פארומס › קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

550 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2405
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך מאי 01, 2019 4:06 am#429356
ATUB @הקטן ATUB אינטערשריפט:

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel

מיט דעם אלעמען איז ער אליינס נאכאלץ נישט קיין גלויביגער!
:In his work Mind and Cosmos, Nagel notes that he is an atheist, writing

I confess to an ungrounded assumption of my own, in not finding it possible to regard the design alternative as a real option. I lack the sensus
divinitatis that enables—indeed compels—so many people to see in the world the expression of divine purpose as naturally as they see in a
smiling face the expression of human feeling


m https://www.mbird.com/2014/10/these-are ... mas-nagel/ m

He had no religious upbringing, but regards himself as a Jew

ער איז שטארק באיינפלוסט געווארן פון וויטגענשטיין און בערנארדט וויליאמס פילאסאפיע. זיי ביידע זענען קיין גרויסע ״יראי שמים״ נישט געוועהן... :lol: ליידער ליידער!
כאטש האלט ער זיך פאר א אידיש קינד - א שטיקל נחמה׳לע אין א אידישע נשמה׳לע...
פרייטאג מאי 03, 2019 11:06 am#429573
שבת אחים האט געשריבן:@הקטן אינטערשריפט:

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel

מיט דעם אלעמען איז ער אליינס נאכאלץ נישט קיין גלויביגער!

דאס איז עקזעקטלי די פוינט! - די ווערטער קומען פון איינעם וואס איז א שטארקער אטעאיסט, ער האט אבער די קוראזש, און זיין אמת מיט זיך, אפן און שרייבן
I want atheism to be true

ווייניג קענען זיך אזוי גוט.
פרייטאג מאי 03, 2019 11:19 am#429574
לאז אפ טאמעס נעיגעל, די שאלה איז וואס ווילסטו זאל זיין אמת, און צו האסטו די קוראזש און אויפריכטיקייט עס צו מודה זיין...
פרייטאג מאי 03, 2019 11:22 am#429575
במחילת כבודו איז ער ווייט פון גערעכט. רוב אינטעלעקטן זענען קיין גלייביגע עכ״פ אין די לעצטע צוויי דריי הונדערט יאר צוריק זיכער זינט מענטשן האבן אנגעהויבן טראכטן מיט לאגיק. און וואס מעהר די וועלט האט געטראכט אלץ ווייניגער האבן זיי געגעלייבט...

אפשר זאגסטו מיר פון וועמען ער רעדט? געב מיר נאר פינף גרויסע חכמים וואס האבן געגלייבט אין די מאדערענע ערא און איך וועל דיר פאר יעדען וואס דו ברענגסט געבן 300 חכמים וואס האבן נישט געגעלייבט.

וואס גערעכט? ווען גערעכט???


בכלל נישט גערעכט! אבסולוטי נישט!
פרייטאג מאי 03, 2019 3:13 pm#429595
שבת אחים האט געשריבן:במחילת כבודו איז ער ווייט פון גערעכט. רוב אינטעלעקטן זענען קיין גלייביגע עכ״פ אין די לעצטע צוויי דריי הונדערט יאר צוריק זיכער זינט מענטשן האבן אנגעהויבן טראכטן מיט לאגיק. און וואס מעהר די וועלט האט געטראכט אלץ ווייניגער האבן זיי געגעלייבט...
אפשר זאגסטו מיר פון וועמען ער רעדט? געב מיר נאר פינף גרויסע חכמים וואס האבן געגלייבט אין די מאדערענע ערא און איך וועל דיר פאר יעדען וואס דו ברענגסט געבן 300 חכמים וואס האבן נישט געגעלייבט.
וואס גערעכט? ווען גערעכט???
בכלל נישט גערעכט! אבסולוטי נישט!




some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
most intelligent מיינט נישט רוב וואס זענען intelligent

בכלל רעד ער פין וועם ער זעלבסט קען, קען זיין דו קענס מער אדער אנדערע, איז מיט וואס פינקטליך, איז ער נישט גערעכט?

ער קען חברה וואס זענען זייער זייער intelligent און זענען religious believers
דא רעדט מען פין אזאלכע וואס טאמעס-נעגל קען זיך מיט, און פין זיינע חברה איז דאס ממש די סמעטענע (טאמעס איז נישט קיין צייטאנג שרייבער, ער איז א גאר טיפער דענקער)
וועסטו וועלן זאגן יא זיי זענען intelligent אבער ס'פעלט זיי פשוט ידיעות, זאגט ער ניין! זיי זענען well-informed people זיי ווייסען נאך וואס א שבת אחים ווייסט, און דאך, אדער אפשר דערפאר, זענען זיי religious believers




קענען אביסל ענגליש קען ארויסהעלפן
פרייטאג מאי 03, 2019 7:24 pm#429620
וואלווי האט געשריבן:ה' יספור בכתוב עמים, ביינערי קאוד איז רעכטס אויף לינקס, קומט אויס אז ס'איז דא 01 מענטשען אויף די וועלט, דע וואס פארשטייען נישט אדער יא

וואלווי: ס'זעהט אויס אז מהר"א מקר"י שליט"א קען אויכעט ביינערי קאוד. ווייל ס'איז מרגלא בפומיה..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט"...איז ער 01... און ווער ס'פארשטייט נישט איז 00. לפי פשוטו. און לפי מדרשו...!
זונטאג מאי 05, 2019 5:21 pm#429694
געטראפן א גיטס
דינסטאג מאי 07, 2019 10:55 am#429841
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לאז אפ טאמעס נעיגעל, די שאלה איז וואס ווילסטו זאל זיין אמת, און צו האסטו די קוראזש און אויפריכטיקייט עס צו מודה זיין...

טאמעס נעיגעל האלט נישט אז וואו באלד ער וויל זייער אז עטיאיזעם זייל זיין גערעכט, זענען זיינע מסקנות נישט valid

אויבערפלעכליך, עס-יאזשעל
דינסטאג מאי 07, 2019 11:38 am#429843
שטייען ענק דאך ביידע אייניג גלייך, דו האלטסט אויך נישט אז וויבלאד דו ווילסט אידישקייט צו זיין גערעכט זענען דיינע מסקנות נישט גילטיג.
מיטוואך מאי 08, 2019 9:31 pm#429981
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:במחילת כבודו איז ער ווייט פון גערעכט. רוב אינטעלעקטן זענען קיין גלייביגע עכ״פ אין די לעצטע צוויי דריי הונדערט יאר צוריק זיכער זינט מענטשן האבן אנגעהויבן טראכטן מיט לאגיק. און וואס מעהר די וועלט האט געטראכט אלץ ווייניגער האבן זיי געגעלייבט...
אפשר זאגסטו מיר פון וועמען ער רעדט? געב מיר נאר פינף גרויסע חכמים וואס האבן געגלייבט אין די מאדערענע ערא און איך וועל דיר פאר יעדען וואס דו ברענגסט געבן 300 חכמים וואס האבן נישט געגעלייבט.
וואס גערעכט? ווען גערעכט???
בכלל נישט גערעכט! אבסולוטי נישט!




some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
most intelligent מיינט נישט רוב וואס זענען intelligent

בכלל רעד ער פין וועם ער זעלבסט קען, קען זיין דו קענס מער אדער אנדערע, איז מיט וואס פינקטליך, איז ער נישט גערעכט?

