פארומס › קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

550 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2405
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג מאי 20, 2014 9:58 am#201262
יעצט באמערק איך דער נייע חתימה:

    Arbeit Macht Frum
א שיינע ווערטער שפיל. און אייגטליך א גמרא מפורשת אין כתובות, "בטלה מביאה לידי שיעמום ולידי זימה", וההיפוך בהיפוכו.
דינסטאג מאי 20, 2014 11:09 am#201286
ברסלבער האט געשריבן:יעצט באמערק איך דער נייע חתימה:

    Arbeit Macht Frum
א שיינע ווערטער שפיל. און אייגטליך א גמרא מפורשת אין כתובות, "בטלה מביאה לידי שיעמום ולידי זימה", וההיפוך בהיפוכו.

אמת ויציב ונכון........
מיטוואך מאי 21, 2014 7:46 am#201496
ברסלבער האט געשריבן:יעצט באמערק איך דער נייע חתימה:

    Arbeit Macht Frum
א שיינע ווערטער שפיל. און אייגטליך א גמרא מפורשת אין כתובות, "בטלה מביאה לידי שיעמום ולידי זימה", וההיפוך בהיפוכו.


וואס דארפסטי ברענגן א גמרא און דרשענען משמעות ווען ס'איז א בפירושע משנה און אבות: טוב תורה עם דרך ארץ שיגיעת שנים משכחת עון.

דרך אגב, בין איך דער איינציגסטער וועם עס שמעקט נישט פישעלעס חתימה? עפעס איז עס מיר נישט אזוי פאני צו מאכן ווערטלעך בשייכות מיט'ן האלאקאוסט.
מיטוואך מאי 21, 2014 9:18 am#201503
מיר אויך נישט.
מיטוואך מאי 21, 2014 10:52 am#201521
דו רמב"ם ז"ל שרייבט דאך קלאר אזוי: אין מחשבת עריות בא אלא בלב פנוי מן החכמה.
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:51 pm#217422
ATUB @אויליגער ATUB שרייבט:

לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך

ע"ש די ניגון עוה"ב איז א גוטע זאך..
ונהניתי.
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:52 am#224231
ATUB @סאשי פיש ATUB האט ארויסגעשטעלט א נייע חתימה:
יעדער בחור מיט דזשינס און א גירלפרענד קען מיט רעכט זאגן ער איז אן אלכסנדר תלמיד, (כוכב)
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:12 pm#226579
לעצטנס איז געווארן אין סטייל צו נוצן א ציטאט פון ר' כוכב'ן פאר אן אונטערשריפט.

ATUB @שמעקעדיג ATUB
מדברי כוכב: מורינו רבי שמעקעדיג מיט דיין מדות טובות און שכל הישר, מיט דיין טוב עין, פאזיטיווקייט, ישרות, חכמה, ביזטו די האופ פאר די יומען רעיס, דו ביזט דער ריח ניחוח לה', מיט יעדע תגובה באלייכסטו אונזער האריזאנט, און ברענגסט אור צו דער ענדע פונעם טונעל, און מיר טוען אייך מכיר טובה זיין דערויף.


ATUB @סאשי פיש ATUB
יעדער בחור מיט דזשינס און א גירלפרענד קען מיט רעכט זאגן ער איז אן אלכסנדר תלמיד, (כוכב)
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:22 pm#226584
כוכב האט געשריבן:לעצטנס איז געווארן אין סטייל צו נוצן א ציטאט פון ר' כוכב'ן פאר אן אונטערשריפט.

מעג איך דאס נוצן פאר אן אונטערשריפט?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:38 am#226695
ATUB @כוכב ATUB , אויב וועסט מיר אויך געבן אזא זאפטיגע קאמפלימענט ווי פאר שמעקעדיג, וועל איך עס אפשר אויך פאראייביגן אין מיין אונטערשריפט.

#האסט געהערט א מעשה.
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:06 am#228257
קאווע טרינקער
ייש"כ כוכב.


:lol:
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:13 pm#230458
לאגיק ארבעט נאר ווען געפיל ארבעט נישט.
ווען געפילן ארבעטן נישט איז דער מענטש טויט.
(קאווע טרינקער, מיטאג טיש)


ATUB @קאווע טרינקער ATUB , מיין געפיל הייסט מיר גיין נאך לאגיק.


.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:48 pm#231600
איך פראקלאמיר א קאמפיין, אז יעדער זאל שרייבן אלץ זיין חתימה, עפעס לכבוד די שמחה בבית שמעקעדיגסוויל.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:06 pm#232300
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB
גאון במידות. רך לב. עט הדר. הומאר. דעה ישרה. חסד. פאזעטיוו. עשר אלף. מזל טוב. שמעקעדיג.


