארף איך עס צוריקשיקן. פארוואס איך האב זיך אזוי געיאגט, ווייל איך גלייב אז עמעזאן וועט אראפלאזן די פרייז בקרוב. קען אבער זיין אז איך קען נאך צוריקציען.

נאכן אפמאכן צו נעמען דעם געלעקסי שלש, ווי שוין געשריבן, זענען דא וואס זאגן איך זאל נאך געבן געציילטע טעג פאר עטליכע נייע סעלפאונס וואס דארפן בקרוב ממש ערשיינען לאור עולם. גיי ווייס...
מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:23 am#51412
ווען איך וויל סקענען מערערע פאפירן און סזאל ווערן איין גרויסע פייל ווי אזוי טוט מען דאס?
ווען איך סקען מיט ווינדאוס סקען קומט אויס יעדער באזונדער ,אז איך וויל עס למשל אימעלן דארך איך עטעטשען יעדע פאפיר באזונדער.

ניץ איך א סאפווער וואס הייסט פעפערפארט, דאס סקענט אלעס צי איין גרויסע פדף pdf.
יעצט מיין נייע קוימפיטער וויל איך טאן די זעלבע ,טרעף איך מער נישט בחנם די סאפטווער.
וואס נאך קען איך פראבירן ?
מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:28 am#51416
מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:41 am#51425
געפילטע פיש האט געשריבן:lmgtfy.com/?q=Paperport+free

אדער האט גוגעל א מערכה קעגען מיר , אדער האבן זיי א דיעל מיט דיר.
איך סיורטש און טרעך נישט געפילטע טרעפט.
שכוח
מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:45 am#51431
מ'סתם צאלסטו נישט מעמבערשיפ פאר גוגל, איא?
ערענסט גערעדט, אסאך מאל קען א סטופיד ספעלינג מיסטעיק טשעינדזשען די ריזאלטס.
מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:09 am#51445
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'סתם צאלסטו נישט מעמבערשיפ פאר גוגל, איא?
ערענסט גערעדט, אסאך מאל קען א סטופיד ספעלינג מיסטעיק טשעינדזשען די ריזאלטס.

וואס ניצטו אויב מעג איך פרעגן?
מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:16 am#51448
פעיפערפארט איז זייער א ברייט באנוצטע פראגראם אין די ביזנעס וועלט, אני לכשעצמי דארף דאס נישט, איך סקען נישט קיין גרויסע מגילות אינדערהיים.
ס'איז אויך תלוי אין וואסערע סקענער דו נוצט, אסאך סקענערס מיט א אטאמאטיק פידער שטעלן אליינס צאם די גאנצע פייל פעיפערס אין איין פי די עף, אן די הילף פון טירד פארטי סאפטווער.
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 1:07 am#225612
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 3:31 pm#225677
סדא free עפפס
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:20 pm#225685
נולד מאוחר האט געשריבן:סדא free עפפס


טאקע? זאג.
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:42 pm#226021
אן עפפ וואס שפילעט נאר די קול פון יאטוב וועט ניצן היפש ווייניגער דעטא?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:53 am#226699
איז דא א עפפ וואס קען מיר זאגן וויפיל צייט א טאג איך ניץ מיין פאון?
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:26 pm#231271
ווי אזוי קען מען קאפי פעסטען אן א מייז?
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:29 pm#231272
ctl c - ctl v
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:30 pm#231273
ונבנתה העיר האט געשריבן:ctl c - ctl v

ווי אזוי סעלעקט מען?
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:32 pm#231275
Shift, then move arrow to desired area
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:21 am#231319
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א עפפ וואס קען מיר זאגן וויפיל צייט א טאג איך ניץ מיין פאון?

ס'זענען דא אסאך עפפס וואס טוען עס, גוגל סוירטש פאר phone usage monitoring app.
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:28 am#231881
ונבנתה העיר האט געשריבן:ctl c - ctl v


איך ארבעט אויף א קראמבאאק און עס מאכט זיך נישט וויסענדיג ווען איך פאלא דיר
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:08 pm#232275
וויפיל קאסט צו קויפן א domain name? איז דא א באשטימטע פרייז אדער ס'ווענד זיך וועלכער נאמען?
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:11 pm#232277
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:16 pm#232280
שכויח פאר די לינק, אבער מען ענטפערט נישט מיין פראגע דארט. אפשר וועט מען דא ענטפערן?

(איך פרעג, ווייל ביים זוכן א domain name יעצט זע איך ס'איז אוועיליבעל, אבער ס'קאסט קרוב צו דריי אלפים. מאכט דאס סענס אדער איך פארשטיי נישט גוט?)
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:48 pm#232286
אויב איז עס א גוטע נאמען, דאס הייסט, ווייניג אותיות אדער א גוטע ווארט, קען דער פרייז ארויפגיין צו מיליאנען.
איך האב געהאט א דאמעין וואס איך האב געוואלט קויפן און זיי האבן געוואלט דערפאר זעקס הונדערט טויזנט דאללער.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:53 pm#232287
ווער "זיי"? דער hoster אליין? כ'האב געמיינט אז אלע נעמען קאסטן בערך די זעלבע אויסער אויב האט עס שוין א צווייטער געקויפט און בעט דערפאר שווערע געלטער, א שטייגער ווי דעם משוגענער.
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:15 am#232407
דער האסטינג קאמפעני אליין קען בעטן אסאך אבער זיי גייען געווענליך נישט ארויף צו די הונדערטער טויזנטער.
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 12:04 pm#232439
chusid האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:ctl c - ctl v


איך ארבעט אויף א קראמבאאק און עס מאכט זיך נישט וויסענדיג ווען איך פאלא דיר

ס'דארף צו ארבעטן די זעלבע ווי אויף ווינדאוס.
www.wikihow.com/Copy-and-Paste-on-the-Chromebook
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:47 pm#232783
לעצטנס קומען ארויס א סאך 2 אין 1 דהיינו א לעפטאפ וואס ווערט קאנווערטעד אין א טעבלעט, די מערסט באקאנטע איז די מייקראסאפט סורפעיס, אבער איך זע אין די ריוויוס אז אנדערע פירמעס האבן בעסערע ווי מייקראסאפט, איך קלער פון זיך איינהאנדלען אזא כלי, וויל איך וויסן צו איינער פון ענק האט עקספיריענס מיט אזא זאך, און וועלכע איז גוט צו קויפן, איך דארף עס פאר בעיסיק זאכן, אביסל טייפן, אביסל קוקן נייעס און אסאך ווידאוס רח"ל.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:09 pm#233908
וואס איז די חילוק פין א עפפ און א פשוטע מאביל וועבזייטל?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:51 am#235857
איך זוך צו קויפן א לעפטאפ יעצט. איך קען נישט ווארטן פאר שיפינג. איז דא א לעפטאפ פאר אינטער 500 וואס איך קען קויפן לאקאל מיט 250 גיג. אויב יא ווי, בעסט ביי? נאך א שאלה, איך האב קיינמאל נישט געהאט א לעפטאפ מיט מאביל אינטערנעט. ווייפיי זייגט און רוב פלעצער. וואס זענען די אפציעס פאר אינטערנעט. א גרויסן יישר כח אויב איינער קען ארויסהעלפן.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:05 pm#235860
ווארט פאר Black Friday
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:46 pm#235925
קען נישט. איך דארף עס היינט.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:08 pm#235992
איז מעגליך צו שיקן א פדף פייל פון א דעסקטאפ צו א ענרויד טעלעפאן דורך usb?