ער קען חברה וואס זענען זייער זייער intelligent און זענען religious believers
דא רעדט מען פין אזאלכע וואס טאמעס-נעגל קען זיך מיט, און פין זיינע חברה איז דאס ממש די סמעטענע (טאמעס איז נישט קיין צייטאנג שרייבער, ער איז א גאר טיפער דענקער)
וועסטו וועלן זאגן יא זיי זענען intelligent אבער ס'פעלט זיי פשוט ידיעות, זאגט ער ניין! זיי זענען well-informed people זיי ווייסען נאך וואס א שבת אחים ווייסט, און דאך, אדער אפשר דערפאר, זענען זיי religious believers




קענען אביסל ענגליש קען ארויסהעלפן


יא אז ער רעדט נאר פון מענטשען וועמען ער קען פערזענליך, קען טאקע מעגליך זיין אז ער דרייט זיך אין שומר שבת אדער אין מאנרא...

איך רעדט פון אלע קלוגע מענטשען וואס האבן געטוישט די וועלט. רוב גרויסע סייענטיסטן, פילאסאפערס און intellectuals וואס זענען באוואוסט
רובא דרובא זינט דארווין׳ס צייטן זענען קיין גלייביגע.

ממילא זעה איך נישט וואס איז בכלל דא צו נתפעל ווערן פון זיין סטעיטמענט. סאיז אייביג דא רעליגעזע מענטשען אפילו צווישן די קלוגסטע מענטשען- ספעציעל אויב דער יעניגער איז אזוי נתחנך געווארן און אויפגעוואקסן גלויביג... וואס איז שוין די ביג דיעל אז ער האט געטראפן אפאר מענטשען וואס גלייבן?
אפילו זיי זענען קלוג מיינט עס גארנישט ווייל רוב קלוגע מענטשען אין די מאדערנע צייטן גלייבן נישט אין גארנישט וואס מקען נישט אויפווייזן סייענטיפיש און אז א קליינע מיעוט פון אינטעלעקטולס זענען גלויביג איז געדרינגן אז וואס פונקטליך????

לאמיר שוין הערן פון וועמען מ׳רעדט דא? מקען שוין מיינען.

ממילא זעה איך נישט בכלל וואס ער איז אזוי אנטציקט אז א מיעוט קלוגע מענטשען זענען געבליבן גלייבן נאכדעם וואס אונז מענטשען האבן אלע געגעלייבט פאר צענדליגער טויזנטער יאהרן. קיין גרויסע חידוש איז עס זיכער נישט.
דאנערשטאג מאי 09, 2019 11:29 am#430030
שבת אחים האט געשריבן:יא אז ער רעדט נאר פון מענטשען וועמען ער קען פערזענליך, קען טאקע מעגליך זיין אז ער דרייט זיך אין שומר שבת אדער אין מאנרא...


זיכער אזוי! האסט נישט געוואוסט? נעגל (ע"ש הלחש הידוע "וויפיל נעגל אויפן דאך") איז א פלאטשיגע אפגעריסענע שוטה מיט א פלאכע ביבער היט און פארשטאפטע נאז, זיין IQ איז ארום 83 (כמנין נג"ל) אין די גוטע טעג. איך באגעגן אים יעדע 12 אזייגער פארטאגס עסן פת שחרית אין די ראדני שטיבלעך אונטן.
לידיעתך, איז Thomas Nagel פון די טיפזיניגסטע פילאזאפער אין אונזער דור. צווישן זיינע פילע אויסצייכענונגען האט ער אויך באקומען דעם Rolf Schock פרייז אויף לאגיק און פילאזאפיע, וואס ווערט באטראכט ווי דער נאבעל פרייז. זיין נאמען קומט אויף יעדן shortlist פון אינפלוסרייכע פילאזאפער, אינטעלעקטועלן און שרייבער פונעם 20-21'סטן יארהונדערט. (איך האלט אז ער האט מער ארגינעלע געדאנקען ווי שאופענהויער, למשל, אבער אויף דעם קען מען שוין מחולק זיין).

ער איז קלוגער פון דיר, און די מיט וועמען ער דרייט זיך זענען קלוגער פון דיר. סארי עבאוט דעט.
די סארט צמצום און פארמאכטקייט וואס מאכט איינעם נישט קענען פארנעמען אז אסאך פיל קלוגערע ווי אים זענען רעליגיעז, מאכט א צווייטן האלטן אז דער אהבת ישראל איז געווען דער גרעסטער צדיק מימות משה רבינו. צומאל איז עס אפילו דער זעלבער מענטש.

דאס אז געוויסע גאר קלוגע זענען רעליגיעז איז נישט קיין הוכחה למציאות הבורא, (פונקט ווי פארקערט איז נישט קיין ראי' אויף פארקערט), עס צייגט אבער אז רעליגיע איז נישט קיין בלויזע נארישקייט, און נעיגעל איז גענוג אויפריכטיג און אומאראגאנט דאס צו אנערקענען.

פונקטליך וויפיל קלוגע און גרויסע זענען רעליגיעז אדער נישט איז נישט די נושא, גענוג (מיס)אינפארמאציע דערוועגן דרייט זיך אויפן געוועב. די פאולסטערס (לשני הצדדים) נוצן גוט אויס די inherent ambiguity וואס ליגט אין אזעלכע טערמינען ווי "קלוג", "גרויס", "רעליגיעז", און "גלויבן". און דאס איז שוין חוץ פון די logical fallacies וואס קומען אלעמאל מיט מיט אזעלכע שאלות, (פיל רעליגיעז גענויגטע קלוגע ווערן גלחים, טעאלאגיקער, אדער רבנים, קלענער מאכנדיג די שאנסן צו ווערן סייענטיסטן, רעליגיעזע סייענטיסטן טרעפן אן מער שטרויכלונגען אויפן וועג צו ווערן גרויס, וכו' וכו'). אבער סיי וויאזוי איז די סטעיטמענט אז דו קענסט טרעפן 300 אטעאיסטן צו יעדן רעליגיעזן אויסטערליש גוזמא'דיג, כדרכך.
יעצט, איך האב זייער ליב גוזמאות. בפרט היינטיגע צייטן, אונטערן ממשלה פון פרעזידענט טראמפ יר"ה, זענען גוזמאות און ווילדע סטעיטמענטס כמעט בגדר דינא דמלכותא. אבער לתועלת הענין, צו קענען פירן ריכטיג א שמועס, איז כדאי צוצושטעלן אויך די ריכטיגע פאקטן. לדוגמא שרייבנדיג אז קעגן יעדע שלעכטע פרוי איז פארהאן דריי טויזנט שלעכטע מענער, (נאכן שרייבן אז קיינע שלעכטע פרויען האבן בכלל נישט עקזיסטירט, הגם דארט האלטסטו מיר פאר אז איך ווייס נישט וואס מיינט רוב), וואלט גוט געווען צוצולייגן א שטערנדל, און שרייבן פון אונטן אז די פונקטליכערע סטאטיסטיק איז, לויט די ערגסטע (און לכאורה אומריכטיגע) שאצונגען, 9 מענער קעגן יעדע פרוי. אזוי אויך דא, וואלט שיין געווען צוצולייגן, אז לויט געוויסע פאולסטערס זענען די סייענטיסטן וואס גלייבן נישט אביסעלע מער ווי העלפט, (און לויט אנדערע, זענען די איבערוויגנדע מערהייט מאמינים).