ATUB @מאטי ATUB
אויב שמעקעדיג רעדאגירט דיין תגובה, דאן ביסטו אין ביג טראבל.
(שעפטל)


ATUB @כוכב ATUB
כ'לויף שוין
צו ממרא'ס פלוין
כאפן עלאגאלעס באס כ'וויל
קיין שמעקעדיגסוויל!


ATUB @קאווע טרינקער ATUB
שמעקעדיג'ס 10,000 זאכליכע תגובות קומט נישט צו פוס.. ס'קומט פון קאפ!
לחיים!
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:57 pm#234316
ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 4:18 pm#234466
@בשבילי
Use this quote as a signature so people will think you're smart
~ Punchidfto Cynkeldfg ~


:like :like
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 4:22 pm#234468
berlbalaguleh האט געשריבן:ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!


פארוואס אזא געלונגענע ניק ווי די האט נישט א חתימה? עס דערמאנט מיר א מעשה וואס איז געשעהן........
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:02 pm#234537
נתן מנחם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!


פארוואס אזא געלונגענע ניק ווי די האט נישט א חתימה? עס דערמאנט מיר א מעשה וואס איז געשעהן........

נו, וואס אי די מעשה. אדער כמעשה...!
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 11:18 am#238144
איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון ליטוואק פון בודאפעסט'ס השקפות, כידוע, אבער פארט קומט מיר א שמייכל יעדעס מאל פון זיין מאדנע חתימה:

By giving a like you are making a statement that you only accept the best for your family and guests
credit: Mayim Chaim soda

וועלכע קומט ממקורו פון מים חיים'ס סלאגאן אויף יעדן באטל סאדע...

.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:08 pm#238158
יענס ליטוואק אז ער טרינקט מים חיים סאדע...
מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 8:02 pm#238199
שמעקעדיג
איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון ליטוואק פון בודאפעסט'ס השקפות, כידוע, אבער פארט קומט מיר א שמייכל יעדעס מאל פון זיין מאדנע חתימה:

By giving a like you are making a statement that you only accept the best for your family and guests
credit: Mayim Chaim soda

וועלכע קומט ממקורו פון מים חיים'ס סלאגאן אויף יעדן באטל סאדע...

.

ס'איז איראניש ווייל פונקט ער וואס האט אזאלכע זיסע כינויים אויף חסידות בכלל און סאטמאר בפרט, זאלל נוצן א סלאגאן פון א סאטמאר'ער פראדוקט.
למשל, ער רופט אן חסידות, אן עביט של מי רגליים, פון פרעסערס און זויפערס... 🙄
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:06 pm#243403
אפטעמיסט האט מיר געמאכט לאכן פאר 15 מינוט........

The inventor of autocorrect has died. His funfair will be held on sundial. May he rest in piss


😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:19 pm#243408
און... שוין ווידער לאכט מען פון מיר ברבים. נח בער, נח בער, וואס ווילסטו, איך זאל שרייען??? שפאר שוין אויס דעם שמעקעדיג פאר א גוט געבענטשט יאר! איך פארליר שוין מיין געדולד.
מיטוואך פעברואר 4, 2015 11:20 pm#251810
וויפיל אידישע נשמות שטופן מיר ארויס פון אונזער געמיינדע מדי שנה בשנה מיט כל מיני תירוצים? צו ראטעווען יענע נשמות פעלט נישט קיין געלט, מ'דארף נישט קיין אדוואקאטן, עס פעלט נישט אויס קיין קאמפיינס, ס"ה דארף מען אז איינער זאל זיך קימערן און געבן א שי"ן יו"ד טי"ת! (החכם הוגה)


@סאשי פיש בשם @הוגה. שטארקע רייד.
מאנטאג פעברואר 9, 2015 4:37 am#252469
וואס פשט פון עמעזאן'ס? אינטערשריפט דערקלערונג אז די וואל אויסגאנג פונעם פאעזיע פארמעסט איז שאקירנד?
מאנטאג אפריל 27, 2015 9:56 am#270028
אמאל דארף מען קאמענטארן, אמאל זענען זיי איבריג.
א שטייגער ווי די פאלגענדע חתימה פון ידידינו החשוב "אנאנים"
לא היו ימים טובים לישראל כה' אייר יום העצמאות, וכששת ימי האורה שבאחריתה שוחררה הכותל המערבי

נישט פסח, נישט פורים, אלעס איז כקליפת השום.

