Under maintenance
הויפט זייט » קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2405
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:13 am#63199
קאמענטארן אויף אונטערשריפטן
עס זענען דא געשמאקע אונטערשריפטן וואס טייל ניק'ס האבן זיך אהערגעשטעלט, איז נישט מער ווי פאסיג אז מ'זאל עס קענען דא אויסשמועסן.

איך האב ליב וואס "קליגער איד" שרייבט אין זיין אונטערשריפט:
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!


אויך געפעלט מיר שמעקעדיג'ס פאסיגע אונטערשריפט:
ריחא מילתא היא - לריח ניחוח אשה לה'


א טיפיקעל זר זהב'דיגע אינטערשריפט:
האסט מיר גע'לייק'ט? נעם עס נישט אוועק! נעקסט טיים טראכט צוויי מאל בעפאר דו לייקסט. הרג'ע מיר נישט!
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:14 am#63201
נו וויזוי פילט עס?...
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:15 am#63202
מיין אינטערשריפט איז יעצט
This signature was intentionally left blank.

איך מיין אז איך האב גע'גנב'עט די איידיע פון ערגעץ
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:15 am#63204
זר זהב האט געשריבן:נו וויזוי פילט עס?...

שייגעץ! די הרג'עסט מיך!!!
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:16 am#63205
קעי קעי, געפיקסט
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:48 am#63220
ראשעקאל האט א שיינע חתימה.
איך גלייך אויך די חתימה פון קליינע רעבעלע.
און פון קופערניקוס מיטן קארפעט...
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:52 am#63221
שמעקי. ברענג זייערע אינטערשריפטען. זיי קענען עס אין איין סקונדע טוישן , און מ׳וועט נישט וויסן פון וואס די רעדסט
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:40 am#63278
יידל'ס אינטערשריפט איז זייער התעוררותדיג
Be the change you wish to see in the world - Gandhi
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:47 am#63279
ווי אזוי מאכט מען דא א חתימה?
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:16 pm#63297
שמעקעדיג האט געשריבן:ראשעקאל האט א שיינע חתימה.
איך גלייך אויך די חתימה פון קליינע רעבעלע.
און פון קופערניקוס מיטן קארפעט...


ראשעקאל האט געשריבן:שמעקי. ברענג זייערע אונטערשריפטן. זיי קענען עס אין איין סעקונדע טוישן, און מ׳וועט נישט וויסן פון וואס דו רעדסט



קליינע רעבעלע:
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ.

קופערניקעס:
און אויב אלעס, די גאנצע עקזיסטענץ איז בלויז אן אילוזיע? אוי, דאן האב איך זיכער איבערגעצאלט אויף די טעפיך וואס איך האב געקויפט פאריגע וואך - (ר' וואדי אלען)
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:41 pm#63307
מ גפני האט געשריבן:ווי אזוי מאכט מען דא א חתימה?

באניצער'ס קאנטראל פאנעל > פראפיל > רעדאגיר אייער אינטערשריפט >
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:56 pm#63333
איך האלט גאר שטארק פון יאיר'ס אונטערשריפט
If knowledge can create problems, it is "
not through ignorance that we can solve them ~ Isaac Asimov"
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:03 pm#63336
יא, ס'איז א שטארקע ווארט.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:44 pm#63365
לעיקוואד'ס אונטערשריפט:
I have a dream ~Martin Luther King

אפשר עלאבארירסטו אביסל איבער דיין חלום?
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:53 pm#63371
יאנקל האט געשריבן:לעיקוואד'ס אונטערשריפט:
I have a dream ~Martin Luther King

אפשר עלאבארירסטו אביסל איבער דיין חלום?