מיט "גרויסע" סייענטיסטן מיינסטו אפשר נאבעל פרייז געווינער? דאן כאפ א בליק.

בילד

שבת אחים האט געשריבן:ממילא זעה איך נישט וואס איז בכלל דא צו נתפעל ווערן פון זיין סטעיטמענט.


וויזשניצע עובדות און ניגונים זענען דען יא אינטערעסאנט פאר יעדן?
פאר ATUB @הקטן ATUB איז געווען אינטערעסאנט דער סטעיטמענט, ווי אן אטעאיסט בעל שיעור קומה איז זיך מודה בגילוי לב, האט ער עס גענומען אלס אינטערשריפט. ביסט נישט נתפעל? איז נישט. ליין עס נישט. וואס איז דא צו טענה'ן אזויפיל אהין און צוריק?
אגב, מיר עס געווען מערקווירדיג. ייש"כ הקטן.

(איך בעט איבער אלע חברים, פארוואס איך שרייב אזוי שארף ברבים. ס'איז נישט מיין דרך, אבער שבת אחים האט מיר געבעטן אין אישי כ'זאל אים "צופיצלען זיינע תגובות", כלשונו, האב איך אים א טובה געטון.
דאנערשטאג מאי 09, 2019 2:42 pm#430040
שליח האט געשריבן:מיט "גרויסע" סייענטיסטן מיינסטו אפשר נאבעל פרייז געווינער? דאן כאפ א בליק.

בילד


איך בין זייער פרייליך אז אזויפיל "אידן" האבן באקומען די נאבעל פרייז, אבער זיי גלייבן נישט אין גארנישט. (אפשר איינצעלנע).

די קריסטן זענען לכאורה בערך די זעלבע.
פרייטאג מאי 10, 2019 5:44 am#430084
הדסים האט געשריבן:איך בין זייער פרייליך אז אזויפיל "אידן" האבן באקומען די נאבעל פרייז, אבער זיי גלייבן נישט אין גארנישט. (אפשר איינצעלנע).

די קריסטן זענען לכאורה בערך די זעלבע.


ערשטענס, תינח אידן, מיינט אויך א פאלק אדער עטנישע גרופע. וויפיל אומגלויביגע קענסטו וועלכע רופן זיך קריסטן?
אבער באמת איז דאס שוין א צאמגעשטעלטע ליסטע. מער דעטאלירט איז עס צוטיילט אין Shalev, Baruch Aba. 100 Years of Nobel Prizes, כדלהלן.

relig.png


ווילט איר מיר זאגן אז אזעלכע וואס רופן זיך evangelical אדער Greek orthodox גלייבן באמת גארנישט? nice try.
רעכן אלע אידן אלס אינם מאמינים, בלייבן מאמינים פארט די לענדסלייד רוב.

צווייטנס, אין אידן זענען אויך נאר אריינגערעכנט אזעלכע וואס גלייבן אין 'עפעס' לכה"פ (א שיין חלק פון זיי), אדער וואס רופן זיך אידן און האבן קיינמאל נישט געזאגט אז זיי גלייבן נישט. אלע וואס האבן נאר סיי ווען במשך זייער לעבן זיך באצייכנט אלס אומגלויביגער, אגנאסטיקער אדער פריידענקער זענען צוזאמען 10.4 פראצענט.
אגב, איז אינטערעסאנט אז אין די סייענסעס, ווי פיזיקס און ביאלאגיע, איז עס פיל ווייניגער ווי 10 פראצענט. נאר די מאס אינם מאמינים אין ליטעראטור הייבט דעם סך הכל.

אמת טאקע אז מ'קען נישט פונקטליך מעסטן די זאכן, ווי איך האב שוין בארירט אויבן. אבער רעכן העלפט פון אלע אידן, קריסטן, און אנדערע וואס פאררופן זיך גלויביגע אלס אינם מאמינים, זענען די מאמינים 45%, כמעט העלפט. און דאס איז שוין נאכדעם וואס מ'גלייבט זיי נישט אויפן ווארט, וואס ברענגט נאר ארויס די prejudice אז נאבעל פרייז געווינער קענען נישט זיין גלויביגע.

נאכאמאל, איך זוך נישט אריינצוגיין אין די שאלה. איבער אינטעליגענציע בכלל (נישט נאר ביחס צו רעליגיע) זענען ברייט פארשפרייט פילע לופטיגע און הוילע טענות, שאין כאן מקומם. מיר פערזענליך וואלט נישט געשטערט ווען בלויז 10 פראצענט נאבעל פרייז געווינער זענען גלויביגע. איך האב עס נאר געברענגט צו ווייזן ווי אומנארמאל גוזמא'דיג עס איז די סטעיטמענט אז מ'קען טרעפן 300 אטעאיסטן קעגן יעדן גלויביגן (דהיינו אז די מאמינים זענען 0.3% :lol: ).
פרייטאג מאי 10, 2019 4:56 pm#430145
כ'זע דא איז דא א גאנצע דין ודברים איבער די חכמי העולם און וואס זיי גלייבען אדער נישט.
קודם פון די סטעיטמענט פון טאמאס נעגל זעט מען דאך אז נאר א מיעוט פון זיינע אינטעליגענטע חברים גלייבען, והא ראי' ער דרוקט זיך אויס SOME, איז אויב זאל מען אננעמען אז ער איז טאקע אזא חכם און ער דרייט זיך מיט חכמים, און אויב איז די סטעיטמענט א ריכטיגע איז דאך א ראיה אויף פארקערט אז רוב חכמים זענען נישט גלייביג. די וואונדער פון נאגעל איז הלמאי ס'איז דא א מיעוט חכמים ואס גלייבען יא, ס'טייטש לשיטתיה אז רעליגיע איז ממש טפשות איז פארוואס איז דא אפילו א מיעוט חכמים וואס גלייבען יא?
נו אויף דעם מוז מען צוקומען צו די מסקנא אז רעליגיע איז נישט אינגאנצען טפשות נאר רוב טפשות. כ'מיין אז דאס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר א מאמין.
אלא מאי מוז מען על כרחך זאגען אז מיר רעכענען זיך נישט מיט נאגעל'ס חכמים.
בכלל איז טאמעס נעגל'ס וואונדער בכלל נישט אזא קשיא. צווישען חכמים קענסטו טרעפן אלע מיני סארטן נארישע מיינונגען און דעות. ווייל א מענטש איז א חכם מיינט נאכנישט אז יעדע מחשבה זיינע איז חכמה. נאר אויב רוב חכמים האלטן א געוויסע מיינונג מצד זייער חכמה, דעמאלטס קען מען אננעמען אז חכמה דיקטירט כך וכך. אבער די בלויזע פאקט אז ס'איז דא חכמים וואס גלייבען עפעס דארף גארנישט מיינען, פונקט ווי דאס אז ס'איז דא פילע חכמים רייכענען מיינט נישט אז רייכערן אז א קלוגע זאך.
זונטאג מאי 12, 2019 10:54 am#430210
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers. It isn’t just that I don’t believe in God and, naturally, hope that I’m right in my belief. It’s that I hope there is no God! I don’t want there to be a God; I don’t want the universe to be like that.

