פרייטאג מאי 10, 2019 5:44 am#430084
הדסים האט געשריבן:איך בין זייער פרייליך אז אזויפיל "אידן" האבן באקומען די נאבעל פרייז, אבער זיי גלייבן נישט אין גארנישט. (אפשר איינצעלנע).
די קריסטן זענען לכאורה בערך די זעלבע.
ערשטענס, תינח אידן, מיינט אויך א פאלק אדער עטנישע גרופע. וויפיל אומגלויביגע קענסטו וועלכע רופן זיך קריסטן?
אבער באמת איז דאס שוין א צאמגעשטעלטע ליסטע. מער דעטאלירט איז עס צוטיילט אין Shalev, Baruch Aba. 100 Years of Nobel Prizes, כדלהלן.
ווילט איר מיר זאגן אז אזעלכע וואס רופן זיך evangelical אדער Greek orthodox גלייבן באמת גארנישט? nice try.
רעכן אלע אידן אלס אינם מאמינים, בלייבן מאמינים פארט די לענדסלייד רוב.
צווייטנס, אין אידן זענען אויך נאר אריינגערעכנט אזעלכע וואס גלייבן אין 'עפעס' לכה"פ (א שיין חלק פון זיי), אדער וואס רופן זיך אידן און האבן קיינמאל נישט געזאגט אז זיי גלייבן נישט. אלע וואס האבן נאר סיי ווען במשך זייער לעבן זיך באצייכנט אלס אומגלויביגער, אגנאסטיקער אדער פריידענקער זענען צוזאמען 10.4 פראצענט.
אגב, איז אינטערעסאנט אז אין די סייענסעס, ווי פיזיקס און ביאלאגיע, איז עס פיל ווייניגער ווי 10 פראצענט. נאר די מאס אינם מאמינים אין ליטעראטור הייבט דעם סך הכל.
אמת טאקע אז מ'קען נישט פונקטליך מעסטן די זאכן, ווי איך האב שוין בארירט אויבן. אבער רעכן העלפט פון אלע אידן, קריסטן, און אנדערע וואס פאררופן זיך גלויביגע אלס אינם מאמינים, זענען די מאמינים 45%, כמעט העלפט. און דאס איז שוין נאכדעם וואס מ'גלייבט זיי נישט אויפן ווארט, וואס ברענגט נאר ארויס די prejudice אז נאבעל פרייז געווינער קענען נישט זיין גלויביגע.
נאכאמאל, איך זוך נישט אריינצוגיין אין די שאלה. איבער אינטעליגענציע בכלל (נישט נאר ביחס צו רעליגיע) זענען ברייט פארשפרייט פילע לופטיגע און הוילע טענות, שאין כאן מקומם. מיר פערזענליך וואלט נישט געשטערט ווען בלויז 10 פראצענט נאבעל פרייז געווינער זענען גלויביגע. איך האב עס נאר געברענגט צו ווייזן ווי אומנארמאל גוזמא'דיג עס איז די סטעיטמענט אז מ'קען טרעפן 300 אטעאיסטן קעגן יעדן גלויביגן (דהיינו אז די מאמינים זענען 0.3%