קודם דער עיקר מען זאל האבען א חלום, שפעטער דארף מען וויסען וואס דער חלום איז. א מענטש אן א חלום איז קיין מענטש נישט. ובדרך מליצה קען מען זאגן מארז"ל הלן שבע ימים בלא חלום נקרא רע. און ווי פאנאביזשער רב האט געזאגט, איך חלום טאקע, אבער איך שלאף נישט. בקיצור דער יסוד פון א מענטש איז 1- האבן א חלום, 2- נישט שלאפען.
עכ"פ, בנוגע לענין קאווע שטיבל, מיין חלום איז אז אונזערע קינדער וועלן קענען שמועסען ערנסטע שמועסען און ארויסזאגען זייערע מיינונגען אן זיך באהאלטען אונטער א ניק.
ועוד פרטים בענין מיין חלום הלא הם כתובים על מספר אשכולות אחרים בקאווע שטיבל הלזה.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:54 pm#63372
איינער, איך געדענק נישט ווער, האט געהאט אן אינטערשריפט אין די ניין טעג: I stink therefore I am, געבויעט אויפן מימרא: I think therefore I am.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:29 pm#63390
ונבנתה העיר האט געשריבן:איינער, איך געדענק נישט ווער, האט געהאט אן אינטערשריפט אין די ניין טעג: I stink therefore I am, געבויעט אויפן מימרא: I think therefore I am.

ווער דען אויב נישט געפילטע?
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 7:33 pm#63457
יא, ווער דען? ס'געווען א צווייטער וואס האט געהאט א חתימה Cogito ergo sum = I think, therefore I am וואס מ'זאגן נאך פון דעקהארט, איז מיר איינגעפאלען דעס.


לעיקוואד האט געשריבן:איך האלט גאר שטארק פון יאיר'ס אונטערשריפט
If knowledge can create problems, it is "
not through ignorance that we can solve them ~ Isaac Asimov"

בכלל דער אייזיק אסימאוו איז געווען עפעס א משוגענע קאפ, ער האט ארויסגעגעבן ביכער שנעלער ווי א חסידישע איד טוישט זאקען, אפשר לוינט זיך צו עפענען א אשכול איבער עם.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 7:38 pm#63459
If knowledge can create problems, it is "
not through ignorance that we can solve them ~ Isaac Asimov"

But if there were never knowledge there are no problems to be solved
!!!
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 7:39 pm#63460
געפילטע פיש האט געשריבן:שנעלער ווי א חסידישע איד טוישט זאקען

דו האסט בכוונה געשריבן "חסיד'ישע"?.....
(ס'מיר נוגע, ווייל "ריחא מילתא היא") :?
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 7:46 pm#63465
מיקוה נייעס:
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט!

(שטייצעך נאר פאפירענע, נישט ניקלס)
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:15 pm#63494
שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:שנעלער ווי א חסידישע איד טוישט זאקען

דו האסט בכוונה געשריבן "חסיד'ישע"?.....
(ס'מיר נוגע, ווייל "ריחא מילתא היא") :?

ניין, מיין כונה איז געווען צו שרייבן גרינע קנאבל קוועטשער, אבער בטעות האב איך געטייפט חסידישע, זיי מיר מוחל.
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 10:42 am#64106
שרגא'ס אונטערשריפט:
איינער מוז האבן דאס לעצטע ווארט. אויב נישט, קען אויף יעדע טענה און ארגומענט געברענגט ווערן א פארקערטע און עס וועט נישט נעמען קיין עק. (אלבעיר קאמו)
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:03 am#65052
זר זהב שרייבט גוט:

The problem with doing nothing is that you don't know when you're done
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:14 am#65057
יא , פיינע אינטערשריפטען.
איך זעה אזעחעכע גיטע אינטערשריפטען האב איך מיר אנגעהויבן שעמען מיט מיינע. עס איז מיר נאך נישט איינגעפאלען עפעס א גוט׳ס, דערווייל שטייט:

signature under construction
.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:54 pm#66697
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'סתם האבן די פינטלעך נישט געהאלטן אויף לינקס נאר אויב מ'האט געלייגט א קאראקטער נאכדעם. גערעכט?