”(”The Last Word” by Thomas Nagel, Oxford University Press: 1997)”
― Thomas Nagel

נעגל איז נישט ציפרידען פין גדליה'ס, נחמה, ער איז נאך אלץ uneasy מיט זיין מיינאנג און איז שוין גארנישט אזוי זיכער אז זיי רעדען טפשות, ווייסט פארוואס ווייל די חברה זענען some of the most intelligent and well-informed people I know

גדליה, SOME מיינט נישט א מיעוט ס'מיינט א חלק
דע מדיבר איז קיינמאל נישט געווען וואס די המון-עם האלט
ער רעדט נישט פין קיין מספר, זעט אויס ס'איז אים זייער ווייניג נוגע די מספר , די מעסעס זענען רוב מאל געווען wrong אין היסטערי אפילה די געלערענטע


למען האמת ATUB @גדליה ATUB , ס'קיט אויס ביסט אויך אביסעל uneasy מיט דיין נחמה
קוק וואו די העדשעד דיין תגיבה:
גדליה האט געשריבן:... אויב זאל מען אננעמען אז ער איז טאקע אזא חכם
... און ער דרייט זיך מיט חכמים,
... און אויב איז די סטעיטמענט א ריכטיגע איז דאך א ראיה אויף פארקערט
מיטוואך אוגוסט 14, 2019 2:55 pm#434824
קופערניקוס האט געשריבן:די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.

מאנכע טענה'ן "דער וואס לאכט דער לעצטער... טראכט דער שטייטסטער"...
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:15 am#436468
המלוכה והממשלה האט געשריבן:במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען

הדא הוא דכתיב: וּבָא אִישׁ מִסְכֵּן חָכָם וּמִלַּט הוּא אֶת הָעִיר בְּחָכְמָתוֹ וְאָדָם לֹא זָכַר אֶת הָאִישׁ הַמִּסְכֵּן הַהוּא... (קהלת ט,טו)
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:56 pm#436496
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב ליב וואס "קליגער איד" שרייבט אין זיין אונטערשריפט:
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!


“Those who seek to please everybody, please nobody.”
Aesop.

“There is only one way to avoid criticism: do nothing, say nothing, and be nothing.”
Aristotle.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:04 am#436529
יואב האט געשריבן:וויאזוי קען מען איגנארירן יאיר'ס אונטערשריפט?
נאט אייך.

כִּי אֱוִיל עַמִּי, אוֹתִי לֹא יָדָעוּ. בָּנִים סְכָלִים הֵמָּה, וְלֹא נְבוֹנִים הֵמָּה; חֲכָמִים הֵמָּה לְהָרַע, וּלְהֵיטִיב לֹא יָדָעוּ. ~ ירמיהו הנביא (ד כב)
מקובלני שנבואה הזה נפלט מפיו של ירמיהו בעת שהראהו הקב"ה דור דור ודורשיו והגיע לתקופת החרדים בעקבתא דמשיחא

מיט דעם קען מען אויך אפשר זאגן אז אונז טרעפן מיר אין סנהדרין כא. אז יונדב די חבר פון אמנון איז געווען א חכם לרשעה/להרע (ע״ש במהרש״א). יונדב האט געגעבן אן עצה פאר אמנון ווי אזוי צו פארגוואלדיגן תמר (און נאכדעם האט אמנון זיך ארויסגעדרייט פון נעמען פאראנטווארטליכקייט דערויף וכו׳). דאס קען אפשר האבן אן אנאלאג צו דאס וואס מ׳טענה׳ט אז די חרדי׳שע פירערשאפט גיבט דאס מעגליכקייט (עכ״פ אינ׳ם עבר) פאר מאנכע צו פארגוואלדיגן (קינדער) און זיך ארויסדרייען פון די קאנסעקווענצן.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 12:29 pm#437050
לגבי רביה״ק׳נס חתימה, איבער הרב קוק זצ״ל׳ס (בקובץ ח משמונה קבצים סימן רד) טיפע ווערטער בנוגע די הגדרה פון די צוויי סארטן אפיקורסים, האב איך געטראכט אז מ׳קען אפשר צושטעלן דערצו א געדאנק.

דהיינו, א חלק פון וואס הרב קוק זצ״ל זאגט איז אז איין סארט אפיקורס [סבה השפלה] איז דער וואס איז כופר מחמת חומריות ותאוות, און אין דעם גייט אריין (בדרך כלל) די יצר פון די כופרי אוה״ע. משא״כ די אנדערע סארט [סבה הרוממה] איז די וואס זענען כופר מחמת א (סארט בחינה פון א) רוחניות׳דיגע דראנג און זענען עולה במדריגה צו שנעל און צופיל אויפאמאל, וואס אין דעם גייט אריין די יצר פון די כופרי ישראל. און וויבאלד די כפירה ישראלית הרוממה קומט פון א העכערע פלאץ איז דאס שווערער צו בייקומען און וועגן דעם פאר א כופר ישראל זאל מען נישט ענטפערן (לכאורה מיינט ער עכ״פ נישט יעדער איינער; נאר איינער וואס איז פונקט אין אזא הויכע מדריגה בשכליות/רוחניות כנגדו), משא״כ צו די כופר אוה״ע וואס איז פון גרינגערע מקור ע״ש.

אין ליקוטי מוהר״ן (ח״א תורה סד) זאגט ער אויך אז עס זענען דא צוויי מיני אפיקורסות. דאס ערשטע קומט פון חכמות חיצוניות וואס דאס קומט בעצם ממקור האלקות ביי בריאת העולם (וכעין האחוריים של חכמה דקדושה בתניא פ״ח), און אויף דעם איז אפשר להשיב תשובה. דערנאך איז דא אן אפיקורסות וואס קומט פון חכמות וואס זענען באמת נישט קיין חכמות [זיי זענען פאלשע דילעממאס]. זיי קומען פון דעם חלל הפנוי בעת בריאת העולם וואס פון דארט האט הקב״ה כביכול מצמצם געווען אז עס זאל נישט זיין (ממש/כמעט) אלקות (הגם עס איז בעצם יא דא דארט אויך). און אויף די אפיקורסות איז נישט שייך אפצוענטפערן (הגם בעצם איז דא אויף דעם א תשובה אויך), און אידן דארפן אריבערגיין איבער די כפירה פון דעם ענין חלל. חוץ פון א צדיק בבחינת משרע״ה וואס ער קען יא אראפגיין אהין און האנדלען/אפענטפערן די סארט כפירה. (וע״ש אז ער איז מאריך דארט אז די חלל האט נישט מיט דיבור ווייל ס׳איז נישט א (געהעריגע) חלק פון די בריאה, וואס וועגן דעם איז די כפירה אזוי שווער, ווייל נאר מחשבה אליין איז העכער פון דעם. דאס רירט שוין אן אין וואס איז אויסגעשמועסט געווארן אין די אשכול בענין קשר בין מחשבה לדיבור.)