דארף מען נאך קאמענטארן?
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:20 am#270039
ס'איז די יו"ט פון זיין עקסעסטענץ. שטעל דיר פאר ס'נישט דא א מדינה, וואלט ער געווען סטאק אין צימעס.
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:26 am#270047
ריכטיג, פאר זיי אויך. שטעל דיך פאר ווען די קנאים וואלטן נישט געהאט קיין מדינה, וואלט אכשר דרא שוין געהאלטן פיל ווייטער, אזוי אז די קנאות איז א distraction איז עס נאך נישט אזוי אין די ערד.
זונטאג מאי 17, 2015 5:47 pm#275997
@אנאנים

דו האסט א פיינעם אוואטאר, און שרייבסט הערליכע תגובות, איי ריעללי לאוו יו און עפרישעט יו,
אבל מה אעשה אז יעדע מאל איך שטויס מיך אן מיט דיין חתימה כאפט מיר אן א עקל.
מיטוואך יולי 15, 2015 11:48 am#289501
הרב @chaims
וואס מיינט דאס אונטער יעדע תגובה
I can't believe I just said that...

עס מאכט מיר נערוועז.
מאנטאג יולי 20, 2015 3:43 pm#290247
@מנחם אבראמאוויטש

גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט
- מארק טוויין

איך ווייס נישט אויב עס איז ניי אדער אלט, אבער עס איז מיר זייער געפאלן.
מאנטאג יולי 20, 2015 3:46 pm#290248
שמעקעדיג
הרב @chaims
וואס מיינט דאס אונטער יעדע תגובה
I can't believe I just said that...

אפשר איז דאס ווייל ער גלייבט נישט אין גארנישט. . . ?
😉
מיטוואך יולי 22, 2015 6:10 pm#291060
געפעלט מיר די אונטערשריפט פון ר' שש'ן
רבותי, ס'איז א געפערליכע סכנה צו לעבן.
מ'קען נאך חלילה שטארבן...
מיטוואך יולי 22, 2015 7:31 pm#291094
[ציטאט אראפגענומען]


סקען זיין די ווערטער זענען ענדליך, אבער די אפטייטש פון די צוויי חתימות זענען איגאנצען אנדערש, סהאט נישט קיין שיכות איינס מיטן אנדערן. ודו"ק
מיטוואך יולי 29, 2015 1:54 pm#292598
דריידל: איך האב יעצט געענדיגט ליינען א שיינעם מאמר פון דיר ( אין מאחורי. ..."ליל ששי אין די הרי הקעטסקילס"...) נאכדעם האביך געזעהן דיין חתימה. ביי מיר זעהט עס אויס ווי א סתירה צו וואס דו זאגסט. הגם ס'איז אן אינטרעסאנטע חתימה וואס ברענגט ארויף א שמייכל... 😂
מיטוואך יולי 29, 2015 2:03 pm#292599
מיין חתימה איז פאר די וואס קוועטשן אויף די בית רחל חינוך און אנערקענען נישט זייער אייגענע פעילער. האב איך זיי געגעבן א פארציע חומר למחשבה.

אגב, געווענדליך לאזטי איבער דיינע פינגער אפדריקן (לכה"פ א סמיילי). טאמער האלטסטי אז ס'איז א שיינע מאמר, דאן לאז דיך הערן
דינסטאג אוגוסט 4, 2015 10:36 pm#293828
געפעלט מיר די אונטערשריפט פון @הקטן

די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם


לכאורה אנדערש פון @שבת אחים'ס

די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון איינע פון די עלטערן אין זייער דעוועלעפינג יארן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן.
-יואליש,ק״ש
מיטוואך אוגוסט 5, 2015 12:08 am#293838
.
מיטוואך אוגוסט 5, 2015 12:51 am#293846
שש, יישר כח פארן ענטפערן אבער פאר איך גיי עס ווייטער לייענען און פראבירן צו פארשטיין וואס דו זאגסט, וויל איך מיך באציען צו איין זאך וואס דו שרייבסט, איך האב נישט איבערגעלאזט קיין אידישקייט וועגן אט די איינע טענה, וואו איז דער אייבישטער געוועהן ביי די האליקאוסט אדער וכדומה איך האב איבערגעלאזט אידישקייט ווייל איך גלייב נישט דערינען פונקט ווי דו גלייבסט נישט אין יאשקע! איך האב מיך באצויגן צו @הקטן טשעפע און זיין חתימה ״בנים אתם לה׳ אלוקיכם״ וואס דערווייל מיינט עס אז ער פארברענט פיצלעך קינדער טאמער זיי גייען זיין כופרים און ער געט זיי נישט בכלל קיין בחירה?
מיטוואך אוגוסט 5, 2015 1:40 am#293854
שבת אחים
שש, יישר כח פארן ענטפערן אבער פאר איך גיי עס ווייטער לייענען און פראבירן צו פארשטיין וואס דו זאגסט, וויל איך מיך באציען צו איין זאך וואס דו שרייבסט, איך האב נישט איבערגעלאזט קיין אידישקייט וועגן אט די איינע טענה, וואו איז דער אייבישטער געוועהן ביי די האליקאוסט אדער וכדומה איך האב איבערגעלאזט אידישקייט ווייל איך גלייב נישט דערינען פונקט ווי דו גלייבסט נישט אין יאשקע! איך האב מיך באצויגן צו @הקטן טשעפע און זיין חתימה ״בנים אתם לה׳ אלוקיכם״ וואס דערווייל מיינט עס אז ער פארברענט פיצלעך קינדער טאמער זיי גייען זיין כופרים און ער געט זיי נישט בכלל קיין בחירה?