געפילטע האט עקספיריענס :D
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:08 am#66721
און אז ער טוישט שוין, קען ער טוישן צו אחראי אנשטאט אחריות.
פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:32 am#71732
זר זהב האט געטוישט חתימה, ווי פאלגענד:

If your landlord does not give you enough heat, do not pay the rent" - Albert Einstein"

(וועלכער אלבערט האט געזאגט אזעלכע זאכן?)
פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:39 am#71740
אלבערט מהמכולת.
מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:51 pm#80336
קופערניקוס' נייע אונטערשריפט איז גוט, אמת, און ציפעדיג ביינאזאם:

הוי מענטשן: פארנאכלעסיגן זייער געזונט צו זאמלען געלט, דאן ספענדן זיי געלט צו ראטעווען דאס געזונט.
טראכטן איבערן צוקונפט און פארגעסן דעם יעצט, אזוי אז זיי לעבן נישט מיטן יעצט און נישט מיטן צוקונפט.
זיי לעבן כאילו זיי גייען קיינמאל שטארבן, אבער זיי גייען שטארבן כאילו קיינמאל געלעבט!
מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:06 pm#80340
שמעקעדיג האט געשריבן:קופערניקוס' נייע אונטערשריפט איז גוט, אמת, און ציפעדיג ביינאזאם:

הוי מענטשן: פארנאכלעסיגן זייער געזונט צו זאמלען געלט, דאן ספענדן זיי געלט צו ראטעווען דאס געזונט.
טראכטן איבערן צוקונפט און פארגעסן דעם יעצט, אזוי אז זיי לעבן נישט מיטן יעצט און נישט מיטן צוקונפט.
זיי לעבן כאילו זיי גייען קיינמאל שטארבן, אבער זיי גייען שטארבן כאילו קיינמאל געלעבט!


עס איז באזירט אויף א ציטאט פון דעם גרויסן כינעזער פילאסאף קאנפיוצעס וועלכער איז נסתלק געווארן מיט איבער צוויי א האלב טויזנט יאר צוריק. אילו ידעתי, ידעתי, פון קאנפיוצעס און זיינע הערליכע געדאנקען וואלט איך זיך א נאמען געגעבן על שמו, און קאנפיוצט דעם עולם מיט א מער פשוט קאמפליצירטן נאמען ווי די עקזיסטירנדע על שמו פונעם אסטראנאמער זצ"ל
מאנטאג יאנואר 21, 2013 4:10 pm#81292
היימישער ליטוואק:
היגיון פשוט הוא אותה שכבה של דעות קדומות שאנחנו רוכשים לפני שאנחנו בני שש עשרה. - אלברט אינשטיין

עס איז אינטערעסאנט, און אפשר טאקע האט ער דערפאר אזוי געזאגט, אז פונקט ביי די זעכצן האט איינשטיין אנגעהויבן אריינקלערן אין די סתירה פון מאקסוועל און ניוטאן לגבי די אבסעלוט ספיד פון ליכטיגקייט, וואס דאס האט איהם צוגעברענגט צו ספעשעל רעלאטיוויטי וואס דרייעט איבער קאמען קאנסעפשען על פיה.
פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:16 pm#82554
לולקע-ציבעך:

"אין עוד מלבדו." ואידך פירושא: גיי ברעך קאפ.
זונטאג פעברואר 17, 2013 10:54 am#87602
אוי טאטי'ס אינטערשריפט:
די וואס זענען טרוד א גאנץ יאר על הגפן, זענען פורים טרוד על המחיה ועל הכלכלה. (קרעדיט; מעלות.)

זעהט אויס ווי א גיט ווארט אבער איך פארשטיי עס נישט . איינער קען עס אפשר מסביר זיין?
זונטאג פעברואר 17, 2013 11:03 am#87606
לכאו׳ איז די אפטייטש, אז די וואס ארבעטן נישט א גאנץ יאר, נאר טרונקען א גאנצן טאג, דארפן ארבעטן פורים, און ארומלויפן נאך געלט.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 2:06 am#88074
כ'גלייך ממי_שאמרו'ס חתימה:

Take my advice, I am not using it

עס קאסט מיר א שמייכל יעדע מאל איך זעה עס.