קען מען בדרך אפשר גמור זאגן אז די צווייטע סארט כפירה וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט, די כפירה ישראלית וואס קומט מחמת תשוקה לרוחניות, איז מקושר צו די צווייטע סארט כפירה וואס דער ליקוטי מוהר״ן דערמאנט וואס קומט פונ׳ם חלל הפנוי, וואס פון דארט פעהלט רוחניות, וממילא וויל די נשמה פונ׳ם איד דאס אנפולן (כעין הצדיק וואס קען זיך יא ספראווען דערמיט) ובא לכפירה וואס אויף דעם קען מען נישט (געהעריג) ענטפערן.

(מ׳קען זאגן פארקערט אז די אידישע כפירה קומט פון די ערשטע סארט וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט, ווייל דאס האט בעצם יא א שייכות מיט רוחניות וכו׳. און דעמאלטס ווערט א שטיקל סתירה בענין צו מ׳קען יא ענטפערן דערויף צו נישט. אדער אז אין די ערשטע סארט כפירה וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט ליגן די צוויי סארטן כפירות וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט.)
זונטאג אקטאבער 13, 2019 12:50 pm#437332
ספרא דמרא האט געשריבן:אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

Why you shouldn't fear death
דינסטאג אקטאבער 22, 2019 9:24 pm#437394
מי אני האט געשריבן:קען מען בדרך אפשר גמור זאגן אז די צווייטע סארט כפירה וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט, די כפירה ישראלית וואס קומט מחמת תשוקה לרוחניות, איז מקושר צו די צווייטע סארט כפירה וואס דער ליקוטי מוהר״ן דערמאנט וואס קומט פונ׳ם חלל הפנוי, וואס פון דארט פעהלט רוחניות, וממילא וויל די נשמה פונ׳ם איד דאס אנפולן (כעין הצדיק וואס קען זיך יא ספראווען דערמיט) ובא לכפירה וואס אויף דעם קען מען נישט (געהעריג) ענטפערן.

(מ׳קען זאגן פארקערט אז די אידישע כפירה קומט פון די ערשטע סארט וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט, ווייל דאס האט בעצם יא א שייכות מיט רוחניות וכו׳. און דעמאלטס ווערט א שטיקל סתירה בענין צו מ׳קען יא ענטפערן דערויף צו נישט. אדער אז אין די ערשטע סארט כפירה וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט ליגן די צוויי סארטן כפירות וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט.)

מיין עקספיריענס האט געוויזן אז מיט די כפירה וואס קומט מתוך עכירת החומר קען מען זיך נאך בדוחק אן עצה געבן, אבער אויף די כפירה וואס קומט מתוך בקשת האמת איז די איינציגסטע תירוץ אז אין הכי נמי, דאס וואס זיי רופן אן כפירה דאס איז די גרעסטע אמונה וואס איז נאר פארהאן. וכמאמר החכם "הדת קמה על יוצריה", ונאמר "Religion is the new antitheism", ונאמר "מקום המשפט שמה הרשע - ואין משפט אלא תורה".
מיטוואך פעברואר 12, 2020 8:25 am#442881
דא (ווי נישט) אויף מיינע.
דינסטאג יולי 07, 2020 11:40 am#453932
‏ ATUB @אישתישבי ATUB ’ס חתימה פון ״א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!״, קען זיין באזירט אויף א תוס׳ בתענית ג. ד״ה ויאמר ע״ש.
דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:23 am#455538
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:קען מען בדרך אפשר גמור זאגן אז די צווייטע סארט כפירה וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט, די כפירה ישראלית וואס קומט מחמת תשוקה לרוחניות, איז מקושר צו די צווייטע סארט כפירה וואס דער ליקוטי מוהר״ן דערמאנט וואס קומט פונ׳ם חלל הפנוי, וואס פון דארט פעהלט רוחניות, וממילא וויל די נשמה פונ׳ם איד דאס אנפולן (כעין הצדיק וואס קען זיך יא ספראווען דערמיט) ובא לכפירה וואס אויף דעם קען מען נישט (געהעריג) ענטפערן.

(מ׳קען זאגן פארקערט אז די אידישע כפירה קומט פון די ערשטע סארט וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט, ווייל דאס האט בעצם יא א שייכות מיט רוחניות וכו׳. און דעמאלטס ווערט א שטיקל סתירה בענין צו מ׳קען יא ענטפערן דערויף צו נישט. אדער אז אין די ערשטע סארט כפירה וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט ליגן די צוויי סארטן כפירות וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט.)

מיין עקספיריענס האט געוויזן אז מיט די כפירה וואס קומט מתוך עכירת החומר קען מען זיך נאך בדוחק אן עצה געבן, אבער אויף די כפירה וואס קומט מתוך בקשת האמת איז די איינציגסטע תירוץ אז אין הכי נמי, דאס וואס זיי רופן אן כפירה דאס איז די גרעסטע אמונה וואס איז נאר פארהאן. וכמאמר החכם "הדת קמה על יוצריה", ונאמר "Religion is the new antitheism", ונאמר "מקום המשפט שמה הרשע - ואין משפט אלא תורה".

66907CA6-B3E7-46AB-9833-5480D51FDC15.jpeg

און לגבי עיטיאיזם בכלליות בנוגע אידישקייט קען מען אפשר צושטעלן דאס אלס א וויץ:
259AF7E6-97B1-41EC-9FB5-BBEA4D8215B5.jpeg

***

‏ ATUB @יואב ATUB ’ס חתימה איז געווען די הומאָראָס מימרא פון דר. דזשאן קענעט געלבּרעיט:
Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite


די הומאר דערפון איז אז ״די פארקערטע״ באדייט אויפ׳ן ארומדרייען די ״מענטש״ און ״מענטש״, וממילא קומט עס אויס פונקט די זעלבע. אין לאגיק מיינט דאס די קאנווערס, און ביי דעם, וויבאלד ביידע פּראפּאזישאנס זענען די זעלבע [״מענטש״] קומט עס אויס אז p←p איז דאך די זעלבע ווי איר פארקערטע/קאנווערס p←p. אבער אויב גייט דאס ״פארקערטע״ ארויף אויפ׳ן ״exploits״, דהיינו אויפ׳ן גאנצן סטעיטמענט, מיינענדיג פון p←p צו ~(p←p), דעמאלטס זאגט מען דאך אז אונטער קאמוניזם טוהט דאס מענטש נישט אויסנוצן דעם אנדערן.