שבת אחים: אזוי ווי איך האלט אז דו ביסט מיר א גוטער פריינט און ס'אינטרעסירט מיך דיין מצב. ספעציעל דיין סטאטוס אין אמונה בהשי"ת וקיום המצות. איך בין געווארן שאקירט צו ליינען צווישן די שורות אז דו ביסט א מענטש וועלכער איז צוגעקומען צו א קריזיס אין גלויבן אז דער באשעפער פון די וועלט פיהרט זי אויך. און האט אינזין אלע זיינע באשעפענישן, אידן ווי גוים. (בורא ומנהיג לכל הברואים). לפענ"ד. לויט מיין אפשאצונג איז עס א רעזולטאט פון דיין פארשונג איבער די מציאות הבורא, וואס איז אייגנטליך א מצוות עשה לויט דעם מחבר פון ספר חובת הלבבות, וועלכער שרייבט אין די הקדמה אז ס'איז א מצוה אז א מענטש זאלל צו קומען צו אמונה בהשם דורך חקירה. נאר ס'האט א שטארקע ריזיקע פון נישט פארשטיין און אפטייטשן ריכטיג געוויסע טיילן פון די אינפארמאציע און מ'קען ח"ו צו קומען צו אפיקורסות. למשל אזוי ווי אלבערט איינשטיין, וועלכער איז אויפגעוואקסן אין אן אסימילירטע אידישע פאמיליע אין דייטשלאנד, וואו מ'האט נישט געלערנט אמונה בה' און קיום המצוות. אבער דורך זיינע סייענטיפישע פארשונגען (די טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וכדומה) איז ער צו געקומען צו די איבערצייגונג אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט וועלכער האט באשאפן דעם יוניווערס מיט אלע זאכן וואס זענען דארט דא. אבער דאס איז ערשט געווען ביי די ענדע פון זיין לעבן. ער האט אפגעלעבט די מערסטע פון זיינע יארן אין לייקענונג פון די מציאת הבורא. דאן איז פארהאן אן אנדערע וועג פון צו קומען צו אמונה. אמונה פשוטה. אן חקירות. און איך, און די מערסטע פשוט'ע מענטשן האבן אויסגעוועלט דעם וועג. ווייל איך זעה די יד ה' אין טאג טעגליכן לעבן. אן חכמות און חקירות. איך קען ברענגען צענדליגער מעשיות פון טאג טעגליכן לעבן ווי השי"ת האט מיר געהאלפן. און ווער ס'גייט אויף דעם וועג, ענדערש ווי אויף דעם ערשטן וועג נעמט נישט די ריזיקע פון פארלירן די גלייבונג אין השי"ת...!
מיטוואך אוגוסט 5, 2015 4:16 am#293857
יישר כח ר׳ בערל, דו שרייבסט צום זאך! (נישט אזויווי יענעם ווייסטאך דיין ליבלינג וואס פלעגט שרייבן אין וכו׳ 😃 ) באמת שכוח פארן שרייבן צו מיר און זיך פארופן מיין ידיד אפילו כהאב מיך דערקלערט אלץ א נישט גלייביגער, איך עגרי נישט מיט אלעס וואס איר שרייבט, אבער אויב זעהט איר דעם אייבערשטען אויף טריט און שריט בין איך אביסל jealous אויף אייך! באמת! נישט קיין וויץ! ווייל איך זעה עפעס אנדערש!, און הלואי וואלט איך באמת געגעלייבט, ס׳וואלט מיר געוועהן אין א וועג אסאך גרינגער, בעיקר איך בין צובראכן ווייל מיינע עלטערן זענען ממש אין צער וועגן מיר, און איך האב זיי באמת ליב און איך וויל זיי נישט מצער זיין, אבער איך גלייב נאך אלץ נישט אין דעם, וואס זאל איך טוהן???

