Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל - וועקער 18

א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל - וועקער 18

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
102 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 571 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14480
בלאט: 1 2 3
מיטוואך יולי 24, 2024 3:22 pm#568705
‏דא האב איך צוגעברענגט פון קאַרל יונג:
There is no coming to consciousness without pain
און אז עס איז נישט שייך ארויסצוקומען (פולע) קאַנשׁעס באשעפענישן פון מער נידעריגערע לייף-פאָרמס (אין טערמינען פון קאַנשׁעסנעס רעלאטיוו צום מענטש׳ס), אָן הוה והפסד וצער. ווי אויך קען דאס בכלל גיין אין איינקלאנג מיט דר. מיכאל מוּרעי׳ס מהלך, אז ווי מער קאַנשׁעסנעס א זאך האט, אלס מער קען דאס שפירן צער.

מאידך גיסא האט יונג אויך געזאגט:
Much of the evil in this world is due to the fact that man, in general, is hopelessly unconscious
עס איז אבער נישט קיין סתירה. פון איין זייט איז האבן קאַנשׁעסנעס בכלל די גורם צו צער. ומאידך גיסא אז מ׳איז קאַנשׁעס פון די פאקט אליין, קען דאס מאכן דעם מענטש ארבעטן קעגן זיינע אינסטינקטס, די סוג ב׳ און ג׳ של מיני צער, און זיך דאדורך מער ארויסדרייען פון זיי. ועוד יותר, אז להרמב״ם טאמער קומט דער מענטש צו צו די גאר הויכע טרענסענדענט מדריגה פון הויך קאַנשׁעסנעס ודביקות רק באלוק ובמושכלות, וואס דאס איז די שפיץ מדריגה פון קאַנשׁעסנעס פאר׳ן מין האדם, דאן טרענסענד ער יעדעס מין צער ואף כשמנתחים אותו לנתחים ל״ע, וכדכתב במו״נ ח״ג פנ״א. א געדאנק אין דעם:
Knowledge is power

***

ווי פריער ארויסגעברענגט, איז אין ABA די געדאנק פון ״שכר״/ריענפאָרסמענט נאר טאמער דאס וואס ער באקומט דורך זיין אקט איז טאקע גורם אז ער טוהט די אקט אינעם עתיד נאכאמאל אונטער די זעלבע אומשטענדן (און ענטיסיִדענטס) כדי דאס צו באקומען; אט דאס איז טאקע די פונקציע פון פארוואס ער טוהט וואס ער טוהט. ולהיפך ביי ״עונש״, אז עס ווערט גערעכענט ווי אַן ״עונש״ ״״נאר טאמער עס איז טאקע גורם א פארמינערונג אין די סארט התנהגות.

עפי״ז איז פארהאן א תחבולה צו פארמינערן פראבלעמאטישע התנהגות, וואס רופט זיך ״עקסטינקשאן״. דאס איז ווען די התנהגות פאסירט אבער מ׳מאכט זיכער אז דאס וואס טוהט ריענפאָרסען די התנהגות פאר׳ן מענטש, די ״שכר״ וואס ער באקריגט אלס דערפון, קומט נישט אפיר צו אים בשו״א. אבער דאס איז שווערער אז עס זאל ארבעטן טאמער איז די ״שכר״ וואס ער באקריגט דערפאר, נישט געשעהן יעדעס מאל ער האט געטוהן די התנהגות. טאמער פלעגט ער דאס נאר באקומען לעתים און אינטערמיטענטלי, ווי איידער כסדר ביי יעדעס אקט, דאן איז שווערער אז דאס זאל ארבעטן, ווארום ער איז דאך סתם אזוי געוואוינט צו דעם אז די ״שכר״ קומט נישט אלעמאל. ועכ״כ אז צו עפעקטיוולי אימפּלימענטירן דעם עקסטיקשאן פּראצעדור, קען אויספעהלן אז מ׳זאל מקודם מאכן זיכער אז ער באקומט די שכר פונעם פראבלעמאטישן התנהגות אלעמאל און קאָנטיניוּאסלי ווען ער טוהט די אקט, כדי די עקסטינקשאן דערפון זאל דערנאך ארבעטן.

ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז א געדאנק אין דעם רשע וטוב לו בעוה״ז שהיא לטורדו מעוה״ב (עיין בקידושין לט:). והיינו, ווייל די גיהנום וואו מ׳שטעלט דעם רשע איז דאך לתקנו. און דארט קען מען עס באטראכטן וואו מ׳שטעלט די התנהגות פונעם רשע אויף עקסטינקשאן וואו ער באקומט קיינמאל נישט די ״שכר״ וואס ער האט באקומען דערפאר בהאי עלמא. אבער דאס ארבעט נאר גוט טאמער האט ער מעיקרא באקומען דערפאר די ״שכר״ כסדר. ולכן געבט מען אים מער ״שכר״ און ריענפאָרסמענט בהאי עלמא על מעשיו בכלל, כדי די ״שכר״ אויף זיינע מעשים רעים זאלן זיין קאָנטיניוּאָס, וואס דאן ארבעט די עקסטינקשאן על מעשיו בעוה״ב.