פארשטייט זיך אז מ׳איז אויפגעהייטערט איבער זיין פרישה חתימה.
פרייטאג יולי 31, 2020 10:14 am#455604
מי אני האט געשריבן:‏@אישתישבי’ס חתימה פון ״א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!״, קען זיין באזירט אויף א תוס׳ בתענית ג. ד״ה ויאמר ע״ש.

מי אני: יעצט א קאמענטאר איבער דיין חתימה...מ'קען זאגן בדרך אפשר. אז איינס פון די סיבות פארוואס דו ביסט נישט זיכער אז דו עקזיסטירסט, איז ווייל דו ביסט א תלמיד פון ניטצשע און דעקארט. ווען זיי האבן אנגעהויבן בראשית דרכם האבן זיי מסופק געווען אויב גאט עקזיסטירט. צום סוף האבן זיי שוין מסופק געווען אויב זיי אליינס עקזיסטירן...!
זונטאג נאוועמבער 1, 2020 8:57 am#461802
@יאיר'ס אונטערשריפט (פונעם מסילת ישרים):
האדם לא נברא אלא להתענג

לודוויג וויטגענשטיין האט געהאט געזאגט:
"איך ווייס נישט פארוואס אונז זע'מיר דא, אבער איך בין גאנץ זיכער אז ס'איז נישט כדי מיר זאלן זיך ענדזשויען."
לעיקוואד
@יאיר'ס נייע חתימה רופט אויס אז
no hope for the human race
. א פלא נאר ווי ער כאפט נישט אז מיט דער תוכן פון זיין פרעזענליכקייט און זיינע תגובות איז ער דאס סותר יעדעס מאל. מענטשען ווי עם זענען א סימבאל פון האפענוג פאר די מענטשליכע ראסע. שוין, זעהט אויס ער האט זיך פארליבט אין די מהלך אז יעדער תגובה זיינער זאל זיין א פאראדאקס.

ווי מ'האט אראפגעברענגט דא פון סארען קירקעגארד איז דאך דאס פאראדאקס דאס ״ברען״ פונ׳ם טראכטן. און דאס "טראכטן" איז דאס וואס איז די מעלה פונעם מין האנושי.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 7:00 pm#463000
לעיקוואד
זעה איך ווי @moti107 האט זיך עפעס א נייע אונטערשריפט.
בדחן + שרגא + לעיקוואד = שליח


עפעס שטימט מיר נישט די מאטעמאטיק. איינער קען מיר ארויסהעלפען?

(עפעס גייט עס אזוי : -++-+-+=?)

אולי קען מען אפשר זאגן אזוי:

אין ספר קנה חכמה פון הרב ניסן מדליטיץ מאכט ער די עדישאן [פאזיטיוו] סיין אלס אן איבערגעדרייטע קמץ און די סאָבּטרעקשאן סיין אלס א געהעריגע קמץ ע״ש. דער אבן עזרא אין זיין ספר מאזנים זאגט אז די נקודות זענען שבעה מלכים וואו קמץ גדול איז די זעקסטע און קמץ קטן [צירי] איז די זיבעטע ע״ש. יעצט לענינינו וואו מ׳גייט עדדן א נעגאטיוו קען מען אפשר זאגן אז דאס איז מרמז צום ״זיבעטן״ מלך שהוא קמץ ״קטן״, ווייל א געהעריגע קמץ איז די סימן החסרון וכהקנה חכמה.

יעצט: בדחן [64] + שרגא [504] + (-לעיקוואד) [(227-)] = 341

אז מ׳לייגט דערנאך צו 7, אלס׳ן קמץ ״קטן״ וואס איז די זיבעטע מלך כנ״ל, איז עס עולה ״שליח״... 😉
מיטוואך יאנואר 13, 2021 10:49 pm#465585
אין באצוג צו @מי אני'ס אונטערשריפט "איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז..."

זאגט דעקארט "איך טראכט, דערפאר בין איך", ד.ה. אז די פאקט אליינס אז איך טראכט און צווייפל אין מיין עקזיסטענץ איז א ראיה אז איך עקזיסטיר, ווייל נאר א וועזן וואס עקזיסטירט קען טראכטן [צו ער עקזיסטירט].

Descartes asserted that the very act of doubting one's own existence served—at minimum—as proof of the reality of one's own mind; there must be a thinking entity—in this case the self—for there to be a thought


פון וויקיפעדיע
דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:17 am#465586
די חתימה באציהט זיך (בעיקר) צום קשיא ווי איידער צום (גראד נאכפאלגענדיגן) תירוץ והכרה. ועוד בזה, טאקע דארט אין וויקיפידיע ברענגען זיי אראפ אז קירקעגארד און אנדערע האבן געפרעגט דערויף אז וואס מ׳זעהט/שפירט איז ״טראכטן״ גרידא. צו גיין נאכדעם פון דעם צו אן [עקזיסטירענדן] ״איך/זעלבסט״ אלס׳ן סאָבּסטרעיט/אגענט פונעם ״טראכטן״ קען שוין זיין א פארעם פון סירקולער ריזענינג: מ׳דארף שוין מעיקרא אננעמען דאס וואס איך וויל אויפווייזן [אז עס עקזיסטירט אן ״איך״ וואס קען שוין זיין א סאָבּסטרעיט מעיקרא פאר ״טראכטן״, איינמאל איך וועל מברר זיין אז עס איז דא ״טראכטן״]. (והגם אז אפשר להשיב על זה אז זיי זענען איינס און די זעלבע, איז דאס אבער נישט אזוי פשוט. ווייל כידוע איז שייך אינטעלידזשענס/ענין מחשבה גרידא ביי פארעמס פון דיוויניטי אָן א סאָבּסטרעיט, ודוק.)

וע״ע כאן איבער מערין מערסען׳ס טענה דערין; די באקאנטע קארטיזשיען סירקל.

מ׳קען אולי צולייגן צום געדאנק נאך א קנייטש עפ״י היידעגער׳ס מימרא; אז מ׳טראכט טאקע נישט (זיין פילאזאפיע איז טאקע געווען איבער דאס ״זיין״ כידוע). איי, דאס אליין איז דאך שוין ״טראכטן״, אזוי ווי ער אליין זאגט?... (קען מען אפשר זאגן אז דאס הייסט נישט אמת׳דיג געטראכט, וחוזר חלילה, אדער עס אפשר מקשר זיין מיט דעם געדאנק.)

‏(וע״ע כאן וכאן.)
דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:41 am#465587
איך פארשטיי טאקע נישט וואס קירקערגארד זאגט, זעהט נישט אויס ווי ער אליינס האט פארשטאנען. ער לייגט פאר א שיינע ווערטערשפיל מיט דשיבעריש אבער אונטערשטע שורה זאגט ער נישט גארנישט וואס איז סותר דעקארט'ס הוכחה, ער וויל טאקע טענה'ן אז אומעקזיסטירנדע באשעפענישן קענען יא טראכטן?! ס'קומט מיר פשוט צו לאכן פון די אבסורדע דערפון, אבער ווילאנג ער לייגט נישט פאר אזא סארט טעזע איז ער מודה צו דעקארט.