מען קען לערנען דערין עטליכע פשטים,
איינס, פארן חבר איז גרינג צו געבן עצות, איך האב דאך נישט יענעמ'ס יצר הרע, פאר יענעם בינעך פרום.
פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:10 am#89805
אופס שמעקעדיג, נישט פאר צו לאנג... זעהט אויס מ'האט צוכאפט ממי'ס אדווייז, ער איז געבליבן בעירום ובחוסר... נישט געזארגט. דער באגאבטער ממי שאמרו האט א פרישן חתימה:

? Don't you wish some ppl would start using glue instead of lipstick
דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:58 pm#90640
יא, איך בין פון די מענטשן וואס וואונטשן זיך.....
דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:08 pm#90643
-
דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:09 pm#90644
קופערניקוס-ענוה איז די חשובסטע פון מיינע אלע מעלות
:lol: פיינע נייעס
דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:10 pm#90645
קופערניקוס האט געשריבן:-


:like
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 5:41 pm#94468
;)
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 10:00 pm#94622
קיק נאר אהן!!
קופערניקעס האט אנגעשריבן א גאנצע דרשה אין זיין אינטערשריפט

די אומשטענדן, מיינע בירגער, מיינע פיינט, זיי זענען שולדיג, איך האב נישט געקענט טון בעסער (ניקאלא טשאוסקאו, סאדאם כוסעין, כוסני מובאראק)

שולדיג זענען נישט בלויז די אקטיווע דיקטאטורן, נאר אויך די פאסיווע צושויער; איך בין אחראי אויף די געשעענישן (מאהאטמא גאנדי, מארטין לוטער קינג, נעלסאן מאנדעלא)
פרייטאג מערץ 08, 2013 2:59 am#94794
בענזשאמין פרענקלין? ווידער געטוישט?
אט איז די נייע חתימה:

דער אומאנגענעמסטער שונא איז יענער וועמען דו קענסט באקעמפן מיט א שנעלקע אין נאז, נאר עס רינט אים פון נאז. מ. נ.
דינסטאג מערץ 19, 2013 2:38 pm#98495
קאווע טרינקער טייערע,
פארוואס האסטו לעצטענס דיפרעסטע חתימות? בעמח"ס וכו' איז זייער גוט געווען.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:17 am#103775
קאווע טרינקערס אינטערשריפט
א חתימה? ביי אונז איז געווען א קפידא נישט צו חתמ'נען.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:59 am#103797
דער עולם כאפט די געוואלדיגע עומק פון מיין חתימה? אויב נישט וועל איך בעטן לעיקוואד און יאיר זאלן עס דעבאטירן.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:00 am#103799
איז עס גאוה צו זאגן אז יא?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:14 am#103806
לאמיך פרובירן אפלערנען. די ערשטע איז פשט ער שיסט זיך אליין אין די פיס. ווייל נאר א מענטש אליין מאכט זיך אן זיינע אומשטענדן, סארט בירגער, און שונאים. און איראניש איז אז די דריי קעמפער פאר גלייכבארעכטיגונג. געבן הסכמה אויף דעם דיקטאטור'ס תירוץ.
אבער דאס איז דאך צו פשוט. איז אפשר קומט (די ערשטע) עס רעפרעזענטירן די פחד וואס קופערניקוס האט געטראגן פון מענטשן, רעגירונג. ער האט זיך איזאלירט אין א אפגעזונדערטן פעסטונג.
אדער דאס אז מיר דא אין קאווע זענען אויך שולדיג דאס וואס די רבי'ס און קהילה פירער קענען זיך אזוי איזדעקעווען איבער אונז.
ווער ווייסט צו די מ' וואס די דריי אונטערשטע פארמאג אלע אין זייערע נעמען, און די ס' וואס אלע דריי אויבערשטע פארמאגן אין זייערע נעמען איז נישט א חלק פון די געוואלדיגע עומק.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:22 am#103807
קופערניקוס האט געשריבן:דער עולם כאפט די געוואלדיגע עומק פון מיין חתימה? אויב נישט וועל איך בעטן לעיקוואד און יאיר זאלן עס דעבאטירן.

קודם וויל איך זיכער מאכן אויב דו אליינ'ס פארשטייסט עס יא, און נאכדעם וועל איך זיך מוטשן עס צו פארשטיין...