ועוד יותר, ביים אָנהויב פונעם עקסטינקשאן פּראצעדור איז בדרך כלל דא א פענאמענאן וואס רופט זיך אַן ״עקסטינקשאן בּוּרסט״ (ווי אויך קען זיין אינדערמיט א פלוצלינג׳דיגע חזרה, פאר א קורצע וויילע, פון די פראבלעמאטישע התנהגות). דאס איז וואו וויבאלד אלע ריענפאָרסמענט וואס ער פלעגט באקומען פאר׳ן התנהגות בהעבר ווערט נמנע, טוהט ער, עכ״פ פאר א קורצע וויילע, נאך מער טוהן די התנהגות אלס אולי יעצט יא צו ווייטער באקומען די ריענפאָרסמענט. ולפי הנ״ל אז בהגיהנום טוהט מען לייגן די רשעים אויף אַן עקסטינקשאן פּראצעדור, איז לכן (עירובין יט.) רשעים אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין בתשובה ע״ש. והיינו, אז ביים ״פתחו״ של גיהנום, ביים אָנהויב פראצעדור, אינם חוזרים בתשובה, וויבאלד דעמאלטס איז דא דעם ״עקסטינקשאן בּוּרסט״.
Extinction Graph.jpg
‏ובכלל איז דאס די געדאנק אז "שכר" פאר גוטע התנהגות ווערט נישט אלעמאל געגעבן פאר יעדעס מאל מ'טוהט די מעשה טוב, וויבאלד אזוי איז די התנהגות מער רעזיסטענט צו עקסטינקשאן הנ"ל.

ועיין לעיל ווי מ׳טרעפט אינעם רמב״ם אַן ABA מהלך (און טאקע וואו ער איז אויך מסביר ענין שכר לעוה״ב). ועיין כאן.

ואגב, לגבי ווייקעריאס שכר ועונש, איז דא אין ABA די געדאנק פון א "גרופע קאנטינדזשענסי", וואו עס איז שייך אז די גאנצע גרופע באקומט "שכר", נאר טאמער די גאנצע גרופע על הכלל האט זיך אויפגעפירט כדבעי, ווען עס איז אינטערדעפּענדענט, אדער וואו אפאר ספעציפישע אין די גרופע האבן זיך אויפגעפירט כדבעי, ווען עס איז דיפּענדענט. דאס באנוצט זיך דורכ'ן לייגן פּיער פּרעשור אויף די שוואכע אינעם גרופע (באופן וואו די אנדערע וועלן נישט סטראשענען וכדומה די שוואכע מעמבּערס אין די גרופע.


***

דער זרע שמשון שרייבט בסוף פ׳ בלק:
IMG_7831.jpeg
והיינו, אז אויב שטראפט מען א כלל וועגן די חטא פון א יחיד, באדארף דאס צו זיין איינער וואס איז חשוב ועושה מעשה עמך.

***

עס איז מן הראוי לציין צו דברי פּראפעסאר ראדעריק ניניען סמאַרט, לגבי די טענה איבער׳ן ״בּענעוואלענט וועלט עקספּלאדירער״:
IMG_7790.jpeg
זונטאג אוגוסט 04, 2024 5:42 pm#569123
דער מלבי"ם שרייבט עה"פ (ישעיה סה יז) כי הנני בורא שמים חדשים וארץ חדשה ולא תזכרנה הראשונות ולא תעלינה על לב:
השמים והארץ הנמצאים עתה נבראו על תכונה וטבע, שמן הנמנע שיהיה טוב תמידי בלא רע, כי החומר ההיולי כולו פושט צורה ולובש צורה תמיד וא״א להויה בלא העדר, וכן המזגים שיתהוו ע״י תנועת השמים מן הנמנע שלא ימצא ג״כ רע ע״י ככל הדברים המשתנים וממירים צורותיהם. אבל אז יהיה חומרם משונה בטבעו ממה שהיה עד הנה, עד שלא ימצא רע והעדר כלל, עד שלא תזכרנה הראשונות וגם לא תעלינה על לב, כי לא יוכלו לצייר לעצמם העדר ומות ורע כלל, כי לא יהיה זה בטבע המציאות. וכ״ז על התרבות הטוב וההצלחה.
ועיין להלן בפרק סו פסוק כב. עס ווערט אביסל שווער לפי"ז, אז עס קומט דאך אויס לפי דבריו אז עס איז בעצם שייך אז עס זאל זיין אַן עולם מחומר וואס איז נישט מקבל הפסד. וא"כ פארוואס איז דאס נישטא מעיקרא?
בלאט: 1 2 3