אלנספאלס, פשט אין דיין חתימה איז טאקע ווי דו זאגסט ס'איז אן איבערטרייבענדע אויסדרוק וואס מאכט טראכטן, שנאמר "דיברו חכמים לשון הבאי."', די מינוט וואס מ'לויפט צו דעקארט פאר אן ענטפער האט מען שוין אויפגעטוהן דעם ציל פון די חתימה...
זונטאג אקטאבער 9, 2022 1:42 pm#510129
@אנאנים'ס אונטערשריפט איז:
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
דאס רירט דאך אָן אויפ'ן באקאנטן מבוכה אין פאליטישע פילאזאפיע צווישן קאנסערוואטיזם, וואס זוכט ווי מער צו "קאנסערוון" אלטע וועליוס וכו' און דאס נישט טוישן, און פּראגרעסיוויזם וואס זוכט בעסער צו מאכן בקום ועשה.

איך האב לעצטענסט געזעהן פון עדמונד בּורק, וועמען מ'קען פאררעכענען אלס דער פילאזאפישער גרונדער פון קאנסערוואטיזם:
it is with infinite caution that any man ought to venture upon pulling down an edifice, which has answered in any tolerable degree for ages the common purposes of society, or on building it up again, without having models and patterns of approved utility before his eyes
סיר ראבּערט פּיִעל האט דעפינירט קאנסערוואטיזם עפ"י בּורק:
Changing what you have to, in order to conserve what you can
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 12:09 am#510178
מי אני: עדמונד בורק(ע)'ס פילאזאפיע האבן שוין אונזערע חכמים ז"ל דעפינירט אין פרקי אבות. ווען זיי האבן געזאגט..."בנין נערים סתירה (אדער סטירה). סתירת זקנים בנין"...!
זונטאג אפריל 16, 2023 4:53 pm#521353
הקטן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
וואספארא טענה איז דאס? איך קען פונקט אזוי שרייבן: I want Judaism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are Christians
זונטאג אפריל 16, 2023 5:05 pm#521355
סקעפטיקער
הקטן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
וואספארא טענה איז דאס? איך קען פונקט אזוי שרייבן: I want Judaism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are Christians
ווער האט דעם פראבלעם? איך נישט

מיין אינטערשריפט איז Thomas Nagel פראבלעם
ער, פאר וואט עווער ריזען, שטעלט עפעס יא צאם אלע רעליגענס אגעגען עטיאיזעם
ביי Thomas Nagelדאס וואס סאיז דא סיי קריסטען סיי מיסלעמענע און אויך אידען אלע פוינטען צי די זעלבע וועלט-פאראדיים מאכט אים זייער uneasy
ער זעט זיי אלע וואו איין group


מיר קימט דאס אויך אזוי, די פאקט ס'איז דא אזויפיל וintelligent and well-informed קריסטען און מיסעלמענע דאס איינס איז מחזק די אידישע רעליגיע, און נישט פארקערט - וואו די רמב"ם שרייבט:
וכל הדברים האלו של ישוע הנצרי ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו אינן אלא לישר דרך למלך המשיח ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד.
שנ' כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' ולעבדו שכם אחד. כיצד. כבר נתמלא העולם כולו מדברי המשיח ומדברי התורה ומדברי המצוות ופשטו דברים אלו באיים רחוקים ובעמים רבים ערלי לב והם נושאים ונותנים בדברים אלו ובמצוות התורה אלו אומרים מצוות אלו אמת היו וכבר בטלו בזמן הזה ולא היו נוהגות לדורות ואלו אומרים דברים נסתרות יש בהם ואינן כפשוטן וכבר בא משיח וגלה נסתריהם. וכשיעמוד המלך המשיח באמת ויצליח וירום וינשא מיד הם כולן חוזרין ויודעים ששקר נחלו אבותיהם ושנביאיהם ואבותיהם הטעום.
ישוע הנצרי ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו זיי אלע קימען אריין אין בילד, און נעמען אן די בעסיק פרעמיס דאס משה קיבל תורה מסיני
זונטאג יולי 30, 2023 3:29 pm#532572
@קהל'ס נער אכול ושתה כי מחר נמות

לוינט זיך צו זעהן די גאנצע פסוק פון אינעווענדיג:

והנה ששון ושמחה הרג בקר ושחט צאן אכל בשר ושתות יין אכול ושתו כי מחר נמות (ישעי' כ"ב י"ג)
זונטאג יולי 30, 2023 3:44 pm#532574
וואלווי
@קהל'ס נער אכול ושתה כי מחר נמות

לוינט זיך צו זעהן די גאנצע פסוק פון אינעווענדיג:

והנה ששון ושמחה הרג בקר ושחט צאן אכל בשר ושתות יין אכול ושתו כי מחר נמות (ישעי' כ"ב י"ג)
לאמיר עס אפלערנען טיפער, ווען איז געזאגט געווארען אכול ושתו כי מחר נמות, דוקא במקום שיש הרג בקר ושחט צאן, אבער ווען הרג בקר ושחט צאן איז נישטא דאן איז קיין אכול ושתו כי מחר נמות אויך נישט פארהאנען.
והלכתא אז אן קיין צאן ובקר איז מען עולם הזה נישט יוצא, און מען דארף איבערעסן.
זונטאג יולי 30, 2023 4:01 pm#532576
קהל'ס נער
וואלווי
@קהל'ס נער אכול ושתה כי מחר נמות

לוינט זיך צו זעהן די גאנצע פסוק פון אינעווענדיג:

והנה ששון ושמחה הרג בקר ושחט צאן אכל בשר ושתות יין אכול ושתו כי מחר נמות (ישעי' כ"ב י"ג)
לאמיר עס אפלערנען טיפער, ווען איז געזאגט געווארען אכול ושתו כי מחר נמות, דוקא במקום שיש הרג בקר ושחט צאן, אבער ווען הרג בקר ושחט צאן איז נישטא דאן איז קיין אכול ושתו כי מחר נמות אויך נישט פארהאנען.
והלכתא אז אן קיין צאן ובקר איז מען עולם הזה נישט יוצא, און מען דארף איבערעסן.

או כלך אצל דרך זו...

סיום מסכתא בתשע ימים מנין, כשהוא אומר אכול ושתו כי מחר נמות הרי סעודות מספקת אמור, הא מה אני מקיים ששון ושמחה הרג בקר ושחוט צאן, לומר לך, במקום פיקודי ה' ישרים משמחי לב הרג בקר ושחוט צאן. מצינו למצוה, לעכב מנלן, אלא חזר הכתוב אכל בשר שתות יין לעכב, דאמר מר אין שמחה אלא בבשר ויין.
מאנטאג אוגוסט 7, 2023 10:52 pm#533094
.
מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 2:15 pm#535322
קהל'ס, איך בין נייגעריג פון וואו דיין נייע אינטערשריפט
"where there is a rabbinic will, there is a halachic way" שטאמט.

