Under maintenance
הויפט זייט » קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2405
מיטוואך יולי 31, 2013 1:34 pm#137478
יואליש האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.


איך זעה נישט קיין סתירה צווישן מיין געדאנק און טאמבעל סאוס'. פארקערט, טאמבעל סאוס' איז אן עקסטענשאן פון מיין. בשעת מיין געדאנק שענקט א ספעציעלע וועליו פאר שטילע געלעכטער בכלליות, און ווי שטילער אלס בעסער, באציט זיך זיינס צו א פרטיות'דיגע און טאקע אולטימעט שטילקייט, די אפוועזענהייט פון אויגן און אויערן. אלו ואלו.



ולבי אומר לי שכל הצוחקים שוים, כל מי שרוצה ליטול את כתר הצחוק, יבוא ויטול.
מיטוואך יולי 31, 2013 2:44 pm#137499
גם צחוק מכאיב?
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:00 pm#137800
די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.
ורה"ק אומרת (פאר די ליבעראלע, קאווע שטיבל אומרת) לאכן לאכט דער וואס ליינט קופערניקוס תגובת.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:20 pm#138260
פאני, זר זהב האט געמיינט אז ער גייט האבן די לעצטע ווארט אין די גאנצע לאכן סומאטאכע, העל נא!
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:02 pm#139027
ATUB @שרגא ATUB האט א געוואלדיגע אונטערשריפט.

We need mercy, kindness, not judgement. (Describe, Matisyahu) i


ווי שיין וואלט די וועלט אויסגעזעהן ווען מיר לעבן אלע מיט דער motto.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:26 pm#139035
כ'קען נישט מתקן זיין די וועלט.
אבער לכה"פ ביי מיר פרוביר איך צו לעבן מיט דער מאטא.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:52 pm#139045
הוגה האט געשריבן:@שרגא האט א געוואלדיגע אונטערשריפט.

We need mercy, kindness, not judgement. (Describe, Matisyahu) i


ווי שיין וואלט די וועלט אויסגעזעהן ווען מיר לעבן אלע מיט דער motto.


דא האסטו די טייערער ווערטער אין א מוזיקאלישן לבוש.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:56 pm#139048
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'קען נישט מתקן זיין די וועלט.
אבער לכה"פ ביי מיר פרוביר איך צו לעבן מיט דער מאטא.


א ברכה אויף דיר! וכמוך ירבו בעולם!
און דו ביסט טאקע לעבעדיגע פרוף ווי שטארק די וועלט דארף דאס, וויל דאס, ליבט דאס. קוק נאר אויף דיין רעקארד-הויכן צאל "לייקס"...
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 8:41 pm#139128
שרגא האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:@שרגא האט א געוואלדיגע אונטערשריפט.

We need mercy, kindness, not judgement. (Describe, Matisyahu) i


ווי שיין וואלט די וועלט אויסגעזעהן ווען מיר לעבן אלע מיט דער motto.


דא האסטו די טייערער ווערטער אין א מוזיקאלישן לבוש.


א הערליכע ניגון, פיין אראפ געלייגט. יישר כח פאר די מראה מקום.

Every single person In this world is a gem Gotta love your brother No need to condemn We need mercy, kindness Not judgment
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:55 pm#139593
ATUB @יאיר ATUB 'ס נייע חתימה רופט אויס אז
no hope for the human race
. א פלא נאר ווי ער כאפט נישט אז מיט דער תוכן פון זיין פרעזענליכקייט און זיינע תגובות איז ער דאס סותר יעדעס מאל. מענטשען ווי עם זענען א סימבאל פון האפענוג פאר די מענטשליכע ראסע. שוין, זעהט אויס ער האט זיך פארליבט אין די מהלך אז יעדער תגובה זיינער זאל זיין א פאראדאקס.

ואסיים בחתימתי העתיקה, הוא לא ישתנה ואנחנו לא נשתנה. i have a dream.