איך געדענק א פאליס האט מיך אפגעשטעלט גאנץ אנפאנג נאכדעם וואס איך האב אפגעלאזט די רעליגיע און איך האב געמורמלט צו מיר אליינס, לוי יצחק בן שרה סאשע צו אלקא דמאיר ענני, און דערנאך האב איך געטראכט הלואי ווען עס איז טאקע דא אזא זאך אז מ׳קען בעטן דעם אייבערשטען! אבער די אידן אין אוישוויץ האבן אויך געבעטן דעם אייבערשטן? גרויסע רבנים זענען אריין אין פייער אריין!

יישר כח פאר די חיזוק, איין זאך קען איך זאגן אז איך באלעק מיך די פינגער ווען איר שרייבט, שרייבט מעהר אפטער!

הצלחה
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:18 pm#296625
איך פארשטיי אויך נישט פארוואס פליטים פון נארט קארעא פארפירן וועגן די רעזשים דארט. ווער האט דיר געפרעגט? ביזט דאך אנטלאפן פון דארט! ווער ביזטו אונז איינצוטיילן וויאזוי צו פירן א מדינה? קיש דיך מיט דיינע אמעריקאנע חבירים און לאז אונז אפ!
-געפילטע פיש,ק״ש

@שבת אחים סקומט מיר אויך קרעדיט פאר דיע חתימה 🙂
מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 4:32 am#307299
שמעקעדיג טייערע, אזוי שטארק באדערט דיך מיין אינטערשריפט? רעדט דיך אויס מיין טייערע פריינד.

וואס באדערט אייך???????????????????
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 5:42 pm#310040
@געוואלדיג וואס איז פשט פון דיין חתימה
נישטא קיין גוטע לעבן עס איז דא גוטע פּילן.

איך בין מחולק מיט דיר איך האלט אז עס איז ב"ה דא אסאך מענטשן וואס האבן זייער א גוטע לעבן!
דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 9:26 am#310120
א ווארט וואס איך האב געהרט לעצטנס און האט מיר געפאלן, איך האלט אויך אז עס איז נישט אמת, נאר די כלל איז אז מען מאכט נישט קאליע א שיינע מעשה מיט די אמת'ע פאקטן. 😉
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:32 am#313400
@געוואלדיג וועלעגע זענען די גוטע פילן? ווי איך פארשטיי זענען פילן צו מאכן דעם לעבן א גוטע, אבער אויב לעבן איז בכלל נישט גוט מה לי לפילן?
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:37 am#313406
כידוע אז א וויץ איז די מציאות אין א עקסטרעמע שפיגל, והכוונה די וואס געבן פילן פאר יעדע זאך איז דאס בשיטה פון מיין חתימה והבן.
מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 3:00 am#313909
די נייע חתימה דיינע: אלטע רויטע וואנצעס ליגט אין בעט - פון גרויס בושה צוגעדעקט - אוי וויי, ס'טוט מיר וויי - די קאווע איז צו ביטער - נישט דא קיין צוקער - די מצב איז נישט זיס - כ'הייב מיר די פיס. דערמאנט מיך פון גאר א אלטע וויליאמסבורגע ניגון וואס איז נאך פון די בראשית קאפּקעיג לעידי יארן! איך קען מיך כרגע נישט דערמאנען פונקטליך די ניגון אבער ווארשיינליך זענען זיי גאר ענליך.
איך וואונטש דיר אן ווארים ברוך רויטע חולים, און אז די ביטערע זויערע קאווע דיינע זאל נישט פארברוינען דיינע שיינע @רויטע וואנצעס. אכי״ר
מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 6:56 am#313913
איך קען אזא ניגון פון אלס קינד:

אברמלע אברמעלע ליגט אין שניי
אוי וויי טרינק טיי
טיי איז ביטער
גיב מיר צוקער
צוקער איז צו זיס
עס דיין פיס
דער פיס איז פעט
גיי אין בעט
דער בעט איז נאס
גיי אין גאס
אין גאס האב איך מורא
לערן תורה
תורה איז הייליג
עס בייליק.

עד כאן השיר המופלא הזאת.
מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 11:26 am#313966
יואב:

"דער וואס האט קיין שכל האט גארנישט; דער וואס האט שכל ברויך גארנישט. — חיים גראדע"


דער מקור דערפון איז אין גמרא, דעה קנית מה חסרת וכו'.