פארומס › ד"ר הרב נתן סליפקין, און ראציאנאליסטישע אידישקייט

ד"ר הרב נתן סליפקין, און ראציאנאליסטישע אידישקייט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15995
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג מערץ 24, 2023 8:04 am#519571
פון די גרעסטע פיגורן אין ארטאדאקסישער ראציאנאליסטישער אידישקייט איז ד"ר הרב נתן סליפקין, באקאנט מיט זיינע פילצאליקע ביכער אויף אט-די טעמעס. זיין בלאג, 'ראציאנאליסטישע אידישקייט', איז בארימט ביי אלע חובבי מחשבה, און האט א ווייטגרייכנדע השפעה. ער איז אויך דער דירעקטאר פון דעם 'תורהדיקן מוזעאום פון נאטירליכער היסטאריע'.

לעצטנס האט זיך זאגאר געעפנט א גאנצער בלאג אפצוענטפערן סליפקינען און צו שפעטן פון זיין מהלך, אי אין אמונה-טעמעס און אי אין טעמעס מיט א שייכות צו חרדים.
פרייטאג מערץ 24, 2023 10:31 am#519578
דער "happygoluckypersonage", וועלכע איז איינער פון די שרייבערס אויף די בּלאַג שכנגדו, איז אלס געווען אַן אנטאגאניסט אין די קאמענטס אויף הרב דר. סליפקינ'ס בּלאַג. דא האב איך צוגעברענגט זיינס א קאמענט - ער איז דער "טראָל" וועמען איך מיין. (זייט הרב דר. סליפקין האט איבערגעמאכט זיין בּלאַג, קען מען שוין נישט טרעפן די קאמענט.)
פרייטאג מערץ 24, 2023 1:20 pm#519590
שוין לאנג געווארט אז איינער זאל נעמען די מיה צו אנהייבן אן אשכול איבער הרב סליפקין
אגב, עס קוקט אויס אז זיין פרישע סעריע ארטיקלען וועט זיין זייער אינטערעסאנט https://www.rationalistjudaism.com/p/why-judaism
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:46 am#536846
איינער ווייסט וואס ס'גייט פאהר מיט זיין בוך The Challange of Creation? ס'איז מער נישט עוועילעבל אויף Amazon. איז דא ערגעץ אנדערש ווי מ'קען עס קויפן? ארבעט ער צי דריקן נאך פון דעהם?

שכוח.