ובדברי דזשאן לענאן, you may say i'm a dreamer, but im not the only one
דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:43 pm#141430
עס איז מיר שטארק געפאָלן דער אונטערשריפט פון אונזער נייער חבר, ATUB @שליח ATUB :
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
סקעפטיציזם איז לאו-דוקא א צייכן פון בראַווע טראכטן; עס קען פונקט אזוי זיין א צייכן פון אינטעלעקטואלער פחדנות. - דזשאן בעלאָף

א וויכטיגער - און אמתער - פונקט.
דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:44 pm#141432
איז שליח דיין אכטער ניק ?
מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:34 pm#141876
ATUB @יואב ATUB
I tried to think, but nothing happened

:like

שרייב צו קרעדיט: קורלי; די דריי סטודז'עס.
מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:37 pm#141977
לתקופת השנה האט ונבנתה דערהיינטיגט זיין חתימה.
מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:52 pm#141980
ATUB @קאווע טרינקער ATUB 'ס נייע חתימה:
רוב אמונות און דעות וואס מענטשען האבען זענען מושפע פון טויזענטע גורמים נגיעות און ענינים און עס איז נישט מעגליך פאר קיינער צו זאגען זכיתי לבי און איך גיי נאר מיט דער אמת מפני שהוא אמת און אלע אנדערע זענען פאנטאזירערס און שקרנים. (מרן שליט"א דמתקריא ע"ש עיר לעיקוואד)

וויבאלד אז מרן שליט"א איז נישט קיין עניו וואס מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון א קאמפלימענט נאר גיט אפ א שכויעח נעם איך דא דער געלעגענהייט צו לייקען די דברי חכמה וואס קאווע טרינקער האט אריינגעשריבען אין זיין חתימה און אויף דעם וואס ער האט געטראפען מיינע ווערטער גענוג אינטרעסאנט עס צו טוישען מיט אייזיק האניג בשם דוד המלך.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:03 am#141989
ונבנתה העיר האט געשריבן:לתקופת השנה האט ונבנתה דערהיינטיגט זיין חתימה.

פאר אזא טיפע חתימה פאדערט זיך א לענגערע ערקלערונג.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:50 am#141992
לאמיך פראבירן, אפס קצהו...

אָמַר וְנִבְנְתָה: אֶל עֵבֶר הַחַלּוֹן נִשְׁקָפְתִּי וְנָתַתִּי אֶל לִבִּי כִּי שָׁבַת הָאָדָם מִמֶּנּוּ, חֹמֶר וְגֶשֶׁם – וְרוּחַ אָיִּן, בְּחַנְתִּיו, וְהִנֵּה הוּא תּוֹלְדַת מִקְּרָיו – כַּאֲשֶׁר יֵלֵךְ הַמִּקְרֶה כָּךְ יִתְעַצֵּב לִבּוֹ וּדְמוּתוֹ, לִרְגָעִים אֶבְחָנֶנוּ, כַּאֲשֶׁר יֹאמַר הֶחָכָם כִּי אֵין הַוויַית רֶגַע מוּל רֶגַע נוֹצֶרֶת כִּי אִם בְּהִתְחַדֵּשׁ מִקְּרָיו, וְאֶל מִי יִקָר הַמִּקְרֶה?

כ'האב פונקט היינט געשמועסט מיט איינעם, אינעם גייסט פון שמעקעדיג'ס אשכול, אין דעם ענין פון ריבוי גיטין.

לדעתי איז איינע פון די סיבות די שוואכקייט פון היינטיגע נפשות, עס איז כלים בלי אורות, א מענטש האט גארנישט קיין מהות, קיין הגדרה עצמית, אויף וועמען די מקרים זענען זיך מתלבש, אז אמאל האט א מענטש געהאט אן אויסגעקנעטענעם נפש, ער איז געווען געווען א געוויסע מציאות מיט דיימענטשענס, און עס האט איהם געטראפן א מקרה, האט זיין מהות העכסטענס געשיינט מיט'ן קאליר פון דעם מעמד ומצב וואס האט איהם פונקט יעצט באטראפן, וכמשל האורות וכלים דע"ס אז דער אור איז דער זעלבער נאר עס שיינט דורך די כלי מיט'ן קאליר פונעם כלי, דער מקרה, וואס כשמו כן הוא – מקרה, האט איהם אבער נישט דורכגענומען אויף צו טוישן זיין מהות – לבלתי הכות אותו כל מוצאו.

וכבר קוננתי; די אמאליגע, זיי האבן 'געזאגט' די מאמרים וואס מיר קענען אלס 'קוואוטס', דאס קומט פון האבן א נפש, א נפש וואס האט וואס צו זאגן אפגעזעהן פון מצבים וואס פאלן אויף איהם.

אבער אז די מקרים זיי זענען די וואס פארעמען א מענטש, אז א שווערע טאג ארבעט מאכט איהם פאר א-שווערע-טאג-ארבעט, אז א בלויע בעקטישע מאכט איהם פאר א בלויע בעקטישע וכו' וכו', איז וואס איז געבליבן פונעם מין האנושי? א צירוף מקרים? א גרינער א ווייסער, א פרייליכער א גערעגטער? זאכן וואס וואלטן געדארפט זיין נישט מער ווי געוויסע מצבים\זמנים אין עפעס א געוויסע עצם?