כ'זע אז דו ברענגסט עס בשם @אלפא, אבער דאכצעך אז כ'האב עס שוין געהערט פון flatbush girl. איך בין נייגעריג ווער עס איז די מחבר פון דעם ווארט, ווייל דאס שנייד דאך אזוי טיף, עס כאפט אן די גאנצע יהדות רבנית ביי די ביצים.
מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 2:21 pm#535323
שמן למאור
קהל'ס, איך בין נייגעריג פון וואו דיין נייע אינטערשריפט
"where there is a rabbinic will, there is a halachic way" שטאמט.

כ'זע אז דו ברענגסט עס בשם @אלפא, אבער דאכצעך אז כ'האב עס שוין געהערט פון flatbush girl. איך בין נייגעריג ווער עס איז די מחבר פון דעם ווארט, ווייל דאס שנייד דאך אזוי טיף, עס כאפט אן די גאנצע יהדות רבנית ביי די ביצים.
כזע אז מען ברענגט עס בשם בלו גרינבערג.

עס לאזט זיך טראכטן, אויב וואלטן די פרויען געווען די בעלי בתים אויף די תורה, ווען היסטאריש וואלטן די פרויען געווען די יושבי על מדון און געווען די הויפטן און דיינים לאורך כל הדורות, ווי אנדערש וואלט אונזער שולחן ערוך אויסגעקוקט.
מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 2:33 pm#535325
שמן למאור
עס לאזט זיך טראכטן, אויב וואלטן די פרויען געווען די בעלי בתים אויף די תורה, ווען היסטאריש וואלטן די פרויען געווען די יושבי על מדון און געווען די הויפטן און דיינים לאורך כל הדורות, ווי אנדערש וואלט אונזער שולחן ערוך אויסגעקוקט.
לכאו' נישט קיין סאך אנדערש. נאר פשוט פאקערט! 🙄

לגבי די נושא אליין איז דא דא אן אינטערוויו צווישן אלי' שפיצער און רב צימערמאן פון ענגלאנד איבער דעם, און פארוואס רבנים האבן נישט די כח עס צו טוישן...
מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 4:56 pm#535332
שמן למאור

עס לאזט זיך טראכטן, אויב וואלטן די פרויען געווען די בעלי בתים אויף די תורה, ווען היסטאריש וואלטן די פרויען געווען די יושבי על מדון און געווען די הויפטן און דיינים לאורך כל הדורות, ווי אנדערש וואלט אונזער שולחן ערוך אויסגעקוקט.
ס'וואלט לכאורה געווען אסאך מער עקסטריעם ווי ס'איז היינטצוטאגס.
מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 6:24 pm#535338
שמן למאור
עס לאזט זיך טראכטן, אויב וואלטן די פרויען געווען די בעלי בתים אויף די תורה, ווען היסטאריש וואלטן די פרויען געווען די יושבי על מדון און געווען די הויפטן און דיינים לאורך כל הדורות, ווי אנדערש וואלט אונזער שולחן ערוך אויסגעקוקט.
ס'איז סתם אזוי אינטערעסאנט זיך פארצושטעלן וויאזוי "אידישקייט" האט אויסגעקוקט אין די תקופה וואס דבורה הנביאה איז געוועהן רשכבה"ג, וואסערע שניט האבן אירע פסקים געהאט?

@דער גאלדענער אדלער: די טבע העולם איז אז דער מאן שטעלט אוועק רולס, די פרוי פאלגט ווי א לעמעלע, דער מאן וואס האט מתחילה אוועקגעשטעלט די רולס פייפט זיך אריין, דערנאך האט די פרוי אן אמתלא זיך צו רעגן אויפ'ן מאן אז ער איז א הפקר אינג. 😂
מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 11:36 pm#535357
עס האט זיך פארלאנגט אן עקסטערע אפהאנדלונג אויפן נושא...
דינסטאג אקטאבער 17, 2023 7:21 pm#537725
יאיר #
אויב גאט האט נאכנישט אויפגעגעבן אויף די מענטשליכע ראסע נאכ'ן ליידן פון זיי אזויפיל יארן, ווער בין איך, שפל שבשפלים, חדל האישים, דל ונבזה, צו אויפגעבן??
👍
ואני הק' מוסיף ואומר: אויב גאט ב"ה האט נאכנישט אויפגעגעבן אויף מיין נשמה נאכן ליידן פון איר אזויפיל יארן, ווער בין איך, שפל שבשפלים, חדל האישים, דל ונבזה, צו אויפגעבן??
דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:20 pm#553726
די אונטערשריפט פון @ברוךשפינוזה "פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?"", שטימט מיט ברוך שפינוזה הראשון'ס מהלך אז אלס איז ג-ט (פאנטעאיזם), ממילא איז דאך די וועלט אלהות ממש וואס איז דאך די מקור החכמה און קען באמת אסאך אויסלערנען...

(פארשטייט זיך אז לויט שפינוזה מוז נישט זיין אז ג-ט איז די מקור החכמה, וויבאלד ער איז דאך פינקט אזוי די מקור הטפשות, פארט ליופי המליצה כתבתי הנ"ל. וה' הטוב - שכתב את הנ"ל - יכפר.)
דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:22 pm#553727
פון טפשות קען מען זיך אויך אסאך אויסלערנען, וסימנך איזהו חכם הלומד מכל אדם 🙂
דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:54 pm#553741
@קהל'ס נער'ס אונטערשריפט איז דאס וואס איינשטיין האט געשריבן, אז ווען ער קען ווען אלעס איבערטוהן, וואלט ער געווען א פּלאָמבער (אדער פּעדלער). דאס האט מיר דערמאנט פון וואס דזשאן וויליאם גארדנער, די סעקרעטאר פון עדוקעישאן אונטער פּרעזידענט לינדאן דזשאנסאן, האט געזאגט:
The society which scorns excellence in plumbing as a humble activity and tolerates shoddiness in philosophy because it is an exalted activity will have neither good plumbing nor good philosophy: neither its pipes nor its theories will hold water
פרייטאג מערץ 8, 2024 12:32 pm#553851
א גוטער בעל מימרא איז געווען ווינסטאן טשוירטשיל. ער איז געווען סיי א מיליטערישער פיהרער און אויך א זשורנאליסט.

ער האט געקענט אנאליזירן א מצב און עס ארויסברענגען אין איין סענטענס.

אויך האב איך געזעהן גוטע ווערטלעך פון א פילאזאף פון די מיטעלע יארן (זיינע). והנה..."זאכן זענען קיינמאל נישט אזוי גוט ווי מ'האט געהאפט. אדער אזוי שלעכט ווי מ'האט מורא געהאט".

אויך האב איך געזעהן א גוט ווערטל...די קאנווענשן פון די "פראקרעסטינעטארס" איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען...ווייל זיי האבן געהאלטן אין איין "פראקרעסטינעיטן"...!