עכ"פ, זאגט ער אזוי, אָמַר וְנִבְנְתָה: אֶל עֵבֶר הַחַלּוֹן נִשְׁקָפְתִּי וְנָתַתִּי אֶל לִבִּי כִּי שָׁבַת הָאָדָם מִמֶּנּוּ, הייבט ער אהן בסגנון של נחמה, איך מוז נישט פארשוועמט ווערן מיט אלעס וואס טוהט זיך אפ אויף דער וועלט, איך זיץ מיר ביי מיר אין צימער און די וועלט איז נישט מער ווי א פארשטעלונג אין מיין פענסטער וואס איך באטראכט פון וואו איך זיץ.

באטראכט ער די וועלט און זעהט אז קיין מענטשן געפינען זיך שוין נישט אויף איהר.

חֹמֶר וְגֶשֶׁם – וְרוּחַ אָיִּן, אלעס איז נאך דא, די אטאמען זענען נאך אויפן פלאץ, אבער א רוח אין זיי איז נישט צום געפינען, [ע"ש הפסוק נשיאים ורוח וגשם אין].

בְּחַנְתִּיו, וְהִנֵּה הוּא תּוֹלְדַת מִקְּרָיו – כַּאֲשֶׁר יֵלֵךְ הַמִּקְרֶה כָּךְ יִתְעַצֵּב לִבּוֹ וּדְמוּתוֹ, [ע"ש הפסוק ויתעצב אל לבו, ולענינינו הוא מלשון עיצוב].

לִרְגָעִים אֶבְחָנֶנוּ, כַּאֲשֶׁר יֹאמַר הֶחָכָם כִּי אֵין הַוויַית רֶגַע מוּל רֶגַע נוֹצֶרֶת כִּי אִם בְּהִתְחַדֵּשׁ מִקְּרָיו, [ע"ש הכתוב לרגעים תבחננו] זאגט ער אזוי, לאמיר בוחן זיין דעם מענטש מיט רגעים, זמן – עכ"פ אין א געוויסע דרגא – איז נאר שייך ווען עס געשעהן שינויים כידוע, ווען אלעס זאל בלייבן שטיין וועט קיין זמן נישט זיין, איז אז א מענטש איז נישט א מהות אויף וועמען מצבים טוהען זיך אהן – ער באשטייט נאר פון די מקרים, איז ער דאך סתם נישט קיין מציאות, א רגע צוריק ביסטו געווען א געוויסע מצב, יעצט איז יענע מצב בטל און דו ביסט א נייע מצב, איז וואס איז מחבר די פארגאנגענע רגע מיט'ן יעצטיגן? די פארגאנגענע רגע\מצב איז אויך געווען דו?

וְאֶל מִי יִקָר הַמִּקְרֶה? איז צו וועמען געשעהט די יעצטיגע מקרה, די פארגאנגענע מקרה איז דאך שוין פארגאנגען, זאת ועוד, אז ער איז כולו מקרים, קען דען געשעהן א מקרה צו א מקרה? דארפן נישט מקרים פאסירן צו א געוויסע עצם וואס טוהט זיי אהן אויף זיך?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:06 am#141994
:like. הערליך ונבנתה!
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:08 am#142001
יואב האט געשריבן::like. הערליך ונבנתה!
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:57 am#142033
ונבנתה העיר האט געשריבן:לדעתי איז איינע פון די סיבות די שוואכקייט פון היינטיגע נפשות, עס איז כלים בלי אורות, א מענטש האט גארנישט קיין מהות, קיין הגדרה עצמית, אויף וועמען די מקרים זענען זיך מתלבש, אז אמאל האט א מענטש געהאט אן אויסגעקנעטענעם נפש, ער איז געווען געווען א געוויסע מציאות מיט דיימענטשענס, און עס האט איהם געטראפן א מקרה, האט זיין מהות העכסטענס געשיינט מיט'ן קאליר פון דעם מעמד ומצב וואס האט איהם פונקט יעצט באטראפן, וכמשל האורות וכלים דע"ס אז דער אור איז דער זעלבער נאר עס שיינט דורך די כלי מיט'ן קאליר פונעם כלי, דער מקרה, וואס כשמו כן הוא – מקרה, האט איהם אבער נישט דורכגענומען אויף צו טוישן זיין מהות – לבלתי הכות אותו כל מוצאו.

קלינגט אביסל פון ניטשע'ס קריטיק אויף מאדערן סאסייעטי, אז מיר אלע זענען נישט מער ווי ליידיגע ארונות, א קאלעקציע פון מניעים וואס מאכן אונז וואס מיר זענען, און מאכן אונז טוהן וואס מיר טוען.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:01 pm#142035
הערליך ונבנתה,
יא, ווי געפילטע פיש זאגט, ווען איך האב עס געליינט איז מיר איינגעפאלן אז לעיקוואד וועט נאך איבערשרייבן איין טאג ונבנתה- זרטוסטרא נומער 2 אין אידיש.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:18 pm#142043
וויאזוי זאגט רעביצין פערי?

Do you ever feel like a plastic bag
?Drifting through the wind, wanting to start again
Do you ever feel, feel so paper thin
?Like a house of cards, one blow from caving in

?Do you ever feel already buried deep
Six feet under screams but no one seems to hear a thing
Do you know that there's still a chance for you
?'Cause there's a spark in you
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:06 pm#142063
הפלא'דיג, ווער איז די רביצין פערי
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:57 pm#142496
איך האב געזוכט א חתימה ממשנתם של גדולי מחנינו אשר מפיהם אנו חיים, ראשי היהדות החרדית הצרופה, הבית דין הגדול שבירושלים ורבותנו שבגולה התאחדות הרבנים, ולא מצאתי א בעסערע פתגם וואס פאראייניגט די גודרי הגדר ווי דאס וואס איז שגור על לשונם איבער זייער בויך ווייטאג, ואמרתי לעצמי לקבוע הדברים בדפוס ולחקקם על לוח לבי.
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:11 pm#142502
פלוץ פלצתי על הפלצות שנפלצת בו.
פרייטאג אפריל 04, 2014 4:57 pm#194732
אחד עשר ווערט אויך גערופן עשתי עשר.
זונטאג אפריל 06, 2014 1:53 pm#194895
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אחד עשר ווערט אויך גערופן עשתי עשר.

מען פלעגט אמאהל ציילן דורך סעטס פון צעהן. איין צענער, צוויי צענערס, דריי צענערס, פיר צענערס, וכך הלאה. ממילא קומט אויס אז אחד עשר איז באמת 10, נישט עלף.
מאנטאג אפריל 28, 2014 11:58 pm#197886
ATUB @אפטעמיסט ATUB ,



:lol: :lol: :lol:
דינסטאג אפריל 29, 2014 9:19 am#197915
הייסט א גרויסער עולם דא רעד כינעזיש. אפשר קען מען אנהייבן מאכן כינעזע בלעטער, 那你說這樣的計劃嗎?
דינסטאג אפריל 29, 2014 9:36 am#197916
כינעזיש איז אסאך קורצער. פישל וועט נישט דארפן ארבייטן אזוי שווער.
דינסטאג מאי 20, 2014 9:58 am#201262
יעצט באמערק איך דער נייע חתימה:

    Arbeit Macht Frum
א שיינע ווערטער שפיל. און אייגטליך א גמרא מפורשת אין כתובות, "בטלה מביאה לידי שיעמום ולידי זימה", וההיפוך בהיפוכו.
דינסטאג מאי 20, 2014 11:09 am#201286
ברסלבער האט געשריבן:יעצט באמערק איך דער נייע חתימה:

    Arbeit Macht Frum
א שיינע ווערטער שפיל. און אייגטליך א גמרא מפורשת אין כתובות, "בטלה מביאה לידי שיעמום ולידי זימה", וההיפוך בהיפוכו.

אמת ויציב ונכון........
מיטוואך מאי 21, 2014 7:46 am#201496
ברסלבער האט געשריבן:יעצט באמערק איך דער נייע חתימה:

    Arbeit Macht Frum
א שיינע ווערטער שפיל. און אייגטליך א גמרא מפורשת אין כתובות, "בטלה מביאה לידי שיעמום ולידי זימה", וההיפוך בהיפוכו.


וואס דארפסטי ברענגן א גמרא און דרשענען משמעות ווען ס'איז א בפירושע משנה און אבות: טוב תורה עם דרך ארץ שיגיעת שנים משכחת עון.

דרך אגב, בין איך דער איינציגסטער וועם עס שמעקט נישט פישעלעס חתימה? עפעס איז עס מיר נישט אזוי פאני צו מאכן ווערטלעך בשייכות מיט'ן האלאקאוסט.
מיטוואך מאי 21, 2014 9:18 am#201503
מיר אויך נישט.
מיטוואך מאי 21, 2014 10:52 am#201521
דו רמב"ם ז"ל שרייבט דאך קלאר אזוי: אין מחשבת עריות בא אלא בלב פנוי מן החכמה.
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:51 pm#217422
ATUB @אויליגער ATUB שרייבט:

לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך

ע"ש די ניגון עוה"ב איז א גוטע זאך..
ונהניתי.
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:52 am#224231
ATUB @סאשי פיש ATUB האט ארויסגעשטעלט א נייע חתימה:
יעדער בחור מיט דזשינס און א גירלפרענד קען מיט רעכט זאגן ער איז אן אלכסנדר תלמיד, (כוכב)
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:12 pm#226579
לעצטנס איז געווארן אין סטייל צו נוצן א ציטאט פון ר' כוכב'ן פאר אן אונטערשריפט.

ATUB @שמעקעדיג ATUB
מדברי כוכב: מורינו רבי שמעקעדיג מיט דיין מדות טובות און שכל הישר, מיט דיין טוב עין, פאזיטיווקייט, ישרות, חכמה, ביזטו די האופ פאר די יומען רעיס, דו ביזט דער ריח ניחוח לה', מיט יעדע תגובה באלייכסטו אונזער האריזאנט, און ברענגסט אור צו דער ענדע פונעם טונעל, און מיר טוען אייך מכיר טובה זיין דערויף.


ATUB @סאשי פיש ATUB
יעדער בחור מיט דזשינס און א גירלפרענד קען מיט רעכט זאגן ער איז אן אלכסנדר תלמיד, (כוכב)
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:22 pm#226584
כוכב האט געשריבן:לעצטנס איז געווארן אין סטייל צו נוצן א ציטאט פון ר' כוכב'ן פאר אן אונטערשריפט.

מעג איך דאס נוצן פאר אן אונטערשריפט?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:38 am#226695
ATUB @כוכב ATUB , אויב וועסט מיר אויך געבן אזא זאפטיגע קאמפלימענט ווי פאר שמעקעדיג, וועל איך עס אפשר אויך פאראייביגן אין מיין אונטערשריפט.

#האסט געהערט א מעשה.
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:06 am#228257
קאווע טרינקער
ייש"כ כוכב.


:lol:
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:13 pm#230458
לאגיק ארבעט נאר ווען געפיל ארבעט נישט.
ווען געפילן ארבעטן נישט איז דער מענטש טויט.
(קאווע טרינקער, מיטאג טיש)


ATUB @קאווע טרינקער ATUB , מיין געפיל הייסט מיר גיין נאך לאגיק.


.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:48 pm#231600
איך פראקלאמיר א קאמפיין, אז יעדער זאל שרייבן אלץ זיין חתימה, עפעס לכבוד די שמחה בבית שמעקעדיגסוויל.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:06 pm#232300
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB
גאון במידות. רך לב. עט הדר. הומאר. דעה ישרה. חסד. פאזעטיוו. עשר אלף. מזל טוב. שמעקעדיג.


ATUB @מאטי ATUB
אויב שמעקעדיג רעדאגירט דיין תגובה, דאן ביסטו אין ביג טראבל.
(שעפטל)


ATUB @כוכב ATUB
כ'לויף שוין
צו ממרא'ס פלוין
כאפן עלאגאלעס באס כ'וויל
קיין שמעקעדיגסוויל!


ATUB @קאווע טרינקער ATUB
שמעקעדיג'ס 10,000 זאכליכע תגובות קומט נישט צו פוס.. ס'קומט פון קאפ!
לחיים!
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:57 pm#234316
ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 4:18 pm#234466
@בשבילי
Use this quote as a signature so people will think you're smart
~ Punchidfto Cynkeldfg ~


:like :like
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 4:22 pm#234468
berlbalaguleh האט געשריבן:ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!


פארוואס אזא געלונגענע ניק ווי די האט נישט א חתימה? עס דערמאנט מיר א מעשה וואס איז געשעהן........
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:02 pm#234537
נתן מנחם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!


פארוואס אזא געלונגענע ניק ווי די האט נישט א חתימה? עס דערמאנט מיר א מעשה וואס איז געשעהן........

נו, וואס אי די מעשה. אדער כמעשה...!
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 11:18 am#238144
איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון ליטוואק פון בודאפעסט'ס השקפות, כידוע, אבער פארט קומט מיר א שמייכל יעדעס מאל פון זיין מאדנע חתימה:

By giving a like you are making a statement that you only accept the best for your family and guests
credit: Mayim Chaim soda

וועלכע קומט ממקורו פון מים חיים'ס סלאגאן אויף יעדן באטל סאדע...

.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:08 pm#238158
יענס ליטוואק אז ער טרינקט מים חיים סאדע...